טראַכטענישן און באַטראַכטונגען צום אַכציקסטן יאָרצייט פון יהואשן
יהואש, וואָס שיער ניט יעדער ליד פון זיין אייגענער פעדער שפּרודלט מיט ספק=ספקא און די דרייסטקייט איבערצופרעגן און אָפּצופרעגן, וואָלט ניט וועלן, אַז צו זיין אַכציקסטן יאָרצייט, זאָל מען וועגן זיין "גרעסטן פּערזענלעכן דערפאָלג" - תרגום יהואש - איבערחזרן די אידישיסטישע שאַבלאָנען און לאָזונגען. עס איז געקומען די צייט צו שטעלן אַ צאָל קשיות טאַקע "ברחל בתך הקטנה".
(ערשטע העלפט)
פאַראַן אַן אַלט אידיש ווערטל: "אַזוי ווי ס'קריסטלט זיך, אַזוי אידלט זיך". די טראַדיציע פונעם אַזוי=אָנגערופענעם "ליטעראַרישן יאָרצייט" האָט זיך נישקשה אַריבערגעטראָגן אין די סביבות פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור (און פאַרשטייט זיך אויך אין דער העברעאישער).

בדרך=כלל רעדט זיך גאָרניט וועגן אַ ריכטיקן יאָרצייט מיט אַ יום פּלוני לחודש אלמוני; ס'גייט פּשוט אין אָנווענדן לטובה אַ "גלייכן חשבון" אין גאַנג פון די יאָרצענדליקער נאָכן טויט פון דער פאַרגעדענקטער פּערזענלעכקייט, שיער ניט אַלס "תירוץ" אויף צו פאַרעפנטלעכן אָפּהאַנדלונגען, מיט דער האָפענונג, אַז ס'עט ניט בלייבן גלאַט ביי טינט=גיסעריי אויף אָנפילן סתם די זייטלעך פון בלאַט, רחמנא לצלן, נאָר וואָדען, אַז דאָס וועט אינספּירירן סיי דעם שרייבער און סיי דעם לייענער אויפסניי צו נעמען לייענען די פאַרנאַכלעסיקטע ווערק פון אַ מחבר וואָס איז שוין, וואו=מער וואו=ווינציקער, אַ תושב "מיט אַ חזקה" אויפן עלמא דקשוט.
איז דאָס בעצם אַ שיינע טראַדיציע: מ'נוצט אויסעט דעם גלייכן חשבון אינעם מהלך פון די יאָרן, בכדי זיך אַליין און יענעם צו דערמאָנען אין די כתבים, לאָמיר אָנכאַפּן, פון וויכטיקע שרייבער, מיט אַ כוונה יתירה מען זאָל אויפסניי נעמען לייענען און אַריינלייענען.
און אַמשענסטן איז, אַזוי דאַכט זיך אונדז אויסעט - ווער רעדט נאָך ביי וואָרהאַפטיקע גדולים, אַזעלכע "וואָס קענען זייער שטעטל באַשטיין" - אַז אָנשטאָט זיך וואַרפן מיט סקאַרבאָווע שבחים און אויסגעדראָשענע שירות ותשבחות, זאָל מען זיך סטאַרען אָפּשאַצן ערלעכערהייט, מיט קריטיק און מיט קשיות און מיט די אַלע קאָמפּליצירטקייטן און "קאָנפליי=קאָנפליקטן" וואָס קענען אַריינגעצויגן ווערן אין קאָן.
פאַרוואָר: אין דעריין שטעקט שוין במילא, אָן אַ שיעור מער דרך=ארץ, און ס'וואַקסט דערצו אויסעט האַרמאָניש מיט אונדזער אוראַלטער אידישער טראַדיציע, אַז אויף אַ גדול ברענגט מען פילגאָרנדיקע און אָן=אַ=סופיקע קשיות מיט תירוצים, לאַנגע יאָרן נאָך יענעמס "באַזוך" דאָ אויף ד ע ר וועלט. און ניט סתם מ'גייט ככל המונם "אַוועקלייגן אַ קראַנץ מיט בלומען ערגיץ ביי אַ דענקמאָל אויפן סקווער פון שטאָט".
