גרשון יעקבסאָן אין רעדאַקציע.
אַ סך אידישע פּובליקאַציעס האָבן געהאַט אָט וועלכן גורל אין משך די לעצטע יאָרן: אַז דער רעדאַקטאָר איז אַוועק אין דער אייביקייט, איז די פּובליקאַציע (א) גלאַט אונטערגעגאַנגען, אָדער (ב) געבליבן לעבן אין אַ ניט=דערבאַקענעם חצי=גילגול.
איז עס פאַר די אַלע וואָס פאָלגן נאָך דעם היינטצייטיקן מעמד און גורל פון אידיש געווען אַ חידוש אַז דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" איז אין גאַנג פון די צוויי יאָר פון זינט דער פּטירה פון זיין גרינדער גאָר אויסגעוואַקסן, וואָס ווייטער און וואָס שענער, אויף אַן אופן וואָס ברענגט ר' גרשון=בערן אין גן=עדן אַ "נחת מבנים".
עס איז שווער, זייער שווער צו טראַכטן, אַז עס איז ניטאָ מער ר' גרשון=בער יעקבסאָן ז"ל, ניט קוקנדיק אויפדערויף, וואָס זיין צווייטן יאָרצייט היטן מיר היינט אָפּעט; און במילא, שטעלט דאָך מיט זיך פאָר אַ צווייטער יאָרצייט אַ געוויסן, אייגנאַרטיקן מאָמענט, מ'זאָל אַ טראַכט טאָן וועגן דעם נפטר און אויף דעם אַלעמען וואָס גייט אַריין אינעם באַגריף "לעבעדיקע ירושה לדורות", און דאָ, צו ר' גרשון=בערס צווייטן יאָרצייט, איז די "לעבעדיקע ירושה" געוואָרן וואָסאַמאָל מער ממשותדיק, און דער גאַנצער עולם ווייס, מיט וואָס און ווי אַזוי:
ס'גייט די רייד, פאַרשטייט זיך, וועגן ר' גרשון=בערס אויפשטעלן זיין משפּחה אין ניו יאָרק, אינאיינעם מיט זיין פרוי סילוויע איר צו לאַנגע געזונטע יאָרן, און בעת מעשה, וועגן זיין באַשאַפונג פונעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל", וואָס וואַקסט מימים ימימה אין זיין היסטאָרישער חשיבות און וואַקסנדיקן לעבעדיקן חלק און אָנטייל אין דער וועלט פון אידיש (אַ וועלט וואָס איז אין אַ סך קרייזן מימים ימימה וואָסאַמאָל שוואַכער). אויב ריידן אין זין פונעם נייעסטן קאַפּיטל אין דער געשיכטע פון אידיש, וועט דאָך פאַלן דער טראָפּ, ניט אויפן ערשטן און ניט אויפן צווייטן פּונקט, נאָר גראָד אויף דער עצם התקשרות וואָס צווישן די צוויי פּונקטן, אַ התקשרות אין וועלכער עס איז אויך גאַנץ נישקשהדיק באַהאַוונט דער גאַנצער עולם:
אַ סך אידישע פּובליקאַציעס (סיי צייטונגען און סיי זשורנאַלן) האָבן געהאַט אָט וועלכן גורל אין משך די לעצטע יאָרן (און אויך יאָרצענדליקער): אַז דער רעדאַקטאָר איז אַוועק אין דער אייביקייט, איז די פּובליקאַציע (א) גלאַט אונטערגעגאַנגען, אָדער (ב) געבליבן לעבן אין אַ ניט=דערבאַקענעם חצי=גילגול פון אַ נייער רעדאַקציע אשר לא ידע בין ימינו לשמאלו, אָדער (ג) דורכן אימפּאָרטירן פון "די סאָוועטן" מיטאַרבעטער וואָס קענען טיילמאָל די אידישע שפּראַך, נאָר פונעם ריח פון "סאָוועטיש היימלאַנד" ווערט מען ניט אַזוי גיך פּטור.
