הילע פון אַ פּראַכט-אויסגאַבע פון אַ תהלים מיט תרגום יהואש, וואָס דער היברו פּאָבלישינג קאָמפּאַני האָט אַרויסגעלאָזן אין ניו יאָרק אין 1933 — וואָס איז דען "יהואשעס פּשרה"? — דער "היימישער שד" וואָס קוקט אַרויסעט פון הינטער די קוליסן: דער געשמאַקער, היימישער "עברי טייטש" — באַטראַכטונגען צום אַכציקסטן יאָרצייט פון אידישן פּאָעט יהואש-שלמה בלומגאַרטען —
(צווייטע העלפט)
אַז מ'מערקט אָפּ דעם ליטעראַרישן יאָרצייט פון אַ באַליבטן שרייבער, איז צוגעפּאַסט, ניט נאָר איבערגעבן די "חיי אדם" זיינע — די ביאָגראַפיע; ניט נאָר אויסרעכענען די "שבחי אדם" — לויבן ווי געהעריק די אויפטוען און מעשים; נאָר וואָדען, מ'דאַרף זיך סטאַרען ברענגען אויך בפירושדיקע קשיות און זיך צוקוקן קריטיש צו זיין (אָדער איר) לעבנס-אַרבעט. דעריין איז פאַראַנען סיי מער אויפריכטיקייט און סיי מער דרך-ארץ. טאַקע מיט אָטאָ דעם סענטימענט האָבן מיר אין וועג געלאָזן די ערשטע העלפט פון אונדזער איגרתל צום אַכציקסטן יאָרצייט פון אידישן פּאָעט און תנ"ך איבערזעצער יהואש-שלמה בלומגאַרטען (אין "זשורנאַל" פון י"ז אלול תשס"ז, דעם 31טן אויגוסט 2007).
און אָט אַזויאָ עפענען מיר אויך אויפעט די צווייטע העלפט, אלא וואָס, מיט אַן אויסברייטערונג אין פּשט פון "די קשיות". דהיינו: ניט נאָר איז שייך קריטיש צו באַטראַכטן דעם "נזכר", נאָר אויך דעם עצם פ אַ ר מ ע ס ט זיינעם, און במילא שוין אויך דעם קולטור-היסטאָרישן ק אָ נ ט ע ק ס ט פון דעם פאַרמעסט; מה-דאָך, יעדער קינסטלערישער, גייסטיקער מענטש אַרבעט דאָך ניט גלאַט אין אַ חלל, נאָר אונטער אַלערלייאיקע השפּעות, אָפענע און אַזעטקענע וואָס זיינען שיער ניט בלא-יודעין. מ'אַרבעט, צי מ'וויל צי ניט, טיף איינגעוויקלט אין אַ פילפאַכיקער נעץ צווישן-שייכותן מיט געדאַנקען (און קעגן-געדאַנקען וואָס זיינען זיי סותר), וואָס "שוועבן אינדערלופטן" אויפן אָרט, צו דער צייט, און אין דער סביבה.
אין דער ערשטער העלפט פון איגרתל צו יהואשעס אַכציקסטן יאָרצייט, האָבן מיר זיך בקיצורדיק אָפּגעשטעלט אויף יהואשעס לעבנס-וועג, און אויף יהואש דעם פּ אָ ע ט, אונטערשטרייכנדיק אָבער בעת מעשה, אַז ביי היינטיקן טאָג געדענקט מען יהואשן, ניט אַזוי מיט זיין פּאָעזיע ווי מיט זיין איבערזעצן דעם גאַנצן תנ"ך אויף אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן אידיש, און דערמיט וואָס דאָס ווערק איז מיט דערפאָלג אויסגעענדיקט און אַרויסגעגעבן געוואָרן. נאָכמער, די צוויי גרויסע שיינע בענד, "תרגום יהואש", שטייען ווי אַ סימבאָל פון דער דערגרייכונג פון דער מאָדערנער אידישער קולטור באַוועגונג פון צוואַנציקסטן יאָרבהונדערט.
