ביי דער שומסקער משפּחה ראַגבימע איז געווען אַ שלשלת היוחסין אַ גראָדער אַזש פון רבינו גרשום מאור הגולה. די פאַמיליע האָט מען ביי זיי געשריבן: רגבימ"ה, אַ ראשי=תיבות אויף רבינו גרשום בן יהודה מאור הגולה. מיט קאַרגע ניין הונדערט יאָר פאַר דעם, אין יאָר תשע"ב נאָך אין אלף החמישי, איז רבינו גרשומס בן=יחיד דעם נסיון הגדול ניט בייגעשטאַנען, ער האָט זיך אין מיינץ געלאָזן אָפּשמדן אין אַ מאוימדיקן שעת הדחק, ער האָט ניט באַוויזן תשובה טאָן פאַרן שטאַרבן. און רבינו גרשום מאור הגולה האָט נוהג געווען אבילות, דאָס האָט דער אור זרוע בפירוש געוואוסט צו דערציילן. צוויי וואָכן איז רבינו גרשום שבעה געזעסן, אַ וואָך איבערן לעבן פון זיין זון, אַ וואָך איבער דער נשמה.
אַז פון וואַרשע האָט זיך אין ליטע אומגעקערט דער שומסקער רב, ר' גרשום ראַגבימע האָט מען אים גערופן, נאָר אָנדערהאַלבן חודש, האָט ער אויסגעזען ווי אַ שפּאָגל נייער מת וואָס קייקלט זיך אַראָפּ פון טהרה=ברעט און גייט אַ לעצטן גאַנג, די לעבעדיקע אויף צעפּלאַצעניש. שוין אַז די גבירישע קאַרעטע איז אַריינגעפאָרן אין שומסק, האָט מען ביי אים אויפן פּנים דערזען דעם יאוש פון יענע וואָס ווייסן אַז זיי האָבן פאַרשפּילט.
ר' גרשום איז געווען אַ זיבעציקער, אַ הויכער איד אַ הדרת=פּנים און אַ גיבור. די מעכטיקע לאַנגע באָרד האָט ביי אים מלכותדיק געגלאַנצט מיט רויטן, גאָלדן, ווייסן, און שאַטירונגען פון שאַטען, שיין ווי סאַלאָקער רעגנבויגן. איצטער איז ער אַרויסגעשטיגן פון דער קאַרעטע אַ צעבראָכענער און האָט זיך צוגעשאַרט צו דער טיר מיט געליימטע טריט. ער איז געווען אויסגעדאַרט. די קעסטלעכע רבנישע מלבושים זיינען פון אים אַראָפּגעהאַנגען, עלעהיי דאָ וואָלט גיין אַ דאַרער דלפון וואָס מ'האָט אים ערגעצוואו אַוועקגעגעבן די אָנטועכצער פון אַ פאַרשטאָרבענעם גראָבן באַנקיר. די אָפּגעבליאַקעוועטע קאָלירן פון דער באָרד זיינען שיער ניט אַריינגעפאַלן אין אַן איינאיינציקער קויטיקער פאַרב, ווי פון פריש צעטראָטענער ערד אויף אַ בלאָטעדיקער סטעזשקע.
וואָס האָט אין וואַרשע פּאַסירט האָט מען ניט געדאַרפט פרעגן. דריי ווייבער האָט ר' גרשום ראַגבימע געהאַט אָפּגעגט, אַלמאַי זיי האָבן אים געבאָרן נאָר טעכטער, יעדערע פון זיי צו צוויי מיידלעך. די פערטע ווייב, ער איז מיט איר געגאַנגען אונטער דער חופּה צו זיינע פופציק, איז גאָר אַן עקרה געבליבן. ער האָט מיט בייזן אַריינגעזאָגט סיי דעם שומסקער פעלדשער סיי די בעסטע ווילנער דאָקטוירים, דאַמאָלסט אַז זיי האָבן אים געגעבן צו וויסן אַ די עקרות איז אַפּנים גאָר זיינע. פון לאַנג האָבן אים די ווילנער דאָקטוירים איבערגעגעבן, אַז אין וואַרשע איז דאָ צו די=אָ זאַכן אַ פּראָפעסאָר, מאַקסימאָוויטש הייסט ער. אַז מאַקסימאָוויטש קען שוין ניט העלפן, וועט קיינער קיין זאַך ניט מאַכן. אין זיין סאַנאַטאָריע, דאָרטן זיינען אַריינגעפאָרן גבירים פון גאַנץ רוסלאַנד, האָט דער פּראָפעסאָר געמאַכט דעם רב אַלע אונטערזוכונגען, אים דערלאַנגט געמישעכצער אויף צו טרינקען, רפואות אויף צו שלינגען, באַלזאַמען אויף איינצורייבן. ביים געזעגענען זיך מיטן ליטווישן ראַבין האָט ער קלאָרע דיבורים גערעדט.
- עס טוט מיר לייד אייך געבן צו וויסן, אַז קיין קינדער וועט איר שוין ניט געבאָרן. איר זיין אַ מענטש איבער די זיבעציק און און איר דאַרפט דאָס, איך בין זיכער אויך לויט אייער גלויבן, פאַר גאָטס ווילן אויפנעמען.
די רייד זיינען אים געווען אַ מכת=מות, ניט גלאַט צוליב מענערשער בושה איבער אַן אָפּגעשלאַפטן כח גברא. די זעקס טעכטער האָט ער שטאַרק ליב געהאַט. דעם גויאישקן דאָקטער גיין דערציילן פאַרוואָס איז דאָס אים עק וועלט האָט שוין קיין זין ניט געהאַט.
