מזל טוב! פּראָפעסאָר שניידמאַן מיט זיין מעדאַל! מער ווי דריי=און זעכציק יאָר נאָכדעם/
נאָך אַכט חדשים אומוואַנדערונגען און אומוועגן, האָט מען סוף=כל=סוף אומגעקערט דעם טייערן, איידעלן געלערנטן, פּראָפעסאָר נ. נ. שניידמאַן אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, דעם מעדאַל וואָס ער האָט געוואונען אין ווילנער געטאָ אין מאַי 1943, און וואָס האָט זיך על=פּי נס אָפּגעזוכט אין ליטע סוף נאָוועמבער 2006.
דערביי האָט געשפּילט אויך אַ ראָלע דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" וואו דער מעדאַל און דער תמצית פון זיין געשיכטע זיינען צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט געוואָרן (אין נומער פון 23טן מערץ 0270 ). לויט דער בקשה פון ווילנער אידישן אינסטיטוט, האָט די רעדאַקציע אַרויסגעשיקט פופציק עקזעמפּלאַרן מיט עקספּרעס=פּאָסט אין ווילנע, און דער אַרטיקל, אינאיינעם מיט די אַלע געדרוקטע בילדער, און אַ סך=הכל אויף ענגליש, איז פאַרשפּרייט געוואָרן צווישן די דיפּלאָמאַטישע קרייזן אין ווילנע. איין הויכער באַאַמטער אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע האָט מיר אַ זאָג געטאָן: "זיי האָבן די בילדער אַזוי שיין און קלוג אויסגעשטעלט, אַז איך פאַרשטיי שוין די גאַנצע מעשה, ניט לייענענדיק קיין אידיש"...
אַזוי אַרום האָבן די באַזיצער פונעם מעדאַל איינגעזען, אַז מ'וועט ניט מאַכן קיין שווייג וועגן דעם. די דיפּלאָמאַטן אין שטאָט האָבן גענומען טענהן, אַז עס איז "אוממעגלעך" אַז מען זאָל ניט וועלן תיכף=ומיד און בכבוד גדול אומקערן דעם מעדאַל צום מענטשן וועמענס נאָמען עס איז אויף אים אויסגעקריצט, וועלכער לעבט, עד מאה ועשרים שנה, אין טאָראָנטאָ. וויפל מאָל אין לעבן טרעפט דאָס, אַז אַ מעדאַל פון געטאָ אין 1943 ק ע ן מען אָפּגעבן דעם מענטשן וועמען עס געהערט, אין 2007?
אין ווילנער געטאָ איז דער יונגער נח (ניאָניע) שניידמאַן געווען אַ געהיימער מיטגליד אין איינער פון די אידישע פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן זיך געגרייט צו אַ באַוואָפנטן ווידערשטאַנד קעגן די דייטשן. ער איז אויך געווען אַ ספּאָרטס=מאַן וועלכער האָט אָט דעם מעדאַל געוואונגען אין געטאָ, דעם אַכצעטן מאַי 1943. אויפן מעדאַל שטייט אויסגעקריצט אויף אידיש:
ה \ 18 1943 - ספארט סעקציע - ווילנער געטא
דעם ח' ]חבר[ נ. שניידמאן צום 20טן באקס קאמף
מיט קאַרגע דריי חדשים שפּעטער איז שניידמאַן אין געהיים אַרויס פון געטאָ און איז אָנגעקומען צו די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד. זיינע אימהדיקע איבערלעבונגען האָט ער מייסטערהאַפטיק אויפגעשריבן אין זיין באַנד זכרונות וועגן ווילנער געטאָ און קאַמף אין די וועלדער (ער איז אגב דער מחבר פון העכער צען ביכער).
צום סוף פון דער מלחמה האָט ער זיך ווידער באַזעצט אין ווילנע; אין אין 1957 איז ער אַוועק אין פּוילן, אין אין 1958 אָנגעקומען אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וואו ס'האָט שוין געלעבט זיין שוועסטער לוסי.
שניידמאַנס טאַטע, אריה=לייב (לעאָ) איז געשטאָרבן אין ווילנער געטאָ גופא; זיין מאַמע, רייזל (ראָזע) איז פאַרשיקט געוואָרן אין אַ טויטן=לאַגער ווען די דייטשן האָבן די געטאָ ליקווידירט דעם 23טן סעפּטעמבער 1943.
ווען ער האָט פאַרלאָזן די געטאָ, דעם 9טן סעפּטעמבער, האָט ער דעם "באָקסינג מעדאַל" אינאיינעם מיטן גאַנצן האָב=און=גוטס, איבערגעלאָזן אין דער דירה אין ווילנער געטאָ אויף סטראַשון גאַס 7.