איז היינט וועלן מיר זיך טאַקע אָפּשטעלן אַ קאַפּ אויף: יהואשעס תנ"ך איבערזעצונג. דערביי ווילן מיר ראשית-כל בפרהסיא וואַרעם באַדאַנקען דעם חשובן לייענער פונעם "זשורנאַל", פריינט אַלבערט ראָזענבלאַט, פאַרן ברענגען אונדז דעם גאַנצן ענין פון יהואש און זיין תנ"ך איבערזעצונג מיטן פאַרלאַנג, מיר זאָלן דערויף ווידמען אַן איגרתל, און אויך פאַרן געבן צו וויסן וועגן זיין אייגענער פאַרטיפטער פאָרשונג איבער מאָדערנע אידישע תנ"ך איבערזעצונגען, בתוכם די אַלע וואָס ווערן גענוצט אין היינטצייטיקע חרדישע קהילות. אַ געבאָרענער אין פּאָרטאָ ריקאָ וועלכער לעבט היינט אין סטאַטען אַילענד, ניו יאָרק, איז ער אַן אָריגינעלער און צוזאָגנדיקער פאָרשער פון אידיש. מיר האָפן אַז כאָטש טייל פון זיינע אויסגעפינסן און טעאָרעטעישע פאָרשלאַגן, וואָס ער האָט מיט אונדז פריינטלעך געטיילט, וועט ער טאַקע בקרוב פאַרעפנטלעכן דאָ אויף די שפּאַלטן פונעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל".

אַ באַוואוסטע פאָטאָגראַפיע פון די אידישיסטישע גדולי טשערנאָוויץ. פון רעכטס אויף לינקס: ה. ד. נאָמבערג, ד”ר חיים זשיטלאָווסקי, שלום אש (שטייענדיק), י. ל. פּרץ און אברהם רייזען. אַש און פּרץ האָבן אַרויסגערופן דערפאַר אַז מ’זאָל מאַכן אַן אינגאַנצן נייע איבערזעצונג פון גאַנץ תנ”ך אויף אידיש. דער פּלאַן איז מקוים געוואָרן דורך דער לעבנס-אַרבעט פון יהואשן.
אמת, יהואש האָט אין דער סאַמע יוגנט גענומען איבערזעצן טיילן פון תנ"ך אויף אידיש, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן אויך אַנדערע אידישע שרייבער, צווישן זיי די קלאַסיקער מענדעלע מוכר ספרים און י. ל. פּרץ. דאָס איז אַ גאַנץ נאַטירלעכע דערשיינונג. אין משך פון לאַנגע הונדערטער יאָרן זיינען געווען פאַרשיידענע חומש און תנ"ך פאַרטייטשונגען אויף אידיש אויף צו הילף צו קומען דעם תלמיד און דעם אידן פון אַ גאַנץ יאָר. סוף זיבעצעטן יאָרהונדערט האָט זיך אַפילו צעפלאַקערט אַ מחלוקת איבער צוויי קאָנקורינדיקע תנ"ך איבערזעצונגען וואָס זיינען אַרויס אין אַמסטערדאַם, וואָס דער אַרויסגעבער פון אַיעדן האָט געוואָלט זיין "דער ערשטער און דער איינציקער", ווי ס'איז דאָך דער שטייגער בעוונותינו דאָ אויפן עולם התחתון. דאָס אַלצדינג איז אָבער שייך גאָר אַן אַנדער איגרתל.
די "נאַטירלעכע דערשיינונג", וועגן וועלכער ס'גייט דאָ די רייד האָט אַפּנים מער צו טאָן מיט שפּראַכיקער סימבאָליק (און לאָמיר ניט פאַרקוקן, אַז סימבאָלן זיינען פאָרט זייער באַדייטדניק און זיינען פּאָטענציעלערהייט בכח קענטיק צו ווירקן אויף מעשים), איידער מיט אַוואָס-ניט-איז פאַראַ פּראַקטישער נויטווענדיקייט. ביים אַרבעטן מיטן גאַנצן האַרצן פאַר דער גיכער (און גאַנץ נישקהדיק געלונגענער!) "איבערמאַכונג" פון אידיש פון פאָלקס-שפּראַך ביז צו אַ שפּראַך פון מאָדערנער, הויכער אייראָפּעאישער קולטור, סוף ניינצעטן יאָרהונדערט און ווייטער, איז גאָרניט קיין חידוש אַז מאָדערנע אידישע ליטעראַטן זאָלן נעמען אויפסניי איבערזעצן זייערע באַליבטסטע טיילן פונעם תנ"ך, ניט אויף צו הילף קומען דעם רבין אין חדר, נאָר ווי אַן הנאהפולער ליטעראַרישער פאַרמעסט: בכדי ווייטער צו אַנטוויקלען די ערשטאָ-אויפגעקומענע אידישע ליטעראַטור שפּראַך. אַזעלכע פאַרמעסטן האָבן אונדזערע וועלטלעכע אינטעליגענטן נאַטירלעך אויפגענומען אין אַ צווישנפעלקערישן, ברייט-אויפגענומענעם אייראָפּעאישן קאָנטעקסט. אין דער פּרשה תנ"ך איבערזעצונגען קען קלעקן צו דערמאָנען וואָס די פאַרעפנטלעכונג פון מאַרטין לוטערס איבערזעצונג (1534) פון דער ביבל האָט אויפגעטאָן פאַר דער דייטשישער שפּראַך, און וואָס דער תרגום פון די געלערנטע וואָס ס'האָט אָנגעשטעלט דער ענגלישער קעניג דזשיימס ("קינג דזשיימס ווערזשאָן", דערשינען 1611) האָט באַוויזן לטובת ענגליש.
