די נסיעות דורך די דורות פון אַ וואָרט, אַזש פון אַלט גריכיש, ביזן שטעטלשן אידיש אין מזרח אייראָפּע. -- ווי אַזוי איז אַריינגעפאַלן דאָ דער "קוימען"?
די לייענער פון "אַלגעמיינעם זשורנאַל", און בפרט די אינגערע און סאַמע אינגסטע לייענער, נייטיקן זיך ניט אין קיין שום דערקלערונג וועגן דעם, וואָס איז דאָס אַן אפיקומן (מער היימיש אויף אידיש: ד ע ר אפיקומן).
און זאָל דער עכטער אידישער טעם אונדז בעת מעשה קומען אויף צו דערמאָנען, ווי אַזוי דער קלענסטער שינוי קל, אַפילו אין דער גירסא שבעל פּה, ברענגט אונדז אַראָפּעט רמזימלעך און קאָלאָריט פון דער אידישער פילפאַרביקייט איבער די ארבע כנפות הארץ. איז זאָלן אונדזערע אַלע שבטי שבטים נאָר זיין געזונט און שטאַרק און אָפּריכטן אויף אייביקע יאָרן די סדרים, מיט די אפיקומנס. און ווי עס זאָגט זיך אויף אידיש, "מ'זאָל זיך ניט איבערעסן מיט אפיקומנס", ד.ה. זיך האַלטן אין די ראַמען פון געזונטער אכילה ושתיה.
אין מאָדערנעם, ישראלדיקן העברעאיש האָט מען "פאַרספרדישט" אויף "אַפיקאָמאַן" מיטן טראָפּ אויפן לעצטן זילב (גראַמט זיך מיט "גראַפאָמאַן"). און אין די ענגליש ריידנדיקע לענדער, הערט מען אַ מער אשכנזישלעכן "אַפיקאָומען" נאָר מיטן ברייטן ענגלישן "אָו".
***
און אויף אידיש? נו, אַז ביי דרומדיקע (פּוילישע, אוקראַינישע, אונגאַרישע וכו') איז עס בערך "אַפ'קאָימען", בשעת ווען ביי "צפונדיקע" (ליטוואַקעס, חב"דישע, וכו') איז עס בערך "אַפ'קעימען" (אין ביידע פאַלן מיטן טראָפּ מלעיל, פאַרשטייט זיך). נאָר וואָדען, דער דאָזיקער חילוק איז אַזוי גוט באַקאַנט, און אינגאַנצן פּאַראַלעל מיט אַזויפל אַנדערע ווערטער פון אַלע היסטאָרישע חלקים פון אידיש (למשל: "ברויט" און "סחורה" און אַפילו אין נעמען פון שטעט אין מזרח אייראָפּע, אַשטייגער: קוידענאָוו).
דאָס הייסט, אַז די אונטערשיידן צווישן דרומדיקן "אָי" ביזן צפונדיקן "עי" גייען שיער ניט אַריין אין דער בחינה פון "וואַסער איז נאַס", און מען דאַרף אינעם ענין פון אַ וואָרט אַריינדרינגען טיפער.
