about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער משפּט פון מלאךהמות
- אַ מתנגדישע מעשה -
הירשע=דוד כ”ץ
 

פאַרשטייען פאַרשטייסטו אַז איך בין דעם רבונו של עולמס אַ שליח, נאָר קיין לייכטע שליחות איז דאָס ניט. די איידלסטע אַרבעט טו איך און יעדער האַלט אַז איך בין אַ רוצח גאָר. און מיר איז דאָס אויך ניט קיין אָנגעלייגטע זאַך. אָט דערפרייט זיך אַ מענטש מיט די קינדער, מיט אַ ספרל, מיט אַ פּענעצל ברויט, מיט אַ גלעזעלע משקה, און אָט פאַל איך אַריין און מאַך אים אָן אַ פּלוצימדיקן טויט. ביי די מקורבים באַקומט זיך אַז ס’איז עק וועלט. מען זיצט און מען קלאָגט. שוין איינמאָל אַ מלאכה בזויה!

--

ליטע, אַזוי האָט מען געזאָגט, איז אַ לאַנד, ניט פון שלש רגלים נאָר פון “שתי רגלים”. ווי גליקלעך מ’איז ניט געווען אַז מ’האָט אויפגעשטעלט די סוכה, ווי געשמאַק די ערשטע צוויי טעג יום=טוב, אַזוי טרויעריק איז חול=המועד געוואָרן.

חול=המועד סוכות. דעם גאונס יאָרצייט.

ווער ס’איז נאָר אויף גאָטס וועלט געווען דאַמאָלסט אַז ס’האָט זיך דער אומגליק געטראָפן, אָ=דער האָט שוין אייביק פאַר די אויגן געהאַלטן דעם “שוואַרצן חול=המועד”, אַזוי האָט מען עס אָנגערופן. פורמאַנעס האָבן ווילד אָנגעטריבן די פערד אין אַיעטוועדער ישוב. מיט גאָרניט קיין בעל=עגלהשע טרערן האָבן זיי כליפּענדיק אויסגעשריען: “געשטאָרבן דער גאון”.

אין “די זיבן גובערניעס” איז קיין איד ניט געווען וואָס זאָל ניט געדענקען, אויגנשיינלעך ווי ביי היינטיקן טאָג אַ זאַך אַז ס’טרעפט, אַוואו ער איז דאַמאָלסט געשטאַנען און וואָס ער האָט דאַמאָלסט געמאַכט, אין כל=שהוא פון אַ רגע ווען מ’האָט געבראַכט צו טראָגן די בשורת מות.

ביי קינדערלעך אָן אַ שיעור איז עס די ערשטע מעשה=שהיה געווען וואָס אויפן זכרון.

אַזאַ מין איד איז אין סוויר געווען: עלע=לייזער בר’ אברהם=אבא הכהן. פון קיצור וועגן האָט מען אים עלע=לייזער בר’ אבא גערופן. ווייטער האָט מען ניט געקירצט. גראָד יעמאָלט זיינען אין סוויר זיבן מאַן געווען וואָס מ’האָט זיי עלע=לייזער גערופן.

דער עלע=לייזער בר’ אבא איז אַ גביר אַ מילנער געוועזן, אַ איד אַ הדרת=פּנים מיט ברייטע פּלייצעס. די באָרד איז געווען ביי אים שאַטען, אַן אויסגערונדיקטע ווי אַ האַלבע לבנה. אים האָט געהערט די אַלטע וואַסערמיל וואָס אין שטראַטשע, הינטער סוויר, אויפן שימענישקער וועג. ער האָט נאָך מיט וויין און מיט בראַנפן געהאַנדלט, נאָר דער איד איז אַלעמערשטן אַ מילנער געווען. אין די וואָכעדיקע טעג איז ער אַרומגעגאַנגען אַ שניי=ווייסער פון די מעל.

דער אויבערשטער האָט אים אין אַלע זיינע טואונגען וואויל געבענטשט.

עלע=לייזער בר’ אבא איז אַ בא בימים געוואָרן. ער האָט פאַרשטאַנען אַז לאַנג וועט ניט געדויערן ביז וואַנען ער וועט צו זיינע אבות ניט אָנקומען אויפן סווירער בית=עולם ביי דער גרויסער סווירער אָזערע. האָט ער ביים לעבן נאָך די וואַסערמיל אַוועקגעגעבן דעם בכור ישראל=יוסף, יעיסקע מילנער האָט מען אים גערופן, און אים געבענטשט אַזוי צו זאָגן:

- יעיסקע! די פּראַצע זאָל מען אַזש אין ווילנע שמעקן! אַזש אין ווילנע!