איז עס פאַר די אַלע וואָס פאָלגן נאָך דעם היינטצייטיקן מעמד און גורל פון אידיש, שוין איינמאָל געווען אַ שייניקייט, אַ חידוש וואָס ברענגט פרייד און גיט צו כוחות, אַז דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" איז אין גאַנג פון די צוויי יאָר פון זינט דער פּטירה פון זיין גרינדער (וועלכער איז אין משך פון העכער דריי=און=דרייסיק יאָר געווען אויך זיין הויפּט רעדאַקטאָר) - גאָר אויסגעוואַקסן, וואָס ווייטער און וואָס שענער, אויף אַן אופן וואָס ברענגט ר' גרשון=בערן אין גן=עדן אַ "נחת מבנים" וואָס איז זעלטענער אויף דער אידישער גאַס איידער אַן עיבור=יאָר: דער "זשורנאַל" איז געבליבן און האָט גענומען אויסוואַקסן, אַדאַנק דעם וואָס גאַנץ בית יעקבסאָן האָט זיך בלב ונפש "גענומען צו דער זאַך" (און ווער עס האָט אַמאָל אַרויסגעגעבן אויף אידיש אַפילו אַ חודשלעכע אָדער יערלעכע פּובליקאַציע פאַרשטייט זייער גוט אין וואָס ס'גייט די רייד).
דער עלטסטער זון פון גרשון יעקבסאָן, סימון יעקבסאָן נ"י האָט גענומען אויף זיך ווערן דער אַרויסגעבער, און דער א י נ ג ס ט ע ר זון, יוסף=יצחק יעקבסאָן נ"י, איז געוואָרן דער הויפּט=רעדאַקטאָר. ברוך שלומס נ"י אַרטיקלען זיינען אַ נחמה פאַר דער אידישער האַרץ און נשמה.
און מיט דעם אַליין האָט זיך שוין פאַרלאָפן אַ מין וואונדער אין דער בחינה פון אַ זעלטן שיינער זאַך וואָס טרעפט זיך, אַזוי קען מען זאָגן, אַ צווייטן מאָל אויכעט:
אַז עס איז אונטערגעגאַנגען דער טעגלעכער "טאָג - מאָרגן זשורנאַל" סוף 1971 און אַ ביסעלע נאָכדעם, אָנהייב 1972, אַז דער מיטאַרבעטער ג. יעקבסאָן פון יענעם אויסערגעוויינלעכן בלאַט האָט גענומען גרינדן אויף זיין אָרט (און במילא שוין אויף אַ נייעם אָרט) דעם וועכנטלעכן "אַלגעמיינעם זשורנאַל". גרשון יעקבסאָן איז נאָך געווען אין זיינע דרייסיקער יאָרן, און שוין ד אַ מ אָ ל ס ט דער "צעירא שבחברייא" אין דער וועלט פון די אידישע צייטונגען; דאָס וואָס ז י י ן אינגסטער זון, אַז אים איז נאָך ניט געווען קיין פולע דריי=און=דרייסיק יאָר, האָט גענומען אויף זיך די רעדאַקטאָרשאַפט קורץ נאָכן טאַטנס נפטר ווערן אין 2005, איז אַ ביישפּיל אַן איין=און=איינציקער פון גיין אין טאַטנס פוסטריט.
און אין משך פון אָטאָ די צוויי יאָר, וואָס מיר צייכענען אָפּ איצט אין די יאָרצייט=טעג פון גרשון יעקבסאָן ז"ל, איז ער דער מובחר געוואָרן צווישן די אידישע רעדאַקטאָרן אויף דער וועלט, עפּעס ווי אַרויסגעשפּרונגען פון אַ אידישער מעשהלע פון אַמאָל וואָס איז פאַרגילגולט געוואָרן אין דער איצטיקער, לעבעדיקער וואָריקייט.
