פאַניע יאָכעלעס=בראַנצאָווסקי, וואָס לעבט אין ווילנע און איז אָקערשט געוואָרן פינף=און=אַכציק יאָר, באַזוכט איר אַמאָליקע פּאַרטיזאַנער באַזע אין וואַלד, פערציק קילאָמעטער אַ מהלך פון ווילנע.
מיט אַיעדן פאַרבייגייענדיקן טאָג, ווערט דאָך וואָסאַמאָל שווערער צו טרעפן שארית=הפּליטה אידן - זיי אַלעמען צו לאַנגע געבענטשטע יאָרן און נאָכאַנאַנדיקע גוטע טעג. ווער רעדט נאָך אַזעלכע וואָס זיינען ביי דער גבורה, קיין עין=הרע, און זיינען דערצו נאָך בכח און ברצון אונדזער היינטיקער אידישער יוגנט צו דערציילן, דערציען, דערווייזן, וואָס נאָר ס’לאָזט זיך וועגן דעם חורבן (”האָלאָקאָוסט”) און וועגן אידישן ווידערשטאַנד.
ווער עס קומט ביי היינטיקן טאָג אַ קוק טאָן די רעשטלעך פון דער אידישער ווילנע, אונדזער אַמאָליקן ירושלים ד’ליטא, ווערט נשתומם פון דער ענערגיע און פון דער אינעווייניקסטער פרייד וואָס ביי פאַניע בראַנצאָווסקי, וועלכע איז איצט די ביבליאָטעקאַרין פונעם ווילנער אידישן אינסטיטוט אין ווילנער אוניווערסיטעט. דאָס איז אַן אינעווייניקסטע און בהדיא=אויסשטראַלנדיקע מענטשלעכע פרייד וואָס שטאַמט ניט פון פּערזענלעכער עשירות אָדער וואוילטאָג. איר מאַן און לעבנס=באַגלייטערין מיכל (מיכאַאיל) בראַנצאָווסקי, מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין וואַלד, אויף דער באַזע פון די אידישע פּאַרטיזאַנער בעת דער מלחמה, איז געשטאָרבן אין 1985. זי לעבט איינע אַליין אין אַ באַשיידענער דירהלע פון יענער זייט פון טייך וויליע.
ניין, דאָס איז די פרייד וואָס שטאַמט פונעם יכולת איבערגעבן נייע דורות דאָס אַלץ וואָס האָט פּאַסירט אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. און פאַרוואָס טאַקע “פרייד”? אַפדערוף איז דער תירוץ גראָד אַ מער=ווייניק פּשוטער: ביי פאַניע בראַנצאָווסקין, איז די מעגלעכקייט, אָט אַזויפל יאָר נאָכן חורבן, איבערגעבן דעם יונגן דור דאָס אַלץ וואָס זי איז בכח, וועגן דעם אַמאָליקן אידיש=אידישן לעבן פון פאַר דער מלחמה, וועגן געטאָ, און וועגן אומגלייבלעך=באַהאַרצטן קאַמף קעגן די דייטשן אין די וועלדער, דאָס אַלצדינג איז אין דער בחינה פון אַ געבענטשטער סגולה, אַ סגולה וואָס שטעלט מיט זיך בעת=מעשה פאָר אַ הייליקן חוב, אַ חוב לספּר בחורבן בית ישראל לא על ידי שליח, און אַפילו ניט ביי סתם עדות, נאָר ביי אַ מענטש וואָס האָט עס אַליין אַלצדינג אַדורכגעמאַכט.
פאַניע (פייגע) יאָכעלעס איז געבאָרן געוואָרן אין קאָוונע אין תרפ”ב (1922). זי איז מיט טאַטע=מאַמע - בנימין יאָכעלעס און רחל גאַלונסקי=יאָכעלעס - צו אירע פינף יאָר, אין 1927, אַריבערגעפאָרן קיין ווילנע אינאיינעם מיט דער דאַמאָלסט=אָקערשט געבאָרענער שוועסטערל ריוועלע (רבקה). בימים ההם האָט דאָס געהייסן אַריבערפאָרן אַ שווערע גרעניץ: פון דער ליטווישער רעפּובליק (וועמענס הויפּט=שטאָט ס’איז דאַן געווען קאָוונע) ביז קיין פּוילן (וואו ס’איז דאַמאָלסט אַריינגעגאַנגען ווילנע).