און מער וועגן דעם אַלעמען וואָס די משפּחה האָט איבערגעלאָזן אין געטאָ אין סעפּט. 1943 האָט מען ניט געהערט, ביז נאָוועמבער 2006 ווען מ'האָט געפונען דעם מעדאַל און ליטע און ס'האָט זיך אָנגעהויבן די פּרשה "שניידמאַנס מעדאַל".
איצטער, אַז דער מעדאַל איז ב"ה ביים מענטשן וואָס האָט עס געוואונען, קען מען אַביסל מער מודיע זיין איידער דאָס וואָס איז געווען מעגלעך אין פריערדיקן איגרתל איבער דער טעמע (אין "זשורנאַל", פיר טעג אין ניסן תשס"ז, דעם 23טן מערץ 0270 ).
פאַרשיידענע וועגן=און=אומוועגן אין דער מעשה לאָזן זיך שווערלעך באַנעמען אַלס "צופאַלן".
דעם מעדאַל האָט געפונען אַ ליטווינער געשעפטסמאַן וועמענס "האָבי" עס איז צו זוכן אַנטיקל=זאַכן מיט אַ "מעטאַל דעטעקטאָר". דאָס איז געווען דעם 25טן אָדער דעם 26טן נאָוועמבער 2006. לויט ווי ער גיט איבער, איז דאָס געפונען געוואָרן אין אַ פעלד ניט ווייט פון שטעטל פּאַבערזשע (אויף אידיש: פּאָדברעזע), ניט זייער ווייט פון ווילנע.
האָט דער גורל געוואָלט, אַז זיין טאָכטער איז אַן אויסגעצייכנטע אוניווערסיטעט=סטודענטקע וואָס קען אַ סך שפּראַכן, און האָט אויך שטודירט אידיש. אַז זי האָט דערקענט די אידישע אותיות אויפן מעדאַל, האָט זי צעשיקט אַ בילד פון מעדאַל צו פאַרשיידענע אידישע אינסטיטוציעס און מוזייען אין ווילנע. צום באַדויערן האָט קיינער פון די וועלכע האָבן באַקומען די בילדער ניט געקענט איבערלייענען דאָס וואָס שטייט דאָרטן געשריבן.
נאָר אַז עס איז צו אונדז דערגאַנגען, דעם 19טן דעצעמבער 2006, האָבן מיר גלייך איבערגעלייענט, און געשפּרונגען פאַר פרייד: אַז דאָס איז אַ מעדאַל פונעם באַוואוסטן געלערנטן נ. נ. שניידמאַן, וועלכער האָט אונדז געהאַט אַרומגעפירט איבער די געסלעך פון דער אַלטער שטאָט בעת זיינעם אַ באַזוך אין ווילנע מיט עטלעכע יאָר צוריק. אין זיין בוך ווערט דאָך דערמאָנט אַז ער איז געווען אינעם ספּאָרט=קלוב פון באָקסינג אין ווילנער געטאָ.
די ערשטע אויפגאַבע איז דאָך געפינען דעם מענטשן וועמענס נאָמען עס איז אויסגעקריצט אויפן מעדאַל! וואו איז פּראָפעסאָר שניידמאַן? אַדאַנק דער גיכער און ברייטהאַרציקער הילף פון דער באַקאַנטער טאָראָנטער קינסטלערין וויוויען פעלזען, אַ געוועזענע סטודענטקע אויף דער ווילנער זומער=פּראָגראַם, האָט מען גלייך געפונען פּראָפ. שניידמאַנען. אויף מאָרגן, דעם 20טן דעצעמבער 2006, האָט זיך געעפנט אונדזער קאָנטאַקט מיט פּראָפ. שניידמאַנען דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט (אי=מעיל), און מיר האָבן אים איבערגעשיקט דערביי די בילדער פון ביידע זייטן פון מעדאַל. ער האָט באַלד באַשטעטיקט אַז דאָס איז זיין באָקסינג מעדאַל פון ווילנער געטאָ, און האָט אַ פרעג געטאָן: וואָס וועט ווערן מיטן מעדאַל? מיר האָבן אים פאַרזיכערט, אַז דער ווילנער אידישער אינסטיטוט וועט ניט שפּאָרן קיין מי, משפּיע צו זיין מ'זאָל עס אים אומקערן וואָס פריער און שענער. באַשערט איז אָבער געווען אַן אויסגעצויגענער מהלך, ווי ס'איז דער שטייגער אויפן עולם התחתון.