ביי דער שומסקער משפּחה ראַגבימע איז געווען אַ שלשלת היוחסין אַ גראָדער אַזש פון רבינו גרשום מאור הגולה. די פאַמיליע האָט מען ביי זיי געשריבן: רגבימ"ה, אַ ראשי=תיבות אויף רבינו גרשום בן יהודה מאור הגולה. מיט קאַרגע ניין הונדערט יאָר פאַר דעם, אין יאָר תשע"ב נאָך אין אלף החמישי, איז רבינו גרשומס בן=יחיד דעם נסיון הגדול ניט בייגעשטאַנען, ער האָט זיך אין מיינץ געלאָזן אָפּשמדן אין אַ מאוימדיקן שעת הדחק, ער האָט ניט באַוויזן תשובה טאָן פאַרן שטאַרבן. און רבינו גרשום מאור הגולה האָט נוהג געווען אבילות, דאָס האָט דער אור זרוע בפירוש געוואוסט צו דערציילן. צוויי וואָכן איז רבינו גרשום שבעה געזעסן, אַ וואָך איבערן לעבן פון זיין זון, אַ וואָך איבער דער נשמה.
דריי אָפּגעשמדטע זינדעלעך האָט דער בן=יחיד פאַריתומט, לייבלעכע דריי אייניקלעך פון רבינו גרשום מאור עיני הגולה. אַז רבינו גרשום איז נתבקש געוואָרן אויף די הויכע היכלות פון אַלטן אשכנז, אין יאָר תשפּ"ח, אַלץ אין אלף החמישי, האָבן זיי אַלע דריי תשובה געטאָן, זיך אומגעקערט צו אידישקייט בפרהסיא. זיי האָבן צווישן זיך אָפּגערעדט אַז זיי וועלן אַוועק אויף ווייטע וועגן, זיך אויף אייביק געזעגענען. די שעה איז אַ שעה פון גזירות, און אין דער צעשפּרייטונג האַרבעריקט דער טרייסט, אַז דער דערבאַרעמדיקער וועט זיך כאָטש אויף איינעם פון זייערע הויזגעזינדן דערבאַרעמען. דער עלטסטער זון, אנשיל, איז אַוועק אין ארץ ישראל מיט אַ שיף, ער איז אונטערוועגנס דערטרונקען געוואָרן. דער צווייטער, גבריאל, האָט אויסגעלעבט די יאָרן ערגעץ אין אַ שטעטל ניט ווייט פון מיינץ, זיינע אוראייניקלעך זיינען אָבער אויסגעגאַנגען אין אַ עיפּוש.
דער אינגסטער, זלמן האָט ער געהייסן, נאָך אַ בחור, ער האָט צוגענומען די כתבי=ידות וואָס זיינען פון זיידן געבליבן, און איז אַוועק צו מזרח צו, קיין ראָטנבורג. דאָרטן האָט ער מצליח געווען אין מסחר און דאָרטן האָט ער זיך אויסגעזוכט אַ כלה, אַ קרובה, זי האָט געשטאַמט פון רבינו גרשומס אַ פעטער. עס זיינען אים דאָרטן געבאָרן געוואָרן טעכטער און זין אַ סך. די יאָרן זיינען פאַרוואַנדלט געוואָרן אין דורות. אין אַ פּאָר הונדערט יאָר אַרום איז ביים ראָטנבורגער הויזגעזינד פון רבינו גרשומס קינדסקינדער געבאָרן געוואָרן אַן עילוי אַ חד בדרא. תנחום מבית רגבימ"ה האָט ער געהייסן. ער האָט זיך גערעכנט פאַרן ערשטן בחור אין דער נייער ישיבה פונעם מהר"ם ראָטנבורג, ר' מאיר בן ברוך. געגרונדפעסטיקט די ישיבה האָט דער מהר"ם מיטן גאָלד וואָס ס'האָבן אַוועקגעשאָנקען די גבירי בית רגבימ"ה, ראָטנבורג זאָל גלאַנצן מיט דער פּראַכט פון דער תורה.
מיט גרויס ליבשאַפט האָט דער מהר"ם מקרב געווען דעם יונגן גאון וואָס האָט אָפּגעשטאַמט פון רבינו גרשום און זיין אָפּגעשמדטן זון. דעם מהר"ם האָט אויף אים אָנגערופן דעם פּסוק פון עמוס הנביא: "אוד מוצל משריפה" - אַ שייט, אַן אָפּגעראַטעוועטער פון דער שריפה.
אַז תנחום האָט צוועלף יאָר אָפּגעלערנט, האָט אים דער מהר"ם מראָטנבורג געגעבן ידין ידין; אַ זאַק מיט הונדערט גאָלדענע קוילן, פונעם גאָלד וואָס ס'האָבן מנדר געווען לתורה די גבירי רגבימ"ה; אַ רומפולן קאַרעט מיט צוויי ווייסע פעד נאַשפּיץ; און אַ לאַנד=קאַרטע וואו עס איז געווען צוגעצייכנט מיט פּרוכת בלויער טינט אַ ווייטער וועג אויף צו מזרח=צו אין ערגעצלאַנד. דעם מהר"ם האָט אים געהייסן ער זאָל זיך לאָזן אין וועג אַריין מיט זיין הויזגעזינד, און מיטנעמען מיט זיך רבינו גרשומס כתבי=ידות וואָס די משפּחה האָט די אַלע יאָרן פאָרכצום אָפּגעהיט, און פאָרן און פאָרן, מיטן אָנגעצייכנטן וועג, ביז וואַנען ער וועט ניט קומען צו אַ רונדיקן פּאַלאַץ אין אַ וואַלד. דאַמאָלסט זאָל ער דעם פּאַלאַץ אָפּקויפן און אויפשטלען דעם זרע דרבינו גרשום אויף אַלע דורות און אויפבויען אַ ישוב. דעם ישוב זאָל ער אָנרופן "שום", אַז זכר לעולם נאָך די קהילות שו"ם פון רבינו גרשום: שפּירא, ווערמייזא, מאַגענצאָ.