דער טאַטע בנימין, מבטן ולידה אַ ווילנער איד, האָט זיך אומגעקערט אין זיין געבורט=שטאָט, און געאַרבעט אַלס אינסטרוקטאָר אין דעם אידישן טעכניקום, צוערשט אויף גרויס=פּאָהולאַנקע און דערנאָכדעם אויף גדאַנסקער גאַס; ער איז געווען אַ ספּעציאַליסט אויף עלעקטראָ=מעכאַניק און די רעמאָנטירונג פון עלעקטרישע מאָטאָרן און זייערע קאָמפּאָנענטן. מיט דער צייט איז אים געלונגען אויך אויפעפענען אַן אייגענעם וואַרשטאַט אויף זאַוואַלנע גאַס מיטן נאָמען “דינאַמאָ”.
אין איינעם אַ טאָג, אין 1932 אָדער 1933, האָט די גליקלעכע משפּחה זיך געלאָזט פאָטאָגראַפירן ביי דעם אַריינגאַנג אין וואַרשטאַט “דינאַמא” (אין די הינטערשע צימערן איז געווען די דירה וואו די משפּחה האָט געלעבט): טאַטע=מאַמע, די צוויי טעכטערלעך, פאַניע (פאַניטשקע) און ריוועלע. דער פאָטאָגראַף האָט געהאַט אַ מאַכאַרייקע וואָס האָט אים אויך דערלויבט “אַריינצושפּרינגען” און פאַראייביקט ווערן אין אָטאָ דער פאָטאָגראַפיע.
און יענע פאָטאָגראַפיע, פון אַ גליקלעכער משפּחהלע, ווי זי שטייט פאַרן טאַטנס געשעפט, אַלע אינאיינעם, מיט ליבשאַפט זאַלבענאַנד, און מיט אַלע האָפענונגען אויף די ווייטערדיקע יאָרן, איז געבליבן ווי אַ סימבאָל פון אַ גאַנצער פאַרשניטענער וועלט פון וועלכע עס זיינען מיט נסים און וואונדער געבליבן לעבן מערניט אַ פּיצינקער חלק. פון יענעם בילד האָט נאָר איין פאַניע איבערגעלעבט די מלחמה. איר צו לאַנגע געבענטשטע יאָרן.
און אַז פאַניע=לעבן שטייט ביי היינטיקן טאָג אויפן זעלביקן אָרט, וואו עס געפינט זיך אַ מאָדערנע געשעפט פאַר צאַצקעס און מעבל פאַר רייכע הייזער, האַלטנדיק אין האַנט יענע פאָטאָגראַפיע פון אַ וועלט וואָס איז מער ניטאָ, שפּירט זיך ווייטער אַ טרייסט, אַ טרייסט אין דער עצם דערמאָנונג פון די גרויזאַם=אומגעקומענע נאָענטסטע און אייגענע, און בעת מעשה אַ געפיל פון היסטאָרישער אחריותדיקייט, אַז זי קען דאָס אַלץ ווייזן און דערציילן די וואָס כאַפּן זיך איצטער אַראָפּעט אין ווילנע אַ קוק טאָן אַ שטאָט, וועמענס ציגל, גאַסן און שטיינער עס האָבן אַמאָל געהערט גאָר אַנדערע מענטשן איידער די היינטיקע איינוואוינער.
אין סעפּטעמבער 1939 זיינען אַריין די סאָוועטן אין ווילנע. נאָך עטלעכע וואָכן האָבן זיי אָבער אָפּגעגעבן דער שטאָט צו דער ליטווישער מלוכה וואָס האָט אויף אַזאַ אופן “צוריקבאַקומען”, אַזוי צו זאָגן, די היסטאָרישע קרוינשטאָט פון ליטע וואָס איז פאַרכאַפּט געוואָרן פונעם גענעראַל זשעליגאָווסקיס חיילות פאַרן מאַרשאַל פּילסודסקיס פּוילישער רעפּובליק אין 1920טן יאָר. פאַניע איז אַוועק אין אָקטאָבער 1939 שטודירן און אַרבעטן אין ווייסרוסלאַנד. זי האָט זיך אומגעקערט אַהיים קיין ווילנע אין יוני 1941, עטלעכע וואָכן איידער די דייטשן האָבן אַטאַקירט און גיך פאַרכאַפּט די מערבדיקע שטחים פון סאָוועט=רוסלאַנד (אינצווישן, אין 1940, האָבן די סאָוועטן געהאַט איינגעשלונגען גאַנץ ליטע, ווילנע בתוכה, און איר געמאַכט פאַר אַ סאָוועטישער רעפּובליק).
