ווען דער מינסקער וואָקזאַל האָט “גערעדט” אויך אויף אידיש... אין די ערשטע יאָרן פונעם סאָוועטנפאַרבאַנד, האָט דער אייזנבאַן=וואָקזאַל אין מינסק געגעבן דעם ברוך=הבא פאַר רייזנדיקע אויף פיר שפּראַכן - פון לינקס אויף רעכטס: בעלאַרוסיש, רוסיש, פּויליש און אידיש. פאָטאָ: אַדאַנק וויטאַל זאַיקאָ.
“פאַרשטייסטו מיר, ס’איז געווען אַן אַנדער וועלט דאַמאָלסט אין יוראָפּ. אין שטיבעלע איז געווען רואיק און שטיל. היינט קלינגען גלעקער מיט בעלס מיט באָזערס פון אַלע זייטן און ס’נעמט שווינדלען פאַר די אויגן. מיטאַמאָל קלינגט דער טעלעפאָן און עפּעס אַ וויסטער נודניק דרייט שוין ווייטער אַ קאָפּ. און ביי די יונגע אין אַמעריקע איז נאָך ערגער, זיי גייען אַרומעט מיט אַ קליינטשיקן טעלעפאָן אָן אָ דראָט, מ’האַלט עס אין האַנט. אָן דער מאַכאַרייקע רירט מען זיך ניט פון אָרט. זיי האָבן זיך איינגערעדט אַז אָן דעם קען מען ניט לעבן. מ’פּלאַפּלט אַ גאַנצן טאָג נאַרישקייטן. פע”!
ס’האַלט אין די הויכע וואָכן פונעם זומער, אַפילו אין “יענע דריי וואָכן” לערך, וואָס צווישן תשעה באב און ראש חודש אלול, ווען מ’סטאַרעט זיך פונדעסטוועגן אַרויספאָרן פון שטאָט.
איז גראַדע היינט אויסגעקומען זיך אַוועקזעצן אין אייזנבאַן וואָס פירט פון פּינסק ביז קיין מינסק (צי אפשר פאַרקערט; מיט מינסק און מיט פּינסק איז ניט אַלעמאָל אַזוי גרינג זיך פאַנאַנדערצוקלייבן).
דורכן פענצטער זעען זיך פעלדער מיט וועלדער, דערפלעך מיט שטעטלעך, און ס’דערמאָנט זיך אינעם ווערטל וואָס ביי אַמאָליקע פּינסקער אידן: “פון מינסק אַף פּינסק, און מאָטעלע אַף שבת”. מאָטעלע איז אַ שטעטעלע וואָס איז אויף צפון פון פּינסק און אויף דרום פון מינסק, כאָטש ניט לויט דער גלייכער ליניע פון דער לאַנד=קאַרטע (אין דער אידישער געשיכטע האָט מאָטעלע, היינט “מאָטאַל”, זיך קונה שם געווען, דערמיט וואָס דאָ איז געבאָרן געוואָרן דער ערשטער פּרעזידענט פון מדינת ישראל, חיים ווייצמאַן).
מאָטעלע געפינט זיך אויפן אַלטן טראַקט אויף וועלכן ס’פלעגט אָנטרייבן זייערע פערד די פורמאַנעס און בעל=עגלות. פלעגט אַ בעל=עגלה כדרכו זיך אָרגאַניזירן די גאַנצע רייזע, עס זאָל אויסקומען אויף שבת איבערשבתן אין מאָטעלע, וואָס איז אין יענע מקומות געווען באַוואוסט מיט איר שיינער אכסניא און גאַסטפריינטלעכקייט. ווי ס’איז אָבער דער שטייגער, זיינען אויסגעוואַקסן אַ ריי נייע באַדייטן פונעם זאָג. למשל, אַז אַ מענטש טוט עפּעס אויף אַ ניט=דירעקטן וועג - עפּעס באלכסונדיק, און מאַכט זיך אָן מער אַרבעט איידער דאָס וואָס איז נייטיק, קען מען אים גוט=ברודעריש אַ זאָג טאָן: “פון מינסק אַף פּינסק און מאָטעלע אַף שבת”. ביי אַנדערע האָט עס אַפילו באַקומען דעם באַדייט פון “אַ קראַץ טאָן דעם לינקן אויער מיט דער רעכטער האַנט”.