און דאָ מעג מען, אגב פּונקט אין גייסט פון גרשון יעקבסאָנס "ריידן ברחל בתך הקטנה", גלייך אַריינשפּרינגען אין איינעם פון די עיקרי המהות פון ר' גרשון=בער יעקבסאָן: די גרייטקייט צו זיין אינגאַנצן אָפן לגבי די צוויי וועלטן פון מאָדערנעם אידיש: פון די וועלטלעך=אידישיסטישע קרייזן (ליטעראַרישע, אַקאַדעמישע, פּאָפּולערע, וכו') און פון דעם טראַדיציאָנעלן (אין מערסטע פאַלן חרדיש=פרומען) עולם, ביי וועמען - אַזוי האָט די היינטיקע געשיכטע פון אידיש אַזוי בולט=קלאָר אַרויסבאַוויזן - די אידישע שפּראַך איז אַ לעבעדיקע משפּחה שפּראַך, לעבט כלשונות האומות אויף גאַסן און אין געגנטן און ווערט איבערגעגעבן נייע דורות, ניט נאָר "צום קלוב" אָדער "צום קלאַס" אָדער "צום אי=מעיל".
אָבער "אָפן זיין" לגבי צוויי זייטן פון עפּעס אַן ענין איז פאַר=זיך ווייניק; דאָס קומט דאָך בכלל ניט צום ווידמען העכער דריי יאָרצענדליקער פון די יאָרן וואָס ווערן אַ מענטשן געשאָנקען דאָ אויף דער וועלט, בכדי אויסצובויען אַ לעבעדיקע וועכנטלעכע צייטונג, וואו עס קענען זיך דרוקן בשכנות אידישע שרייבער פון די פאַרשיידנאַרטיקסטע קרייזן. "האָט זיך געמאַכט" אַז אין משך פון די העכער דריי צענדליקער יאָרן רעדאַקטאָרשאַפט פון גרשון יעקבסאָן, אַז דעם "וועלטלעכן סעקטאָר" איז געווען באַשערט, צום גרויסן באַדויערן, אונטערגאַנג ווי אַ לעבעדיק אידיש=ריידנדיקע געזעלשאַפט; און אַז אין די זעלביקע יאָרן, זאָל אידיש ביי טראַדיציאָנעל=פרומע, חרדישע אידן, אויסשפּרייזן ווייט איבער די גבולות וואָס טייל האָבן דאַמאָלסט פאָראויסגעזען און פאָראויסגעזאָגט.
(און אַפילו ביי היינטיקן טאָג קען מען הערן ווי טייל "אַקאַדעמיקער" מיט הויכער אוניווערסיטעטישער בילדונג לייקענען דאָס אָפּעט, מיינענדיק אַז זייערע ענגליש=אידישע אי=מעילס און די קלובן מיט די קלאַסן זיינען דאָס די צוקונפט פון אַ שפּראַך, בעת ווען די הונדערטער טויזנטער מענטשן וועלכע ריידן אויף דער שפּראַך טאָגטעגלעך זיינען גאָר "ניט שייך צום ענין", נאָר דאָס אַלצדינג געהערט דאָך אַן אַנדער איגרתל...).
איז וואָס איז געוואָרן? דער עולם האָט שטאַרק אָפּגעשאַצט גרשון יעקבסאָנס אויפטו. נאָכמער: בעת מעשה האָט דער עולם "אויף אַזויפל" אָפּגעשאַצט דעם אויפטו, אַז מ'האָט עס אידענטיפיצירט אינגאַנצן מיטן יחיד, דעם באַשאַפער, ניט טראַכטנדיק אַפילו, וואָס קען ווערן מיט דער זאַך אויף להבא. און ריידנדיק ווייטער אינגאַנצן אָפן: היות ווי ביי מערסטע טראַדיציאָנעל=פרומע געבאָרענע נאָך דער מלחמה איז דאָ ווייניק אינטערעס צו דער "ברייטערער קולטור און ליטעראַטור אויף אידיש", האָט מען מיט צוויי יאָר צוריק, אַז ס'איז (פאַרן ברייטערן עולם) אינגאַנצן אומדערוואַרט אַוועק אין דער אייביקייט גרשון יעקבסאָן, זיך לחלוטין ניט משער געווען, אַז דער "זשורנאַל" וועט בכלל ווייטער אַרויסגיין, ווער רעדט נאָך אַנטוויקלן זיך ווייטער. מען האָט פּשוט ביי אונדז אויפן "געסל פון אידיש" זיך ניט גערעכנט מיט דעם, אַז עפּעס קען אויך געשען מיט אַ מענטשן וואָס איז "ניט מער" ווי זיבעציק יאָר...