פאַניע (פאַניטשקע ווי ס’רופן איר פאַרצויגענערהייט גערופן די נאָענטע און אייגענע) דערמאָנט זיך אין יענע לעצטע טעג פון שלום אין ווילנע אין יוני 1941. “ווען אימיצער דערציילט מיר דאָס אַלץ וואָס האָט אונדז נאָך דעם געטראָפן, וואָלט איך אין לעבן ניט געגלייבט, און אַז שוין יע געגלייבט, וואָלט איך ניט ווידער געגלייבט אַז איך אַליין וואָלט איבערלעבן”.
שוין די ערשטע טעג האָבן די דייטשן געטאָן אַלצדינג אויף צו פאַרשאַפן די אידישע באַפעלקערונג פון שטאָט פאַרשעמונג און פאַראָרעמונג. געווען איין דערנידעריקונג פון מענטשלעכער ווירדע נאָך דער אַנדערער. אידן טאָרן ניט קיין אויפן טראָטואַר. אידן טאָרן ניט גיין אין קראָם, טאָרן ניט גיין אויפן מאַרק. אידן דאַרפן טראָגן אַ גרויסן J אויף זיך (שפּעטער די געלע לאַטע). די אידן דאַרפן געבן זייער האָב=און=גוטס פאַר “קאָנטריבוציעס” צו דער נייער מאַכט. און ווייטער און ווייטער.
שוין אין סעפּטעמבער 1941 האָט מען פאַניעס זיידן פון טאַטנס צד, ר’ וועלוול געפירט אין פּאָנאַר, דער אָרט פון מאַסן=מאָרד פון די ווילנער אידן, און געשאָסן פאַרן “חטא הקדמון” וואָס ער איז געווען אַ איד. “איך געדענק אים זייער גוט”, גיט פאַניע איבער. “אַ הויז=פאַרבער פון פאַך, אַ שיינער איד, אַ פרומער, מיט אַ קליינער בערדעלע, געלעבט אין אַ הילצערנער שטיבעלע אויף אַנטאָקאָל”. מען האָט דאַמאָלסט אויך דערשאָסן זיין פרוי, פאַניעס באָבע שרה=גיסע הי”ד.
די אויספירונג פון פולשטענדיקן גענאָציד פון דער אידישער באַפעלקערונג האָבן די דייטשן “ערשט אויסגעפּרואווט” אין ליטע אין די חדשים נאָך זייער אָקופּירן דיאָ שטחים אין 1941. אין אַ סך ליטווישע שטעטעלעך האָט מען אַלע אידן געהאַט אויסגעשאָסן ביז האַרבסט. איבער גאַנץ ליטע זיינען פאַראַן הונדערטער גריבער מאַסן=קברים, שיער ניט פאַר יעדן שטעטל.
נאָר אין די גרעסערע שטעט האָט מען געמאָכט די מער דויערהאַפטיקע געטאָס פאַרן מיעוט פון ליטווישן אידנטום וואָס איז געבליבן לעבן, נאָך די ערשטע גרויליקע חדשים.
דעם זעקסטן סעפּטעמבער 1941 (פערצן טעג אין אלול תש”א) האָט מען די ווילנער אידן אַריינגעפירט מיט צוואַנג אין צוויי געטאָס: “די קליינע געטאָ” (אַרום אידישע גאַס, דעם גאונס געסל, גלעזער געסל וכו’), וואָס מ’האָט ליקווידירט אין אייניקע וואָכן אַרום, און “די גרויסע געטאָ” וואָס מ’האָט ליקווידיקט מיט צוויי יאָר שפּעטער. די משפּחה יאָכעלעס האָט מען איבערגעפירט פאַקטיש עטלעכע טריט “איבערן וועג” פון זייער וואַרשטאַט און וואוינונג אויף זאַוואַלנע גאַס ביז אויף הקדש=געסל (שפּיטאָל גאַס, היינט: ליגאָניניס) אין דער גרויסער געטאָ. כאָטש דער מהלך פאַר=זיך איז טאַקע געווען “ניט מער ווי אַ פּאָר טריט” איז דאָס געווען אַן איבערגאַנג פון חירות לשעיבוד, פון לעבן ווי אַ מענטש אין דער אייגענער שטוב, ביז צו דער פאַרשקלאַפונג אין אַ פאַרשפּאַרטער, אַרומגערינגלטער געטאָ, פון וועלכער מ’טאָר ניט אַרויס.
אַביסל שפּעטער האָט מען די משפּחה אַריבערגעשיקט אויף דער פּאַראַלעלער גאַס, סטראַשון גאַס (אַ נאָמען נאָך ר’ מתתיהו סטראַשון ז”ל). און דאָרטן, אין אַ פּיצינקער דירה פון צוויי צימערלעך אויפן הויף, האָט די משפּחה געלעבט איינגעקוועטשטערהייט ווי בהמות אין אַ וואַגאָן, מיט אַן ערך נאָך צוואַנציק מענטשן.
ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעמען, האָט זיך פאָרט ניט געוואָלט גלייבן, אַז מען גייט אַלעמען אויסהרגענען. “אין וואַרשע איז נאָך ניט געווען קיין מאַסן=מאָרד”, זאָגט פאַניע. דאָס האָט מען געוואוסט פון די פּליטים פון פּוילן וואָס זיינען אָנגעקומען נאַך פאַר דער דייטשישער אינוואַזיע (יענע טיילן פּוילן האָבן די דייטשן געהאַט אָקופּירט שוין אין סעפּטעמבער 9193 ).
פאַניע דערמאָנט זיך: “אַז איין פרוי האָט זיך מיט נסים געראַטעוועט פון פּאָנאָר און איז צוריקגעקומען אין געטאָ, און זי האָט דערציילט, אַז מ’שיסט אויס אַלע אידן, האָט מען געמיינט אַז זי איז משוגע, ניט מיט אַלעמען”.
אומגעפער אין יאַנואַר 1942, ווי ס’דערמאָנט זיך עס פאַניען, “האָט מען גענומען פאַרשטיין אַז זיי גייען טאַקע אויף אַן אמת אויסהרגענען אַלע אידן”.
און עס האָט זיך גענומען אָרגאַניזירן עטלעכע אָרגאַניזאַציעס אונטערערדישע, געווידמעט דעם אידישן ווידערשטאַנד. פאַניע דערמאָנט זיך, ווי אַזוי עס האָבן זיך פאַראייניקט בונדיסטן, קאָמוניסטן, “אַלגעמיינע ציוניסטן” און ביתריסטן=רעוויזיאָניסטן. מען האָט זיך געסטאַרעט פאַרגעסן אין די אַלע פאַרמלחמהדיקע חילוקי=דעותן און סיכסוכים, און מ’האָט גענומען פּלאַנירן, בשותפות מיטן ניט=אידישן, אַלגעמיינעם אַנטי=פאַשיסטישן (דער עיקר: קאָמוניסטישן) אונטערערדישן וועזן אין שטאָט, ווי אַזוי אַריינצושמוגלען געווער אין געטאָ. טאַקע אויף סטראַשון גאַס, וואו פאַניען איז געווען באַשערט צו לעבן אין געטאָ, האָבן די אונטערערדישע קעמפער געמאַכט אין אַ קעלער אַ “שול” פאַרן לערנען זיך שיסן (דעם קעלער קען מען אויך זען ביי היינטיקן טאָג).
ס’האָט ניט לאַנג געדויערט און פאַניע איז אַריין אין דער “פאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע” (”עף=פּע=אָ”). דאָס איז געווען די צענטראַלע אידישע ווידערשטאַנד=אָרגאַניזאַציע; עס איז אויך געווען אַ זייער וויכטיקע “צווייטע פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע”.
אין משך פון גרעסטן טייל 1942 און אָנהייב 1943, ווי פאַניע דערמאָנט זיך, האָט מען אין אירע קרייזן נאָך געהאַלטן, אַז מ’קען און מ’דאַרף רעוואָלטירן קעגן דער דייטשער מאַכט אין געטאָ גופא. “אָבער אין יולי אומגעפער האָט מען גענומען טראַכטן וועגן אַנטלויפן צו די קעמפער=פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער”. דער איבערגאַנג אינעם פּלאַן פון ווידערשטאַנד איז פאַרשטאַרקט געוואָרן דעם 16טן יולי 1943 ווען די דייטשן האָבן געפאָדערט - און באַקומען - די אַרויסגעבונג צו זיי אויף דערהרגעט צו ווערן, דעם הויפּט פון דער עף=פּע=אָ, יצחק וויטענבערג. (עד היום ווייס מען ניט צי ער האָט זיך אַליין גענומען דעם לעבן איידער מ’האָט אים געקענט פּייניקן און אויספרעגן; צווישן די בעסטע ביכער איבערן ווילנער געטאָ זיינען די צוויי בענד פון פּראָפ. נ. נ. שניידמאַן אים צו לאַנגע יאָר, וועלכער וואוינט אין טאָראָנטאָ.)