אַלע אַנדערע געשעפטן זיינע, אויך די הייזער, אַ סך הייזער זיינען ביים אים געווען, האָט ער געטאָן פאַרקויפן.

בשעת מעשה האָט ער אַליין אָפּגעקויפט אַ שיינע אַלטע שטוב אויפן דאָרף, ביי ריטאַן, וואָס צווישן ניקראַשון און ליטוואַן.

די שטוב איז אויף אַ בערגעלע געשטאַנען. צום בערגעלע האָבן זיך אַראָפּגענידערט וואָלקנדלעך, עלעהיי די שטוב אַ הייב טאָן אַרויפצוצו. אויפן בערגעלע איז געווען אַ וועלדעלע מיט קאַשטאַנעס. רונד אַרום זיינען געווען פּויערשע פעלדער וואו מ’האָט געפּאַשעט, ווער קי און ווער שעפּסן. דערצו האָט מען פאַרזייט אויך, ווער בולבעס און ווער בוריקעס.

דאַמאָלסט איז געווען איינגעפירט אַז גבירים נדבנים האָבן אונטערגעשפּאַרט ראשי ישיבה מיט קרן, זיי זאָלן מאַכן אַ “כולל”. אין כולל האָט מען נאָך דער חופּה ווייטער געלערנט. עלע=לייזער בר’ אבאן איז עס ניט וואוילגעפעלן געווען. אין לערנען האָט ער נאָר פון זקנים געהאַלטן. “זאָלן די באַלעבאַטימלעך בעסער פאַרן הויזגעזינד דאגהנען”, אַזוי האָט ער געזאָגט. “אויב פון יגדיל תורה ויאדיר וועגן, איז פאַר זקנים, און ווייטער קיינעם”.

האָט עלע=לייזער בר’ אבא מסדר געווען אַז אַלטע תלמידי חכמים זאָלן אויסלעבן די יאָרן אין דער שיינער שטוב וואָס אויפן ריטאַנער בערגל. זיצן און לערנען. אָן דאגת פּרנסה. ווייטער פון גאַנצן טומל, צום רבונא דעלמא אַלץ נעענטער.

אים האָט געדאַכט אַז דער איינפאַל איז אים איינגעפאַלן אַז ער האָט יעמאָלט, אַ אינגעלע, אין סוויר נאָר דערהערט: “געשטאָרבן דער גאון”. עלעהיי דער גאון אַליין, אַז ער איז איבערגעפאָרן איבער סוויר, אַרויפצוצו אין אליהו הנביאס רייטוואָגן, וואָלט עס אים אַליין געטאָן זאָגן “אין די אייווערן אַריין”.

עלע=לייזער בר’ אבא איז אַלע זיינע יאָרן אַרום און אַרום געפאָרן, האָט ער אין זינען געהאַט וועמען אין ריטאַן אַראָפּברענגען. ער האָט זיי פון עולמות=געלטער, איינגעלייגטע אין קאַזנאַטשייסטווער באַנק וואָס אין סווינציאַן, חיונה נאַרייעט ביז איבער די מאה ועשרים שנה. אַ דינסט אַ שטומע האָט ער אויסגעזוכט, כדי אין לערנען זאָל זי ניט טאָן איבעררייסן.

אין דער אַלטער שטוב אין ריטאַן זיינען צוועלף צימערן געווען. האָט עלע=לייזער בר’ אבא אָפּגעפּאַסט ביי זיך אַז פאַרן גיין אַ גאַנג דאַרף ער צוועלף לערנער אויסזוכן. כשבטי ישראל.

שיער ניט יעדער האָט זיך אָפּגעזאָגט. איבערקלייבן זיך אויף דער עלטער אין די הרי חושך, אין פּויערשע פעלדער וואו קיין בית=מדרש איז קיינמאָל ניט געשטאַנען, די מקורבים איבערלאָזן, דאָס אַלץ איז ביי זיי קיין עסק ניט געווען.

קיין ריטאַן האָט מקובלים געצויגן, איבערקערער פון וועלטן אין ח”ן, וואָס לעבן זיך סיי ווי ביחידות אַליין, ווער אַן אלמן און ווער אַ גרוש, און ווער ס’איז פאַרזעסן. זיי איז באַשיימפּערלעך געווען אַז מיט אַ רוח=הקודשל האָט דער גאון ביים שטאַרבן אַריינגעזאָגט אין האַרצן פון אַ אינגעלע, אַז ווען ער וועט אויסוואַקסן זאָל ער אַ גרויסער גביר ווערן, ווען ער וועט אויסלעבן די יאָרן זאָל ער מיט זיין עשירות אַן אתחלתא דגאולה צוציען. ניט מיט קיין רבין, ניט מיט קיין הויף, נאָר מיט אויפשטייגן אין לערנען.