דאָס איז אָבער אַלצדינג אויף אַן אַנדער איגרתל, מירצעשעם, און אויף היינט וועט קלעקן צו זאָגן, אַז דער “אַלצדינג” גופא איז ביי די פּינסקער אידן בדרך=כלל ניט “אַלצדינג” נאָר: “אַלדאָסדינג” (צווישן אַנדערע נוסחי=נוסחאות). בשעת ווען ביי די מינסקער איז חל דער “אַלצינעזדינג”.
היינט וויפל אידישע מעשהלעך, וויצן און חכמהלעך זיינען אויסגעוואַקסן אַרום מינסק און פּינסק. אָנהייבנדיק פון די צוויי סוחרים וואָס טרעפן זיך אונטערוועגנס און טוען אַ פרעג, איינער ביים אַנדערן, וואוהין י ע נ ע ר פאָרט. ענטפערט יענער: “קיין מינסק”. ווערט ווילד אין כעס דער ערשטער און טאַראַראַמעוועט: “פאַרוואָס פּרובירט איר מיר אָפּנאַרן! איר מיינט אַז איך בין אַ פּתי! איר פאָרט זיכער אויף אַן אמת קיין מינסק, נאָר איר זאָגט מיר אַז איר פאָרט קיין מינסק ווייל איר ווייסט אַז דאַמאָלסט וועל איך מיינען אַז אינדעראמתן פאָרט אין קיין פּינסק! און אָט זאָגט איר מיר ‘מינסק’ ווען איר פאָרט אויף אַן אמת אין מינסק! פאַרוואָס קענט איר ניט האַנדלען ערלעך!”
דער אומפאַרגלייכלעכער ניו=יאָרקער אוהב אידיש קלמן קאָוול ע”ה, וועמענס צענטער יאָרצייט עס ווערט האַיאָר אָפּגעמערקט, האָט גליקלעך געמאַכט זיינע צוהערער מיט אַ לאַנגער פאַרפּלאָנטערטער מעשה “מינסק און פּינסק”, וואָס איז געווען “אַ מעשה אָן אַ סוף”, ד.ה. דער אויסלאָז פירט ווידער אַריין אינעם אָנהייב און עס פאַלט אַריינעט אינעם “היו מספּרין כל הלילה במינסק ובפּינסק”... דאָס וועט מיטן אייבערשטנס הילף אָבער אַריין אויף להבא אין דער פּרשה “קלמן”.
אַרום=און=אַרום אין וואַגאָן פון באַן איז געפּאַקט מיט מענטשן, מערסטע היגע, נאָר צווישן זיי אויך באַזוכער, טוריסטן, אַביסל אויך “שורש זוכער”. דאָס זיינען מענטשן, דער עיקר פון צפון אַמעריקע און מערב אייראָפּע, מערסטנטייל אידן, וועלכע האָבן זיך סוף כל סוף איבערגעצייגט, אַז ביי היינטיקן טאָג קען מען שוין אַרומפאָרן אין מזרח אייראָפּע און אין אַ מזלדיקער שעה אַהיימקומען אַ גאַנצער און ניט קיין האַלבער, אַז מ’קען באַזוכן די ערטער פון וואַנעט עס שטאַמט אָפּ די אייגענע משפּחה. טיילמאָל גייט עס אויך אין זקנים וואָס קומען אַ קוק טאָן, אָדער ווילן באַווייזן זייערע קינדער און קינדסקינדער דאָרטן וואו מ’איז אַליין געבאָרן און אויסגעהאָדעוועט געוואָרן.
אמת, גראַדע דאָ אין בעלאַרוס, וואו מיר געפינען זיך אין באַן צווישן מינסק און פּינסק, איז געבליבן שווערער (מיט וויזעס, מיטן אויספילן אומעטום דאָקומענטן און ענטפערן אויף קלאָץ=קשיות אונטערוועגנס), איידער אין די לענדער וואָס קערן זיך מער צום מערב און צום אייראָפּעאישן פאַראיין. פונדעסטוועגן נישקשה, מ’קען אַריינפאָרן און אַרויס, און די גאַנצע ביוראָקראַטיע און “אַנטי-מערביזם” ווערט אַ טייל פון דער טשיקאַוועקייט פון דער רייזע, נאָר דאָס איז אויך אַן אַנדער מעשה.