פאַניע האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ געהיימע אונטערערדישע קעמפערין אין דער “פאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע” אין געטאָ. זי האָט זיך געלערנט שיסן אַקוראַט און זיך געגרייט פאַרן עווענטועלן קאַמף קעגן די דייטשן. ווען די שטימונג האָט זיך גענומען אַריבערגיין פון “קעמפן אין געטאָ גופא” אויף “אַנטלויפן אין וואַלד און קעמפן אינאיינעם מיט די פּאַרטיזאַנער וואָס דאָרטן” איז פאַניע געווען צווישן די וועמען מען האָט אויסגעקליבן. דער איבערגאַנג אינעם פּלאַן איז געוואָרן נאָך מער בולט נאָכן ערשטן סעפּטעמבער 1943, ווען עס איז פאָרגעקומען די איינציקע באַוואָפנטע קאָנפראָנטירונג צווישן די געטאָ=פּאַרטיזאַנער און די דייטשן. דאָס איז דער “אויפשטאַנד אין ווילנער געטאָ”, ווי ס’ווערט צומאָל גערופן; ס’איז געגאַנגען אינעם אויסטויש פון פייער אַרום סטראַשון גאַס נומער 12 אין וועלכן עס איז באַלד אומגעקומען דער העלדישער הויפּט פון דעראָ פּאַרטיזאַנער גרופּע, יחיאל שיינבוים הי”ד.
נאָך פאַר דעם האָט מען גענומען צוגרייטן פאַניען אַ פאַלשן כלומרשט-פּוילישן פּאַספּאָרט, זי זאָל קענען אַרויס פון געטאָ און זיך אָנשליסן אָן די קעמפער אין די אַרומיקע וועלדער. צו דעם צוועק האָבן די פּאַרטיזאַנער איר געמאַכט אַ פאָטאָגראַפיע. נאָר דער פּלאַן איז ניט געלונגען, מ’האָט דעם געפעלשטן פּוילישן פּאַספּאָרט ניט געקענט מאַכן. די פאָטאַגראַפיע איז ביי איר געבליבן ביזן היינטיקן טאָג.
סוף=כל=סוף, אין דער לעצטער רגע פאַר דער ליקווידירונג פון געטאָ האָט מען געגעבן פאַניען מיט נאָך אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער גענויע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי, ווען און דורך וועלכע וועגן און אומוועגן זיך אַרויסגנבענען פון געטאָ, דורכגיין די ווילנער גאַסן די דייטשן און די ליטווינער היטער זאָלן ניט פאַרשטיין אַז דאָס איז אַ איד, דורכיין ווייטע וועלדער, דערפער און ישובים, בכדי אָנצוקומען צו דער געהעריקער פּאַרטיזאַנער באַזע אין וואַלד. דאָס האָט מען זיך געדאַרפט פונעם פּאַרטיזאַנער=קאָמאַנדיר זיך אויסלערנען אויף אויסנווייניק, כדי דער מאַרשרוט זאָל ניט באַקאַנט ווערן די דייטשן, טאָמער וועט עמעצער צו זיי אַריינפאַלן.
דאָנערשטיק אינדערפרי, דעם דריי=און=צוואַנציקסטן סעפּטעמבער 1943, איז פאַניע יאָכעלעס אַרויס פון געטאָ לויטן פּלאַן, צוזאַמען מיט נאָך אַ ווילנער פּאַרטיזאַנקע, דאָבקע דעוועלטאָוו (היינט אין לאָס אַנדזשעלעס). זיי זיינען אַרויסגעקראָכן דורך אַ לאָך אין דער וואַנט, וואָס עס האָבן “אָרגאַניזירט” די פּאַרטיזאַנער.
“מיר האָבן זיך אַרויסגעגנבעט פון געטאָ זאַלבעצווייט, איך מיט דאָבקע דעוועלטאָוו, זיך געמאַכט פאַר פּאָלאַטשקעס און דורך אַ נס האָט מען אונדז ניט געכאַפּט. אין אַ פינף=צען מינוט אַרום, שטייענדיק אַ ביסל ווייטער אויף די ווילנער גאַסן, שוין אויף דער פריי, האָבן מיר דערזען ווי די פּאָליציי רינגלט אַרום די געטאָ, און דאָס איז געווען די ענדגילטיקע פאַרניכטונג פון ווילנער געטאָ און פון ווילנער אידנטום”. די מערסטע אידן האָט מען תיכף געפירט אויף פּאָנאַר צום שיסן. פאַניעס משפּחה, די פאַרבליבענע אין געטאָ, זיינען אָבער געווען צווישן די פאַרשיקטע: טאַטע=מאַמע האָט מען פאַרשיקט אין אַ לאַגער אין עסטלאַנד (עסטאָניע) וואו מ’האָט זיי אומגעבראַכט. די אינגערע שוועסטער ריוועלע האָט מען געשיקט אין לעטלאַנד (לאַטוויע) און פון דאָרטן אין קאָנצענטראַציע לאַגער שטוטהאָף, וואו זי איז אומגעקומען. הי”ד.