און דאַמאָלסט, אַז די צוועלף צימערן זיינען אין ריטאַן באַוואוינט געווען, די שטומע דינסט האָט ער איינגעאָרדנט אין ליטוואַן ניט ווייט, האָט מען עלע=לייזער בר’ אבאן אין סוויר מוסיף געווען צו זיינע אבות.

דער עלטסטער פון די צוועלף זקנים אין ריטאַן האָט אַ טאָלק געמאַכט. ישראל=וועלע האָט מען אים גערופן, ער איז געווען איבער די ניינציק. דאָס איז געווען אַ ברייטער איד, די באָרד איז ביי אים געווען מיט טויזנט שפּיצן, זיי האָבן ביי אים אָנגעגרייכט ביז צו די לענדן. אום שבת האָט מען אין תורה גערעדט, אַזוי האָט ער איינגעסדרט, און אין די וואָכעדיקע טעג האָט מען קיין וואָרט פאַר די ליפּן ניט געבראַכט. אַז די אַלע רייד נעמען דאָך אַראָפּ.

קיין מושב=זקנים אידן זיינען דאָס אין ריטאַן ניט געווען. פון אַלדאָס לערנען און פאַסטן זיינען זיי פלינק און זשוואַווע געבליבן.

אין שבתדיקע שמועסן, אַן אימפּעריאַל אַ וואָרט, איז מען רזי עולם דערגאַנגען, סודות וואָס גלימען אין מעשה מרכבה, אין ספירות און אויף הימלען. ווער עס פאַסט באַשטענדיק און קיין הונגער ליידט ער זיך ניט אָן, דעם געראָט עס אין די שפּעט=ביינאַכטן, ווען קיין פייגל צוויטשערן ניט און די סאָווע הוילט, זיך צו באַהעפטן מיט נשמות טהרות פון די עולמות העליונים.

ווער עס האָט זיך מיט דער נשמה פון שמעון בר יוחאי באַהאָפטן און ווער מיטן אר”י הקדוש, ווער מיט ר’ חיים וויטאַל און ווער מיט יהודה=לייב פּאַכאָוויצער.

יעדער האָט פאַר זיך געלערנט און געטאָן אין זיין חדר, מערניט די תעניתים האָט ישראל=וועלע דער עלטסטער מסדר געווען מ’זאָל פּראַווען בבת=אחת. זעקס און דרייסיק טאָג אויפאַמאָל האָט מען צוגעפאַסט, נאָר אַ גלאָז וואַסער אינדערפרי האָבן זיי אַלע טאָג אויסגעטרונקען, שבת און יום=טוב - צוויי גלאָז מעד. דעם זיבן און דרייסיקסטן טאָג האָט די שטומע דינסט אַ מילכיקע סעודה דערלאַנגט. צו קיין פלייש מיט קיין פיש האָט מען זיך אין ריטאַן ניט צוגערירט.

דער אינגסטער איז געווען דאָרטן אַ איד אַ זיבעציקער, סענדער שאַרקאָוושינער האָט מען אים גערופן.

אים איז אין די נעכט ניט געלונגען זיך באַהעפטן מיט קיין ווייטע נשמות. אין די טעג איז ביי אים אַ ספק געווען צי ער האָט אַ שווערן ענין רעכט משיג געווען אין די קבלה ספרים. דאָס איז געווען אַ גמרא=איד.

טיף אין אַ לאַנגען תענית אַריין איז סענדער שאַרקאָוושינער איינגעפאַלן, אַז אויב נשמות פון מקובלים, ווער רעדט נאָך מלאכים, קען ער ניט אויסזוכן, טאָ זאָל ער גאָר נעמען אויפן צימבל דעם מלאך=המות. וואָס איז דאָס פאַר אַ מעשה, אַז צדיקים גמורים, די שופרא דשופרא פון כנסת ישראל טוט דער מלאך=המות הרגענען. אַז זיי קומט גאָרניט, איז דאָך אַפּשיטא, אַז מען דאַרף אים צו משפּט רופן.

לאַנגע נעכט האָט ער זיך קלאַפּאָטשעט. דערהערט האָט ער די סאָווע. נאָר אין פינף און דרייסיקסטן טאָג פון זיין תענית דאַמאָלסט, האָט ער דעם מלאך=המות אָנגעטאַפּט.

פון שמועסן אום שבת איז סענדער שאַרקאָוושינער דערגאַנגען אַז אַ מקובל, אַז ער באַהעפט זיך מיט אַ נשמה טהורה, איז דאָס אים לויטערע פרייד. נאָר וואָס, אין יענער רגע, אַז ער האָט זיך געכאַפּט, אַז דער מלאך=המות איז מיט אים וואָרהאַפטיק דאָ אין זיין חדר אינעם “קבלה קלויז”, אַזוי’ט מען די ריטאַנער שטוב גענומען אָנרופן, האָט ער זיך אָנגעשראָקן אימת מות. איין קלייניקייט, מיטן מלאך=המות זאַלבעצווייט.