אין אונדזער (גיך אַנטלויפנדיקן) תשס"ז, און אין 2007 לויט דער אַלגעמיינער צייט=רעכענונג, פאַלט אויס אַכציק יאָר פון זינט ס'איז אין 1927 געשטאָרבן צו זיינע פיר=און=פופציק יאָר (לויט אַנדערע חשבונות: פינף=און=פופציק), דער באַוואוסטער אידישער פּאָעט און תנ"ך איבערזעצער יהואש. "יהואש", גענוצט פאַר=זיך, איז דער פּען=נאָמען וואָס ס'האָט זיך גענומען יהואש=שלמה בלומגאַרטען, וועלכער איז אין סעפּט. 1872 (אָדער לויט אַנדערע: פרילינג 1871 ) געבאָרן געוואָרן אין ליטווישן שטעטל ווערבעלאָוו, אין סואוואַלקער געגנט. שפּעטער=צו האָט זי זיך גערופן ווערזשבעלאָווע און אין די לעצטע דורות: ווירבאַלן (היינט אויף דער ליטווישער שפּראַך: ווירבאַליס).
יהואשעס ביאָגראַפיע איז נאָר טיילווייז כאַראַקטעריסטיש פאַרן "כלל" אידישע שרייבער פון יענע דורות: ער איז אויפגעהאָדעוועט געוואָרן אין אַ טראַדיציאָנעל=פרומער משפּחה, ביי אַ טאַטן אַ למדן מופלג אין שטעטל, און אַ מאַמע אַ כלל=טוערין, אין אַ משפּחה וואו עס זיינען פונדעסטוועגן אַריינגעדרונגען אויך השפּעות פון די חובבי ציון און פון דער וועלט ליטעראַטור; געלערנט אַ צייט אין ישיבה (וואַלאָזשין), אַוועק אין די וועלטלעכע קרייזן פון העברעאיש און אידיש, עמיגרירט אין אַמעריקע (1890). עס איז אפשר אַפילו ניט אַזוי יוצא=דופנדיק, וואָס אין אַמעריקע האָט יהואש "עקספּערימענטירט" אויך מיט פאַרשיידענערליי ביזנעסער אויף "צו מאַכן אַ לעבן", ווי ס'זאָגט זיך נוסח אַמעריקע; צווישן אַנדערע אַרבעטן, האָט ער זיך מפרנס געווען פון פּעדלעריי, שניידעריי, בוכהאַלטעריע און (אין די ערשטע צייטן), מיטן לערנען מיט קינדער העברעאיש.
עס איז אַפילו אויך, צום באַדויערן, אַביסל כאַראַקטעריסטיש פאַר אַ אידישן פּאָעט אין אַמעריקע דאַמאָלסט, וואָס ער האָט געקרענקט אויף דער שווערער "מחלה פון די אידישע פּאָעטן", פאַר קיינעם ניט געדאַכט - טובערקולאָז (שווינדזוכט, טשאַכאָטקע), און האָט יאָרן לאַנג אָפּגעלעבט אין דער דענווער סאַנאַטאָריע אין קאָלאָראַדאָ. דיאָ באַוואוסטע סאַנאַטאָריע האָט געהאָלפן גרינדן יהואשעס גוטער חבר, דער אידישער פילאָלאָג און מעדיצינישער פּראָפעסאָר פון אַנאַטאָמיע ד"ר חיים ספּיוואַק. און וועלכער ערסנטער סטודענט פון אידיש איז עד היום ניט באַקאַנט מיט זייער ביידנס ווערטערבוך פון די העברעאישע און אַראַמישע ווערטער וואָס גייען אַריין אין אידיש? (צוערשט אַרויס אין נ.י. אין 1911 ).
יהואש איז אויסגעוואַקסן ווי אַ אידישער פּאָעט, און וועט ביז אין סוף פון די יאָרן פאַרנעמען זיין אָרט ביי דער מזרח וואַנט פון דער אידישער פּאָעזיע פאַר זיינע לידער גופא, ווי אויך פאַר זיינע ווערק וואָס האָבן אויסגעשפּרייט, סיי אין דער טיף און סיי אין דער ברייט, די עצם האָריזאָנטן פון דער אידישער פּאָעזיע. אַ סך אַנדערע אידישע פּאָעטן האָבן געשריבן לידער איבער תנ"כישע מאָטיוון, איבער שטאָף פון דער דור=דורותדיקער אידישער ירושה, חסידות, איבערן שטעטל און גרויסשטאָט, און ביי די וואָס האָבן עמיגרירט אין אַמעריקע צי אַנדערשוואו, איז נאַטירלעך צוגעוואַקסן די טעמאַטיק פון דער "נייער היים", דערין די דיסלאָקאַציעס און גייסטיקע איבערקערענישן, דער גייסט מיטן גאַנצן שטייגער לעבן פון אָטאָ דער נייער וועלט, דער אָרעמער, עקספּלואַטירטער אַרבעטער=אימיגראַנט און די אַלע באַוועגונגען אויף צוצואיילן אַ בעסער לעבן.