פאַניע מיט דאָבקע זיינען נאָך אַ מעת=לעת אָנגעקומען צו די פּאַרטיזאַנער. אינעם לעצטן דאָרף פאַר דער באַזע אין וואַלד, האָט אַ גוטער קריסט זיי געגעבן וואָס עסן, געוויזן דעם וועג און זיי ניט אַרויסגעגעבן צו די דייטשן אָדער ליטווינער. ביז היינט פאַרדריסט פאַניען וואָס זי און דאָבקע האָבן זיך ניט פאַרגעדענקט דעם מענטשנס נאָמען.
און אין וואַלד האָט זיך אָנגעהויבן די קאַרגע צען חדשים לעבן אין אַ “זיעמלאַנקע” (אַ מין שטיבעלע פון ברעטער איינגעגראָבן אין דער ערד, מיט ערד און גראָזן פון אויבן, ס’זאָל ניט אָנזען פאַר די דייטשישע עראָפּלאַנען). צווישן די הונדערט מענטשן אין דער באַזע, אַן ערך פערציק קילאָמעטער פון ווילנע, זיינען די ווייט גרעסטע מערהייט געווען אידן, מערסטנטייל אַנטלאָפענע פון ווילנער געטאָ.
די גרופּע האָט געהייסן “נקמה” און איר ציל איז געווען צו צעשטערן וואָס מער די דייטשישע מיליטערישע מאַשין. עס זאָל ניט זיין קיין צווייפל וועגן דעם אין וואָס ס’האַנדלט זיך: “מיר האָבן אויפגעריסן רעלסן, באַנען, אַזעלכע פאַרבינדונגען ווי די טעלעפאָנישע סלופּעס, אויסגעפירט זאַדאַניעס (אויפגאַבן) און געמאַכט זאַסאַדעס (אַמבושן) אויף דייטשישע זעלנער. מ’האָט אומגעבראַכט פאַשיסטן”.
יולי 1944 ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט פאַרטריבן די דייטשן פון ווילנע, איז פאַניע מיט די לעבן=געבליבענע פּאַרטיזאַנער צוריקגעקומען צו איר באַליבטער ווילנע, שוין אַ שיער=ניט אידן=לאָזער שטאָט.
פון ירושלים ד’ליטא איז געבליבן אַ באַרג מיט אַש.
אַז עס גייט אין משיג זיין די מלחמה איבערלעבונגען פון אַ שארית הפּליטה איד, איז תמיד כדאַי צו באַקומען די צוגאָבלעכע פּערספּעקטיוו פון אַ צווייטן. האָבן מיר אין שייכות מיט אָטאָ דעם “איגרתל פון ווילנע” אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל” געבעטן ביי פּראָפעסאָר נ.נ. שניידמאַן, ווי אויבן דערמאָנט, דער מחבר פון צוויי אויסגעצייכנטע ביכער וועגן ווילנער געטאָ, ער זאָל אָנשרייבן אַ באַגריסונג צו דעם פינף=און=אַכציקסטן געבורטסטאָג פון פאַניע יאָכעלעס=בראַנצאָווסקי.
גיבן מיר איבער דאָס וואָרט פּראָפעסאָר שניידמאַנען:
“פאַר דער מלחמה האָט אונדזער משפּחה געלעבט אין זעלביקן בנין וואָס פאַניעס, אויף זאַוואַלנע 33 (היינט פּילימאָ 53 ). די פאַמיליע יאָכעלעס האָט געלעבט אויפן ערשטן גאָרן. פאַניעס פאָטער איז געווען אַן אינסטרוקטאָר אין אידישן טעכניקום און ער האָט געהאַט זיין וואַרשטאַט דערלעבן.
“שפּעטער=צו, אין ווילנער געטאָ, איז ווייטער אויסגעקומען לעבן אין זעלביקן בנין מיט דער משפּחה יאָכעלעס אויף סטראַשון 7. ניט קוקנדיק וואָס פאַניע איז געווען עלטער, און איז געווען אַ שילערין אין דער אידישער “רעאַל=גימנאַזיע”, בעת איך בין געגאַנגען אין דער “תרבות” שול, איז זי נאָך דער מלחמה געוואָרן ביי מיר ליבער ווי אַוועלכער ניט איז אַנדער מענטש אין דער שטאָט. כמעט די גאַנצע משפּחה מיינע איז אומגעקומען אינעם חורבן. פאַניע איז געווען חתונה געהאַט מיטן פּאַרטיזאַן מיכל בראַנצאָווסקי, מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין וואַלד צווישן די פּאַרטיזאַנער. און די משפּחה בראַנצאָווסקי איז פאַר מיר געקומען אויפן אָרט פון מיין אייגענער פאַרניכטעטער משפּחה.