איבער פאַרשטויבטע זאַמדיקע וועגן, און דורך מוראהאַפטיקע וועלדער וואו עס האָבן וועלף געקיניגט און וואַלד=רויבער געלויערט, איז תנחום אַדורכגעפאָרן מיטן וועג וואָס ס'האָט אים אויפגעצייכנט דער מהר"ם. אַ רוח=הקודשל האָט דעם קאַרעט פון אַלדאָסבייז אויסגעהיט. אַז ער האָט סוף=כל=סוף דערזען פאַר די אויגן אַ גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ אין וואַלד, איז ער אַן אונטערטעניקער צוגעגאַנגען צום ליטווישן פּרינץ וואָס האָט דאָרטן געוואינט, אים געשאָנקען קעסטלעכע מתנות און ביי אים געפרעגט צי איז ער אַ בעלן דעם פּאַלאַץ פאַר ריין גאָלד פאַרקויפן. דער פּרינץ האָט געבעטן אַ קוק טאָן דאָס גאָלד. תנחום האָט געהאַט אָנגעגרייט אַ באַזונדערן זאַק וואו עס זיינען געלעגן דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן. דער גראַף האָט באַלד דערזען אַז מיט אַזויפל גאָלד קען ער אָפּקויפן אַ גרעסערן פּאַלאַץ, האָט ער צוגענומען דעם זאַק פון דעם אויסטערלישן פרעמדן וואָס איז פון אַ ווייטן לאַנד צו אים אומגעריכערהייט אַריינגעפאָרן.
תנחום דער ראָטנבורגער, אָזוי האָט מען אים גערופן, האָט דעם פּאַלאַץ מיט די וועלדער אַ נאָמען געגעבן "שום", לויטן וואָרט פון מהר"ם. מיט אַנדערע גאָלדענע קוילן האָט ער אַראָפּגעלאָזן ביימער, אָנגעשטעלט פּויערים, און די קרקע בתולה מיט אַלדאָסגוטס פאַרזייט, אויף דור=דורות חיונה, ביז וואַנען משיח וועט ניט קומען און די מלכותא דשמיא אויפשטלען אין ארץ ישראל. מיט זיינע זין האָט תנחום געלערנט תורה. דעם זון וואָס איז אַמהעכסטן געשטיגן אין לערנען האָט ער צום מסחר ניט צוגעלאָזן, ער האָט מיט אים בייטאָג געלערנט און ביינאַכט געלערנט, ביז וואַנען ער האָט אים סמיכה געגעבן צו די פערציק. אַזוי איז געבליבן ביי די בני רגבימ"ה אין רונדיקן פּאַלאַץ אין גאַנג פון אַלע דורות. אין איטלעכן דור האָט דער שומסקער רב אויסגעקליבן פון זיינע זין דעם וואָס איז אַמערסטנס ראוי צו תורה, און מיט אים געלערנט ביז צו די פערציק און סמיכה געגעבן.
די ערשטע צייטן האָבן זיי זיך משדך געווען אין מרחקים. שפּעטער צו, אַז ליטע איז אַ מקום תורה געוואָרן, און איר קרוינשטאָט ניט ווייט האָט זיך ירושלים דליטא גערעכנט, האָט מען איידעמס מיט שנורן אויסגעזוכט אין געגנט. קיין שומסק, אַזוי האָט מען גענומען רופן דאָס דערפל וואָס איז אויסגעוואַקסן אַרום דעם רונדיקן פּאַלאַץ, האָבן זיך אַריינגעקליבן אַ ביסל אידן און אַ ביסל גויים. מ'האָט צווישנאַנאַנד גוט געלעבט. פון איין זייט איז אויסגעוואַקסן דאַינאָוויק, פון דער אַנדערער זייט קאַלוול. אַז מ'האָט דעם אַסטראָוועצער וועג אַריבערגעפירט דורך שומסק, איז די שומסקער וואָסאַמאָל בעסער געגאַנגען.
די ווילנער רבנים זיינען געווען אין זעקסטן הימל איבער "די שומסקער". ערשטנס האָבן זיך די ראַגבימעס געהאַלטן ביי זייערע מנהגים פון פאַרצייטנס. דעם של=יד האָבן זיי געלייגט מיט דער מעברתא איבערגעקערט. אַז ס'איז זיי אַ מיידל געבאָרן האָט מען אַ "האָלעקראַש" געפּראַוועט. פון די ליטווישע רבנים, זאָל זיין דער גאון אַליין, האָבן זיי קיין איבעריקן פּירוש ניט געמאַכט. אין קיין ליטווישער ישיבה זיינען זיי קיין שוועל ניט איבערגעטראָטן.
הונדערטער יאָרן וואָס די חריפות איז ביי די שומסקער ראַגבימעס אַראָפּגעפאַלן, אַ סברא אַז פונעם דור=דורותדיקן מאַכן שבת פאַר זיך. מ'האָט גערעדט אַ די גמרא=מלמדים ניט ווייט, אין סאַדינישעק און סאַטרינינעק, האָבן מער געקענט לערנען איידער דער שומסקער רב. ס'זאָל ניט קומען צו קיין חרפּות, האָבן די שומסקער רבנים קיין הזמנות אויף דין=תורהס ניט אַרויסגעשיקט. קיין שאלות האָבן זיי ניט געפּסקנט, אַפילו ניט איבער אַ טאָפּ צי איז ער מותר. אַז מ'האָט געדאַרפט האָט מען אַנדערשוואו געשיקט, ס'איז געווען וואוהין שיקן. זיי האָבן געטענהט אַז זייער שליחות איז תורה לשמה, אויפהיטן דעם בית רבינו גרשום מאור הגולה, ניט אָנפירן מיט קיין שטאָט=רבנות. שומסק איז געווען דער איינציקער ישוב אין יענע מקומות וואו אַ רב איז געווען און קיין בית=מדרש איז ניט געווען. אַז מ'האָט אָנגעוויזן אויף אַ זאַך אַז זי איז אַ שברי=כלי, אַ קליאַמקע אָן אַ טיר, האָט מען אַ זאָג געטאָן: "אַ שומסקער רבנות".