אים האָט געדאַכט אַז דער מלאך=המות טוט זיך בייזערן:

- ר’ איד! אַז ס’איז ניטאָ וואָס צו ריידן, איז רוף ניט! שתיקה! אַ גוטע נאַכט!

סענדער האָט אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ אַ פאַרשעמטער. די ליפּן האָט ער פאַרפּרעסט.

יענעם שבת האָט ער אויסדערציילט די שכנים וואָס האָט פּאַסירט. זיי האָט די זאַך פאַרכאַפּט. דעם סענדער שאַרקאָוושינער איז געלונגען אַראָפּברענגען אין זיין חדר אין ריטאַן דעם מלאך=המות. ביי זיי האָט ניט געפעלט וואָס אויסצופרעגן. אַ קלייניקייט, דעם מלאך=המות אַראָפּרופן אין ריטאַן.

ישראל-וועלען איז גאָרניט געפעלן געווען די אויפרעגעניש. אָפּלייגן האָט ער ניט געקענט. האָט ער ביי סענדער שאַרקאָוושינער געבעטן, ער זאָל שבתע=נאַכט נאָכאַמאָל אַראָפּרופן דעם מלאך=המות. אַרום אים וועט מען שטומערהייט זיצן.

וכך הווה.

ביי די צוועלף נושאי ח”ן, פון ישראל=וועלע דעם עלטסטן און ביז סענדער שאַרקאָוושינער דעם אינגסטן, איז הכרת נשמה געווען. דער מלאך=המות איז וואָרהאַפטיק ביי זיי אין חדר געווען. זיי האָט אָנגעכאַפּט אַ פאָרכצומער פּחד. איין קלייניקייט, מיטן מלאך=המות זאַלבענאַנד.

אַז דעם מלאך=המות קען גראַדע איינפאַלן אימיצן אָנטאָן אַ טויט, דאָס האָט מען קיין מורא ניט געהאַט. ס’איז אַפּשיטא, אַז מ’טרייסלט זיך אָפּ פונעם לבוש איז אַ מדרגה. אינעם יום המות פליט דאָך אָפּ די נשמה אַ פרייע, אַז זי איז נאָר אַן אויסגעלייטערטע.

סענדער שאַרקאָוושינער האָט אָנגענומען האַרץ. דעם יש וואָס אין צימער האָט ער דער ערשטער גענומען אויספרעגן.

- מלאך=המות! וואָס איז דער שכל אַז אַ מענטש דאַרף  ד ו ו ק א  שטאַרבן? ניט שייך צי די נשמה ווערט ביים לעבן אויסגעלייטערט צי ניט, ניט שייך, צי ער איז אַ מתקן פון וועלטן, צי אַ קליפּה ממש?

- ר’ איד! בעסער איז געווען אַז דו האָסט צוגעשוויגן!

עפּעס אין דעם ערך האָט זיך יעדן געהערט, ניט קיין שטימע נאָר אַ בת=קול פון ווערטערלאָזע רייד, אָפנוואָרלעך און קלאָר, ווי ביי די מקובלים פון אַמאָל.

און סענדער האָט אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ אַ פאַרשעמטער. די ליפּן האָט ער פאַרפּרעסט. געזאָלט אויספיינען זיך, אַנטפּלעקט ער זיך גאָר פאַר אַ שוטה. אין קבלה קלויז איז צו חרפּה געווען, אַז דער זעירא שבחבריא רעדט מיטן מלאך ניט ווי מען באַדאַרף צו ריידן.

האָט אַ צווייטער גענומען זיך אויסטענהן.

- אַז ניט אייביק, טאָ פאַרוואָס ניט לענגער אַ ביסל? אַז ניט אַלע, טאָ פאַרוואָס ניט אָטאָ די וואָס ביי זיי איז דער גוף אַ כלי לטובה?

- אַז ס’אַלץ ניט מיין עסק! - האָט מען בת=אחת אַ תשובה דעשפּירט, קלאָר ווי אַ וואָרטלאָזער ווינט דאַמאָלסט אַז כסלו פאַלט אין טבת אַריין.