עס איז ניט מעגלעך צו היטן דעם יאָרצייט און בעת מעשה ניט בענטשן די קינדער, אויף לאַנגע געזונטע יאָרן, פאַר דער מסירת=נפשדיקער איבערגעגעבנקייט מיט וועלכער זיי האָבן אויפגעהיט דעם טאַטנס לעבעדיקע, ווייטער=גייענדיקע באַשאַפונג. עס איז פּרעכטיק אויסגעוואַקסן, ביים נייעם רעדאַקטאָר, יוסף=יצחק יעקבסאָן, דער אינגסטער פון זיינע פינף קינדער, אַ געוואַלדיקער כשרון. ער איז אין אַ הרף=עין געוואָרן ניט נאָר דער אינגסטער רעדאַקטאָר אין דער וועלט פון אַ אידישער צייטונג, נאָר אויך לויט דער מיינונג פון ניט ווייניק וואָס אינטערעסירן זיך מיט אידיש: דער בעסטער. און פאַרשטייט זיך, אַז טאָלעראַנץ און אָפנקייט פאַר=זיך קלעקן דאָ ניט צום שידוך. די אַריינלייגונג אין דער זאַך פונעם האַרץ מיט דער נשמה, די אומפאַרגלייכלעכע אַרבעט און טירחא וואָס איז אין לשער, און צום סוף פון דער זאַך, טאַלאַנט, צו פאַרשטיין וואָס אַזאַ פאַרשיידנאַרטיקע לייענערשאַפט וויל און דאַרף האָבן, וואָס איז אויך אין לעצטן סך=הכל אַ מין פּשטותדיקער חוש=הרעדאַקטאָר. דער אמת איז, אַז נאָר יחידי סגולה האָבן יענעם זעלטענעם אויסגעטאָקטן חוש: וואָס איז פאַרן עולם אינטערעסאַנט, אָנרייצנדיק, טשיקאַווע און וואָס להבדיל נודנע, סקאַרבאָווע און אויסגעדרשנט; וואָס קען דערוועקן קריטישע טראַכטענישן און אַן אָריגינעלן געדאַנקען=גאַנג.
און צו דעם אַלעמען דאַרף מען פאַרשטייט זיך ווערן אַ גיבור אַקעגן אַלע טענות פון אַלע זייטן, מחמת דעם, וואָס: וואָס מ'זאָל ניט דערלאַנגען אַזאַ פאַרשיידנאַרטיקן עולם (און טאַקע זייער אַ פאַרשיידנאַרטיקער אַפילו אין אייגענעם תחום פון יעדער פון די מחנות גופא!), וועט מען קומען מיט טענות און מענות פון איין זייט און פון אַ צווייטער זייט. אָבער אַז דער רעדאַקטאָר איז אַ רעדאַקטאָר, און בפרט נאָך אַ געבענטשטער מיט דער אייגנאַרטיקער גאונות אשר ברעדאַקטאָרן, גייט דאָס אַלץ אַריין (יאָ, אַפילו דער וועכנטלעכער "ריטואַל" פון שיקן אין דרוק אַריין די לעצטע קאָרעקטור און אויף מאָרגן זיין גרייט אויסהערן אַלע "קאָמפּלעינטס"), גייט דאָס אַ ל ץ אַריינעט, אָן אויסנאַם, אין אַ גרעסערער און ברייטערער ספירה, אין דעם פּראָצעס פון כסדרדיקער, ניט=איבערגעריסענער אויסוואַקסונג און באַרייכערונג פון אַ לעבעדיקער שפּראַך, וואָס ווערט פאַר זיך אַריינגעפלאָכטן אין איינער פון די מיסטעריעס און וואונדערס פון דער מאָדערנער תקופה פון אידיש: אַן אמתדיקע צייטונג, וואָס אַן אמתער עולם ו ו י ל אַלע וואָך לייענען.