ניט איינמאָל האָט געטראָפן אַ ווילנער מחמירים האָט זיך פאַרוועלט דעם שומסקער רב פאַרהערן, באַשטעטיקן אַז די רבנות וואָס ווערט איבערגעגעבן פון טאַטע צו זון, איז גלאַט ניט אויפן פייער. אַנדערע ווידער האָבן געסטראַשעט זיי מחרים זיין איבער פּסולער רבנות. פונדעסטוועגן האָבן תמיד אויסגעפירט די סניגורים. ערשטנס, האָבן די שומסקער קיין שאלות ניט געפּסקנט, קיין עגונות ניט אויפגעלייזט, קיין דין=תורהס ניט אָנגענומען. צווייטנס, איז דאָך יעדער שומסקער רב וואָרהאַפטיק על התורה געזעסן מיט זיין וואוילקע=נעוודיקסטן זון. קיין עם=הארצים זיינען דאָס ניט געווען. פונדעסטוועגן האָט זיך די ווילנער פאַרשווייגעניש גענומען פון אַ דריטן גורם.
ביי די ראַגבימעס זיינען געלעגן די כתבי=ידות פון רבינו גרשום מאור הגולה, וואָס זיי האָבן קרוב ניין הונדערט יאָר געטריי אָפּגעהיט פון אַלע גזירות, שריפות און בהלות; פון מיינץ ביז קיין ראָטנבורג און פון ראָטנבורג ביזקל שומסק. וואו אַ מחק אין אַ גמרא, און וואו אַ צעדרייעניש פון די ווערטער וואָס זעט אויס צו זיין אַ טעות פון סופרים, ווער רעדט נאָך די אַלע גרייזן אין די געדרוקטע ש"סן, האָט מען די זאַך געקענט דערגיין נאָר אין שומסק. פון איבערן גאַנצן תחום האָבן עולה רגל געווען קיין שומסק תלמידי חכמים, און אונטערטעניק געבעטן מ'זאָל זיי צולאָזן צו רבינו גרשום מאור הגולהס גמרות. מ'האָט זיי בסבר פּנים יפות אויפגענומען מיט טייגלעך און טיי, זיי פאַרבעטן אַרויפגיין צום בית=דין שטיבל אויפן העכסטן שטאָק. דעם גאַסט האָט מען אַרויפגעפירט אויף די שמאָלע, דרייאיקע טרעפּ, וואָס האָבן גערונדיקט האַרט ביי די קיילעכדיקע שטיינערנע ווענט. מ'האָט זיך אָנגעהאַלטן אן דעם מאַרמאָרנעם פּאַרענטש, וואָס ס'האָבן אונטער-געשפּאַרט אַן ענדלאָזע קייט מיט דעמבענע סלופּעלעך, אויסגעשניצטע מיט לייבעלעך און ריסן. דורך קליינע רונדע פענצטערלעך, האָט מען אין אַלע זייטן אַריבערגעקוקט איבער פעלדער, דערפער, וועלדער. ניט איין תלמיד חכם וואָס איז אַוועק אין שומסק האָט געדאַכט, ביים אַרויפקריכן אויף די טרעפּ, אַז מ'קלעטערט גאָר אויפן הימל אַרויף.
סוף=כל=סוף איז מען דערגאַנגען צום בית=דין שטיבל, וואו מ'האָט קיין שאלות ניט געפּסקנט און קיין סיכסוכים ניט אויסגעגליכן, דאָרטן וואו יעדער שומסקער רב האָט מיט זיינע זין געלערנט תורה. די רבנישע געסט זיינען ניט געווען איינגעוואוינט צו קריכן אויף טרעפּ אַזוי הויך. זיי האָבן געסאָפּעט מיט אויסגעמאַטערטקייט אַז זיי זיינען ביז אינדערהייך דערקראָכן. קיין רגע האָט ניט געדויערט, דאָס שווערע אָטעמען איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קייכעניש פון התפּעלות און עלית נשמה, באַלד ווי מ'האָט מיט די אויגן באַנומען די גאָלדענע פּאַרמעטענע כתבי=ידות וואָס רבינו גרשום האָט מסדר געווען בכדי עס זאָל לדורות זיין אַ ריכטיקע גמרא און ניט קיין פאַרגרייזטע. די אותיות זיינען געווען אַלט=אשכנזישע, אַ ביסל זיינען זיי געווען געגליכן צו עברי=טייטש אותיות. די שוואַרצע טינט האָט געגלאַנצט מיט אַ גלאַנץ וואָס איז ניטאָ ביי קיין שום נייעם כתב=יד. דער פּאַרמענט האָט געשמעקט מיט קדושה, ווי מיט די בעסטע בשמים וואָס שלמה המלך האָט פון אַ ווייטן לאַנד אין ארץ ישראל געבראַכט צו פירן. דאָ און דאָרט זיינען די גליונות געווען באַשפּרענקלט מיט קליינינקע לעכעלעך, וואָס עס האָבן דורכגעבויערט אַמאָליקע ווערעמלעך. אין קונטרסים און אין ספרים האָבן מחברים געוואוסט צו שרייבן וואָס איז גורס רבינו גרשום "בכתבי ידות עתיקי יומין דשומסק" - אין די אוראַלטע כתבים וואָס אין שומסק.
זיבן הונדערט יאָר אַן ערך וואָס אין שומסק האָט זיך געהאַלטן דער בית רבינו גרשום, פון זינט דעם טאָג ווען תנחום דער ראָטנבורגער האָט דעם רונדיקן פּאַלאַץ אָפּגעקויפט מיט די גאָלדענע קוילן וואָס דער מהר"ם האָט אים אַוועקגעגעבן. ביי יעדן שומסקער רב איז איין זון געווען לפּחות, וואָס איז ראוי געווען צו ווערן דער נייער שומסקער רב. מיטאַמאָל איז עס צו אַלדי גוטע יאָר צו אַזאַ מיאוסן סוף דערגאַנגען. דער אומגליקלעכער ר' גרשום ראַגבימע, זיינע דריי ווייבער האָבן אים געבאָרן נאָר טעכטער, איז ביי דער פערטער ווייב, אַ געזונטער יונגער פרוי, צו דוד המלכס יאָרן גאָר אַ לא=יוצלח געבליבן. אַז דער גערעסטער וואַרשעווער פּראָפעסאָר קען ביי אים קיין זאַך ניט מאַכן.