אַזעלכע אידיש-ליטעראַרישע פּערל ווי מענדעלעס און פּרצעס איבערזעצונגען פון טיילן פון תנ"ך האָבן מיט זיך פאָרגעשטעלט עטאַפּן אויפן וועג צו אַ פּראָגראַמאַטישן אידישיסטישן חלום: דהיינו, אַז ס'זאָל געמאַכט ווערן אַ פולשטענדיקע תנ"ך איבערזעצונג אויף אידיש דורך אַ הויך-טאַלאַנטירטן שרייבער און פאָרשער, אַ שפּאָגל-נייע איבערזעצונג וואָס זאָל שמעקן ניט מיטן חדר און מיטן מלמד און מיטן טייטש-ביכל נאָר וואָדען: מיט "מאָדערנער הויכער אייראָפּעאישקייט". טייל האָבן געגלייבט, אַז דער דאָזיקער "תרגום אידיש" קען אויפטאָן פאַר מאַמע-לשון לפי-ערך דאָס וואָס לוטער פאַר די דייטשן און דער קעניג דזשיימס פאַר די ענגלענדער ("אויב ניט נאָך העכער" — יענע זיינען דאָך במילא מלוכהשע שפּראַכן; אין פאַל פון אידיש איז אַזאַ דערגרייכונג עלול צו באַדייטן נאָך מער).
אָטאָ דעם תכליתדיקן, ספּעציפישן ציל — די תנ"ך איבערזעצונג — האָט מען מיטן בלאָז-האָרן אויספּראָקלאַמירט אויף דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ פון 1908, וואָס מ'האַלט עד היום פאַר אַ גורלדיקן מאָמענט אינעם מערקווערדיק גיכן אויפגאַנג פון אידיש אַלס דערגרייכונגס-פולע אייראָפּעאישע ליטעראַטור שפּראַך אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. קוקנדיק שוין אויף צוריק, אַז מ'נעמט אין באַטראַכט וויפל טראַגישקייט, וויפל אומקום איז אַריינגעפלאָכטן אין דער ווייטער-פאָלגנדיקער געשיכטע פון אידיש ריידנדיקן פאָלק, איז קאַם אַ חידוש וואָס די דערפאָלגרייכע אויספירונג בפועל ממש פון יענעם חלום איז פאַרבליבן פאַר אידישיסטן עד-היום אַ טרייסט און אַ קוואַל פון שטאָלץ, אַזוי ווי ס'באַדאַרף צו זיין.
דעם סדר-היום פון דער טשערנאָוויצער קאָנפערענץ, וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן סוף אויגוסט, אָנהייב סעפּטעמבער 1908 אין טשערנאָוויץ, בוקאָווינע (היינט טשערנאָווצי, אוקראַינע) האָט מען ניט אויפגעהיט כדבעי. ערשט מיט אַ צוויי יאָרצענדליקער שפּעטער האָבן די אָנפירער פונעם דאַמאָלסט שפּאָגל-נייעם אידישן וויסנשאַפטלעכן אינסטיטוט (ייוואָ) גענומען דאָ אין ווילנע רעקאָנסטרואירן די פּראָטאָקאָלן אויף וויפל ס'האָט זיך געלאָזן. אויף דעם סמך איז אין 1931 דערשינען ביי דער ייוואָ דער שיינער באַנד "די ערשטע אידישע שפּראַך קאָנפערענץ", אונטער דער רעדאַקציע פון מאַקס וויינרייך, זלמן רייזען און חיים ברוידע.
דאָרטן לייענען מיר פּרצעס באַוואוסטע רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן ביי דער פייערלעכער דערעפענונגס-סעסיע זונטיק אינדערפרי דעם 30טן אויגוסט 1908. וועגן תנ"ך האָט ער אָטוואָס געזאָגט: "מיר ווילן אייך דעריבער פאָרשלאָגן: די איבערזעצונג פון אַלע ווירקלעכע קולטור-גיטער פון אונדזער גאָלדן-פרייער פאַרגאַנגענהייט, איבערהויפּט פון דער ביבל" (ז. 77). [די צווייטע העלפט פונעם זעלביקן זאַץ, "און די טראַנסקריפּציע פון אונדזערע בעסטע קולטור-גיטער אויף לאַטיינישע לעטערן" געהערט אַן אַנדער איגרתל.]