און געדענקט: קיינער וואַרפט זיך ניט מיט קיין געלט, די צייטונג זאָל אַרויסגיין "במילא". עס קומט אַלץ מיטן "בזעת אפּיך" פון ר' סימון נ"י.
צוקונפטיקע היסטאָריקער וועלן אָן קיין שום ספק באַטראַכטן אַנדערע אייגנשאַפטן און צווישן=שייכותן. צווישן זיי, ווי אַזוי עס איז אויסגעוואַקסן די ראָלע איבער דער וועלט פון חב"ד ליובאַוויטש אויך פאַר אידן וואָס וועלן, דעם אמת ריידנדיק, קיין ליובאַוויטשער חסידים אַליין ניט ווערן. אין די סביבות פון אידיש, איז דעם עולם אפשר אַפילו ניט איינגעפאַלן, אַז "האחים יעקבסאָן", וואָס אַליין זיינען זיי רבנים, שרייבער, רעדנער און דערציער פון חב"ד ליובאַוויטש וועמענס קירוב אַרבעט ברענגט אַ נאָענטן קאָנטאַקט מיט אַ סך אינגאַנצן אָפּגעווייטערטע אידן און אויך מיט דער ברייטערער ניט=אידישער וועלט, וועלן דאָ קומען אין פולסטן זין פון וואָרט ווערן דעם טאַטנס יורשים ביים ווייטערפירן דעם "זשורנאַל" אין דער צוקונפט אַריין, און ווערן אַן "אַלגעמיינער ליכט" אויפן היינט פאַרנעפּלטן האָריזאָנט פון דער אידישער שפּראַך.
ס'איז אַ סברא אויכעט כדאי, דווקא ביי אַ צווייטן יאָרצייט, זיך אַ קלער טאָן וועגן יענער צווייאיקייט ("שני=הצדדימדיקייט"), וואָס איז אַזוי יסודותדיק (און אָפטמאָל ניט ווינציק אָנגעווייטיקט) וואָס שייך דער מאָדערנער געשיכטע פון אידיש: טראַדיציאָנעלקייט און וועלטלעכקייט. מערסטע "טראַדיציאָנעלע" זיינען פרום, בעת מערסטע (ניט אַלע) וועלטלעכע זיינען געווען "פריי" אין דער תקופה פון די גרויסע אידישע שרייבער וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן פאַרן חורבן, אַ תקופה וואָס האָט זיך געצויגן ביז אין די לעצטע יאָרן אַריינעט. פונדעסטוועגן איז דער גאַנצער ענין אויף אַן אמת "גאָרנישט אַזוי פּשוט".
איז ערשטנס, דאַרף מען האַלטן פאַרן אויג, אַז שיער ניט אַלע וויכטיקסטע אידישע שרייבער און רעדאַקטאָרן (דער פּראָצענט איז אַפילו ניט ווייט פון די גאַנצע הונדערט...), זיינען דערצויגן געוואָרן, האָבן זיך אויסגעהאָדעוועט, ממש אין דער פולבלוטיקער טראַדיציאָנעלער וועלט פון דעם וואָס מ'רופט היינט "חרדישע אידן". אָטאָ די ירושה האָבן אָטאָ די שרייבער טיף, זייער טיף, איינגעפלאָכטן אין זייערע ווערק, אַפילו ווען זיי אַליין זיינען אַוועק פון יענע סביבות און זיינען אַריין אין איינער פון די מאָדערניסטישע, ראַדיקאַלע סביבות וואו די אידישע שפּראַך=באַוועגונג איז אויך אַריין (צווישן זיי, בסדר א"ב: אַנאַרכיזם, בונדיזם, טעריטאָריאַליזם, סאָציאַליזם, סאָציאַליסטישער ציוניזם, קאָמוניזם, און אַנדערע).