דערזען ווי אַ צווייטער האָט זיך פאַררעדט, האָט זיך ישראל=וועלע געכאַפּט אַז דאָ איז חל דער “במקום שאין איש השתדל להיות איש”. דאָ איז שייך דער “איש איש כלשונו”. דאָ איז ניט ר’ שמעון בר יוחאי, ניט יהודה=לייב פּאַכאָוויצער. דאָ איז אַ מלאך וועמענס שליחות עס איז פאַר קיינעם ניט געדאַכט מענטשן צו טייטן. איז דאַרף מען מיטן מלאך=המות ריידן לויט זיין שטייגער. אַז ער קלייבט זיך עפּעס וואָס זאָגן, האָט ער צו וויסן געגעבן מיט אַ ברומעניש, און נאָך דער ברומעניש האָט ער צוגעשוויגן אַ צייט. און נאָכן שווייגן האָט ישראל=וועלע געגעבן לשון, אַזוי צו זאָגן:

אַ יישר=כח אַז דו ביסט אין ריטאַן אַראָפּ. אַז רופן רופט מען דיר “מלאך=המות” איז דאָך עס גלאַט ניט מטעם הנימוס. לגנאי איז דאָס! אומאיידלקייט וואָס איז פון אומוויסן אַרויס. גרויסער גאַסט! אורח נכבד! ווי אַזוי רופט מען דיר אָן?

- אָט אַ איד אַ חכם! נשמיאל רופט מען מיר, אויסגעלייטערטע נשמות לייז איך אויס פון די גופים! אָדאָס איז מיין שליחות.

- אַ הויכע שליחות, איי אַ געבענטשטע! “אויסגעלייטערטע נשמות” זאָגסטו דאָך, אַ סימן אַז אַנדערע נשמות ווערן ניט אויסגעלייזט, הייסט דאָס אַז ביי זיי הרגעט אַוועק נשמיאל המלאך די גופים מיט די נשמות אינאיינעם?

- רחמנא לצלן! וואָס קען איינפאַלן!! ביי די מערסטע וואָס שטאַרבן אָפּ איז עס גאָרניט מיין עסק. מענטש מיינער! אַ קערפּער וועבט זיך אויס, איז ער אויסגעוועבט. אַז ער איז דאָך געמאַכט געוואָרן אינגאַנצן אויף אַ ביסל פון אייערע ערדישע יאָרן! גאָט מיינער! ביי איינעם אַ האַרץ און ביי איינעם די אָדערן! ווי ווער! אַ  ז יי ג ע ר  קען אייביק לעבן. פּלאַצט די ספּראָנזשינע שטעלט מען אַ נייע. אַז דער קערפּער שעפּט זיך אויסעט קען מערניט צוקוקן דער פעלדשער!

- דערפון איז געדרונגען אַז ביי די מערסטע וואָס שטאַרבן אָפּ איז עס גאָרניט דיין אַרבעט, נשמיאל המלאך!

- ריכטיק געזאָגט געוואָרן!

- זיי שטאַרבן ווייל דער גוף איז קאַליע געוואָרן און שוין!

- און שוין!

- און מיט די נשמות וואָס ווערט?

- ביי אַ סך איז גאָר ניטאָ קיין ריכטיקע נשמה, מערניט אַ שטומפּ, אַ שמצל, אַ קיימא=לן גאָרניט מיט גאָרניט.

- און ביי זיי אַלעמען גייט אויס דער שטומפּ אינאיינעם מיטן גוף?

- ס’קען אַלץ זיין. פון אַלצדינג וואָס גייט ניט אין מיין שליחות אַריין קען איך דאָך ניט וויסן! אַ מלאך האָט דאָך איין שליחות מערניט! נאָר ביי די מענטשעלעך האַלט זיך יעדער בעל=גאווה אַז אויף אַלצדינג קען ער זיך אויס.

- איז לאָמיר די זאַך פאַרשטיין. וואו נאָר אַן אויסגעלייטערטע נשמה, דאַמאָלסט שטאַרבט אָפּ דער מענטש דורך דיר, נשמיאל המלאך.

- הלוואַי וואָלט אַזוי געווען! נאָר ס’טרעפט ניט זעלטן אַז עס טשעפּעט זיך צו צום גוף אַ קרענק, דאַמאָלסט גייט די נשמה לאיבוד, סיידן זי קען זיך אויסלייזן אויף אַן אופן וואָס איז מיר ניט וואוילבאַקאַנט.

- הייסן הייסט דאָס, אַז אַ נשמה, אַפילו אַן אויסגעלייטערטע נשמה, ווערט פון אונטערגאַנג געלייזט נאָר און בלויז אַז דו, נשמיאל המלאך, קוילעסט דעם גוף, כדבעי, און טאָמער ניט, טאָמער טשעפּעט זיך צו אַ קרענק, ווערט זי אַ סברא פאַרפאַלן פּונקט ווי ביי אומאויסגעלייטערטע נשמות, פּונקט ווי ביי די וואָס ביי זיי איז דאָ מערניט אַ שטומפּ פון אַ נשמה?