אין אַ שמועס מיט דער אַדמינסטראַטאָרשע פון ווילנער אידישן אינסטיטוט, האָט דער געפינער פון מעדאַל געזאָגט, אַז ער האַלט אַז דאָס דאַרף אַריין אין אַ מוזיי אין ווילנע, און אַז ער פירט שוין פאַרהאַנדלונגען מיט אַ געוויסן מוזיי. ער האָט אויך געזאָגט, אַז פאַר אים איז ניט אַזוי וויכטיק, צי עס לעבט דער מענטש אַליין וועמענס נאָמען עס איז דאָ אויפן מעדאַל. דאָס איז אַלץ אַן ענין פאַרן מוזיי.
ניט דער געפינער, און ניט דער מוזיי האָבן זיך באַמיט צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט פּראָפ. שניידמאַנען. טייל פּני פון מוזיי האָבן אַפילו געגעבן צו פאַרשטיין, אַז דאָס געהערט "דער ליטווישער רעפּובליק" לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ און שוין. אַלע אונדזערע באַמיאונגען משפּיע זיין אויף די פאַרשיידענע צדדים מען זאָל כאָטש אַרויסווייזן די עלעמענטאַרע מענטשלעכקייט און זיין אין קאָנטאַקט מיט פּראָפ. שניידמאַן זיינען ניט געלונגען.
סוף דעצעמבער האָבן מיר געבראַכט דעם גאַנצן ענין צום קאַנאַדישן אַמבאַסאַדאָר אין לאָנדאָן, בראַיען הערמאַן, שוין לאַנגע יאָרן אַ קעמפער פאַר אידישע אינטערעסן אין ווילנע. פאַרוואָר, בראַיען הערמאַן איז דער איינציקער אַמבאַסאַדאָר אין ווילנע אוועלכער איז "צופעליק" אַ איד. ער האָט גענומען אַרבעטן אויפן ענין מיט אימפּעט, און כדרך הדיפּלאָמאַטן, שטילערהייט און דיסקרעט, מיט חכמה און מיט בינה. ער האָט זיך געטראָפן מיט הויפּט פיגורן פון מוזיי וואָס האָט געוואָלט קריגן דעם מעדאַל, און זיי "מיט רואיקייט, נאָר האַלטנדיק אַ גרויסן שטעקן", אַ זאָג געטאָן: "רבותי, אויב איר וועט ניט אומקערן דעם מעדאַל, וועט איר האָבן איצט צו טאָן ניט מיט מיר און ניט מיט שניידמאַנען, נאָר מיט. . . ק אַ נ אַ ד ע!"
און עס זיינען ווייטער אַדורך עטלעכע חדשים.
אין חודש מערץ האָט זיך דער ענין ווידעראַמאָל גענומען "אין וועג אַריין". דער געפינער פון מעדאַל האָט דורך זיין טאָכטער מוסר מודעה געווען אַז עס זיינען שוין מער ניטאָ קיין אונטערהאַנדלונגען צווישן אים מיטן מוזיי, עס געהערט שוין דעם מוזיי אינגאַנצן, און פאַרטיק.
מיט עטלעכע טעג שפּעטער איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז אָנשטאָט לאָזן וויסן פּראָפ. שניידמאַן, אַז זיין מעדאַל האָט זיך אָפּגעזוכט און איז אין די גוטע הענט פון אַ מוזיי, האָט מען עס גלייך רעגיסטרירט אַלס אייגנטום פון דער "ליטווישער רעפּובליק", ד.ה. וואָס מען טאָר ניט אַרויסלאָזן פון לאַנד, און שוין, פאַרטיק אַ געשעפט.
דער ווילנער אידישער אינסטיטוט האָט זיך ווידער געווענדט צום קאַנאַדישן אַמבאַסאַדאָר בראַיען הערמאַן, און אים איצט געשטעלט אין אַ דירעקטער פאַרבינדונג מיט פּראָפעסאָר שניידמאַן.
אַמבאַסאַדאָר הערמאַן האָט געפירט דעם ענין צו זייער הויכע מדרגות אין דער ליטווישער מלוכה ("אויפן העכסטן עטאַזש", טוט ער אַ זאָג, מיט אַ דיפּלאָמאַטישן שמייכל). לסוף, נאָכן באַקומען דעם "הכשר פון אויבן", אַז מען מעג אין אָטאָ דעם ספּעציעלן פאַל אומקערן דעם בירגער פון קאַנאַדע זיין מעדאַל, האָט דער מוזיי מסכים געווען אומקערן דעם מעדאַל. נאָכמער, עס איז פאָרגעקומען אין ווילנע אַ פאָרמעלע צערעמאָניע ביי וועלכער דער גלאַוונער הויפּט דירעקטאָר פון מוזיי, אַ באַוואוסטער שרייבער און אינטעלעקטואַל אין ליטע, גיט אָפּ דעם מעדאַל, לייטזעליק און בנעימות, אַמבאַסאַדאָר הערמאַנען, דער קאַנאַדישער אַמבאַסאַדאָר זאָל עס ווייטער איבערגעבן דעם קאַנאַדישן בירגער פּראָפ. נ.נ. שניידמאַן.
