די סאַמע שווערסטע פּראָפעסיע צווישן אַלע פּראָפעסיעס, איז - צו זיין אַ חזן אין אַמעריקע!
אין דער אַלטער היים האָט אַ חזן געדאַוונט פאַרן רבונו של עולם, און דאָ, אין אַמעריקע, דאַוונט ער פאַר דער שוהל קאָמיטע!
מיטן רבונו של עולם האָט מען נאָך, ווי עס איז, געקאָנט דורכקומען, אָבער מיט דער שוהל=קאָמיטע? - שטיינערנע הערצער! וויפיל אַ חזן גיט זיי, האָבן זיי ווייניק!
נעמט, למשל, מיך! איך בין אַ חזן מיט אַלע זיבן זאַכן! כ'האָב אַלץ, וואָס אַ חזן דאַרף האָבן!
אָבער - קיין שטימע האָב איך נישט!
ס'הייסט, אַ שטימע האָב איך יאָ, אָבער - נישט קיין לייבן=שטימע!
קיין יאָסעלע ראָזענבלאַט בין איך נישט, און אַפילו קיין שאַלאַפּין, בין איך אויך נישט!
כאָטש אַמאָל האָט מען געפלעגט אויף מיר זאָגן, אַז כ'בין דער "דריטער שאַלאַפּין".
וואָס עפּעס דער "דריטער"? - ווייל קיין צווייטער שאַלאַפּין איז נישטאָ!
אַמאָל איז מיין שטימע געווען צווישן אַ טענאָר און אַ באַריטאָן. היינט ווייס איך נישט וואָס זי איז. און נישט נאָר איך - גרעסערע מבינים פון מיר, ווייסן אויך נישט. כ'האָב מיך שוין נאָכגעפרעגט, און זיי ווייסן נישט!
האָב איך איצט אַ קליין שטימעלע. זאָל זיין קליין!
און וואו שטייט עס געשריבן, אַז דווקא מיט שרייען קען אַ חזן אויסבעטן אַ גוט יאָר פאַר די מתפּללים? איך האַלט, אַז מ'קען שטילערהייט אויך אַלץ פּועל זיין!
מיט דריי יאָר צוריק האָב איך נאָך געפלעגט מאַכן מיט דער שטימע פאַרשידענע דריידלעך. היינט טו איך עס נישט מער. וואָס וועל איך גיין נעמען א ו י ב ן, אַז כ'דאַנק גאָט מען הערט א ו נ ט ן!
אַ שטימע דאַרף מען היטן, ווי אַן אויג אין קאָפּ. מ'דאַרף זי שאַנעווען. בפרט, אַז מ'האָט זי נישט, דאַרף מען זי אַוודאי שאַנעווען.
מ'דאַרף זיך קענען אַרויסהעלפן מיט קרעכץ, מיט אַ קנייטש, מיט אַן "אוי!" און דער עיקר - מיט עברי!
און ווען ס'קומט צו עברי, בין איך אינדערהיים. איך ווייס וואָס עס טוט זיך אין מחזור. איך בלאָנדזשע נישט. איך טאַפּ נישט אין דער פינצטער. און טאָמער אַפילו פאַרשטיי איך נישט אַ פּסוק, איז אויך נישט קיינעמס ביזנעס. ווען איך שטיי שוין ביים עמוד, בין א י ך דער באַלעבאָס און נישט קיין צ וו י י ט ע ר! איך האָב דעם קאָפּ אויפן קאַרק, און גיב מיר אַן עצה. דאָס, וואָס כ'פאַרשטיי נישט, שלינג איך אַראָפּ. און דאָס, וואָס כ'שלינג=אַראָפּ, איז ריינער פּראָפיט.
אָבער אַז מ'האָט נישט קיין מזל, העלפט נישט קיין קרעכץ און קיין קנייטש און קיין אוי און קיין עברי!
מיין שלימזל איז לעצטנס אַזוי גרויס, אַז גראָד אין סליחות צייט האָב איך אַ טבע הייזעריק צו ווערן!
שטעלט אייך פאָר מיין אומגליק: אַזאַ קליין שטימעלע, און דערצו נאָך - הייזעריק!
דווקא דעמאָלט, ווען דער סעזאָן ברענט, פאַרהאַקן זיך מיר די שטים=בענדער, און - גיי דער צו דער וואַנט!
וואָלט איך כאָטש הייזעריק געוואָרן אין אַ וואַלענטאַין דעי, אין אַ דעקאָרעישאָן דעי, אָדער אַפילו אין וואַשינגטאָנס געבורטסטאָג, - וואָלט מיך נישט געאַרט! אָבער הייזעריק ווערן גראָד דעמאָלט ווען כ'דאַרף זאָגן סליחות, - דאָס איז דאָך אַ ריינער אומגליק! קיין גוי זאָל נישט וויסן דעם טעם!