ווי ס’איז ביי אונדז דער שטייגער, זוכן מיר אַן עלטערן אידן מיט וועמען צו כאַפּן אַ שמועס אונטערוועגנס. ווי ווען, נאָר היינט גיט זיך עס שווערלעך איין. טאָמער איז אַזאַ פאַראַן אין וואַגאָן איז עס ניט קענטיק. שטעלן זיך אָפּ די אויגן (זאָל זי מוחל זיין!) אויף אַ “בפירוש זייער ניט יונגער” פרוי וואָס זיצט זיך לעבן אירע צוויי שטעקנס. איר פּנים איז דורכאויס אַדורכגעקריצט מיט ליניעס און שורהלעך נאָר ס’שטאַרט אַדורך אַ מענטשלעכע גבורה, אַ שטאָלץ, אַן אַרויסשטראַל פון אויטאָריטעט. עלעהיי די אויגן טוען זאָגן צו יעדן וואָס איז פאָרט אַביסל אינגער פאַר איר: “מיט מיר זאָלסט זיך ניט אָנהייבן, יונגערמאַן”! ס’ווילט זיך צוגיין און עפּעס וואָס אַ פרעג טאָן, נאָר עס מאַכט זיך עפּעס ניט די געלעגנהייט.
איז זיצט מען ווייטער, און דער באַן פאָרט ווייטער. און אַז מ’וואַרט, דערוואַרט מען זיך.
מיטאַמאָל נעמט זי אַרויסעט פון אַ טשעמאָדאַנעכל אַ קאַלענדאַר אויף ענגליש. ענגליש! אָט איז די געלעגנהייט, מען הייבט אָנעט מיט אַ כלומרשט=תמימותדיקער “דו יו ספּיק אינגליש?” און ווייטער גייט עס אויף רעדלעך. מה=דאָך, אַז איצט וועט אַריבערגיין פון ענגליש אויף אידיש זיין אַ קינדער=שפּיל.
זי איז אַ אידישע פרוי און זי הייסט מילדרעד. וועגן אַ מעגלעכן אידישן נאָמען וויל זי ניט מודה זיין, איז ניט.
זי איז שוין איבער די תשעים, איר צו לאַנגע שיינע יאָר, און לעבט שוין מער ווי אַכציק יאָר אין אַמעריקע, שוין צענדליקער יאָרן אין אַ שטעטל אָפּסטעיט ניו יאָרק. זי זאָגט: “איך האָב באַשלאָסן, אַז כל=זמן איך לעב דאַרף איך נאָך איין מאָל אַ קוק טאָן די שטעטל וואו איך האָב פאַרבראַכט די שיינע קינדער=יאָרן. מיר זיינען אַלע אַוועק פאַר דער מלחמה, נאָר מיר ווייסן זייער גוט דעם גורל פון אַלע פריינט און שכנים וואָס זיינען געבליבן. קיינער איז דאָרטן ניט געבליבן, קיין איין איד ניט, נאָר עס ווילט זיך פאָרט אַ קוק טאָן. געפונען אַפילו אַ קריסטלעכע פרוי אין מיינע יאָרן, מיר האָבן זיך קינדווייז געשפּילט צוזאַמען. אַז מיר האָבן זיך דערקענט נאָך מער ווי אַכציק יאָר האָבן מיר ביידע אין דער זעלביקער רגע געזאָגט: ‘איי, מ’האָט זיך אַביסל פאַרעלטערט’...”
מיר צעריידן זיך וועגן איר שטעטל, אירע זכרונות. זי באַקלאָגט זיך וואָס די אַמעריקאַנער קינדער (דער מאַן אירער איז שוין צענדליקער יאָרן אויף יענע וועלט), האָבן ניט קיין אינטערעס אין איר אָפּשטאַם, ווער רעדט וועגן אידישקייט גופא, און זי גיט גלייך צו מיט אַ שמייכעלע: “נאָר וועגן דעם וואָס איך אַליין בין שולדיק, האָט ווייניק זין מ’זאָל האָבן טענות צו יענעם”.
אַז מ’צערעדט זיך אויף אידיש מיט אַ היימישן מענטשן, גייען אַדורך די שעהן גיך ווי אַ באַן טאַקע, און מען דערנעענטערט זיך צו מינסק הבירה. דאָרטן וועט מילדרעד כאַפּן אַ טאַקסי ביזן אַראָדראָם (ערפּאָרט) צו פליען אַהיים, און מיר וועלן אַוועק מיט נאָך אַ באַן קיין ווילנע.