- איי אַ בעל=לשון!

- איז וואַרט זשע. אַז אַ נשמה ביי אַ בר=נש האַלט זיך אין איין אויסלייטערן, און קיין קרענק האָט זיך צום גוף ניט צוגעטשעפּעט, אַוואָס דאַרף מען אָטאָ די נשמה אָפּרייסן פונעם גוף אַז דער מענטש קען טאַקע פּועלן לטובה?

- וואָס דאַרף מען, וואָס דאַרף מען! אַז דער גוף איז סיי ווי אַ מאַכאַרייקע אויף אַ פּאָר יאָר. סיי ווי סיי וועט ער זיך אויסוועבן! דער תמצית פון מיין שליחות איז דאָך אָפּצוראַטעווען די נשמה איידער אַ חולאת טוט זיך צוטשעפּענען! דער מענטש האַלט אַז איך שיק צו די קרענק. סתם אַ שטות! דער גרעסטער שונא איז מיר אַ קרענק ביי אַ מענטשן מיט אַן אויסגעלייטערטער נשמה! איך דאַרף דאָך אַריינכאַפּן אַז די נשמה איז באַהאָפטן מיט אַ געזונטן גוף! אַנדערש קען ניט זיין.

- אַזוי גאָר? אָט איז די מעשה, נו, הייסט דאָס, נשמיאל המלאך, אַז ביים אויסלייזן אַ נשמה פון אַ גוף גייען פונדעסטוועגן לאיבוד די מעשים טובים דאָ אויף דער וועלט וואָס דער מענטש וואָלט בכח געווען אויפטאָן אַז מען וואָלט ביי אים אויסלייזן די נשמה אַ ביסעלע שפּעטער?

- מענטש מיינער! אַז ס’ווערט עפּעס וואָס פאַרלאָרן איז דאָך עס מיעוטא דמיעוטא. מעגסט מיר גלייבן, אַלצדינג וואָס אַ מענטש טוט ניט אויף אין די יאָרן פונעם גוף דאָ אויף דער וועלט, וועט ער אַפּשיטא ניט אויפטאָן אַז ער וועט זיך אַרומדרייען אַ ביסעלע לענגער. גאָר אַנדערש איז די זאַך, גאָר אַנדערש. אַן אויסגעלייטערטער נשמה ווערט שטאַרק נמאס, אַלמאַי זי ליגט פאַרשפּאַרט אין אַ גוף וואָס ווערט וואָס אַמאָל מער קאַליע, זי רופט צו מיר אַרויסעט און בעט רחמים, איך זאָל איר אויסלייזן. אויסלייזן! ניט אַלץ קען אַ מלאך! אָט האָט מען מיר אַנוסטן בבת=אחת אַרויסגערופן קיין סוויר און קיין סמאַרגאָן. האָב איך אין סוויר באַוויזן און אין סמאַרגאָן --- נו, אַלצדינג קען מען ניט.

- אַ סברא אויך אַז דער כח הזיווג, דער עצם צונויפהעפט פון דער נשמה מיטן גוף שעפּט זיך אויס, און די צעשיידונג דאַרף קומען אַפילו אָן אַ קרענק.

- דאָס איז שוין דיינע זאַכן. איך ווייס נאָר פון מיין שליחות.

- קלאָר. און ווי אַזוי טוט טייטן דער מלאך נשמיאל?

- פּלוצלונג! איך נעם אַרום די נשמה גאַנצערהייט, צאַרט און מיט ליבשאַפט, זי זאָל ניט געניזוקט ווערן. וואו נאָר ס’טרעפט, אַז אַ מענטש גייט אַרום ווי אים גייט זיך, און מיטאַמאָל טרעפט מען דעם מענטשן אַ טויטן, איז אַ סברא אַז דאָ איז מיין אַרבעט. אַז איך לייז אויס די נשמה, שטעלט זיך גלייך אָפּ דער גוף.

- הייסט דאָס אַז אַלע דיינע טויטן זיינען פּלוצימדיקע, נאָר ניט אַלע פּלומצימדיקע טויטן זיינען דיינע?

- געכאַפּט! ביי אַ פּלוצימדיקן טוט איז פונדעסטוועגן אַ סברא אַז דאָס בין איך, אויב ניט איך איז פון מיינע מענטשן. ס’טרעפט אַז איך שיק אַ שליח פון די מענטשעלעך. אַז אַ מענטש הרגעט אַוועק אַ מענטשן ווי פונדערלופטן אַרויס, דאָרטן וואו ס’הייסט ביי אייך אַז דער וואָס הרגעט האָט פּלוצלונג עמיצן מיט אַ שפּיז צעשטאָכן, מיט אַ ביקס דערשאָסן, מיט אַ האַק פאַרהאַקט, איז עס עלול צו זיין מיינער אַ שליח.