דאָס אַלצדינג און נאָך אַ סך מער טרעפט מען ביי יהואשן אין זיינע לידער. יהואש האָט אַפילו באַקומען דעם שרייבערשן "הכשר למהדרין" פון זיין דור: צו זיינע זיבעצן יאָר איז ער אַוועק אין וואַרשע, אויפן אַדרעס ציגליאַנע 1, אויף צו ווייזן זיינע שריפטן י.ל. פּרצן. דער שאַרף=אויגיקער פּרץ האָט גלייך דערשאַצט דעם בחורס טאַלאַנט, און אים געעצהט ווייטער שרייבן פּאָעזיע, סיי אויף העברעאיש און סיי אויף אידיש.
יהואש האָט באַוויזן אָנטיילצונעמען מיט זיינע לידער אין צוויי (פון די דריי) "פונדאַמענטאַלע זאַמלונגען" פון דער נייער אידישער ליטעראַטור וואָס זיינען דערשינען בערך אין איין צייט, סוף אַכציקער יאָרן, אָנהייב ניינציקער יאָרן פון ניינצעטן יאָרהונדערט; אין מרדכי ספּעקטאָרס "הויז=פריינד" און אין די ערשטע צוויי בענד פון י. ל. פּרצעס "אידישע ביבליאָטעק".
יהואש האָט זיך אָבער ניט באַנוגנט מיט די ד' אמות פונעם "תחום הכתוב" פון דער אידישער פּאָעזיע. ער איז געוואָרן פון אירע "קאָלומבוסן" וואָס זוכן אויס פאַר אידיש נייע וועלטן פון דער ברייטערער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַפדערויף קען זיך פאַרמעסטן - אויב ס'גייט די רייד וועגן אַן ערנסטן און ניט קיין לעכערלעכן פּרואוו - אַ אידישער שרייבער וואָס איז טיף באַהאַוונט אין די אידיש=אידישע קוואַלן פון די דורות און קען טאַקע אויסגעצייכנט לשון=קודש, אַראַמיש און אידיש, און אַזאַ וואָס האָט דערצו זיך יאָרן לאַנג פאַרטיפט אין קלאַסישע ווערק פון אַ סך פעלקער פון איבער גאָר דער וועלט.
אַ וויכטיקער תחום איז דער וועלכער רופט זיך "איבערדיכטונגען", ד.ה. איבעראַרבעטונגען פאַרן אידישן לייענער וואָס שטעלן מיט זיך פאָר מער ווי סתם "איבערזעצונגען" נאָר זיינען פאַר=זיך וואָגיקע ליטעראַרישע ווערק. שוין אין פּרצעס "אידישע ביבליאָטעק" אין 1891 איז דערשינען יהואשעס "די גאַזעל", אַ אידישער נוסח פון אַ ליד פון גרויסן ענגלישן פּאָעט לאָרד באַיראָן. אין זיין שפּעטערדיקער רייפקייט, איז זיין יסודותדיקסטע איבערמאַכונג אויף אידיש פון אַ גרונט=ווערק פון ענגלישער פּאָעזיע געווען "דאָס ליד פון הייאַוואַטהא", וואָס האָט זיך המשכים=ווייז געדרוקט אין דער ניו=יאָרקער "צוקונפט", און איז אַרויס ווי אַ באַזונדערער באַנד אין ניו יאָרק אין 1910. דאָס איז אַ מייסטערהאַפטע פאַראידישונג פון דער פּאָעמע פון הענרי וואַדסוואָרט לאָנגפעלאָו אויף ענגליש (וואָס איז אויף ענגליש דערשינען אין 1855). הייאַוואַטהאַ איז געווען אַ גורלדיקער מנהיג ביי די אַמעריקאַנער אינדיאַנער שבטים וואָס האָט ערגיץ אַרום 1450 אויפגעשטעלט די איריקוואָיער קאָנפעדעראַציע.