פאָרשער פון אידיש האָבן לאַנגע יאָרן באַמערקט, אַז עס זיינען פאַראַן פאַרשיידענע טשיקאַווע נוסחאות און אונטער=נוסחאות פונעם וואָרט "אפיקומן". עס געדענקט זיך אַפילו היינט די סטודענטישע התפּעלות, מיט אַ סך יאָר צוריק, אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט אין ניו יאָרק, אַז דער פּראָפעסאָר פון אידיש, מיכל הערצאָג, אים צו לאַנגע יאָר, האָט אונדז געגעבן צו וויסן, אַז ביי געוויסע אידן "אין דער אַלטער היים" אין מזרח אייראָפּע, האָט מען גענומען ניט נאָר "אַראָפּברענגען אַ פּשטל", אַז דאָ איז דאָ אַ שייכות מיט "אַ קוימען" (טאַקע אַ קוימען פון פּריפּעטשיק, דורך וועלכן עס גייט דער רויך פון פייערל); נאָכמער, מ'האָט וואו=ניט=וואו אין גערעדטן פאָלקס=לשון אַפילו א י ב ע ר ג ע מ אַ כ ט דעם וואָרט "אפיקומן" גופא. אין די לעצטע יאָרן, אַז מיר דאָ אין אידישן אינסטיטוט אין ווילנע נעמען אַרומפאָרן איבער ליטע, לעטלאַנד, ווייסרוסלאַנד, אוקראַינע, און די שכנותדיקע לעדנער, האָבן מיר אויף אונדזער פרעגבויגן (די רשימה פראַגעס וואָס מיר פרעגן ביי עלטערע אידן), אַריינגענומען אויך — דעם אפיקומן. (אונדזערע עקספּעדיציעס באַגרענעצן זיך אויף נאָר אַ חלק פון דער פאַר=מלחמהדיקער אידיש=ריידנדיקער טעריטאָריע, דער עיקר אין צפון; אַ סך נייע אינפאָרמאַציעס ווערט איצט געזאַמלט אין די דרומדיקע מקומות אין די עקספּעדיציעס אָנגעפירט פון פּראָפ. דוב=בער קערלער און פּראָפ. דזשעפרי וויידלינגער פון אינדיאַנער אוניווערסיטעט אין בלומינגטאָן).
נאָר איידער מיר קומען צו צו דעם, און איידער מיר קומען טאַקע "צום קוימען", איז כדאַי אַ קלער טאָן איבער דעם, ווי אַזוי אַ וואָרט וואָס איז אין דער תורה (און אַפילו אין דער הפטורה) לחלוטין ניטאָ, איז אַריינגענומען געוואָרן פון דער פרעמד, און איז אין משך פון דור דורות געוואָרן אַזוי היימיש און אייגנדיק. אַ מוסטער פון דעם, ווי אַזוי ביי לעבעדיקע ווערטער איז אַמוויכטיקסטן ניט אַזוי דער מקור ווי די גלגולים, די תולדות, די ווייטערדיקע אַנטוויקלונגען שוין אין תחום פון אינעווייניקסטן אידישן לעבן גופא.
***
ס'טרעפט ניט זעלטן ביי אידן, אַז אַפילו "נייע ווערטער" זיינען שוין ניט אינגער ווי אַ קיימא לן צוויי טויזנט יאָר. מען קען גוט דעם באַוואוסטן זאָג, "איין מפטירין אחר הפסח אפיקומן" שוין אין דער משנה (פּסחים, פּרק י', משנה ח'), און אין מדרש מכילתא ביי די ארבעה בנים, וואָס מיר קענען פון דער הגדה (מכילתא פרשת בא, "והיה כי ישאלך בנך מחר", שמות י"ג: י"ד).
די מומחים איבער אַלט גריכיש גיבן טאַקע איבער, אַז אַזאַ וואָרט איז באַקאַנט. ריכטיקער געזאָגט געוואָרן, גיבן זיי איבער אַז צוויי ענלעכע ווערטער קען מען אויף אַלט גריכיש. נאָכמער, אַז וועגן די ביידע אבי אבות פון אונדזער "אפיקומן" האָט מען שוין גערעדט מיט קלאָרע דיבורים אין דער גמרא.
די אמוראים האָבן בהדיא געפרעגט: "מאי אפיקומן?"
רב ענטפערט מיט "שלא יעקרו מהבורה לחבורה" (מ'זאָל זיך ניט נעמען אויפהייבן פון איין גרופּע פריינט אויף אַן אַנדער גרופּע). אַנדערע אמוראים האַלטן אַז דאָס באַציט זיך אויף ספּעציפישע נאָכשפּייזן (דעזערטן). צווישן זיי שמואל, וואָס זאָגט: "כגון אורדילאי לי וגוזלייא לאבא": (למשל, 'שוועמלעך פאַר מיר, און טייבלעך פאַר אבא'ן'). ר' חנינא בר שילא און ר' יוחנן גיבן די ביישפּילן: "כגון תמרים קליות ואגוזים" (טייטלען, געברענטע זאַנגען, און ניסעלעך). (בבלי בבלי פּסחים פּ"ו ע"א; קי"ט ע"ב).