- איך פאַרשטיי אַז דאָס איז ניט דיין שליחות, נשמיאל המלאך, נאָר אָט וואָס: ביי די אַלע אויסגעלייטערטע נשמות וואָס דו אַליין לייזט ניט אויס פון די גופים, אַשטייגער אַז דו האָסט ניט באַוויזן, אָדער עס האָט זיך צוגעטשעפּעט אַ חולאת, אָדער אַנדערש גאָר, בלייבט אַז מעגלעכקייט אַ אַנדערע הייליקע מלאכים לייזן אויס אויף אַן אַנדער אופן?

- ווייס איך ניט.

- אַ לעצטע קשיא מעג מען פרעגן?

- אַדרבא.

- דיין שליחות, הייליקער מלאך, באַשטייט אין אויסלייזן אויסגעלייטערטע נשמות פון גוף. בשעת מעשה ווערט דער גוף גלייך געטייט. צו וואָס עפּעס פּלוצלונג? וואָס איז שייך?

עס איז געוואָרן אין צימער אַ שטילשווייגעניש, עלעהיי דער מלאך איז זיך מישב פאַרן ענטפערן. די צוועלף מקובלים זיינען זיך ווייטער געזעסן, אין שטאַרער דערהייבונג פון באַהעפטונג מיט אַ מלאך. די מינוטן האָבן זיך ווי שעהן געצויגן. און אַז דער מלאך נשמיאל האָט גענומען געבן לשון, האָט ער זיך אַ ביסל צערעדט.

פאַרשטייען פאַרשטייסטו אַז איך בין דעם רבונו של עולמס אַ שליח, נאָר קיין לייכטע שליחות איז דאָס ניט. די איידלסטע אַרבעט טו איך און יעדער האַלט אַז איך בין אַ רוצח גאָר. און מיר איז דאָס אויך ניט קיין אָנגעלייגטע זאַך. אָט דערפרייט זיך אַ מענטש מיט די קינדער, מיט אַ ספרל, מיט אַ פּענעצל ברויט, מיט אַ גלעזעלע משקה, און אָט פאַל איך אַריין און מאַך אים אָן אַ פּלוצימדיקן טויט. ביי די מקורבים באַקומט זיך אַז ס’איז עק וועלט. מען זיצט און מען קלאָגט. שוין איינמאָל אַ מלאכה בזויה!

איז מיט קאָפּ הער אויס. ביי די מערסטע, איז ניט נאָר וואָס ס’איז קיין אויסגעלייטערטע נשמה ניטאָ, סאיז גאָר ניטאָ אַזאַ מין נשמה וואָס לאָזט זיך לייטערן. פאַראַן מערניט אַ שמצל, אַ שטומפּ.

זוימען פון אַ נשמה זיינען צו די זוימען וואָס אויפן פעלד ניט געגליכן. זיי דורשטן דאָך נאָך אַ שטילער צופליסעניש פון וואַסער. דאַמאָלסט שפּראָצן זיי אויף. דער טוי אַלע טאָג, די אַלע רעגנס, דאָס קען מען אַלץ גלייכן בלשון בני אדם צום חינוך, צו אַלצדינג וואָס אַ קינד לערנט זיך אָן בהדרגה. דער חינוך קען צושפּייזן, דער מענטש זאָל אויסוואַקסן אַ געלערנטער. קוים האָט עס אָבער צו דער נשמה.

אַ לויטערע נשמה קען דורך צווייערליי צינורות ווערן: אָדער זי איז אַ נשמה וואָס האָט זיך פון פריער שוין אויסגעלייטערט און איז אַריין אין גוף פון אַ מענטשן, אַשטייגער ביי דער מאַמען אין בויך, דאָס הייסט על=פּי גלגול.

אָדער, פאַרקערט: גלאַט אַ שטומפּ וואָס האָט זיך אָנגעצונדן.

און ווי אַזוי צינדט זיך אָן אַ שטומפּ עס זאָל פון אים ווערן אַ נשמה וואָס איז מסוגל צו אויסלייטערונג, אַ, ר’ איד? אַז אַ מענטש קוקט אָנעט מיט די אויגן דעם פּלוצימדיקן טויט פון אַ מענטשן מיט אַן אויסגעלייטערטער נשמה, און יענער איז אים אַזש נאָענט, נפשו קשורה בנפשו, דאַמאָלסט אין דער רגע פון אויפרודערונג פון ציטער קלאַפּ, דאַמאָלסט טוט אַ כאַפּ אָן די נשמה מיט אַן אימהדיקער אָנצינדעניש, אש להבה איז דאָס, און זי טוט ברענען מיט די פייערן פון אויסלייטערונג.