והשנית, וואָס ס'איז איצט קלאָר געוואָרן פון דער אידישער געשיכטע אַז דיאָ ראַדיקאַלע באַוועגונגען האָבן קיין תקומה לדורות ניט געהאַט אין גאַנג פון דער מאָדערנער אידישער געשיכטע;
און דריטנס, ווען מען נעמט אין באַטראַכט אַז אַפילו אין די ראַמען פון לשון גופא, איז דער ווייט=גרעסטער רוב פון אַפילו די בעסטע שרייבער, רעדאַקטאָרן, לערער און קולטור=טוער פון דער וועלטלעכער סביבה אינגאַנצן דורכגעפאַלן, אַפילו אין אַזעלכע פרייע לענדער ווי אַמעריקע, ביים אויסהאָדעווען אידיש=ריידנדיק קינדער (אַפילו אַז מ'זאָל גאָרניט ריידן וועגן נייע דורות שרייבער און רעדאַקטאָרן). טאַקע צו גרשון יעקבסאָנס שלשים אין ניו יאָרק האָט דער גרויסער שרייבער און דענקער אליעזר וויזעל, אים צו לאַנגע געבענטשטע יאָרן, זיך ניט צוריקגעהאַלטן פון דערמאָנען ברבים, אַז ער האָט זייער גוט געקענט רעדאַקטאָרן פון וועלטלעכע אידישע צייטונגען וואָס זייערע קינדער קענען קיין שייטל אידיש ניט;
און פערטנס: ביי יענעם "שלושים" אין ניו יאָרק האָט אליעזר וויזעל אַרויסגערופן צו די קינדער פון גרשון יעקבסאָנען, זיי זאָלן למען השם ווייטער אויפהאַלטן דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל"; ערשט איצט, מיט אַ יאָר צוויי שפּעטער, זעט מען ווי נביאותדיק=אינספּירירנדיק עס זיינען געווען זיינע רייד, ווי ס'ווערט וואָך=איין וואָך=אויס מקוים זיין ברכה. בלייבט במילא, אַז אַ ברכה פון אלי וויזעל איז ניט קיין ברכה לבטלה. און ווי מערקווערדיק, אַז זיין אַרויסרוף בפרהסיא ביי יענעם שלושים איז אין אַ ניט קליינער מאָס וואָר געוואָרן - אַזוי ווי ביי די קינדער פון ישי - צוליב דעם וואָס ס'איז רעדאַקטאָר געוואָרן גראַדע דער אינגסטער זון, דער "מיזיניק".
און פינפטנס גייט דאָס אַלצדינג אַריינעט אין די מעגלעכקייטן פון אַ תקופה, פון אַ סימבאָלישן "מאָמענט" אין דער געשיכטע, וואָס נאָר יחידי סגולה זיינען מסולגל זיך אָן אים אָנצוכאַפּן: מיר לעבן אין אַ צייט ניט נאָר פון טרויעריקע זאַכן אויפן געביט פון אידיש (למשל דאָס נעלם ווערן פון די לעצטע וואָס שטאַמען פון דער אַלטער היים פון פאַרן חורבן), נאָר אויך פון נייע מעגלעכקייטן אויף להבא. פון איין זייט נעמען יונגע סטודענטן און ענטוזיאַסטן פון אידיש איינזען, אַז פון דער חרדישער וועלט קענען זיי נאָר באַרייכערט ווערן. פון דער אַנדערער זייט איז ביי אַ סך אינגערע חרדים שוין ניטאָ דער אַמאָליקער פּחד, אַז די חברה פון וועלטלעכן אידיש קענען קאַליע מאַכן זייערע קינדער מיט די השגות פון יענע היינט=אונטערגעגאַנגענע ראַדיקאַלע אידישע באַוועגונגען וועלכע האָבן מיט הונדערט יאָר צוריק טאַקע געוואָלט "אָפּגעווינען" וואָס מער יוגנט פון אַנדערע קרייזן. דער "וועלטלעכער אידיזישם" קען היינט די גענדז אַפילו ניט סטראַשען, בעת ווען די ליטעראַרישע ירושה פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור איז אַזוי שטאַרק, און אויף אַ בלייביקן און דויערהאַפטיקן אופן מסוגל צו באַרייכערן אַיעדן וואָס קען גוט לייענען אידיש, איז דאָס "שוין איינמאָל געזאָגט געוואָרן" אויף אינגערע חברה פון די חרדישע סביבות וואָס האָבן דעם גרויסן זכות צו קענען אידיש פון דער היים און ניט פון אַ קלאַס. זיי וועט דאָס זיין אַלץ זיין אָן אַ שיעור לייכטער איידער ביי די אָנקומענדיקע פון דרויסן (בתוכם אַ סך ניט=אידן), וואָס נעמען שטודירן אידיש אין פאַרשיידענע עקן וועלט.
