דעם זומער איז אין ביראָבידזשאַן אָרגאַניזירט געוואָרן אַ זומער-שולע צו לערנען אידיש.
דעם זומער איז אין ביראָבידזשאַן אָרגאַניזירט געוואָרן אַ זומער-שולע צו לערנען אידיש. וועגן דעם האָט מודיע געווען די אָנפירערשאַפט פון דער ווייט-מזרחדיקער מלוכהשער סאָציאַל-הומאַניטאַרער אַקאַדעמיע.
די צוהערער פון די קורסן, וואָס האָבן געדויערט דריי וואָכן, זענען געווען די סטודענטן און אונטערריכטער פון דער דאָזיקער אַקאַדעמיע, ווי אויך די אורחים פון פאַראייניקטע שטאַטן, פּוילן, דייטשלאַנד און דרום-אַפריקע. די עלטסטע סטודענטקע איז, קיין עין-הרע ניט, 70 יאָר אַלט.
צו אונטערריכטן אין דער שולע זענען פאַרבעטן געוואָרן די פאָרשטייער פון די פירנדיקע אוניווערסיטעטישע וועלט-צענטערס פון דערלערנען די אידישע שפּראַך.
די צוהערער פון דער שולע האָבן זיך באַטייליקט אין אַן עטנאָגראַפישער עקספּעדיציע איבער דער אידישער אויטאָנאָמער געגנט, באַזוכט די געוועזענע איבערוואַנדערער-ישובים, זיך באַגעגנט מיט די ערשטע איבערוואַנדערער, בייגעווען אַ פאָרשטעלונג פונעם היגן אידישן טעאַטער "קהלת", ווי אויך אָפּגעשטאַט אַ רייזע אין דער כינעזישער שטאָט כאַרבין און זיך באַקענט מיט איר אידישער געשיכטע.
דאָס פייערלעכע באַלוינען די סטודענטן מיט דיפּלאָמען איז פאָרגעקומען אינעם אַקטן-זאַל פון דער אַקאַדעמיע. דער רעקטאָר פון אָט דעם אַנשטאַלט לעוו גרינקרוג האָט אויפגעטראָטן פאַר די פאַרזאַמלטע. אויך זיין שטעל פאַרטרעטער מיראָן פישביין האָט געהאַלטן אַ רעדע. דער רעקטאָר האָט אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פון דער פאָרגעקומענער געשעעניש און באַדאַנקט איר אדייאישן באַגייסטערער - דעם פּראָפעסאָר באָריס קאָטלערמאַן פון ישראל, ווי אויך די אַלע לערער.
די אַלע וואָס האָבן אָנטיילגענומען אין דער אידיש-שולע, זענען באַלוינט געוואָרן מיט ערן-דיפּלאָמען. צווישן די וואָס האָבן די דיפּלאָמען געקראָגן, זענען: דער רב פון דער אידישער אויטאָנאָמער געגנט מרדכי שיינער און זיין ווייב אסתר שיינער, דער ביראָבידזשאַנער אונטערנעמער יוסף ברענער און אַנדערע.
דער טעקסט אין די דיפּלאָמען פון די שול-גראַדואַנטן איז געדרוקט אויף דריי שפּראַכן - רוסיש, ענגליש און, פאַרשטייט זיך, אויף מאַמע-לשון. צווישן די שטודירטע דיסציפּלינען זענען אין די דיפּלאָמען איבערגערעכנט - אידישע עטנאָגראַפיע, אידישער קינעמאַטאָגראַף, ליטעראַטור און פאָלקס-לידער אויף אידיש-לשון, די געשיכטע פון אידן אין רוסלאַנד, חזנות. |