און אַזוי אויך אויף מאָרגן אינדערפרי, דעם 31טן אויגוסט, אינעם רעפעראַט פון שלום אַש, וואו דער ענין "איבערזעצן דעם תנ"ך אויף אידיש" ווערט געשטעלט מער ראַדיקאַליש איידער ווי ביי פּרצן: "עס איז נייטיק דעם תנ"ך אַריבערצוטראָגן אין אידיש. מען זאָגט אונדז, אַז דער תנ"ך האָט פאַר אונדז אַ ווערט נאָר אין העברעאיש. דאָס איז נישט ריכטיק. שונאים פון תנ"ך זיינען די וואָס האַלטן, אַז ער איז פאַרשטיינערט און אויף אייביק פאַרקניפּט מיט דער שפּראַך אויף וועלכער ער איז אָנגעשריבן. דורך דעם פאַרשליסן זיי פאַר די ברייטע פאָלקס-שיכטן דעם צוטריט צו דעם דאָזיקן מקור" (דאָרטן, ז. 81). עד כאַן שלום אַש.
אַז מ'זאָל אַפילו פון כף-זכות וועגן אָננעמען, אַז שלום אַש האָט זיך דאָ ניט געוואָלט רעכענען מיט די גאָר אַמאָליקע תנ"ך איבערזעצונגען אויף אידיש וואָס שטאַמען פון פריערדיקע יאָרהונדערטער און זיינען פאַרעלטערט וואָס שייך דער ניצלעכקייט פאַרן היינטצייטיקן עולם, בלייבט אָבער דאָך אַ קשיא: איבערן גאַנצן תחום המושב זיינען דאַמאָלסט (ס'גייט די רייד וועגן 1908טן יאָר) פאַרשפּרייט געווען אָן אַ שיעור עקזעמפּלאַרן פון אַלערלייאיקע אויסגאַבעס פון "טייטש חומש", פון "טייטש נ"ך", און אויך פון גאַנצן תנ"ך (אָט האָבן מיר דאָ איצט צופעליק פאַר די אויגן אַ פיל-בענדיקע פּראַכט אויסגאַבע "כתבי קדש עשרים וארבעה [...] עם באור לשון אשכנזי המובן לכל ישראל יושבי ארצנו" (בדפוס האלמנה והאחים ראָם, ווילנע תרל"ג).
נאָכמער: וואו נאָר מיר פאָרן אַרומעט אַפילו היינט איבער ליטע, ווייסרוסלאַנד, אוקראַינע און די שכנותדיקע לענדער, טאָמער זיינען פאַראַן אין אַ אידישער שטוב אַביסל אַמאָליקע ספרימלעך, וועט דאָס זעלטן-ווען זיין גמרות און שאלות ותשובות, נאָר אַלעמערשטנס סידורים, מחוזרים, חומשים און תנ"כן מיט... "עברי טייטש".
לאָמיר אַפילו אָננעמען אַז "איבעראַרבעטן" איינעם פון דיאָ "עברי טייטש" קאָמפּלעטן פון גאַנץ תנ"ך וואָלט מען פאָרט באַדאַרפט, אין גייסט פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור; פונדעסטוועגן זעט אויס מאָדנע-משונהדיק, קוקנדיק אויף צוריק (און ווער איז דען ניט קיין חכם לאחר המעשה?), אַז אַש רעדט וועגן דעם ענין "דער תנ"ך אויף אידיש" ווי ס'וואָלט געווען אַ שפּאָגל-נייער איינפאַל, אַן איינפאַל אַ פּנים-חדשות אַ דבר שלא בא לעולם.
פאַרשטייט זיך, אַז שלום אַש האָט געוואוסט, פּונקט ווי פּרץ און פּונקט ווי יעדער אידישער שרייבער פון דער צייט האָט וואויל געוואוסט, אַז דער תחום המושב איז געווען ממש געבענטשט מיט אַ גאַנצער ר י י אידישע איבערזעצונגען פון תנ"ך אינעם "עברי טייטש" סטיל. נאָכמער: דיאָ אידישע שרייבער דערמאָנען דאָך אַליין אַזעלכע ספרימלעך און נוצן אַליין אויסעט דעם "עברי טייטש" סטיל פון אידיש אויף פאַרשיידענע ליטעראַרישע צוועקן אין די אייגענע ווערק זייערע. טאָ ווי קומט עס וואָס אין טשערנאָוויץ מאַכן זיי זיך ניט-וויסנדיק אַז זיי ריידן אַרום די נויטווענדיקייט אין אַ נייעם תרגום פונעם תנ"ך אויף אידיש?
