about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דזשאָו באָסקי - אַן אַמעריקאַנ
אַן איגרתל פון ווילנע...
הירשע=דוד כ”ץ
 
דער דיפּלאָמאַט דזשאָסעף באָסקי.

* די "אידישע פּראָבלעמען" אין ליטע: דער אמת וועגן חורבן און די רוצחים, דער אַלטער אידישער בית=עולם און נאָך... * אָפטמאָל דאַכט זיך, אַז דזשאָו באָסקי איז דער איינציקער אין שטאָט, וואָס שטעלט זיך איין מיט לייב-און-לעבן פאַר די "אידישע פראַגן". * ער איז אַ קריסט, אַ דיפּלאָמאַט אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע, נאָר מ'האָט שוין אויף אים אויך גענומען ריידן "אַנטיסעמיטישע דיבורימלעך" * דער זעלטענער, באַליבטער אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט אין ווילנע

 דאָ אין ווילנע (ביי היינטיקן טאָג: ווילניוס, די הויפּט=שטאָט פון דער ליטווישער רעפּובליק), זיינען פאַראַן ניט ווייניק שטאַרק אָנגעווייטיקטע "אידישע פראַגן".

נאָר לאָמיר ראשית=כל קלאָר מאַכן, אַז אין שטאָט גופא איז אַלץ גראַדע שיין און רואיק. די ניי=אויסגעפּוצטע גאַסן און אויסרעמאָנטירטע בנינים גלאַנצן מיט דער עשירות פונעם היינטצייטיקן "אייראָפּעאישן פאַראיין" (בלע"ז: "יוראָפּיען יוניאָן"), די שטאָט גרייט זיך אויף יאָר 2009 ווען זי וועט טראָגן די קרוין פון "צענטער פון אייראָפּעאישער קולטור".

אויב ריידן פּערזענלעך, איז טפו=טפו=טפו: אין די אַלע יאָרן וואָס איך לעב דאָ, האָב איך תמיד באַקומען די שענסטע באַהאַנדלונג, קיינער האָט מיר קיינמאָל ניט געזאָגט קיין שלעכט וואָרט, כאָטש איך גלייב אַז איך מאַך אַן איינדרוק, אַז איך בין דווקא אַ איד. "אויף ווייטער ניט ערגער"...

און נאָכמער, די לעצטע צייטן האָט מען אויפגעהערט פאַרבאַהאַלטן די אידישע געשיכטע אין צענטער שטאָט. מען האָט סוף כל סוף געשטעלט אַ גרויסן פּלאַקאַט מיט בילדער און פאַקטן וועגן דער "גרויסער שוהל" ("די שטאָט=שוהל" האָט זי ביי אַמאָליקע ווילנער געהייסן); נאָכן שטאַרק געשעדיקט ווערן אין דער מלחמה, האָבן די סאָוועטן איר אַראָפּגענומען און געבויט אויפן אָרט אַ קינדערגאָרטן. אויף פאַרשיידענע הייזער שטייען שיינע שילדלעך וואָס ווייזן אָן מיט שטאָלץ אַז דאָ האָט געלעבט אָדער געאַרבעט (צווישן אַנדערע) דער ווילנער גאון, ד"ר צמח שאַבאַד, יאַשע חפץ, מאַקס וויינרייך, ראָמיין גאַרי, משה קולבאַק, א.א. אגב: אין דעם וואָס ס'פעלן דערוויילע ברעטלעך ביי די אַדרעסן פון ר' ישראל סאַלאַנטער, פון ר' חיים=עוזר גראָדזענסקי, פונעם חזון איש (ר' אברהם=ישעיה קאָרעליץ) און אַנדערע גדולי ישראל טראָגן אפשר אַביסל אחריות די אידישע קוואַלן וואָס גיבן צו וויסן דער שטאָט=מאַכט "ווער ס'דאַרף פאַראייביקט ווערן אויף די גאַסן פון דער שטאָט". דער עצם ווילן מצד דער שטאָט איז אָבער איצט פאַראַן.