אַז דער באַן האַלט אין אָנקומען אויפן וואָקזאַל, נעמט מילדרעד מיט נאָסטאַלגיע ריידן וועגן דעם, ווי גוט ס’איז געווען דער לעבן ביי איר אין שטעטל מיט העכער אַכציק יאָר צוריק. זי בעט אגב מען זאָל ניט דערמאָנען אין “זשורנאַל” דעם נאָמען פון שטעטל, אפשר צוליב עפּעס אַ סיבה און אפשר אינגאַנצן אָן אַ פאַרוואָס. ווי ס’זאָל ניט זיין, גייט עס אַריין אינעם “אַ וואָרט איז אַ וואָרט”.
די נאָסטאַלגיע צו איר שטעטל איז אָבער גאָר אַנדערש איידער דאָס וואָס מען איז איינגעוואוינט צו הערן ביי אידן. זי נעמט דערציילן מיט וואָס איר לעבן איז געווען אַזוי גוט דאַמאָלסט, און מיט וואָס עס איז אַזוי שווער ביי היינטיקן טאָג אין דער גאָלדענער מדינה אַמעריקע.
גיבן מיר איבער דאָס וואָרט מילדרעדן, מיר ברענגען דאָ אַראָפּעט אירע רייד כלשונה, האַלטנדיק אַז די אַריינגעפלאָכטענע ווערטער וואָס שטאַמען אָפּ פון ענגליש וועלן דעם לייענער צופיל שוועריקייטן פאָרט ניט פאַרשאַפן...
“פאַרשטייסטו מיר, ס’איז געווען אַן אַנדער וועלט דאַמאָלסט אין יוראָפּ. אין שטיבעלע איז געווען רואיק און שטיל. קיינער האָט ניט געבאַדערט. היינט קלינגען גלעקער מיט בעלס מיט באָזערס פון אַלע זייטן און ס’נעמט שווינדלען פאַר די אויגן. מיטאַמאָל קלינגט דער טעלעפאָן און עפּעס אַ וויסטער נודניק דרייט שוין ווייטער אַ קאָפּ. און ביי די יונגע אין אַמעריקע איז נאָך ערגער, זיי גייען אַרומעט מיט אַ קליינטשיקן טעלעפאָן אָן אָ דראָט, מ’האַלט עס אין האַנט. אָן דער מאַכאַרייקע רירט מען זיך ניט פון אָרט. זיי האָבן זיך איינגערעדט אַז אָן דעם קען מען ניט לעבן. מ’דאַרף זיי קענען כאַפּן און באַדערן אין סטריט און אין באָס, אין סאָבוועי און אין קאַר. מ’פּלאַפּלט אַ גאַנצן טאָג נאַרישקייטן. פע!
“נאָך ערגער אַ סך, האָב ניט קיין פאַראיבל, איז מיטן גיין וואו דער קיסר גייט אַליין, אין די בעטהרום. אין שטעטל איז געווען אַ מחיה, ריין און קלוג, אַז די ‘אַטכאָזשע’, דער טאָילעט, איז אַלעמאָל אינדרויסן, אין אַ בודקע צום סאַמע ענד פון בעק=יאַרד. אונדז וואָלט ניט איינגעפאַלן אַזאַ נאַרישקייט, מאַכן אַ טאָילעט אינעווייניק אין שטוב, דאָרטן וואו מען עסט און מען שלאָפט. פע!
“אָבער ערגער פון אַלצינעזדינג אין אַמעריקע איז מיט ספּעיס (אָרט). אין שטעטל איז יעדער אָרעמאַן געווען אַ גביר מיטן ספּעיס. געווען אַן אייגענע כאַטע, אַ הילצערנע שטיבעלע מיט פיר צימערן און אַ ריזיקן סאָד אינדרויסן וואו ס’האָבן געוואַקסן ביימער מיט עפּל, מ’האָט פאַרזייט די בולבעס מיט די בורעקעס מיט אַלצינעזדינג וואָס איז גוט און געשמאַק און געזונט. נאָר אין אַמעריקע קען דאָס האָבן בלויז אַ ראַקעפעלער מיט אַ וואַנדערבילט. אַזוי מענטשן דאַרפן לעבן אין די אַפּאַרטמענס (דירות) צעקוועטשטע ווי מוראַשקעס אין אַ פּושקע. און מיט דעם אַלעמען רעדט מען זיך איין אַז ס’איז אַלצינעזדינג אָלראַיט. אַמעריקע גנב!” |