אַז ר' גרשום האָט זיך אומגעקערט פון וואַרשע, האָט ער זיך מיט דער ווייב קוים באַגריסט, שפּרינצע ט'מען איר גערופן. ער איז גלייך אַרויף צו זיך אין בית=דין שטיבל אינדערהייך. ער האָט געבעטן ביי דער דינסט מ'זאָל אים דאָרט צושטעלן אויף נאַכטלעגער. אין שלאָפשטוב מיט דער ווייב איז ער שוין מער ניט געשלאָפן. אַלצדינג וואָס מ'דאַרף צום עסן און צום טאָן אַ מענטשלעך געברויך, האָט ער זיך איינגעסדרט ערגעץ דאָרטן אויבן אין די הויכע צימערן. וואָכן לאַנג איז ער פון דאָרט ניט אַראָפּ.
אין שומסק האָט מען גענומען ריידן אַז דעם שומסקער רב האָט אָנגעכאַפּט אַזאַ מרה=שחורה אַז ער איז אַראָפּ פון זינען. אין געגנט האָט מען אים גענומען רופן "דער שומסקער בוידעם". די ווייב מיט די טעכטער מיט די איידעמס האָבן געמאַכט אַ שווייג אַז מ'האָט ביי זיי אָנגעפרעגט וואָס עס מאַכט דער באַהאַלטענער. זיי האָבן אויף זייער הויזגעזינד קיין לשון=הרעס ניט געוואָלט אויפקאָכן. איבעריקנס האָבן זיי אַליין רעכט ניט געוואוסט וואָס ער מאַכט. בלויז די דינסט האָט ער צו זיך אַרויפגעלאָזן, ר' גרשום. שפּרינצע איז אַ יפת=תואר געווען, נאָר דער עגמת נפש האָט איר גלאַטיק פּנים מיט צוקן פאַרטרייסלט. ניט זי האָט אַ מאַן, ניט זי איז אַ גרושה, ניט קיין אלמנה, קיין עגונה אַפילו אויך ניט. קוים איז זי אין גאַס אַרויס, איר האָט געדאַכט אַז יעדערער וויל איר אַ זאָג טאָן מערניט איין זאַך: "שמאַלצגראָבערין! נישקשה'סטע פאַרשפּילט ביים אַלטן גביר, אַה?"
ר' גרשום איז איינגעשלאָפן מערניט אַ פּאָר שעה אין מעת=לעת, דאָ אַ שעה און דאָרטן אַ שעה. טעג מיט נעכט האָט ער זיך געפּלאָגט אַלמאַי ער האָט אַזאַ שפלדיקן סוף אָנגעמאַכט דעם בית רבינו גרשום. אָך און וויי, אַ שומסקער רב, ער הייסט נאָך דערצו גרשום, צום ערשטן מאָל אין זיבן הונדערט יאָר קען ער קיין איינאיינציקן אינגל אויף דער וועלט ניט ברענגען. אַ שאַנדע פאַר די זיידעס און אַ שאַנדע פאַר די אויף דער וועלט ניט געקומענע דורות.
אַוועק אַ חודש, האָט ער גענומען רואיקער קלערן צי איז פאָרט קיין אויסוועג ניטאָ. שעהן לאַנג האָט ער זיין בית=דין שטיבל אַרום און אַרום געמאָסטן, שפּאַנענדיק פּאַזע די דרויסנדיקע ווענט. אונטן האָבן די בני בית די פוסטריט דערהערט. זיי איז בעסער געוואָרן, כאָטש ער זיצט ניט אויס און וויינט ניט אָפּ קיין מעת=לעתן. די דינסט וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט די טעגלעכע נויטווענדיקייטן, האָט שפּרינצען געגעבן צו וויסן אַז גאָט איז אַ פאָטער, איר מאַן קומט צו ביסלעך צו זיך. מ'דאַרף נאָר געדולד האָבן.
אין איינעם אַ שפּעטביינאַכט האָט זיך ר' גרשום גענומען אין די הענט אַריין. זיין בית=דין שטיבל איז געווען באַלויכטן פון פיר ריזיקע ליכט. דער חלב האָט פון זיי אַראָפּגעטריפט אויף די זילבערנע לייכטער און די קופּערנע טאַצן. אים איז איינגעפאַלן איבערהיפּן אַ דור און נעמען לערנען מיט אַן אויסגעקליבענעם אייניקל, נאָר ער האָט באַלד דערזען אַ ס'טויג ניט. אַז דער אייניקל איז דאָך אַ זון פון אַ טאַטן אַ צוגעקומענעם, גאָרניט מזרע דרבינו גרשום.
אַרום און אַרום געשפּאַנט אין רונדן בית=דין שטיבל אין שפּיץ פון גרויסן שומסקער פּאַלאַץ, וואָס ער האָט זיך פאַרשפּאַרט אין אַ שטראַליקער קדושהפולער תפיסה, ווייט פון גשמיות, גערינגלט מיט רבינו גרשום מאור הגולהס גמרות און מיט אַלטע ספרים מיט לעדערנע, הילצערנע, לייוונטענע איינבונדן, האָט ר' גרשום ראַגבימע גענומען וואָסאַמאָל ווייניקער קלערן פון זיך און זיין ניט=געבאָרענעם זון, וואָס מער פון רבינו גרשום מאור הגולה גופא. אַז ס'דערגייט במילא צו אַ סוף, זאָל כאָטש אַ סוף זיין וואָס וועט ווערט זיין דעם הייליקן נאָמען פון רבינו גרשום בן יהודה מאור עיני הגולה. אומעטום דאַרף קלינגען, ניט נאָר אין שומסק; אייביק דאַרף קלינגען, ניט נאָר דאַמאָלסט נייערט אויך אין ניין הונדערט יאָר אַרום. פּונקט ווי ביי היינטיקן טאָג געדענקט מען אומעטום די תקנות פון די ערי שו"ם. אַז זיי האָבן אים דאָך פאַרן ערשטן ריש גלותא פון אשכנז באַקרוינט, אַן עק געמאַכט מיטן שיקן שאלות דאַווייס וואוהין, קיין פּומבדיתא אויף יענער זייט סמבטיון.