ווייזט זיך אַרויסעט, אַז דער תירוץ אויף דער קשיא האָט ניט קיין שייכות מיט דעם, צי האָבן די חכמי טשערנאָוויץ ג ע ו ו א ו ס ט וועגן דעם, אַז אַרום און אַרום זיינען געווען טייטש-תנ"כן, פון וואַרשע און פון ווילנע, פון פּיאָטרקאָוו און פון זשיטאָמיר, אכלל אַרויסגעגעבענע אומעטום וואו עס האָט זיך נאָר פאַנאַנדעראַנטוויקלט אַ אידישער דרוק-וועזן.
נאָר וואָס?
נאָר וואָס, די ניי-אויפגעקומענע אידישיסטישע אינטעליגענץ, בתוכם גרויסע שרייבער וואָס האָבן אין זייערע ווערק געוואוסט ווי אָפּצושאַצן די ראָלע פון עברי טייטש אין אידישן לעבן; דאַמאָלסט, אַז מ'האָט געהאַלטן ביי דער פראַגע וועגן "אידיש ווי אַן אייראָפּעאישע קולטור שפּראַך" און זיך פאַרמאָסטן מיטן "קינג דזשיימס" ביי די ענגלענדער און מיטן "לוטער" ביי די דייטשן, דאַמאָלסט איז זיי אַפילו ניט א י י נ ג ע פ אַ ל ן, אַז אין די פאַראַנענע עברי טייטש דרוקן קען שטעקן אַפילו אַ פּיצינקער יסוד פאַר אַ מער "אויסגעלייטערטן, ליטעראַריזירטן נוסח". ניין, די גאַנצע טראַדיציאָנעל רעליגיעזע ליטעראַטור וואָס אויף אידיש האָט זיך ביי זיי אָפטמאָל גערעכנט פאַר עפּעס "ווייבערשע מעשיות פאַר עמך" וואָס קענען דינען פאַר אַ ליטעראַרישן רוי-שטאָף, פאַר שטעטלדיקע טיפּן וועמען מען גייט שילדערן, און ווען ניט ווען אויף צו סטיליזירן זייער ריידן מיטן אייבערשטן. ס'איז אַ סברא גאָרניט איינגעפאַלן, אַז דער עברי טייטש סטיל פאַר-זיך איז אַ פּערלדיקע שיינקייט וואָס איז ש ו י ן אויף אַ הויכן ליטעראַריש-סטיליסטישן ניוואָ.
פאַר דער אידישיסטישער באַוועגונג בכלל איז דערפאַר נאָך אַ ג ר ע ס ע ר ע ר מזל געווען, וואָס דער עווענטועלער "אויספירער", דער "גואל" פון אָטאָ דעם טשערנאָוויצער חלום, איז געווען ניט קיין פּרינציפּיעלער סעקולאַריסט וואָס קוקט פון אויבן אַראָפּעט אויף עברי טייטש, נאָר פאַרקערט: יהואש. יהואש-שלמה בלומגאַרטען האָט שוין ג אָ ר געוואוסט ווי אַזוי אָפּצושאַצן די הדרותדיקע געפילן פון הייליקייט און דערהויבנקייט פונעם עברי טייטש נוסח, און האָט פאַרשטאַנען, אַז זיין אייגענער פאַרמעסט באַשטייט אין אַ גרויסער מאָס אין דעם צי ער וועט באַווייזן נ י ט אינגאַנצן צו פאַרלירן די כישופדיקע קראַפט פון עברי טייטש.
טשיקאַווע, ביי אָטאָ דעם לעצט-דערמאָנטן פּונקט איז עברי טייטש פאַר יהואש גאָר געווען אַ געשענק מן השמים. אַ סך תנ"ך איבערזעצונגען, און אין דער ערשטער ריי דער ענגלישער קינג דזשיימס, האָבן ביים עולם באַקומען אַ מין "געפיל פון קדושה" דווקא מיטן אויסנוצן אַן אַרכעאישע שפּראַך וואָס איז אַביסל ווייטלעך פונעם לשון-חול פון אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, למשל "טהאַו" אָנשטאָט "יו" אויף 'דו'. פּונקט אַזאַ אַלטיש-חנעוועדיקער טאָן האָט פאַרן אידן פון אידנלאַנד "נייערט" אָנשטאָט "נאָר", "דרום" אָנשטאָט "דערפאַר", "וואָרים" אָנשטאָט "ווייל". מער וועגן דעם דלהלן.