פּראָפ. שניידמאַן גיט היינט איבער: "דאָנערשטיק דעם ניינצעטן יולי, 2007, אַז איך בין געווען שוין אונטערוועגנס אין אַראָפּאָרט, צו פאָרן אין ניו יאָרק, האָט דער קוריער מיר געטראָפן אין גאַס און געגעבן דעם מעדאַל. איך האָב ניט געהאַט קיין צייט זיך אומקערן אין מיין דירה, האָב איך עס מיטגענומען אין ניו יאָרק און באַוויזן דאָרטן מיין טאָכטער און די אייניקלעך. איצטער, בין איך שוין צוריק אין דער היים. דער מעדאַל רופט אַרויס, נאַטירלעך, אַ סך עמאָציעס, און ברענגט אויפן געדאַנק גאָר אַ סך זכרונות."
הייסט דאָס, אַז אַ גאַנצע ריי "צופאַלן" האָבן געבראַכט צו דער "ווידער=פאַראייניקונג" פון פּראָפ. שניידמאַן און זיין מעדאַל שוין נאָך דעם גרעסטן "צופאַל", אַז מ'האָט עס בכלל געפונען נאָך אַזויפל יאָר. ווען די טאָכטער פון געפינער וואָלט ניט געווען קיין סטודענטקע פון אידיש און ניט דערקענט די אידישע אותיות און עס ניט צעשיקט צו אידישע אָרגאַניזאַציעס אין שטאָט, בתוכם אין אידישן אינסטיטוט; ווען דער אינסטיטוט וואָלט ניט געקענט פּראָפ. שניידמאַנען און געוואוסט וואו אים צו זוכן; ווען דער קאַנאַדער אַמבאַסאַדאָר וואָלט ניט געווען קיין איד וועלכער איז להוט צו קעמפן פאַר אידישע אינטערעסן; און לויט ווי דער קאַנאַדער אַמבאַסאַדאָר האָט אונדז איבערגעגעבן: ווען ס'וואָלט אויך ניט געברענט פּונקט איצט דער סקאַנדאַל איבער דער כסדרדיקער פאַרשוועכונג פון אַלטן אידישן בית=עולם, ד.ה. די מלוכה האָט ניט געוואָלט דווקא איצט אַ "צווייטן אידישן סקאַנדאַל מיטן מעדאַל"...
ווען ניט דעם אַלעמען, וואָלט זיך דער מעדאַל ניט אומגעקערט צו זיין אייגנטימער. עפּעס אין גייסט פון "אלו אלו הוציאנו"...
אין אַזעלכע פאַלן דערמאָן איך זיך שטענדיק אין די ווערטער פון מיין טייערן פריינט, הרב מאָטל חן נ"י אין ברוקלין: "הירשע=דוד, לאָז אָפּעט מיט די צופאַלן. עס זיינען ניטאָ קיין צופאַלן!"
און מן הפּרט אל הכלל:
די פרייד, אַז נאָך לאַנגע חדשים האָט מען אַ אידיש חפצל, וואָס האָט זיך מיט נסים אָפּגעזוכט אין מזרח אייראָפּע, אומגעקערט דעם אידישן מענטשן וועמען עס געהערט, דאַרף אונדז בעת מעשה קומען דערמאָנען אין די גרעסערע פראַגן אין וואָס דאָ גייט.
ערשטנס: לאָמיר זיך ניט נאַרן. אַפילו נאָך דעם ערגסטן פאַל פון גענאָציד אין דער מענטשלעכער געשיכטע - דער חורבן - איז אין מזרח אייראָפּע עד היום ניט אויסגעוואַקסן דער עלעמענטאַרער דרך ארץ צו די קרבנות, ניט די אומגעקומענע און ניט לגבי דער קליינער צאָל לעבן=געבליבענע. עס איז נאָך ניטאָ די יסודותדיקע ווערטן פון מענטשלעכקייט און יושר: עפּעס געפונען וואָס געהערט אַ לעבן=געבליבענעם אידן (אין אַנדערע פאַלן וועט דאָס הייסן: זיינע אָדער אירע יורשים), וואָלט געווען שיין מען זאָל דערציען מענטשן זיי זאָלן ו ו ע ל ן אָרנטלעך האַנדלען און ל ו י פ ן עס אומקערן, נאָכמער אין די לענדער וואָס גייען היינט אַריין אין "אייראָפּעאישן פאַראיין" און אין נאַטאָ, און שטרעבן פאַררעכנט צו ווערן פאַר טרעגער פון "עכטער הויך=אייראָפּעאישער קולטור".