“ס’איז געווען אַזוי: דעם ערשטן ‘טאָג פון נצחוןד נאָך דער מלחמה, דעם ניינטן מאַי 1946, בין איך אַהיימגעקומען אין ווילנע פון דער אַרמיי. איך האָב באַקומען פיר וואָכן אורלויב פאַרן ווערן דער טשאַמפּיאָן באָקסער אינעם מיליטערישן ראַיאָן וואו איך האָב געדינט.
“איך בין אַרום און אַרום געגאַנגען די גאַסן פון מיין געבאָרנשטאָט. נאָר איך האָב קיין איין מענטשן ניט געטראָפן וועמען איך קען. קיין איין באַקאַנטן ניט. איך האָב געקלערט צו פאַרלאָזן די שטאָט און זיך קיינמאָל מער ניט אומקערן. נאָר וואָס איז געשען, אין וועג צו דער אייזנבאַן סטאַנציע, לעבן דער כאָר=שוהל, האָב איך פּלוצלונג דערזען אַן אַלטע אידישע פרוי וועלכע האָט מיר דערקענט. זי האָט געקענט מיין פאָטער פון געטאָ. זי האָט מיר געגעבן צו וויסן, אַז אַ גרופּע אינגערע אידן לעבן זיך אין אַ קאָמונאַלער דירה אין צענטער שטאָט. דאָרטן האָב איך געטראָפן פאַניען און איר מאַן מישאַ בראַנצאָווסקי.
“און פון יענעם טאָג און ווייטער איז מיין גורל געווען געקניפּט און געבונדן מיט די בראַנצאָווסקיס. זיי האָבן מיר געמאַכט אַן אָרט אין זייער ענגער דירהלע און אַלץ געטאָן איך זאָל זיך פילן באַקוועם, און ווען איך האָב זיך אומגעקערט פון דער אַרמיי האָבן זיי מיר אַריינגענומען ווי אַ לייבלעכן ברודער אין דער קליינטשיקער דירהלע.
“דאָס איז געווען אַן אַקט פון אויסערגעוויינלעכער ברייטהאַרציקייט און גוטהאַרציקייט. אַלע האָבן געמיינט אַז מיר זיינען זיכער בלוט=קרובים. די בראַנצאָווסקיס האָבן פאַר מיר געגעבן אַ מוסטער פון משפּחה ליבשאַפט און איבערגעגעבנקייט, און פאַניע איז געווען דער טרייבנדיקער כח פון גאַנצן הויז=געזינד.
“זעקס יאָר, פון 1947 ביז 1953 האָב איך געלעבט ביי דער משפּחה בראַנצאָווסקי, און קיין איין מאָל אויך ניט האָב איך ניט געזען אָדער געהערט זיי זאָלן זיך קריגן. פאַניע האָט ליב צו אַרבעטן שווער, זי איז אינטעליגענט, נאָר אַלעמערשטנס איז זי אַ קלוגער און געטרייער פריינט. זי וועט קיינמאָל ניט האַלטן קיין דרשות, נאָר זי וועט אַלעמאָל לויפן צו קומען צו הילף אַ נויטבאַדערפטיקן.
“אַפילו היינט, אין אונדזערע יאָרן, ווען דער מענטשלעכער אַרום פון די בני דור ווערט וואָסאַמאָל מער איינגעשרומפּן, האָט אונדזער פאַניע אַ מחנה געטרייע חברים איבער אַלע עקן וועלט וועלכע שאַצן הויך, זייער הויך, זייער פריינטשאַפט מיט איר.
“איל בין שטאָלץ וואָס איך בין פאַניעס אַן אַלטער, אַלטער חבר, כאָטש איך ווייס זייער גוט, אַז איך וועל קיינמאָל ניט קענען צוריקצאָלן דער משפּחה בראַנצאָווסקי פאַר דעם אַלעמען וואָס זיי האָבן פאַר מיר געטאָן”.
- נ. נ. (ניאָניע) שניידמאַן
ואחרון אחרון. פאַרן גיין אין דרוק מיטן איצטיקן איגרתל לכבוד אונדזער ליבער פאַניע יאָכעלעס=בראַנצאָווסקיס פינף=און=אַכציק יאָר, איר צו לאַנגע געבענטשטע יאָרן, האָבן מיר ביי איר געפרעגט אָט וועלכע פראַגע: וואָס איז געווען איר מיידלשער חלום? וואָס האָט זי געוואָלט אויסוואַקסן, אין יענעם ווייטן אַמאָל, אַז זי איז געווען אַ שילערין אין די ווילנער אידישע שולן?