אגב אורחא, דער פּלוצימדיקער טויט איז אַ סגולה סיי צו אַ צינדונג און סיי צו אַ גלגול, ניט אַזאַ וואָס ביי אַ נשמה וואָס גלגולט זיך אַשטייגער אין אַ קינד ביי דער מאַמען אין בויך אַריין, נאָר וואָס דען אַ גלגול ישר, וואו די אויסגעלייטערטע נשמה טוט גלייך אויך אַן אָרט אַ שפּרונג אַריבער אינעם געזונטן גוף אַריין.

אַזוי צי אַזוי זעט מען ניט ביי אייך אויף אייער וועלט קיין שום זאַך ניט. גראַדע ביי אונדז אין די ספירות טוט בליצן אַ בהלהדיקער בליץ. און דאַמאָלסט איז ביי אונדז יום=טוב, אַז אַ נשמה האָט זיך אָנגעכאַפּט. אַזאַ מין זאַך האָט באַשיימפּערלעך געזען מערניט איין מענטש, יחזקאל בן בוזי הכהן, וואָס האָט עס וואָרט אין וואָרט געשילדערט: כמראה זוהר כעין החשמל.

אַצינד, ר’ ישראל=וועלע, טו איך אומקערן זיך צו מיין שליחות, מחמת בשעת די רייד נאָך ווערן פאַרפאַלן אויסגעלייטערטע נשמות. אַ גוטע נאַכט, ווייטער פריינט. אַ גוטע וואָך, נאָענטער בת=קול.

און דעם מלאך=המות האָבן די ריטאַנער פאַר זכאי שבזכאי געמשפּט, כולו זכאי.

מ’האָט געדרונגען, אַז שטאַרבן דאַרף מען דווקא אין די ד’ אמות פון אַ נאָענטן. טאָמער וועט די נשמה זיין גענוג אַן אויסגעלייטערטע, טאָמער וועט די נשמה פּלוצלונג אויסלייזן דער מלאך נשמיאל, זאָל עס אַ קנויט זיין, די נשמה פון נאָענטן זאָל זיך בשעת מעשה אָנכאַפּן, אָדער די אייגענע זאָל אינעם נאָענטן גלאַט אַריבער. אַזוי און אַזוי, עס זאָל אין די הימלען זיין כמראה זוהר כעין החשמל.

פון די צוועלף ריטאַנער, האָבן זיך עלף אַוועקגעלאָזן אַהיימצוצו, איש איש צו זיין הויזגעזינד און זיין נחלה.

נאָר ישראל=וועלע דער עלטסטער האָט זיך ווייטער געלעבט, שוין איינער אַליין, אין דער שטוב וואָס אויפן ריטאַנער בערגל. אים איז גלאַטער געווען די נשמה זיינע ווייטער אויסצולייטערן פּראַווענדיק התבודדות, ווייט פון מענטשן און רעש. אים איז גלאַטער געווען קלערן, אַז אויב ער וועט נאָר די נשמה אויסלייטערן, וועט זי אַמאָל אין אַ נייעם מענטשן אַריין על=פּי גלגול, אפשר אין טויזנט יאָר אַרום.

די שטומע דינסט האָט אים נייע וואַסער פון ברונעם אַלע טאָג אויסגעדרייט, זי האָט אים דערלאַנגט צוויי גלאָז מעד אום שבת און איין מאָל אין זיבן און דרייסיק טעג האָט זי אים אָנגעגרייט אַ מילכיקן מאָלצייט.

אַלצדינג האָט ער אויפגעשריבן. ער האָט אָנגעהויבן מיט: “תולדות ר’ אליהו אליעזר בר’ אברהם אבא הכהן מק”ק סוויר דליטא”. דערגאַנען איז ער ביז צו “דברי המלאך נשמיאל המכונה מלאך המות אשר דיבר בבית המקובלים אשר בריטאן”.

אַז די נשמה זיינע האָט מען ווי ניט איז אַרויפגערופן אויף די הויכע היכלות פון ליטע, אים איז געווען הונדערט יאָר, האָט מען דעם קונטרס אַוועקגעטראָגן קיין ווילנע צו ראָמען. דאָרטן האָט מען אים אַרויסגעלאָזן, “ליקוטי ריטאן לר’ ישראל וועלא”, אַזוי האָט ער געהייסן. אַ ביסל רבנים איז דאָס שטאַרק ניט=אָנגעלייגט געווען, האָט מען ווייניק אָפּגעדרוקט. היינט איז ער, דער ספר, פון די ריכטיקע יקר=המציאותן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 6, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations