.jpg)
דער מערקווערדיקער מעדאַל אויף אידיש וואָס האָט זיך איצט אָפּגעזוכט אין ליטע. דאָס האָט נ. שניידמאַן געוואונען "צום 20טן באקס קאמף" אין ווילנער געטאָ, דעם אַכצענטן מאַי 1943. דער מעדאַל ווערט דאָ אין "אַלגעמיינעם זשורנאַל" פאַרעפנטלעכט צום ערשטן מאָל.
* דער אויסערגעוויינלעכער לעבנס=וועג פון דעם באַוואוסטן פּראָפעסאָר פון רוסישער ליטעראַטור אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע: נ. נ. שניידמאַן, וועלכער האָט געוואונען דעם מעדאַל פאַרן "באַקסינג" ספּאָרט, זייענדיק אַ יונגער בחור אין ווילנער געטאָ.
* ער איז אַנטלאָפן פון געטאָ און געוואָרן אַ העלדישער קעמפער מיט די פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער קעגן די דייטשן.
* נאָך דער מלחמה אין קאַנאַדע איז ער געוואָרן אַ לערער פון העברעיאש און אידיש און שפּעטער צו: אַ באַוואוסטער פּראָפעסאָר פון רוסישער ליטעראַטור אין טאָראָנטער אוניווערסיטעט. ער איז דער מחבר פון אַ סך ביכער איבער רוסישער ליטעראַטור, און צוויי ביכער וועגן ווילנער געטאָ.
* איצט שטייט אַ נייע פראַגע: וואָס וועט ווערן מיט דעם אָפּגעפונענעם מעדאַל?
~~~~~
ווילנע איז אַ קליינע שטאָט. ביי אידן רעדט מען, אַפילו היינט צו טאָג, ווען עס זיינען געבליבן אַזוי ווייניק אידן, אַז „קיין סודות 'עט מען דאָ לאַנג ניט האַלטן“.
און מכח אידישע פראַגן גייען פייערדיקע מחלוקתן און סיכסוכים. צווישן די אָנגעווייטיקסטע און אַקטועלסטע פראַגן איז דער ענין וואָס רופט זיך "רעסטיטוציע". צי וועט מען אומקערן אין אידישע הענט למשל בנינים וואָס האָבן ביזן חורבן געהערט צו דער אידישער קהילה אָדער אידישע אָרגאַניזאַציעס? און אויב יאָ, איז אין וועלכע הענט? דאָס פירט עד היום צו סיכסוכים צווישן אידישע אָרגאַניזאַציעס (דאָ און אין אויסלאַנד) מיט דער ליטווינער רעגירונג, און עס פירט בעוונותינו ווען ניט ווען צו סיכסוכים צווישן אידישע גרופּעס גופא. און דאָס אַלצדינג פירט שוין במילא, בעוונותינו הרבים, צום אָנגייענדיקן אַנטיסעמיטיזם.
***
איינע פון די "אונטער=קאַטעגאָריעס" פון דעם אַלעמען זיינען דאָס "מטלטלין": אידישע חפצים מכל המינים, ספר=תורהס, ספרים, ביכער, תשמישי קדושה, און אַלערלייאיקע "אַנטיקל=זאַכן" וואָס קענען ניט זעלטן ברענגען גרויסע רווחים ווען זיי ווערן פאַרקויפט אויפן אינטערנאַציאָנאַלן מאַרק פון "אַנטיקוואַרער יודאַאיקאַ" ("אַנטיקוועריען דזשודאַיקאַ"). דאָס איז נאָך מער דער פאַל ביי זעלטענע "איינמאָליקע" דערשיינונגען ווי אַשטייגער אַ מעדאַל אָדער אַ חפצל מיט פּרטים וועגן די אַמאָליקע אידישע אייגנטימער פונדערפון פון פאַר דער מלחמה. ווער רעדט נאָך, אַז דער טעקסט איז אויף אידיש אָדער העברעאיש.