וואָס פּשוטער דער אמת, אַלץ טיפער דער סוד. רבינו גרשום האָט דאָך דאַמאָלסט ניט געוואוסט אַז די מערסטע ספרים זיינע וועלן פאַרפאַלן ווערן, אַז געדענקען וועט מען גאָר די תקנה "דאין לישא שתי נשים", מ'זאָל ניט חתונה האָבן מיט קיין צוויי ווייבער. נאָר וואָס, דער מהרי"ק האָט דאָך אַראָפּגעבראַכט פונעם רשב"א, אַז דער חרם דרבינו גרשום איז נאָר חל ביזן סוף פון אלף החמישי. הייסן הייסט דאָס אַז שיער ניט קיין זיבן הונדערט יאָר וואָס די תקנה איז בטל און מבוטל. יענע תקנה האָט מען אַפּנים געמוזט מתקן זיין אויף מפייס זיין די גויים דאַמאָלסט אין די ערי שו"ם. איצטער איז ניט שייך. די שומסקער פּויערים וועט ניט אַרן אַ איד זאָל נעמען אויך ניין ווייבער. פאַרקערט, זיי וואָלטן זיך גאָר אָנגעכאַפּט אַליין אָן דעם. אַז רבינו גרשום מאור הגולה זאָל וויסן זיין, אַז די תקנה זיינע האָט די אייגענע משפּחה צום אונטערגאַנג פאַרפירט, וואָלט ער דאָך בשום אופן ניט צוגעשטאַנען. ס'גייט אָבער ניט גלאַט אינעם שלשלת היוחסין. מ'קען זיך גאָרניט פאָרשטעלן וויפל אידן עס וואָלטן אויף דער וועלט געווען, אַז אַ איד זאָל מער ווי איין ווייב מעגן נעמען. אַז שלמה המלך מעג און משה=בנימינען איז עס חמץ שעבר עליו הפּסח, איז דאָך ניט קיין שכל הישר. אַז מ'היט אויף אַ תקנה קאַרגע זיבן הונדערט יאָר נאָכדעם ווי זי איז שוין עבר=הזמן לויטן מתקן גופא, טוט מען דעם מתקן גאָרניט אָפּ קיין כבוד. פאַרקערט. איצטער איז אַ מצווה שהזמן גרמה די תקנה פאַרבייטן מיט אַ נייער תקנה וואָס זאָל אומקערן עטרה לישנה. קיין הונדערט יאָר וועלן ניט אַדורך און די אידן וועלן אין תחום המושב אַ גוי=עצום ווערן. אויף ווייטער וועט מען זיך מיט זיי ניט פאַרטשעפּען. אַז איד אַן אָרעמאַן וועט זיך קיין צוויי ווייבער סיי ווי ניט נעמען, נאָר ווער ס'קען זיך פאַרגינען, די אַלע קינדער מחנך זיין כדבעי, דעם זאָל מען קיין שטיינער אין וועג ניט שטעלן. וויפל תלמידי חכמים, וויפל עילויים, גאונים, צדיקים, וואָס פאַראַ---
ס'האָט קיין שעה ניט געדויערט און די זאַך איז ביי ר' גרשומען אין די אויגן קלאָר געוואָרן וואָס קען קלאָר זיין. צום ערשטן מאָל פון זינט ער האָט זיך אומגעקערט פון וואַרשע האָט ער ביי זיך אַ לאַך געטאָן. ער האָט זיך וואוילעריש אויסגעפּאַטשט אין די ביידע באַקן און אַ צי געטאָן די באָרד=פון=אַלע=פאַרבן, אַלמאַי ער איז אַלע זיינע יאָרן געווען אַזאַ נאַר און די זאַך ניט צורעכטגעמאַכט. אַפּנים אַז נאָר ביים פּראַווען התבודדות אין אַ שכינהפולן צימער, איינער אַליין מיט די גמרות וואָס רבינו גרשום האָט מסדר געווען לדורות, האָט אים געקענט אויפקלאָרן אַזאַ קלאָריקייט, אויבן אין בית=דין שטיבל פון רונדיקן שומסקער פּאַלאַץ. וואָלט ער יונגערהייט דערגאַנגען אַ טאָלק, וואָלט ער איינמאָל געבאָרן זין, נאָר פאַרפאַלן איז פאַרפאַלן. פאַרקערט, קיין צופאַלן זיינען ניטאָ, און זיין בנמצא=זיין אויף דער וועלט, דאָס ניט האָבן קיין זין אַריינגערעכנט, נעמט זיך אַלצדינג פון דער באַהאַלטענער האַנט פון דער השגחה פּרטית, ערשט איצטער האָט ער דעם תכלית דערפון רעכט באַנומען. נאָכמער, ער האָט אַ חשבון געמאַכט, אַז די אַלטע תקנה רבינו גרשומס איז אויסגעגאַנגען דאַמאָלסט אין יענע צייטן ווען תנחום דער ראָטנבורגער האָט דעם פּאַלאַץ אָפּגעקויפט. אַז וואָס נאָך דאַרף מען, געבליבן איז נאָר אויפטאָן פאַרן כלל ישראל און פונעם בית רבינו גרשום וועגן.