אין ירושלמי ווערן געבראַכט ביידע טייטשן, אויך אַנדערע נעמען פון נאָכשפּייזן און איין פּשוטע דערקלערונג: "מיני מתיקה" (זיסיקייטן) (זען ירושלמי פּסחים ע"א ע"א).
עס איז מער ווי טשיקאַווע, וואָס די מאָדערנע געלערנטע איבער דער אַלט=גריכישער שפּראַך ברענגען אויפדערויף די צוויי ענלעכע ווערטער אויף אַלט גריכיש, וואָס איינער פון זיי, "עפּיקאָומאָן", באַדייט "אַ פאַרוויילונג נאָך אַ סעודה" און דער צווייטער, "עפּיקאָומיאָי" באַדייט "נאָכשפּייז" (דעזערט).
ביי אונדזערע אמוראים איז דאָך געגאַנגען אין הלכה למעשה, און עס זיינען גאָר פעסטע, אַלטע טראַדיציעס וואָס שטאַמען פון ביידע זינען פון אַמאָליקן אבי=אבות פונעם וואָרט "אפיקומן": מען טאָר ניט, נאָכן אָפּעסן די מצה וואָס מען האָט ביי אידן גענומען רופן אפיקומן נעמען ווייטער אָפּעסן און במילא ניט לויפן אויף עפּעס אַן אַנדער באַנקעט ביי יענעם.
אין גאַנג פון די דורות האָט מען מוסיף געווען אַנדערע דערקלערונגען וועגן אָפּשטאַם פון וואָרט, אַמבאַוואוסטן די דעה פון רשב"ם, רש"יס אייניקל, אַז ס'איז גאָר פון אַראַמישן "אפיקו מנייכו" ('נעמט אַרויס אייערע כלים' — אַשטייגער, אויף ווייטער אָפּצועסן; דאָרטן, פּסחים קי"ט ע"ב).
נאָר ווי אַזוי עס איז דערגאַנגען צו דעם, אַז די מיטלדיקע מצה זאָל מען ברעכן אינצווייען, און באַהאַלטן דעם גרעסערן חלק פונדערפון אַלס "אפיקומן" נאָך אַ היפּשע וויילע פאַר דעם ווי ס'ווערט אָנגערופן אין דער הגדה גופא ביים ענטפער צום "חכם" פון די ארבעה בנים), און דער אינגסטער זאָל שפּעטער געפינען פאַר אַ שכר (אָדער פריער צולקחענען פאַרדערפאַר), און מען זאָל צעטיילן אַלעמען פונדערפון ביים "צפון" וואָס פאַרן אָפּבענטשן, דאָס אַלצדינג געהערט אַן אַנדער איגרתל, און אַ סברא אַז אויך אַן אַנדער בעל=איגרתלעך. וועגן די אַנטוויקלונגען פון די שייכותדיקע מנהגים ביי פאַרשיידענע אידישע עדות, האָט אויסגעפאָרשט אַ סך דער באַליבטער ירושלימער פאָלקלאָריסט פּראָפ. דוב נוי, אים צו לאַנגע יאָר.