והשנית: אַזעלכע געפינסן ווי פּראָפעסאָר שניידמאַנס מעדאַל פאַרן באָקסינג ספּאָרט אין ווילנער געטאָ זיינען עלול, אַז זיי פאַלן אַריין אין ניט=ריכטיקע הענט, גאָר אויסגענוצט צו ווערן אויף אַ נייער און סובטילער מאָדע פון חורבן=פאַרלייקענונג ("האָלאָקאָוסט דינאַיעל" בלע"ז). דאָס וואָס אַזויפל אידן האָבן אין סאַמע נאָענטסטן שאָטן פון גרויליקן אומקום זיך אָפּגעגעבן מיט לערנען, לייענען, דערציאונג, ספּאָרט, טעאַטער, און אַנדערע גייסטיקע באַשעפטיקונגען גיט צו אַ מין קרומע כלי=זין פאַר די "אָפּלייקענער" זיי זאָלן דולן אַ קאָפּ, אַז די געטאָס זיינען "גאָרנישט געווען אַזוי שרעקלעך", פאַרגעסנדיק בעת מעשה צו דערמאָנען, אַז כמעט די גאַנצע אידישע באַפעלקערונג האָט מען אויסגעשאָכטן מיט אַ באַרבאַריזם וואָס איז עד=היום אין=לשער.
אין ליטע גופא איז איצט אויסגעוואַקסן ביי דעם "עסטאַבלישמענט" אַן אַפּאָלאָגעטיק וואָס רופט זיך "סימעטריע": יאָ, די אידן האָט מען געפּייניקט אין די נאַצישע געטאָס, און די ליטווינער האָט מען געפּייניקט אין די סאָוועטישע גולאַגן, און קוקט נאָר צו וויפל אידן זיינען געווען קאָמוניסטן. אַכלל ס'ווערט אַ מטושטשדיקער מישמאַש, דעם שטנס אַ גזירה שווה, מ'נעמט רעדן אַז ס'איז געווען אַ צייט ווען אַלע האָבן געהרגעט אַלע, און טוט נאָר אַ קוק, דאָ אין ווילנע געטאָ איז גאָר געווען אַ ביבליאָטעק מיט אָ ספּאָרט קלוב מיט באָקסינג מעטשעס און מעדאַלן...
דריטנס: אַז מ'וועט אין מזרח אייראָפּע דעם קומעדיקן מאָל טרעפן אַ חפץ מיט אַ נאָמען פון אַ יחיד, זאָל עס זיין אונטער די ברעטלעך פון דער פּאַדלאָגע אין אַ וואוינונג אויף סטראַשון גאַס, זאָל עס זיין אין אַ ווייטן פעלד הינטער אַ דאָרף צי אַ שטעטל, זאָל ניט געדויערן קיין לאַנגע חדשים, מיט פּראָטעסטן, אינסטיטוטן און פאָדערונגען פון אַמבאַסאַדאָרן צו די העכסטע מלוכהשע אַמטן. ניין, זאָל דער געפינער (אָדער דער מוזיי וועמען ער גיט עס אָפּ) גלייך אויף אַן אָרט זאָגן: דאָס געהערט אַ מענטשן, דאָס געהערט אַ פאָלק וואָס האָט דאָ אַמאָל געלעבט, לאָמיר נאָך היינט פּרובירן געפינען וועמען עס געהערט און משיב אבידה זיין.
ואחרון אחרון, זאָלן די קאַרגע "תשעה ירחי לידה" וואָס פּראָפעסאָר נ.נ. שניידמאַן האָט געדאַרפט אויסוואַרטן בכדי צו באַקומען זיין מעדאַל פון ווילנער געטאָ, אויף וועלכן ס'איז אויסגעקריצט זיין נאָמען, זיין אַ סגולה אים, זיינע קינדער און קינדסקינדער, צו אריכת ימים טובים, און בעת מעשה פאַר דער אידישער געשיכטע אַ סימן מובהק פון אייביקער אידישער גבורהשאַפט.
|