איידל און פּאַמעלינקערהייט האָט ער אויסגעשניטן אַ פּוסט בלעטל וואָס איז געווען איינגעבונדן צום סוף פון איינעם פון די אַלטע ספרים, און ער האָט זיין תקנה אָנגעשריבן קורץ און שאַרף לויטן נוסח פון תקנות: "והחרם ששם רבינו גרשום מאור עיני הגולה איש מגנצא דאין לישא שתי נשים עד סוף אלף החמישי החרים ולע"ע מותר וכל המרבה הרי זה משובח נאום רבינו גרשום איש שומסק דליטא אשר מגזע רבינו גרשום מאור הגולה", דהיינו: דער חרם וואָס רבינו גרשום מאור עיני הגולה פון מיינץ האָט אַרויפגעלייגט אַז מ'טאָר ניט חתונה האָבן מיט קיין צוויי ווייבער, האָט ער אַרויפגעלייגט ביזן סוף פונעם אלף החמישי, און אַצינד איז עס דערלויבט, און וואָס מער אַלץ בעסער, אָט דאָס איז דאָס וואָרט פון רבינו גרשום פון שומסק וואָס אין ליטע, אַן אָפּשטאַמיקער פון רבינו גרשום מאור הגולה.
ר' גרשום איז פּלוצלונג אַראָפּגעלאָפן אונטן מיטן אַמאָליקן שפּאַן. דריי=פיר טרעפּ אויפאַמאָל האָט ער איבערגעהיפּערט. ס'איז געווען שפּעט ביינאַכט, נאָר דער גאַנצער פּאַלאַץ האָט זיך אין אַ הרף=עין איבערגעוועקט פון די פריידיקע שפּרונגען פון אויבן אַראָפּ, אַ סימן אַ דער שומסקער רב איז אַרויס פון דער מרה=שחורה און אָט קערט זיך עס אום צום אַלטן. אַז ער איז דערשפּרונגען צום גרויסן סאַלאָן וואָס אונטן האָבן זיך גענומען הערן רוישענישן און שעפּטשענישן. ס'האָבן געסקריפּעט די מעכטיקע דעמבענע טירן, וואס אויף זיי איז געווען אויסגעשניצט אַ ריטערלעכער קאַרעט מיטן הערב פונעם ליטווישן פּרינץ וואָס האָט דעם פּאַלאַץ פאַרקויפט ר' תנחום ראָטנבורגער פאַר דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן מיט קאַרגע זיבן הונדערט יאָר פריער.
די טעכטער מיט זייערע מענער און קינדער האָבן האַסטיק אויף זיך אַריבערגעצויגן אַבי וואָס. מ'איז אַרומגעגאַנגען מיט ליכטלעך ביז וואַנען די דינסט האָט ניט אָנגעצונדן די נאַפט=לאָמפּן. די לעצטע איז אַריין שפּרינצע. זי האָט זיך ניט געפרייט מיט דער פרייד וואָס ביי אַלע. אַ ווייב דערשמעקט אַז ס'איז ניט ווי ס'באַדאַרף צו זיין. זי איז פאָרט געוואָרן האָפערדיק אַז זי האָט דעם מאַן אירן דערזען. איר האָט געדאַכט, אַז ער האָט שיער ניט אויסגעזען ווי אַמאָל, איידער ער איז אַוועק צום פּראָפעסאָר מקסימאָוויטש. ר' גרשום איז געשטאַנען גלייך ווי אַ דאָמב און האָט אַרויסגעגליט מיט אַ פעסטער איינגעגלייבטקייט צו זיך אַליין.
- שפּרינצע לעבן!
- אוי! גרשון! גערשקע! כ'האָ' געמיינט איכ'ל דיר שוין מער קיין לעבעדיקן ניט זען!
- וואָס הייסט, כ'בין דאָך געווען פאַרטאָן אין תורה.
- זאָל נאָר זיין צום גוטן. נו, ס'אינמיטן נאַכט. אַוועקלייגן זיך אין בעט! גענוג האָסטע זיך אָנגעשפּאַרט דאָרטן אויבן אויפן ברעט!
-באַלד, שפּרינצע, באַלד. וועסט מיר אייביק זיין די ערשטע ווייב, די סאַמע באַליבטסטע!
- באַליבטסטע, ניט באַליבטסטע, ווייס איך ניט, נאָר קיין ערשטע וועל איך שוין ניט זיין! אַז כ'בין דאָך צו אַלע צרות די פערטע!
-נאַרעלע, אויף ווייטער רעדט מען, אויף ווייטער! דו'סט בלייבן מיין ווייב און איכ'ל נאָך אַ ווייב נעמען. אפשר נאָך צוויי ווייבער. מ'קען דאָך ניט וויסן, קען זיין אַז דריי אַפילו אויכעט. כ'מוז דאָך זיין דער ערשטער וואָס'עט מקיים זיין די נייע תקנה דרבינו גרשום. רבינו גרשום פון שומסק. דער עולם ווייס גאָרניט אַז יענע תקנה איז אין אַ מזלדיקער שעה אויסגעגאַנגען, שוין קאַרגע זיבן הונדערט יאָר!
- טראַלאַ=לאַ=לאַ אויפן גאַנצן קאָפּ! אין משוגעים=הויז אין ווילנע דאַרף מען אים אָפּפירן! האָב חתונה מיט וועמען דו ווילסט. אַ גט גיב מיר! אַ גט! גענוג שוין אויסגעליטן פון די משוגעתן מיטן יחוס! בעסער פון אַ הונט אַ יחוס! פון אַ קאַץ! אַ ווידרע! וויי'ז מיר!---
שפּרינצע האָט אַוועקגעחלשט. די דינסט איז צוגעלאָפן איר אָפּמינטערן. ר' גרשום האָט זיך פון גאַנצן טראַסק אויפגעקאָכט. ער האָט אַ שריי געטאָן מ'זאָל אַוועק אַלע שלאָפן. צומאָרגנס האָט שפּרינצע אַ פור געכאַפּט אויף ווילנע. זי איז אַריין צו דער שוועסטער וואָס האָט חתונה געהאַט פאַר אַ אידן פון דייטשע גאַס. די צוויי שוועסטער זיינען אַוועק אויפן גרויסן שולהויף. זיי זיינען צוגעלאָפן צום ערשטן רב וואָס זיי האָבן דערזען. מ'האָט אים דערציילטן וואָס האָט אין שומסק פּאַסירט. דער רב איז אויפגעציטערט געוואָרן, ער איז מיט זיי גלייך אַוועק צום ועד=הרבנים. לאַנג האָט ניט געדויערט, מ'האָט דעם שומסקער רב גערופן קומען צום ועד=הרבנים. ניט ער איז געקומען ניט ער האָט געענטפערט. דערוויילע האָט ער אַליין מסדר געווען קידושין מיט אַ נייער ווייב, זי איז געווען אַן אָרעמע יתומה פון באָלניק. ער האָט מיט איר געלעבט אין רונדיקן שומסקער פּאַלאַץ פון וואַנען די אַלע בני בית, די דינסט בתוכם, האָבן פּליטה געמאַכט ווי פון אַ שריפה. מ'האָט געהאַלטן אַז פון די אַלע צרות איז דער רב פּשוט משוגע געוואָרן.