אַ חלק פונדערפון איז שוין צו דרינגען פון יענער משנה, "איין מפטירין אחר הפּסח אפיקומן" און פון דער גמרא וואָס אַפדערויף, אינעם זין פון "ניט צוגעבן" אויפן אָרט פון אַמאָליקן קרבן פּסח וואָס האָט פאַרן חורבן בית שני געמוזט זיין דער לעצטער מאכל ביים סדר (פּסחים קי"ט ע"ב = ק"כ ע"א). און אַפילו נאָך מער: די גמרא ברענגט אַראָפּעט די קשיא, אַוואָס טויג וויין פאַר קינדערלעך, און ענטפערט אַפדערויף, אַז מען צעטיילט געברענטע זאַנגען און ניסעלעך בכדי די קינדער זאָל ניט איינשלאָפן, און זאָלן פרעגן (די קשיות); דאָס ווערט אויך געבראַכט אין נאָמען פון ר' עקיבא'ן, בעת ר' אליעזר זאָגט, אַז מען איילט זיך אונטער מיט מצות פון די קינדערס וועגן, זיי זאָלן ניט איינשלאָפן ביים סדר (פּסחים ק"ח ע"ב = ק"ט ע"א). אַכלל, דער ענין פון דאגהנען דערפאַר, דער סדר זאָל זיין אַ פריילעכער פאַר קינדערלעך, און חלילה ניט לאַנגווייליק, איז גאָרניט קיין פּנים חדשות...
וועגן דעם וואָרט און וועגן דעם ענין איז פאַראַן נאָך אַ סך, און דאָס אַלץ איז נאָר אויפן שפּיץ שערעלע...
***
איז שפּרינגען מיר אַריבער צו אידיש, און די לעצטע יאָרן, אין וועלכע מען פרעגט אויס ביי עלטערע אידן אין מזרח אייראָפּע צי זיי געדענקען דעם אפיקומן ביי די סדרים פון פאַר דער מלחמה. אַ קשיא אויף אַ מעשה, פאַרשטייט זיך אַז זיי געדענקען! נאָר וואָס...
האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויף אידיש האָט מען גענומען אַרויסריידן דעם עצם וואָרט אויף פאַרשיידענערליי אופנים.
איז פון ביישפּיל וועגן: אין געגנט פון ווילעדניק (אוקראַינע) האָבן מיר געהערט "אַפאַקעימאָן"; אין אַ ריי ערטער: "אַפעקעימעס" (צווישן זיי, אין דער היינטיקער ליטע: שאַוול און איגנאַלינע; אין לעטלאַנד: קראַסלאַווע; אין בעלאַרוס: מינסק און פּינסק); אין אַנדערע ערטער ווידער: "אַפיקאָמאָן" (בריסק, היינט ברעסט אין בעלאַרוס); און אַפילו "אַפּיקאָומין" (אין פּלונגיאַן, ליטע).
און וואָזשע איז דער טייטש פונעם וואָרט גופא? לויט אַן אָפטער דערקלערונג, וואָס גאָר אַ סך פון "אונדזערע אידן" האָבן זיך פון די קינדערשע יאָרן פאַרגעדענקט אין אַלערלייאיקע מקומות, האָט מען ביי פּשוטע אידן גענומען פאַרשטיין דעם צווייטן טייל פון וואָרט "אפיקומן" טאַקע ווי אַ "קוימען", אַזוי אַרום אַז די נייע איבערטייטשונג פון וואָרט איז אין אָטאָ די מקומות געוואָרן, פּראָסט און פּשוט: "אויפן קוימען".
אָטאָ די "איבערטייטשונג", אויף: "אויפן קוימען" האָט געפירט דערצו, מען זאָל מוסיף זיין אַ "נון", און "אפי" זאָל מגולגל ווערן אין: "אויפן" (לויטן אָרטיקן אַרויסרייד: "אַפן"). דאָס איז כאַראַקטעריסטיש דער עיקר פאַר אַ שטח פון צפון=מזרחדיקן ("ליטווישן") אידיש, וואָס געפינט זיך היינט אין בעלאַרוס, און ציט זיך פון וויטעבסקער געגנט אין צפון=מערב אַזש ביזקל גראָדנע אין דרום=מזרחדיקסטן ווינקל. אין סענע לעבן וויטעבעסק האָט מען געהערט "אַפנקעימענס"; אין אַ ריי אַנדערע שטעט און שטעטלעך "אַפנקעימעס" (באַראַנאָוויטש, פּינסק, אַמדור, פּרוזשאַן און אַנדערע); אין גראָדנע געהערט "אַפענאַקעימען" (וואָס מ'האָט אויסגעטייטשט: אויפן ה=קוימען), אין מאָלעוו (מאָהילאָוו): "אַפנקעימאָן". אין סמאָלעוויטש פּשוט: "קעימען" און אַראָפּ פון מאַרק. והוא סמאָלעוויטש צו צפון=מזרח צו פון מינסק, אַז מ'פאָרט אויפן וויטעבסקער וועג (ניט צום פאַרפּלאָנטערן, זאָל מען אָפּגעהיט ווערן, מיט סמילאָוויטש, צו דרום=מזרח צו, וואָס אויפן באָברויסקער וועג).
דאָס אייגענע אין טיילן פון צפון אוקראַינע, בתוכם קיעוו און כאַבנע וואו מיר האָבן פאַרצייכנט: "אַפנקעימען". (צו אַנדערע געגנטן אין דרום וועלן צוקומען אינפאָרמאַציעס פון די איצטיקע עקספּעדיציעס פון אינדיאַנער אוניווערסיטעט.)
***
איז מה ענין אפיקומן אצל אַ קוימען (ס'בעט זיך כמעט אַ שטיקל "להבדיל")?
דאָס האָבן אונדז אומעטום דערקלערט די טייערע עלטערע אידן פון דיאָ מקומות מיט איין דערקלערונג: אין אַ שטעטלדיקער הילצערנער שטוב (אַ "כאַטע") איז תמיד דאָ אַ ריזיקער אויוון וואָס באַהייצט די גאַנצע שטוב אַרום=און=אַרומעט (ד.ה. דער אויוון איז אַ געמויערטע געבוי אינמיטן שטוב, די שטוב גופא איז אַ הילצערנע). אויפן דאַך פון אויוון, לעבן קוימען (פאָרט אונטער דער סטעליע), זיינען קינדער אַפילו געשלאָפן, ס'איז אַ ברייטלעכער (און ווינטערצייט אַ וואַרעמער!) אָרט אויף צום שלאָפן. איז צו וואָס באַהאַלטן דעם אפיקומן אונטערן קישן, אַז מ'קען אים אַרויפלייגן — אויבן אויפן קוימען!
דער "קוימען שטח" פון ווייסרוסלאַנד (דאָס הייסט, די ערטער פון ווייסרוסלאַנד וואו מען האָט צוגעגעבן דעם "נון" אין וואָרט "אפיקומן" צו מאַכן "אויפן קוימען") צעטיילט זיך סיי צווישן מקומות וואו ס'איז געווען אַ חב"דישע מערהייט, צו מזרח=צו, סיי מתנגדישע אין מערבדיקן חלק פון דעם שטח. שוין נאָך אַ ראיה צו דער ירושה בשותפות, פון חב"ד און די מתנגדישע ליטוואַקעס...
און ס'איז אַריין אין אידישן הומאָר אין די אַלע מקומות, מחמת דעם וואָס אויף אַן אמת וויל מען גאָר מיט אַ וואויל=האַרציקן אָנוואונק, מיט אַ חנעוודיקן רמזל, אויסזאָגן דעם "גרויסן סוד", וואו ס'ליגט דער באַהאַלטענער אפיקומן. האָט מען גענומען אָנרופן די מצה "דער... אַפן=קעימען", מיט אַ סך לאָקאַלע נוסחאות און נוסחאָעלעך. יענער וואָרט, וואָס איז אַריין פון אַלט גריכיש אויף אַראַמיש און לשון קודש, האָט אויף אידיש זוכה געווען צו אַ שפּאָגל נייער טראַנספאָרמאַציע, מוויטעבסק, אשר בארץ חב"ד, ועד גראָדנע וואָס אין די טיפענישן פון דער אַמאָליקער ליטע.
דער עיקר, רבותי, אַ ליכטיקן, כשרן, געזונטן פּסח!
~~~~~~~
|