גאָר לעצטנס האָט מען טיילווייז מיט שטאָטישע געלטער אויפגעעפנט אַ נייעם "צענטער פאַר אידישער קולטור און אינפאָרמאַציע" אין אַן אויסרעמאָנטירטן הויז אין סאַמע האַרץ פון דער אַלטער שטאָט - די געסלעך פון אַמאָליקן אידישן קוואַרטאַל, און פון ווילנער געטאָ בעתן חורבן, וואָס זיינען היינט די רייכסטע, טייערסטע ערטער אין דער שטאָט; יעדער גביר וויל האָבן אַן אַדרעס "אין דער אַלטער שטאָט". און לעצטנס איז אַרויס אַן ענציקלאָפּעדיע אויף ליטוויש פון ליטווישע אידן וואָס האָבן בייגעטראָגן צו ליטע אָדער צו דער אידישער קולטור אָדער בכלל פאַר דער וועלט.

איז מה רעש?

די צרה איז, לויט אונדזער מיינונג, וואָס אַ סך פון דיאָ אָנגעלייגטע "זשעסטן" מצד דער רעגירונג זיינען צומאָל עלול מאַכן אַן איינדרוק, אַז זיי קומען אויף צו "שיטן זאַמד אין די אויגן", אויף  אַ ו ו ע ק צ י ע ן  די אויפמערקזאַמקייט פון אַנדערע "שווערערע פראַגן". צווישן זיי:

 

* אויפן שטח פון אַלטן אידישן בית=עולם ("אויף פּיראַמאָנט" ווי ס'פלעגט ביי ווילנער הייסן, אויף יענער זייט פון טייך וויליע), וואו מ'האָט אַנאָנסירט פאַר דער וועלט מיט חדשים צוריק, אַז "מ'הערט אויף בויען", נאָכדעם ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָמיסיע וואָס די רעגירונג האָט צונויפגעזאַמלט וועגן דער פראַגע האָט טאַקע אַזוי אָ געפּסקנט, בויט מען פונדעסטוועגן ווייטער, און מ'דרייט אַ קאָפּ דער דרויסנדיקער וועלט, אַז די מלוכה איז נעבעך ניט בכח אָפּצושטעלן דאָס בויען. מען האָט שוין אויסגעענדיקט די סטרוקטור פון דעם  צ ו ו י י ט ן  בנין אויף דער הייליקער קרקע, גאַנצע  פ י נ ף  שטאָק, עס פעלן נאָר די פענצטער מיטן טינק און פאַרב. מען פאַרקויפט שוין דאָרטן "מציאות", דירות און ביוראָען פאַר רייכע מענטשן. איר מעגט זיין זיכער, אַז ווען דאָרט וואָלטן געלעגן אַמאָליקע ליטווינער סאָלדאַטן, וואָלט דאָס געווען "הייליק שבהייליק" און די מלוכה וואָלט שוין געפונען "ווי אַזוי" אָפּצושטעלן די פאַרשוועכונג. פון איר זייט טענהט די רעגירונג, אַז זי קען נעבעך קיין זאַך ניט מאַכן, ווייל דער קולטור=מיניסטעריום האָרכט ניט די קאָמאַנדעס פון אויסערן=מיניסטעריום, איז "וואָס קען מען דען מאַכן, אַ?" די וואָך איז פון וואַשינגטאָן אָנגעקומען די בשורה, אַז העכער פופציק קאָנגרעסלייט אין רעפּרעזענטאַנטן=הויז האָבן אונטערגעחתמעט אַ פאָדערונג פאַרדערפאַר, אַז דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס זאָל עפנטלעך פּראָטעסטירן.

* מען איז נאָך ניט דערגאַנגען קיין טאָלק מיטן ענין "רעסטיטוציע" פון קהלשע אידישע בנינים פון פאַר דער מלחמה (אומקערונג צו דער אידישער קהילה צי צאָלן קאָמפּנסאַציע).