די ווילנער רבנים האָבן זיך ניט אונטערגעפוילט. מ'האָט אויסגערופן אַ חרם, געלאָזן אָפּדרוקן מודעות דערוועגן, אַ משולח אַרומגעשיקט מיט פערד און וואָגן, ער זאָל צוקלעפּן די מודעה אָן די טירן פון די בתי=מדרשים אין אַלע שטעטלעך וואָס אַרום שומסק. דאָס אַלץ איז דעם שומסקער רב געלעגן אין דער לינקער פּיאַטע. אַוועקגעגאַנגען אַ יאָר, האָט ער ווייטער חתונה געהאַט, ווידער מיט אַ יתומה, זי איז געווען פון אַ דאָרף, סוויראַנעק. זי האָט אים געגלייבט אויפן וואָרט אַז מ'מעג. וואָס נאָך דאַרף מען האָבן אַז אַ רב זאָגט אַז מ'מעג. קורץ נאָכדעם האָט ער זיך אַ דריטע ווייב גענומען, אויך אַ דאָרפישע יתומה, פון קורקול, הינטער סוויר. מ'האָט גערעדט אַז ער האָט אויסגענאַרט ביי אַ באַקאַנטן, וואָס פלעגט צולייגן אַ האַנט אין דער ווילנער "חברה תומכי יתומים", אַ רשימה אָרעמע אידישע יתומות אין דער גובערניע.
אַלע דריי ווייבער האָט ער אָנגעזאָגט, ווידעראַמאָל און אָבעראַמאָל, אַז זיי זיינען מיט אים אינאיינעם מקיים אַ מצווה וואָס אַ מצווה קען נאָר זיין. קיין קינדער זיינען אים מער ניט געבאָרן געוואָרן, נאָר ביי אים איז דער ענין פון אייגענע זין שוין אַראָפּ פון וואָגשאָל. דער עיקר איז געווען אַז סוף=כל=סוף, אין הונדערט יאָר אַרום, וועט אומעטוטם קלינגען מיט דער תקנה פון רבינו גרשום פון שומסק, וואָס האָט דעם פאָלק ישראל אַ סגולה געגעבן צו אַלע רדיפות און גזירות, אַ נצח ישראל לא ישקר.
געהאַנדלט האָט שוין ר' גרשום נאָר מיט גויים און גערעדט האָט ער אויך נאָר מיט גויים. די אידן אַרום האָבן אים גענומען רופן "דער גויאישקער רב". אויף קיין ווילנער חרם האָט מען ניט עובר געווען. אַז ר' גרשום איז געשטאָרבן צו די גבורה=יאָרן, האָט מען קיין לוויה ניט געמאַכט. די דריי ווייבער האָבן אים מקבר געווען הינטערן גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ. דעם זעלביקן טאָג זיינען זיי פאַרשוואונדן געוואָרן ווי אין דער הוילער לופט.
אַ ווילנער גביר אַ לערנער, אַן עלטערער איד וואָס איז נאָענט געשטאַנען מיט די חשובסטע רבנים, איז צוגעפאָרן אין שומסק, צום רונדיקן פּאַלאַץ, אינאיינעם מיט ר' גרשומס זעקס טעכטער מיט זייערע מענער, און צוויי רוסישע זשאַנדאַרן. אַן אַלטער קריסט וואָס איז דאָרטן געבליבן אַ וועכטער האָט זיך ניט אַקעגנגעשטעלט, ער האָט זיך אָפּגעצלמט און איז מיט גוטן אַוועק. די יורשים האָבן אויף אַן אָרט מסדר געווען, מ'זאָל די אַלע כתבי=ידות און ספרים וואָס אין בית=דין שטיבל אַריבערפירן אין אַ צימער אויפן ווילנער שולהויף.
אויף ר' גרשומס טיש האָט דער ווילנער גביר באַלד דערזען דעם איינציקן בלאַט מיט דער תקנה אַז מ'מעג חתנה האָבן מיט מער ווי איין ווייב. דורכקרייצנדיק די ווערטער פון דער תקנה זיינען געווען צוגעשריבן פון אויבן אַראָפּ, אויך מיט ר' גרשומס האַנט, אַלערלייאיקע ברכות מיטן שם הוי"ה. דאָס איז געווען ר' גרשומס אַ סגולה מ'זאָל נאָך זיין טויט דעם בלאַט ניט אַרויסוואַרפן און ניט צערייסן. מ'האָט דערזען ניט ווייט ווי מ'האַלט אין אויסבויען אַ געמויערט הויז. האָט מען די מוליער געגעבן אין יד אַריין און דעם בלאַט האָט מען באַלד אויף אַן אָרט מגנז געווען צווישן די ציגל פון אַ וואַנט. דאָרטן ליגט ער ביזן היינטיקן טאָג.
דער ווילנער גביר מיט ר' גרשומס יורשים האָבן זייערע מענטשן געשיקט, מ'זאָל דעם רונדיקן פּאַלאַץ אין שומסק צענעמען ביזן גרונט, אַ שטיין פאַר אַ שטיין. די שטיינער האָט מען צעמאָלן אויף זאַמד. פון גרויסן רונדיקן פּאַלאַץ וואָס תנחום דער ראָטנבורגער אָט אָפּגעקויפט פאַר דריי און צוואַנציק גאָלדענע קוילן איז קיין סימן ניט געבליבן. |