און דאָס אַלצדינג פירט אונדז אַ טראַכט טאָן צום יאָרצייט, וועגן דעם, ווי אַזוי די אייגענע יאָרן, די ביאָגראַפיע, פונעם מענטשן וועמענס יאָרצייט מיר מערקן אָפּ, האָט משפּיע געווען אויף זיינע דערגרייכונגען אין ראַם פון זיין עפּאָכע און די היסטאָרישע אַנטוויקלונגען וואָס האָבן זיך אין איר פאַרלאָפן.
מיר ווערן טאַקע ניט מיד צו דערמאָנען, אַז שיער ניט אַלע גרויסע שרייבער און רעדאַקטאָרן אויף אידיש האָבן זיך קינדווייז אויסגעהאָדעוועט, טראַדיציאָנעל פרום שבטראַדיציאָנעל פרום, און האָבן די גאַנצע וועלט פון אידישקייט איינגעאָטעמט אין זייערע ווערק, הגם מערסטע זיינען אַליין אַוועק אין אַנדערע "באַוועגונגען פון זייער צייט". אַ סך האָבן ניט ווייניק באַוויזן שטודירן אויך אין וועלטלעכע אינסטיטוציעס, שקאָלעס, גימנאַזיעס און אינסטיטוציעס, אַזוי אַרום אַז זיי האָבן מיטגענומען אויף אייביק די "ביידע ירושות" און זיי צונויפגעפלאָכטן, יעדערער אויף זיין שטייגער און מיט זיין אָדער איר אינדיווידואַליסטישער שטימע.
אויך גרשון יעקבסאָן האָט געלערנט סיי אויפן אַלטן אידישן שטייגער סיי אויפן מאָדערנעם וועלטלעכן, נאָר אַליין איז ער געבליבן ביי אידישקייט און האָט אויסגעהאָדעוועט אַ שיינע חב"דישע משפּחה אין ברוקלין. וואַרפט זיך עס נאָך מער אין די אויגן, וואָס דער וועלטלעכער דערציאונגס=עלעמענט איז ביי אים געווען גראַדע דווקא שטאַרקער איידער ביים דורכשניט אידישע שרייבער און רעדאַקטאָרן. זייענדיק אַ אינגל אין מאָסקווע אין די דרייסיקער יאָרן, ווען די גרופּע פון חב"ד ליובאַוויטש האָט ניט קוקנדיק אויף סטאַלינס גזירות באַוויזן באַהאַלטענערהייט אויפהיטן אידישקייט און אָנפירן מיט חדרים (אונטער דער עלית-נשמהדיקער השפּעה פון פריערדיקן רבין, ר' יוסף יצחק זצ"ל), האָט גרשון יעקבסאָן געלערנט (אַלץ אויף רוסיש) אין דער מלוכהשער עלעמענטאַר=שול און מיטל=שול און באַקומען אויסצייכענונגען פאַר ליטעראַטור, געשיכטע, געאָגראַפיע און מאַטעמאַטיק. אין שפּעטערדיקע יאָרן איז ער געוואָרן אַ גלענצנדיקער זשורנאַליסט (באַוואוסט פאַר זיין דרייסטקייט און געוואַגטקייט) ניט נאָר אויף אידיש און רוסיש נאָר אויך אויף העברעאיש און ענגליש. נאָכן באַזעצן זיך אין צפון אַמעריקע, האָט ער פאַרענדיקט דעם ערשטן דיפּלאָם אין טאָראָנטאָ אוניווערסיטעט אין קאַנאַדע, און איז דערנאָכדעם אַריבער אויף די נאָך=גראַדואיר שטודיעס אינעם וועלט=באַוואוסטן פאַקולטעט פאַר זשורנאַליזם אין קאָלאָמביע אוניווערסיטעט אין ניו יאָרק. יאָרנלאַנג האָט ער מיטגעאַרבעט אין דער ניו=יאָרקער ענגלישער צייטונג "העראַלד טריביון".