“איך האָב געוואָלט ווערן אַ לערערין”.
די פּלענער האָט צעשטערט די מלחמה. נאָכן אומקום פון אירע עלטערן און די שוועסטער, נאָכן אומקערן זיך אין ווילנע פון דער פּאַרטיזאַנער באַזע, זיינען שוין כמעט ניט געווען קיין אידן און במילא זיינען ניט געווען קיין אידישע שולן וואו זי וואָלט געקענט מיט דער צייט ווערן אַ לערערין.
איז זי גאָר געוואָרן אַן עקאָנאָם, און מיט דער צייט די דירעקטאָרשע פון אַן אָפּטיילונג פון סטאַטיסטיק. ביי דעם האָט זי געאַרבעט פון זומער 1944, אַז זי האָט זיך אומגעקערט אין ווילנע, און ביז זי האָט זיך פּענסיאָנירט אין 1989.
האָט דער גורל געוואָלט, אַז פּונקט דאַמאָלסט האָט געהאַלטן דער סאָוועטנפאַרבאַנד אין צעפאַלן זיך און עס האָט זיך געשאַפן אין ווילנע דער אידישער קאָמיטעט פון וועלכן עס איז אויסגעוואַקסן די אידישע קהילה אין ווילנע. פון סאַמע ערשטן טאָג, איז פאַניע אַ שטאָלצע מיטגלידערין פון דער קהילה און אַ מיטגרינדער פון דער אָפּטיילונג פאַר געוועזענע געטאָ אסירים און פון געוועזענע מלחמה קעמפער און פּאַרטיזאַנער.
נאָכן צעפאַלן ווערן פון סאָוועטנפאַרבאַנד, האָבן גענומען קומען צו פאָרן אין ווילנע, אַזוי ווי אין אַנדערע אַמאָליקע אידישע שטעט אין מזרח אייראָפּע, וואָסאַמאָל מער אידן פון איבער גאָר דער וועלט. און מ’האָט גענומען אַנטוויקלען אַ אידישן לעבן פאַר די געבליבענע אידן אין ווילנע (מערסטע זיינען אָנגעפאָרענע פון נאָך דער מלחמה פון אַנדערע שטעט און שטעטלעך, פון די ריכטיקע ווילנער זיינען זייער ווייניק געבליבן).
פאַר נאָענטע און פאַר ווייטע, פאַר יונגע און אַלטע, אידן און ניט=אידן, און וואָסאַמאָל מער פאַר סטודענטן, איז דער נאָמען “פאַניע בראַנצאָווסקי” געוואָרן אַ שם=דבר, אַ סימבאָל ניט נאָר פון אידישער גבורה, נאָר פון אַ שיער ניט איבערמענטשלעכער פרייד אין דער מעגלעכקייט איבערגעבן דעם גאַנצן אמת, אַלץ אויפן אָרט און אויף אַן עכטן ווילנער אידיש, צו נייע דורות “וואָס ווילן דאָס אַלץ וויסן”.
ווען עס האָט זיך דאָ אין ווילנע אָרגאַניזירט דער ווילנער אידישער אינסטיטוט מיט אַ זעקס יאָר צוריק, איז עס געווען אַ כבוד און אַ גליק וואָס מיר האָבן געקענט נעמען פאַר דער ביבליאָטעקאַרין: פאַניע בראַנצאָווסקי. ניט נאָר וואָס זי גיט אַכטונג אויף אַ וואַקסנדיקער שיינער אידישער ביבליאָטעק, נאָר זי איז געוואָרן ווי אַ האַרץ און אַ נשמה פונעם אידישן אינסטיטוט גופא: דער ריכטיקער ווילנער, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און וויל יעדן באַווייזן יעדן ווינקל פון דער שטאָט און פון די פּאַרטיזאַנישע ערטער. זי איז אַ “געבאָרענע לערערין”; דערציער מן הטבע ווייסן דאָך זייער גוט, אַז בסבר פּנים יפות, מיט נעימות און מיט אַ קול דממה דקה, קען מען לערנען מיט תלמידים אַפילו וועגן די שוידערלעכסטע, אכזריותדיקע פּרשיות אין דער מענטשלעכער געשיכטע.
אַנדערש געזאָגט געוואָרן, איז איצט מקוים געוואָרן דער מיידלשער חלום פון פאַניע יאָכעלעס=בראַנצאָווסקי.
זי איז געוואָרן די טייערסטע אידישע לערערין אין ווילנע.
~~~~~ |