אָבער ניין. יהואש איז ניט געבליבן שטיין מיט ענגליש. ער איז אַוועקגעפאָרן באַזעצן זיך אין ארץ ישראל אָנהייב 1914. געפאָרן איז ער מיטן געדאַנק עולה זיין, נאָר געבליבן אין מיטעלן מזרח איז ער אַ קיימא=לן פון אָנדערהאַלבן יאָר: דער גרעסטער חלק פון דער צייט אין ארץ ישראל, אין רחובות (וועגן דער רייזע און די די אַלע מקומות אונטערוועגנס האָט ער עטלעכע יאָר נאָכדעם אַרויסגעלאָזן דריי בענד א.נ. "פון ניו יאָרק ביז רחובות און צוריק"). אויסער אין רחובות האָט ער געלעבט אַ צאָל חדשים אין עגיפּטן, אין רעלוואַן, וואָס געפינט זיך אויפן ראַנד פון דער גרויסער מדבר.
סיי אין רחובות (וואו די אידישע תושבים האָבן זיך ביי אים געלערנט אַ שפּאָר ביסל מער עברי איידער פאַרקערט...), און סיי אין רעלוואַן, האָט זיך יהואש אינטענסיוו שטודירט די אַלט=אַ ר אַ ב י ש ע שפּראַך. טיילווייז האָט ער זיכער אין זינען געהאַט די סעמיטישע פילאָלאָגיע וואָס איז אים נייטיק געווען צו דער לעבנס=אַרבעט פון איבערזעצן אויפסניי גאַנץ תנ"ך אויף אידיש, וואָס דערוועגן וועט גיין די רייד להלן. די אַראַבישע קולטור האָט אָבער יהואש אין אַ ריי איבערדיכונגען געבראַכט צום א י ד י ש ן לייענער, וואָס איז געווען, זעלבסטפאַרשטענדלעך, שוין פאַר זיך אַ שטיקל סענסאַציע אויף דער אידיש=ליטעראַרישער גאַס.
אַמערסטנס באַקאַנט איז יהואשעס איבעראַרבעטונג אויף אידיש, דירעקט פונעם אַלט=אַראַבישן טעקסט, פון אָמאַר כאַיאַמס "רובאַיאַט" (דער אבי אבות איז אגב געווען אויף פּערסיש). ניט זייער אַ סך אידישע שרייבער האָבן דערלאַנגט זייערע לייענער קלאַסישע ווערק סיי פון דער ענגלישער און סיי פון דער אַראַבישער ליטרעראַטור. פון רוסיש האָט יהואש איבערגעזעצט אַ ווערק פון דמיטרי מערעזשקאָווסקי.
יהואשעס אייגענע פּאָעזיע צייכנט זיך אָבער אויס דווקא נ י ט מיט אַן "איבערגעלערנטקייט" (וואָס איז כידוע אָפטמאָל אַ מניעה צו פּאָעזיע לשמה), וואָס מ'וואָלט גריילעך געקענט חושד זיין ביי אַ מלומד אין לשון קודש, אַראַביש, ענגליש און רוסיש. גראַדע פאַרקערט: יהואשעס דיכטונג צייכנט זיך אויס מיט אַן אָרנטלעכקייט און אַן עכטער פּשטות, וואָס יעדער "פּשוטער לייענער" קען דערפון נהנה זיין. אָט למשל, אין אַ שווערער, אָנגעווייטיקטער שטימונג, ווענדט ער זיך צום בורא עולם אינעם ליד "אַ תפילה" (געשריבן 1911):
אָ, גרויסער גאָט, דאָס לעבן איז
אַ וויסטער ים פון טרערן,
מיר וויסן ניט פון וועלכן תהום,
ניט וואו, געפירט מיר ווערן...
מיר שיפן זיך דורך נאַכט און נויט -
זיי אונדזער שטערן...
דער מענטש איז גראָז, זיין האַרץ איז שפּריי,
געווירבלט פון פאַרלאַנגען;
אַ פאַלשער טריט און שוין איז ער
צום גיהנומס שוועל פאַרגאַנגען -
באַוואַך זיין שוואַכע שטונד און לאָז
די נעץ ניט פאַנגען...
די וועלטן שווינדן ווי דער טוי,
און דורות גלייך ווי שטויבן,
מיר וואַנדערן אויף קברים אום,
און ס'גלאָצט דער טויט פון אויבן -
אָ, גאָט, צערייס דאָס חושך=טוך,
שענק ליכט און גלויבן...
ווייז אין דעם טויט דאָס לעבן אונדז,
אין פוילן - דאָס געבערן,
אין קורצן איצט - די אייביקייט,
און אין דער בלינדער וויסטעניי,
דיין טריט לאָז הערן.
(לויטן טעקסט אין בוך "אין זון און נעפּל", נ.י. 1913 ).
די פּשטות וואָס ביי יהואשן ווערט אָבער ניט פאַרוואַנדלט אין קיין פּרואוו אויף אויסצונעמען ביים לייענער דווקא מיט פרייד, דערמוטיקונג, חיזוק. ניט זעלטן האָבן זיינע לידער אַ טיפערן פילאָסאָפישן באַדייט; ער האָט ניט מורא אַריינזאָגן דעם "מאָדערנעם מענטשן" (און דעריין, ווער ווייס, אפשר זיך אַליין בעת מעשה אויכעט...). אין איין קאָנטראָווערסיעל ליד וועגן עגאָ=צענטריזם פון די מאָדערניסטישע באַוועגונגען, נעמט זיך יהואש צו: "די נייע געטער" (געשריבן 1909):
צעברעך די אומריינע אַלטאַרן,
זיי זיינען פאַלש, זיי אַלע נאַרן...
דעק אויף דיין גאָטס פאַרהילטן פּנים,
רייס אָפּ זיין מאַסקע און קוק אָן אים -
ס'איז בלויז דיין "איך" וואָס לויז געריסן
זיך האָט, פון אייגענעם געוויסן...
דיין "איך" בלויז וועלכער איז אַנטלאָפן,
פון וועלט=געזעץ, פון הימלס שטראָפן...
דיין פרייהייט? - קוק זיך צו נאָר נעענטער
ס'איז דיין ב אַ ג ע ר דער ווילד=צעברענטער,
וואָס דורך דעם פאָקוס פון די ליפּן,
פאַרוואַנדלט האָט זיך אין פּ ר י נ צ י פּ ן...
טו אויס דיין קרוין פון זעלבסט=רעגירער,
דו אומגעשיקטער דעזערטירער,
אויף וועמענס פיס די קייטן קלינגען,
וואָס וועלן ד אָ ר ט צוריק זיך ברינגען,
פון וואו דיר לויפן האָט געוואָלט זיך,
און ברעכן וועט דיין שקלאַפן=שטאָלץ זיך...
אין שטויב זיך לייג, און בייג דיין שטערן,
און רייניק מיט חרטה=טרערן,
דיין גאווהדיקע און זינדיק שטרעבן,
און ש ט אַ ר ב אום ווידער א ו י פ צ ו ל ע ב ן...
דען דער וואָס וויל זיין גאָט דערקענען,
מוז ערשט זיין א י ך, אַליין פאַרברענען...
(לויטן טעקסט אין בוך "נייע שריפטן", צווייטער באַנד, נ.י. 1910).
יהואש דער פּאָעט ווערט אָבער פאָרט ביי היינטיקן טאָג געלערנט און געלייענט אַ סך ווייניקער איידער אַנדערע אידישע פּאָעטן, אַפילו אין די חדרי חדרים וואו מען לייענט און וואו מען האָט הנאה פון אידישער פּאָעזיע. דאָס איז אַ שאָד, אַ חסרון וואָס מ'דאַרף בפירוש מתקן זיין.
און ס'עט מסתמא זיין איבעריק צו באַמערקן, אַז דער היינטיקער לייענער איז ניט ספּעציעל נוטה צו זוכן "הייאַוואַטהאַ" פון לאָנגפעלאָ אין אַן איבערזעצונג אויף אידיש וואָס איז אַרויס אין 1910, ווער רעדט נאָך פון גיין זוכן אָמאַר כאַיאַמס "רובאַיאַט" איבערגעזעצט דורך יהואשן...
אלא וואָדען: ווער ס'אינטערעסירט זיך היינט מיט דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור, און שאַפט זיך אַפילו אַן עלעמענטאַרע "ערשטע" ביבליאָטעק פון קלאַסישע ווערק אויף אידיש, ביי דעם ט'מען אָפטמאָל טרעפן די צוויי גרויסע שיינע שוואַרצע בענד פונעם תנ"ך וואָס מען רופט אָנעט: "תרגום יהואש". דאָס איז דער גאַנצער תנ"ך, פון בראשית ברא און ביזקל סוף דברי הימים, מיטן לשון=קודשדיקן אָריגינאַל און מיט דער פולשטענדיקער, פּרעכטיק אויסגעטאָקטער איבערזעצונג אויף אידיש דערלעבן.