אויף דריי פּראָבעס האָט מען מיך האַיאָר גערופן, און אויף אַלע דריי פּראָבעס איז מיר געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ! גיי צו אַ פּראָבע מיט ליידיקע הענט!
מיט איין שוהל פּרעזידענט האָב איך גערעדט קלאָרע ווערטער:
"מיסטער פּרעזידענט, - האָב איך אים געזאָגט, - לאָמיר שפּילן אין אָפענע קאָרטן! איך בין נישט קיין שווינדלער, און כ'וועל אייך זאָגן דעם גאַנצן אמת: איך האָב אַ שטימע, נאָר איצט אַרבעט זי נישט!"
זאָגט ער: "נעווער מאַינד, קומט דעמאָלט ווען זי וועט אַרבעטן!"
"זי וועט אַרבעטן ערשט, - זאָג איך, - נאָך יום=טוב, און וואו וועל איך דערווייל דאַוונען?"
ווייסט איר וואָס ער האָט מיר געענטפערט? - "איר קענט דאַוונען ביי אונדז, - באַצאָלט פופצן דאָלער פאַר אַ טיקעט!"
ווען כ'בין געקומען אין אַ צווייטער שוהל צו פּראָבע, האָט מיך דער פּרעזידענט געגעבן אַ מעסט=אָפּ פון קאָפּ ביז די פיס, און אַ פרעג געטאָן:
"מיסטער, וואָס האָט איר אַ פאַרבונדענעם האַלז?"
האָב איך גענומען און אויפגעשריבן אויף אַ צעטעלע: "כ'בין הייזעריק!"
אַן אַנדער פּרעזידענט, דו זעסט שוין אַז דער קאַנדידאַט איז הייזעריק, גיב אים אַ פרעג: "ווי אַזוי איז עס געקומען? ווי לאַנג שוין? צי איז עס אַ שטענדיקע זאַך? און וואָס טוסטו דערצו?"
איז אָנשטאָט מיר צו פרעגן, גיט ער אַ געשריי אין צווייטן צימער אַריין: "נעקסט!" און ס'שטייט שוין ביים טיש אַ נייער קאַנדידאַט.
אויף דער דריטער פּראָבע האָט דער טשערמאַן פון דער קאָמיטע גערעדט צו מיר מער מענטשלעך.
ווען כ'האָב אים געזאָגט, אַז מיט דער שטימע מיינער איז נישט פויגלדיק, אָבער איך העלף מיר אַרויס מיט אַ אידישן קרעכץ, - האָט ער מיר מענטשלעך געענטפערט: "ס'טוט מיר זייער לייד, פאַר קרעכצן קאָנען מיר נישט צאָלן. מיר האָבן נישט קיין בודזשעט דערויף!"
פאַרליר איך נישט די האָפענונג און גיב אים אַ לייג אַרויס די לעצטע קאָרט: "מיסטער טשערמאַן, יאָ קרעכצן, ניט קרעכצן, אָבער מיין זאָגן עברי איז ווערט ס'גאַנצע געלט! איר ווייסט דאָך אַליין, אַז היינטיקע צייטן וואַלגערן זיך נישט אויף די גאַסן קיין חזנים, וואָס קאָנען אָפּערירן מיט עברי!
הערט ער רואיק אויס און ענטפערט מיר מענטשלעך: "קאַקאָי מיר עברי? וואָס מיר עברי?! אין אונדזער סינאַגאָג זוכט מען געזאַנג, און נישט קיין עברי! מיר דאַרפן אַ חזן מיט אַ שטימע, וואָס מ'זאָל הערן אויפן זעקסטן און אויפן זיבעטן בלאָק פון דאַנען!"
האָב איך מיך אויפגעהויבן און אַוועקגעגאַנגען. איך קען מיך נישט אונטערנעמען צו דאַוונען אַזוי הויך. איך קען דאַווענען, אַז מ'זאָל הערן אויפן הימל; אָבער דאַווענען, אַז מ'זאָל הערן אויפן זעקסטן און זיבעטן בלאָק, - דאָס איז נישט פאַר מיינע כוחות!
מער אויף קיין פּראָבעס בין איך נישט געגאַנגען, און איך בין געבליבן אָן אַ שטעלע. מיין שטימע איז געבליבן אינעווייניק, און איך פּערזענלעך בין געבליבן אינדרויסן!
און וואו וועל איך דאַוונען האַיאָר, ווייס איך אַליין נישט.
אַוודאי וועל איך ערגיץ דאַווענען, נאָר - אָן געלט. אָבער וואָסער טעם, מ'שטייט געזאָגט, קאָן שוין האָבן אַ דאַווענען אָן געלט?!
*) דער סאַטיריקער משה נודעלמאַן איז געבאָרן געוואָרן אין וואַרשע אין 1905. ער איז געשטאָרבן אין אַמעריקע אין 1967. |