אויף דער קשיא, וועמען וואָלט מען "באַדאַרפט" אומקערן אַזעלכע יקר=המציאותן זיינען אָפטמאָל פאַראַן פאַרשיידענע "בעלנים": צווישן זיי אידישע אינסטיטוציעס און מוזייען, דאָ אין די לענדער וואו ס'האָט זיך פאַרלאָפן דער חורבן, און אויך אויסלענדישע אידישע מוזייען און אינסטיטוציעס. ער טרעפט זייער זעלטן, אַז מען זאָל קענען געפינען (אַפילו אַז מ'זאָל "וועלן"), אַ ריכטיקן "פּריוואַטן יורש" (למשל אייניקלעך צי אוראיינקלעך), פּראָסט און פּשוט דערפאַר ווייל מען האָט דעם גרעסטן פּראָצענט פון מזרח אייראָפּעאישע אידן אויסגעמאָרדעט, די זקנים מיט די פרויען מיט די קינדער מיט די עופהלעך, און ווער ס'וויל האַנדלען יושרדיק האָט פאַר זיך אַן אַרבעט וואָס איז "פאָלג מיר אַ גאַנג" אויב ס'גייט אין אויסזוכן קרובים און יורשים. פאַרדערפאַר איז אויסגעוואַקסן דער באַגריף פון "קאְלעקטיווע יורשים", בתוכם די געבליבענע אידישע קהילות אין מזרח אייראָפּע, אינטערנאַנציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס וואָס קומען צו הילף אָרעמע אידן, פאַרשיידענע מוזייען און לערן=אַנשטאַלטן און נאָך ווער.
***
קענט איר זיך פאָרשטעלן די פרייד, די התפּעלות, די באַוואונדערונג, אַז מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט זיך אָפּגעזוכט דאָ אין ליטע אַ מעדאַל אויף אידיש פון ווילנער געטאָ, און דער נאָמען אויף דעם מעדאַל געהערט אַ באַוואוסטן געלערנטן וואָס לעבט אַ סך יאָר אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, נ.נ. שניידמאַן, וואו ער איז אַ פּראָפעסאָר פון רוסישער ליטעראַטור וואָס האָט אַ סך ווערק אַרויסגעגעבן אויפן געביט. און נאָכמער, דאָס איז אַ שארית הפּליטה איד פון ווילנע, וועלכער איז געווען אין ווילנער געטאָ צוויי יאָר, און האָט קורץ פאַר דער ענדגילטיקער פאַרניכטונג פון געטאָ באַוויזן אַנטלויפן און איז געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער. שפּעטער איז ער געוואָרן אַ באַרימטער "באָקסער" אין דער סאָוועטישער ליטע און אַ "קאָטש" וואָס שולט אויס אַנדערע באָקסער. אין 1957 איז ער אַוועק אין פּוילן, אין אין 1958 אָנגעקומען אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וואו ס'האָט שוין געלעבט זיין שוועסטער לוסי.
אין טאָראָנטאָ איז שניידמאַן געוואָרן אַ לערער פון העברעאיש און אידיש אין דער "באָראָכאָוו שול" וואו מען האָט געלערנט ביידע שפּראַכן. ער איז שפּעטער צו אַריין אין טאָראָנטער אוניווערסיטעט ("יוניווערסיטי אָוו טאָראָנטאָ") וואו ער האָט זיך ספּעציאַליזירט אויף רוסישער ליטעראַטור. ער האָט גיך דעריאָגט. אין 1969 איז ער געוואָרן אַ לעקטאָר אויפן אוניווערסיטעט, אין 1971 פאַרטיידיקט זיין דאָקטאָר דיסערטאַציע, און זינט דעמאָלט אַרויסגעגעבן צען ביכער. צווישן די באַקאַנטסטע: "סאָוועטישע ליטעראַטור אין די זיבעציקער יאָרן" (1979), "דאָסטאָיעווסקי און זעלבסטמאָרד" (1984), און "רוסישע ליטעראַטור פון 1988 ביז 1994" (1995). ער אַרבעט איצט אויף אַ נייעם בוך וועגן דער פאָרשטעלונג פון דעם אידן אין דער נאָך=סאָוועטישער ליטעראַטור.