אין די מערסטע סביבות פונעם אידישיזם און פון לערער און קענער פון אידיש, איז עס אַ מין "הייליקער אמת" אַז דער "תרגום יהואש" שפּילט אַזאַ מין ראָלע אין דער מערכה פון אידיש ווי אַשטייגער לוטערס ביבל=איבערזעצונג ביי די דייטשן אָדער די "קינג דזשיימס ווערזשאָן" ביי די ענגלענדער און אַנדערע ענגליש ריידנדיקע לענדער. מען האַלט, אַז ווער ס'וויל לערנען תנ"ך אויף אידיש דאַרף אָנקומען צו יהואשן, און ניט צו די אַלטמאָדישע עברי=טייטש ביכלעך.
נאָכמער, דער עצם ענין "דער תנ"ך אויף אידיש" איז געוואָרן אַן אידעאָלאָגישער פּרינציפּיעלער עסק פאַרן אידישיזם, אַ יש מיט וועלכן מ'טרייסט זיך, אַז ס'האָט זיך אַרויסגעלאָזן צום בעסטן, מיט יהואשעס אויסגעענדיקטן, פּרעכטיק אַרויסגעגעבענעם תנ"ך, להיפּוך צו אַ סך אַנדערע אידישיסטישע חלומות וואָס זיינען געבליבן צעשטערט און ניט=פאַרשלימותט.
לכל הדעות איז יהואשעס תנ"ך אויף אידיש אַ גרויס ווערק, אַ ווערק אין וועלכן ער האָט אַריינגעלייגט די נשמה פון אַן עכטן פּאָעט און די געלערנטקייט פון אַן אמתן תנ"ך פאָרשער און העברעאיש=סעמיטיסטישן פילאָלאָג. אויב ריידן צו דער ביאָגראַפיע, האָט ער אינעם "תרגום יהואש" אַריינגעלייגט די צענדליקער יאָרן פון זיין קורץ=פאַרשניטענעם לעבן, פירנדיק דעם תנ"ך ביז צום גמר, מיט אַ שיער=ניט אייבערמענטשלעכער גבורה אין די שווערע אומשטענדן פון אַ גוף אַ צעבראָכענעם פון טובערקולאָז.
אין דער ביאָגראַפיע פון יהואשן אינעם "נייעם לעקסיקאָן", ווערט געבראַכט פון די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער", אַז עטלעכע חדשים פאַר זיין טויט האָט יהואש פאַרטרויט זיין שוועסטער חווהן: "דאָס אַרויסברענגען איין פּסוק אַזוי, ווי איך האָב געוואָלט, שאַפט מיר מער נחת, ווי אָנשרייבן צען אייגענע לידער".
דאָס זיינען ווערטער וואָס זיינען אמת שבאמת.
פונדעסטוועגן, גלייבן מיר, אַז יהואש, וואָס שיער ניט יעדער ליד פון זיין אייגענער פעדער שפּרודלט מיט ספק=ספקא און די דרייסטקייט איבערצופרעגן און אָפּצופרעגן, וואָלט ניט וועלן, אַז צו זיין אַכציקסטן יאָרצייט, זאָל מען וועגן זיין "גרעסטן פּערזענלעכן דערפאָלג" - תרגום יהואש - איבערחזרן די אידישיסטישע שאַבלאָנען און לאָזונגען.
עס איז געקומען די צייט צו שטעלן אַ צאָל קשיות טאַקע "ברחל בתך הקטנה", בתוכם: ווער דאַרף און ווער וויל היינט אָנקומען צום "תרגום יהואש"? פון וואָס קענען מיר היינט געניסן מער, פון "תרגום יהואש" צי פון די אַמאָליקע "עברי טייטש" איבערזעצונגען, וואָס זייערע פאָטאָמעכאַנישע רעפּראָדוקציעס פאַרקויפן זיך ביז היינט? אויף ווי ווייט איז דער תרגום יהואש געווען אַ פּראָיעקט אויף אויסצופילן אַ פּראָגראַמאַטישע פאָדערונג מצד דער סעקולער=אידישיסטישער באַוועגונג? ואחרון אחרון, ווי אַזוי די פאַרגלייכונגען שטעלן מיט זיך פאָר אַן אָפּשפּיגלונג, ניט חלילה פונעם אייביקן טאַלאַנט פון גרויסן אידישן פּאָעט און תנ"ך פאָרשע יהואש=שלמה בלומגאַרטען, נאָר וואָדען: פונעם אומגעריכטן גורל פון דער אידישער שפּראַך אין דער נייער צייט.
אַן ערשטן פּרואוו אויף אַ שטיקל תירוץ אויף די קשיות וועלן מיר ברענגען אין דער צווייטער העלפט פונעם איגרתל, מירצעשעם בקרוב. |