ווייזט זיך אַרויסעט, אַז גרשון יעקבסאָנס בילדונג איז געווען אַפילו מער וועלטלעך אָריענטירט איידער ביים ווייט גרעסטן רוב אידישע שרייבער און רעדאַקטאָרן וואָס שטאַמען פון פאַר דער מלחמה. דאָס האָט אים גאָרנישט ניט געשטערט ביים פירן זיין אייגענעם לעבן און אויסהאָדעווען זיין משפּחה אין די טיפענישן פון אידישן ברוקלין, אין חב"דישן קראַון האַיטס. און פאַרקערט, דאָס האָט פאַרשטאַרקט דעם רצון צו דערציען קדישים זיי זאָלן ניט נאָר "ניט מורא האָבן" פאַר "יענע" סביבות פון אידיש, נאָר וואָדען, זיי זאָלן אויך מסוגל זיין ממשיך זיין מיט זיין לעבנס=אויפטו, מיטן "אַלגעמיינעם זשורנאַל", מיטן צונויפברענגען ביים ליטעראַרישן טיש כל שרידי אידיש פון אַרום און אַרום.
ואחרון אחרון, ר' גרשונס אַ וואָרט וואָס איז שייך צו דעם אַלעמען.
אַ אידישער רעדאַקטאָר שפּירט זיך מעיקרא נעענטער מיט די לייענער איידער איינער וואָס פירט אָן מיט אַ בלאַט אויף דער מלוכה=שפּראַך אַשטייגער. די קרובהשאַפט מיט די לייענער איז גובר אין אַ געוויסן זין אויך דעם מלאך המות, דאַמאָלסט ווען זיי בלייבן "לייענער" אויך דאַמאָלסט ווען דער פּען=מענטש איז אופן עולם האמת.
איז מעגלעך ביידערביי אָפּשליסן אַן איגרתל מיט אָט וועלכן וואָרט: נאָך דער באַגעגעניש מיט גרשון יעקבסאָן אין נאָוועמבער 1996, ווען מיר האָבן אָפּגערעדט, אַז כ'וועל שרייבן פאַרן "זשורנאַל", האָט ער מיר אַ זאָג געטאָן, בעתן געזעגענען זיך אויף די טרעפּ פון דער אַמאָליקער רעדאַקציע אויף איסט בראָדוויי אויף דער איסט סייד פון ניו יאָרק:
"פאַרגעסט אָבער ניט, אַז דער לייענער פון 'אַלגעמיינעם זשורנאַל' איז אַ ברייט=קוקנדיקער מענטש וואָס האָט ליב פאַרשידנאַרטיקייט, האָט ליב צו לייענען אינטערעסאַנטע און אפילו קאָנטראָווערסאַלע זאַכן וועגן גאָר פאַרשידענע זאַכן."
איז זאָל דער טרויער פונעם יאָרצייט געלינדערט ווערן דורך דער אויפהיטונג, אַ זאַך אַ חד בדרא ממש, פון טאַטנס לעבעדיקער ירושה - דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" - אין די נייע דורות אַריין, און זאָלן געבענטשט זיין די הענט פון כל בית יעקבסאָן. |