איז אָט זעט זיך אָנעט גאָר אַ נייער (און אַ שיינער) פּאַראַדאָקס: יהואש האָט אָנגענומען אויף זיך אָטאָ די "טשערנאָוויצער שליחות", איבערצוזעצן דעם ג אַ נ צ ן תנ"ך אויף אידיש (ניט סתם לויט אַ שרייבערס אַ מאָמענטאַל נאָגנדיקן חשק צו דעם אָדער יענעם ספר). להיפּוך צו געוויסע עקסטרעם-סעקולאַריסטישע דענקער, האָט יהואש איינגעזען אַז ז י י ן אידישער תנ"ך — "דער תרגום יהואש" — וועט אָפענערהייט אָ נ ק ו מ ע ן צום טייטש-חומש און צום טייטש-נ"ך, כדי אָט דער נייער קלאַסישער ווערק פון דער אידישער ליטעראַטור זאָל גליען מיט דער וואַרעמקייט און היימישקייט פון עברי טייטש, בפירוש אויך מיט דער ליטעראַרישער שיינקייט פון עברי טייטש.
גיין "איבערשרייבן" מיט לייכטע שינויים און סתם-רעדאַקציאָנעלע תיקונים איז אָבער אַמסאַמע שווערסטן פאַר אַ שרייבער... ס'וואָלט געווען (און ס'איז היינט געבליבן!) מעגלעך (און אַפילו נייטיק). עברי טייטש איז דאָך מיט אַ פאַרעלטערטן אויסלייג און מיטן פולן ניקוד (אַ נקודה ביי יעדן אות); מיט אַראָפּגעבראַכטע העברעאישע כאַפּ-ווערטער פון אָריגינאַל ביים אָנהייבן אַ נייע פראַזע אינמיטן פּסוק; מיט טראַדיציעס פון רש"י און אַנדערע מפרשים אַריינגעפלאָכטן אין דער איבערזעצונג גופא.
האָט יהואש גענומען צוזאַמענפלעכטן, סינטעטיזירן (א) די פאַראַנענע עברי טייטש נוסחאות, (ב) דעם מאָדערנעם ליטעראַרישן אידיש, (ג) השפּעות פון די גרויסע וועלט-שפּראַכיקע איבערזעצונגען און (ג) זיין אייגענע גרויס-געלערנטקייט אויפן געביט פון תנ"ך וויסנשאַפט (וואָס איינער פון די פּועל-יוצאס פונדערפון איז דער פּראַכטפולער באַנד "הערות צום תנ"ך פון יהואש", וואָס איז אַרויס אין ניו יאָרק אין תש"י, לאַנגע יאָרן נאָך זיין טויט, צוגעגרייט צום דרוק פון ד"ר מרדכי קאָסאָווער, הרב חיים מרדכי הכהן ברעכער און זיין טאָכטער חווה יהואש דוואָרקין).
עטלעכע גרויסע פאָרשער אויפן געביט פון אידיש האָבן פאַרגליכן. יודל מאַרק, למשל, אין זיין חריפותדיקער אַרבעט, "אַ פאַרגלייך צווישן פיר איבערזעצונגען פון קהלת" (אינעם אַמאָליקן ייוואָ זשורנאַל, "אידישע שפּראַך", באַנד 4, יאַנואַר 1944) האָט אַנאַליזירט די אונטערשיידן צווישן פיר איבערזעצער פון קהלת פון פיר באַקאַנטע יחידים. פריינט אַלבערט ראָזענלבאַט האָט אונדז ריכטיק אויפגעוויזן אַפדערויף, אַז כאָטש מאַרק שטרענגט זיך אָן צו זיין "אינגאַנצן אומפּאַרטייאיש" זעען זיך די וואַרעמסטע ווערטער אינעם אַרטיקל גראַדע אין שייכות מיט מענדל לעפין סאַטאַנאָווערס "קהלת" וואָס איז געמאַכט געוואָרן סוף אַכצעטן יאָרהונדערט (כאָטש דאַמאָלסט ניט פאַרעפנטלעכט; אַ גרויסן רושם האָט געמאַכט זיין "משלי" וואָס איז אַרויס אין טאַרנאָפּאָל בערך אין 1814).