***
אין דער מאָדערנער אידישער געשיכטע איז אָבער נ. נ. שניידמאַן באַקאַנט דער עיקר צוליב זיינע צוויי אויסגעצייכנטע ביכער וועגן ווילנער געטאָ. זיין בוך "ירושלים ד'ליטא: דער אויפשטייג און אויסלאָז פון דער אידישער ווילנע = אַ פּערזענלעכע פּערספּעקטיוו" (1998( שטעלט מיט זיך פאָר יענע זעלטענע פאַראייניקונג פונעם געלערנטן מיט דעם פּערזענלעך=אַדורכגעלעבטן, געשריבן מער ווי אַ האַלבן יאָרהונדערט לאחר המעשה, מיט דער חכמה און איינקלערונג וואָס עס ברענגט מיט זיך אַ לאַנגער און שעפערישער לעבן. איך גלייב אַז ס'איז עד היום דער בעסטער בוך וועגן ווילנער געטאָ.
והשנית, זיין בוך "די דריי טראַגישע העלדן פון ווילנער געטאָ: וויטענבערג, שיינבוים, גענס". דאָס איז אַ מייסטערהאַפטע אָפּהאַנדלונג אין וועלכער עס טרעפן זיך צונויף בקיאות פון אייגענער דערפאַרונג אין די פאַקטן מיט אַ טיפן פּסיכאָלאָגישן חוש וועגן דעם מענטשלעכן כאַראַקטער, וועגן די נייגונגען לטובה און לרעה וואָס זיינען פאַראַן אין יעדן פון אונדז. דריי צענטראַלע פּערזענלעכקייטן פון ווילנער געטאָ ווערן געשילדערט אויף אַ מער עמקותדיקן אופן, וואָס איז אין איינקלאַנג מיט דער קאָמפּליצירטקייט פונעם מענטשלעכן כאַראַקטער און פון דער אימהדיקער תקופה איידער אין די אַנדערע אָפּהאַנדלונגען.
און פּשוט גערעדט, ווערן פאַרריכט אַ סך ניט=פּינקטלעכע פאָרשטעלונגען וואָס טרעפן זיך אין אַ סך ווערק וועגן ווילנער געטאָ...
***
די שוועסטער לוסי, וואָס איז סוף כל סוף אָנגעקומען אין טאָראָנטאָ, איז די איינציקע פון די נאָענטע קרובים שניידמאַנס וואָס האָט איבערגעלעבט די מלחמה. שניידמאַנס טאַטע, אריה=לייב (לעאָ) איז געשטאָרבן אין ווילנער געטאָ גופא; זיין מאַמע, רייזל (ראָזע) איז פאַרשיקט געוואָרן אין אַ טויטן=לאַגער ווען די דייטשן האָבן דעם ווילנער געטאָ ליקווידירט דעם 23טן סעפּטעצבער 1943 .
אַ קורצע צייט פאַר דעם, דעם 9טן סעפּטעמבער 1943, האָט שניידמאַן, אינאיינעם מיט אַ גרופּע אידישע פּאַרטיזאַנער, באַוויזן אַרויסכאַפּן זיך פון געטאָ און נאָך לאַנגע נסימדיקע אומוועגן איז ער אָנגעקומען צו די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד. אין זיין בוך וועגן ווילנער געטאָ, דערציילט ער מיטן ניכטערן קול פון אַ פּראָפעסיאָנעלן היסטאָריקער און בעת מעשה די שטימע פון אַ ממש אומגלייבלעכער ביאָגראַפיע, וועגן איבערלעבונגען, וואָס עס איז שווער צו גלייבן אַז איין מענטש האָט עס אַדורכגעלעבט.

נ. נ. שניידמאַן אַלס פּאַרטיזאַן, קעמפנדיק קעגן די דייטשן אין די וועלדער.

נ. נ. שניידמאַן אַלס באָקסער אין דער נאָך=מלחמהדיקער, סאָוועטישער ווילנע אין 1948.
***
שניידמאַן איז פון זיין פאָטערס צד אַ קוידענאָווער חסיד, און ער געדענקט גוט דעם זיידן, ר' מרדכי=יוסף שניידמאַן, וועלכער האָט געהאַט זיין שטאָט ביי דער מזרח=וואַנט פונעם קליינעם קלויז פון די קוידענאָווער חסידים אויפן גרויסן ווילנער שול=הויף. (ביי מתנגדים האָט דאְס געהייסן "דער חסידישער מנין" וואו עס זיינען אויך אגב אַריין מנינים פון די לעכעוויטשער און סלאָנימער). דאָס איז געווען פון די חסידישע קלויזן וואָס האָבן אויפן ווילנער שול=הויף אין משך פון דורות בשלום געלעבט אינעם סאַמע "ים" פון מתנגדישע שוהלן און קלויזן (דער באַקאַנטסער חסידישער קלויז איז פאַרשטייט זיך געווען פון חב"ד=ליובאַוויטש).
נ. נ. שניידמאַן דערמאָנט זיך אַז דער הדרת=פּנימדיקער זיידע, וועלכער האָט געהאַט סמיכה אויף רבנות, פלעגט גיין אין אַ דריי=פערטלדיקער חסידישער קאַפּאָטע, אַ זעלטנהייט אין ווילנע.
"די עלטערן האָבן מיר גערופן ניאָניע, און אַזוי הייס איך ביז היינט ביי ווילנער. נאָר ביים זיידן בין איך געווען נח, לויטן אויפרוף=נאָמען. אין קאַנאַדע אין די שפּעטערדיקע יאָרן, האָבן מיר טייל פריינט גערופן נאָרמאַן און אַנדערע ווידער נח ("נאָאַ" אויף ענגליש), בין איך געוואָרן דאָרטן אויף אַזאַ אופן נ. נ. שניידמאַן."
אַלס אינגל האָט מען שניידמאַנען געשיקט לערנען אין דער העברעאיסטיש=ציוניסטישער "תרבות" גימנאַזיע אויף זאַוואַלנע גאַס (היינט איז דאָס דער בנין פון דער אידישער קהילה אין ליטע, און די גאַס רופט זיך איצט "פּילימאָ"). דאָרטן האָט ער זיך געלערנט העברעאיש און פּויליש (ווילנע האָט דעמאָלט געהערן פּוילן), און דאָרטן האָט ער זיך פאַראינטערעסירט אויך מיט ספּאָרט, דער עיקר באַסקעטבאָל. אַחוץ דעם, האָבן דעם געזונטן אינגל "באַמערקט" די מומחים פון דער באַקסינג (באָקס) ספּאָרט, און ער האָט אַנטוויקלט אויך צו דעם אַן אינטערעס.
אין ווילנער געטאָ האָבן די אידן זיך אָפּגעגעבן אויך מיט אַ פאַרטיפטן גייסטיקן און געזעלשאַפטלעכן לעבן, ניט קוקנדיק אויף דער ענגשאַפט, אויף דער אָרעמקייט און אויף די כסדר גייסטיקע און פיזישע פּייניקונגען מצד די דייטשן און זייערע לאָקאַלע קאָלאַבאָראַטאָרן. פון סאַמע אָנהייב פון דער פאַרשליסונג פון די געבליבענע ווילנער אידן אין געטאָ אין סעפּטעמבער 1941 האָט מען גענומען גרופּעס צום דערשיסן אויף פּאָנאַר == דער גרויזאַמער אָרט פון מאַסן=אומקום פון די אידן פון ווילנע און ווילנער געגנט.
אין ווילנער געטאָ האָבן די אידן אָנגעפירט מיט שוהלן און שולן, מיט אַ ישיבה, מיט פאַרשיידענע אַקטיוויטעטן אויפן געביט פון קולטור. אין אָקטאָבער 1942 האָט די געטאָ ביבליאָטעק אָפּגעצייכנט די אויסלייזונג פונעם הונדערט טויזנטסטן בוך צו אַ לייענער. און דערצו זיינען געווען קלובן פון ספּאָרט און אַקטיוויטעטן מיט וועלכע מ'האָט פּרובירט זיך האַלטן אויף אַזויפל "גאַנץ" אַלס מענטש ווי מעגלעך. צווישן אַנדערע איז געווען דער ספּאָרט וואָס רופט זיך "באָקסינג".
און דאָ קומען מיר צום ערשט אָפּגעפונענעם מעדאַל.
***
אויפן מעדאַל שטייט אויסגעקריצט בזה הלשון:
דעם ח' [חבר]
נ. שניידמאַן
צום 20טן
באקס קאמף
און אויף דער צווייטער זייט:
18/V 1943
ספארט סעקציע
ווילנער געטא
עד כאן, לשון המעדאַל.
לויט ווי עס געדענקט נ. נ. שניידמאַן, האָט ער דעם מעדאַל איבערגעלאָזן ביי זיך אין דער דירה אין ווילנער געטאָ, אויף סטראַשון גאַס (היינט הייסט די גאַס "זשעמאַיטיאָס גאַטווע" אויף ליטוויש). נאָר די צוויי מענטשן וואָס האָבן דעם מעדאַל געפונען גיבן איבער אַז זיי האָבן עס געפונען אין וואַלד אין ווילנער געגנט, ד.ה. אַז עמעצער האָט עס געקענט נעמען און עס קען האָבן אַ געשיכטע נאָך דער ליקווידאַציע פון געטאָ אין סעפּטעמבער 1943 וואָס איז אונדז לחלוטין ניט באַקאַנט.
עס גייען אַלערלייאיקע קלאַנגען וועגן דעם מעדאַל. מ'רעדט אַז ס'איז ביי דעם און אַז ס'איז ביי יענעם, אַז מען פאַרהאַנדלט מיט אַ מוזיי דאָ אין ליטע וועגן דעם מעדאַל, צי ווער ווייס מיט וועמען.
ווילן מיר אונדזער היינטיקן איגרתל שליסן מיט אַ וואָרט, און אַ בקשה, צו אַלע וואָס האָבן אַ צוטריט צודערצו: מסתמא וועט קיינעם פון אייך, קיינעם פון אונדז, ניט טרעפן אין אוונדזער לעבן צוויי מאָל, אַז מען זאָל געפינען אַ מעדאַל פון אַ אידן וואָס איז געווען אין געטאָ אין די מלחמה יאָרן, און מען ווייס זייער גענוי אַז ער לעבט היינט און מען קען האָבן די זכיה פון אומקערן אים זיין מעדאַל...
איז למען ה' זאָל דאָס ניט אַריין אין די מאַכאַרייקעס פון "האָלאָקאָוסט ביזנעס". זאָלן די חשובע (און בר=מזלדיקע) געפינער (צי באַזיצער) האָבן די חכמה צו פאַרשטיין, אַז ס'איז אַ גרויסער זכות צו קענען מקיים זיין השבת אבידה, ווער רעדט נאָך אַזאַ מין חפץ, צו זיין ריכטיקן אייגנטימער, אַז ס'דאַרף ברענגען די גרעסטע פרייד צו קענען אַזוי האַנדלען.
און זאָל דער מעדאַל גופא דינען פאַר אונדז אַלעמען פאַר אַ מוסטער פון דעם אומגלייבלעבן גייסט צום לעבן אין די סאַמע גרויזאַמסטע אומשטענדן.
און לאָמיר ווינטשן דעם טייערן, איידעלן געלערנטן, פּראָפעסאָר נ. נ. שניידמאַן == ניאָניע, נח = וועלכער איז געוואָרן צוויי=און=אַכציק יאָר דעם פאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, אַ סך געזונט, שעפערישקייט, פרייד און נחת אויף לאַנגע שיינע יאָרן.

פּראָפעסאָר נ. נ. שניידמאַן ביי היינטיקן טאָג אין טאָראָנטאָ.
~~~~~
|