ווייניקער פילאָלאָגיש און מער ליטעראַריש-אימפּרעסיאָניסטיש האָט געקוקט אויפן ענין דער גרויסער אידישער ליטעראַטור היסטאָריקער ש. ניגער (זע די איגרתלעך וועגן ניגערן: א' און ב'). אין אַ שיער ניט דרך-אגבדיקן זאָג, ביים אַרומריידן ד"ר י. מ. זאַלקינדס גמרא אויסגאַבעס אויף אידיש, באַמערקט ניגער: "ער איז ניט אַזוי ווייט פונעם לעבעדיקן פאָלקס-נוסח, ווי עס איז יהואשעס ביבל-טעקסט. יהואש האָט פון דעם עברי טייטש תנ"ך גענומען נאָר ווערטער, איינציקע ווערטער" (אַראָפּגעבראַכט פון ש. ניגער, "בלעטער געשיכטע פון דער אידישער ליטעראַטור", נ.י. 1959, ז. 307). מיט די געהעריקע באַוואָרענישן קען מען ניגערס רייד פאַרטייטשן אָט ווי אַזוי: יהואש האָט איבערגענומען אַ געוויסן סכום וואָקאַבולאַר פון עברי טייטש, נאָר דער וואָרט-אוצר איז פאַר-זיך ניט תמיד גענוג אויף איבערגעבן אַ גאַנצע אַטמאָספערע, און אַ סך פון דער היימישקייט און עכט-פאָלקישקייט גייט ווען ניט ווען ביי יהואשן פאַרלאָרן.
איז לאָמיר אויפן שפּיץ מעסער אַ קוק טאָן "אַבי אַ פּסוק", אַן איינאיינציקן פּסוק פון דער פאַראַכטאָגעדיקער סדרה "וירא". אַשטייגער בראשית יח, טז: "ויקומו משם האנשים וישקיפו על פּני סדום ואברהם הולך עמם לשלחם".
דערויף מאַכט יהואש, שיין און קלאָר: "און די מענער זיינען אויפגעשטאַנען פון דאָרטן, און האָבן אַראָפּגעקוקט אויף סדום. און אברהם איז געגאַנגען מיט זיי, זיי צו באַלייטן".
מיט וואָס איז דאָס אַנדערש איידער די ברייט-פאַרשפּרייטע עברי טייטש נוסחאות? איז לאָמיר אַ קוק כאַפּן.
אין אַ צאָל עברי טייטש חומשים פון סוף ניינצעטן, אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט טרעפן מיר: "און די מענטשן (מלאכים) זיינען אויפגעשטאַנען פון דאָרטן און האָבן געלוגט אויף סדום און אברהם איז געגאַנגען מיט זיי צו באַלייטן זיי." (אויסלייג מאָדערניזירט; אין אָריגינאַל טרעפט מען די חנעוודיקע עברי טייטש שרייבונגען "זיינין" אָדער "זענין"; "מענטשין"; "אוף גשטאנין"; "גיגאנגן"; אַלץ מיטן פולן ניקוד.)
פאַרגלייכנדיק אַפילו ביי אַזאַ "איינפאַכן", קורצן פּסוק, קען מען ציען אָט וועלכע מסקנות:
(א) יהואש היט אויף טייל פונעם עברי-טייטשעדיקן וואָקאַבולאַר; אין אונדזער פּסוק: "באַלייטן", כאָטש "באַגלייטן" איז אַ סך אָפטער אין מאָדערנעם אידיש. ער מיידט אָבער אויס די מער אַרכעאישע ווערטער, ווי אַשטייגער "לוגן" ("געלוגט" ווערט פאַרביטן דורך "אַראָפּגעקוקט").
(ב) זייענדיק אַ וויסנשאַפטסמאַן, האָט יהואש זיך געהאַלטן שטרענג ביים פּשט פון פּסוק, בעת ווען עברי טייטש האָט ניט מורא געהאַט אַריינפלעכטן עפּעס וואָס איז באַקאַנט פונעם קאָנטעקסט, פון רש"י צי פון דער טראַדיציע. אין אונדזער פּסוק: נאָך "מענטשן" גיט צו דער עברי טייטש אין האַלבע לבנות: "מלאכים", דאָס זיינען דאָך די מלאכים וואָס זיינען געקומען צו אברהם-אבינון.
(ג) ווי אַ טיפער קענער פון לשון קודש און אַ מאָדערנער אידישער סטיליסט, האָט יהואש פונדעסטוועגן ניט קיין מורא אויסנוצן די ספּעציפישע מעגלעכקייטן פון אידישע קאָנסטרוקציעס אויף איבערגעבן עפּעס וואָס איז קלאָר פונעם פּשט, נאָר וואָס דערקלערט זיך אויף אידיש גראַדע אין אַן אַנדער וואָרט איידער אינעם מקור. ביים פאַרטייטשן דעם "על פּני סדום" (און אויך פון אַנדערע פּסוקים און פון באַקאַנטע געאָגראַפישע פאַקטן) נעמט אָנעט יהואש פאַר גוט געלט, אַז סדום איז געשטאַנען נידעריקער איידער דער אָרט וואו זיי זיינען געשטאַנען. אויף אידיש איז אָבער ניטאָ קיין דירעקטע איבערזעצונג פונעם "על פּני", האָט יהואש דאָ איבערגעגעבן דאָס בילד מיטן נוצן דעם פּרעפיקס ("קאָנווערב" ווי ס'הייסט ביי די אידישע גראַמאַטיקער): "אַראָפּ". זיי "האָבן אַראָפּגעקוקט אויף סדום"; אויפן גוטן ליטעראַרישן אידיש קומט בכלל אויס זעלטן צו נוצן ווערבן אָן פּרעפיקסן, אַזוי אַרום אַז דער באַנוץ פון "אַראָפּגעקוקט" גיט צו סיי ליטעראַרישקייט, און סיי עס גיט צו פאַרשטיין די געאָגראַפישע "העכערקייט" פון די צוקוקער לגבי סדום; פונעם רואה איבערן נראה, אַזוי צו זאָגן.
טשיקאַווע, די וואונדערלעכע תנ"ך פאָרשערין נחמה לייבאָוויץ ע"ה, וואָס איז געבאָרן געוואָרן אין ריגע אין 1905 און האָט עולה געווען אין ארץ ישראל אין 1930 האָט אין 1931 אַרויסגעלאָזן (אויף דייטש) אַ גרינטלעכן ווערק וועגן דער ט ע כ נ י ק פון די אַמאָליקע אידישע תהלים איבערזעצונגען, אַזש פון פופצעטן און זעכצעטן יאָרהונדערט. איר אויספיר? שוין ד אַ מ אָ ל ס ט איז געווען חל די שיטה פון אַרכעאיזירן, בכדי אויך די איבערזעצונג פון אַ הייליקן ספר זאָל האָבן אַ געוויסע אָפּגעווייטערטקייט פון טאָגטעגלעכקייט, אַזוי אַרום אַז אויך דער עמך-איד וועמען ס'קומט שווער אָן די עברי, זאָל קענען אַביסל דערשפּירן דעם טעם פון יחיד-במינודיקער ספּעציפישקייט ביים לערנען תנ"ך אויף אידיש.
אַזאַ גלאַנץ האָט אויף אידיש, דעם אמת געזאָגט, ניט אַזוי דער קאָמפּראָמיזעדיקער תרגום יהואש, נאָר דווקא דער דור-דורותדיקער עברי טייטש ווי ער שטייט און גייט. מען טאָר ניט פאַרגעסן אָבער אַז אין דער תקופה פון עקסטרעמען אידעאָלאָגישן סעקולאַריזם איז אַפילו "יהואשעס פּשרה" געווען אַ געוואַגטער גאַנג, פאַר וועלכן ער האָט זיך געדאַרפט איינשטעלן אין זיין הקדמה צום תנ"ך, שיער ניט אַפּאַלאָגעטיש. ער שרייבט דאָרטן אַז דער תרגום "דאַרף ניט אָנהייבן פון היינט אָדער נעכטן. ער דאַרף אַרייננעמען אַלע אַלטפרענקישע זאַפטן פון די אַלטע ספרים. די גאַנצע אידיאָמאַטישע עשירות פון די אַלטע איבערזעצונגען (...)".
נסים ונפלאות, עד היום איז ביים ציבור אידן וואָס קויפט אידישע ספרימלעך ניט אָפּגעשטאָרבן דער מאַרק פאַר די אַלטע עברי טייטש איבערזעצונגען. מען דרוקט זיי איבער פאָטאָמעכאַניש און מען קען זיי קויפן ביי היימישע מוכר-ספרימניקעס און אויפן אינטערנעט.
דאָ ניט לאַנג האָבן עטלעכע פּראָפעסאָרן אידישיסטן גענומען שטעלן אויפן אינטערנעט דעם גאַנצן טעקסט פון תרגום יהואש. גוט האָבן זיי געטאָן (אַחוץ וואָס זיי האָבן גענומען "פאַרריכטן" יהואשעס אויסלייג עס זאָל שטימען מיט יעדן לעצטן פּינטל פון זייערע הייליק-געכשרטע פּינטעלעך). איז איצט דאַרף מען אויך אַרויפשטעלן אויפן אינטערנעט אויך דעם גאַנצן תנ"ך אויף עברי טייטש. אַ טשיקאַווע זאַך. גראַדע אויף אַ ז אַ מין אופן וועט באַקומען אַ ריכטיקערן תיקון אויך דער וואונדערלעכער אידישער פּאָעט און תנ"ך איבערזעצער, יהואש-שלמה בלומגאַרטען.
The Bible Translation of Yehoyesh [Yehoash]
by Dovid Katz |