* ליטע האָט די סאַמע ערגסטע געשיכטע אין די חורבן=יאָרן. עס זיינען אויסגעשאָכטן געוואָרן פינף=און=ניינציק פּראָצענט פון ליטווישן אידנטום, אַ העכערער פּראָצענט ווי אין אַוועלכן ניט איז אַנדער לאַנד אין גאַנץ אייראָפּע, דער עיקר צוליב דער ענטוזיאַסטישער "מיטהילף" וואָס די דייטשן האָבן באַקומען פון לאָקאַלע בירגער וואָס האָבן גענומען שעכטן די אידישע שכנים נאָך איידער די דייטשן האָבן "זיך אָרגאַניזירט", אָנהייבנדיק פון טאָג ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט גענומען אַנטלויפן אין יוני פון 1941טן יאָר. כדי די דאָזיקע (און אַ סך קרובהשע) היסטאָרישע פאַקטן צו לייקענען, האָט דער "עסטאַבלישמענט" פון די אינטעליגענטן און רעגירונגס=קאָמיסיעס גענומען פאַרדרייען אַ קאָפּ, אַז (אַזוי זאָגן זיי, בפירוש!) דער גענאָציד קעגן די אידן איז מער ווייניקער "די זעלבע זאַך" ווי דאָס וואָס סאָוועט=רוסלאַנד האָט זיי - די ליטווינער - אָפּגעטאָן, מיטן פאַרשיקן אין סיביר אַזויפיל אומשולדיקע מענטשן (ניט דערמאָנענדיק, אַז די פאַרהעלטענישמעסיקע פּראָפּאָרץ פאַרשיקטע אידן איז געווען נאָך העכער...). בדרך=כלל דויערט ניט לאַנג ביז וואַנעט ס'הערט זיך "דער צווייטער טייל פון זאַץ", אַז... "די מערסטע קאָמוניסטן וואָס האָבן דאָס אָפּגעטאָן זיינען געווען אידן", "מערסטע אידן זיינען געווען קאָמוניסטן", און אַכלל, מ'האָט צו טאָן מיט אַ "סימעטריע" פון "צוויי גענאָצידן". ווי עס ווייסן די לייענער פון "אַלגעמיינעם זשורנאַל", האָט לעצטנס גענומען דער פּראָקוראָר באַשולדיקן אין "פאַרברעכנס קעגט דער מענטשהייט", ניט מער און ניט ווייניקער, דעם לאַנגיאָריקן, טייערן דירעקטאָר פון "יד=ושם" אין ירושלים, פּראָפ. יצחק אַראַד (רודניצקי). מיט וואָס פאַראַ ראיות? זיינע אייגענע זכרונות, אין זיינעם אַ וואונדערלעכן בוך (וואָס איז דערשינען מיט צענדליקער יאָרן צוריק), וועגן זיין לעבן מיט די פּאַרטיזאַנער וואָס האָבן בלב ונפש געקעמפט קעגן די נאַציס אין די וועלדער. אָטאָ דעם  ה ע ל ד  מאַכט מען אין די אויגן פון היגן עולם פאַר אַ "פאַרברעכער". פאַרוואָס? אויף אונטערצושפּאַרן די "סימעטריע", אַז דער חורבן (האָלאָקאָסט) באַשטייט פון "צוויי גענאָצידן". און בעת מען זוכט צו אַרעסטירן אַ אידישן העלד וואָס איז געבליבן לעבן, האָט מען גאָר אַן אַנדער צוגאַנג צו די אמתע פאַרברעכער, די ליטווינער "אידן=שיסער" וואָס זיינען צום טייל אַוועק נאָך דער מלחמה אין מערב, און וועלכע (דער עיקר) אַמעריקע האָט פאַרשיקט אין די ניינציקער יאָרן. דאָס ברענגט אונדז טאַקע צום קומעדיקן פּונקט:

די ביידע נייע בנינים, וואָס געפינען זיך אויפן שטח וואו ס’איז אַמאָל געשטאַנען דער אידישער בית עולם אין ווילנע. קוקנדיק אויף זיי פון איבערן טייך זעט זיך: (אויף לינקס) דער שוין=אויסגעפאַרטיקטער בנין וואו ס’פונקציאָנירן שוין אַ ריי ביזנעסער, צווישן זיי דער ווילנער צווייג פון גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן באַנק SEB. לייענער פון “אַלגעמיינעם זשורנאַל” וואָס האָבן אַ צוטריט צו אַוועלכן ניט איז אינטערנאַציאָנאַלן צווייג פון אָט דעם גרויסן באַנק קענען זיך שטעלן מיט זיי אין פאַרבינדונג אויף אויסצודריקן אַ פּראָטעסט.

* להיפּוך צו דייטשלאַנד און אַנדערע לענדער, איז קיין איין חורבן=פאַרברעכער, קיין איין מאַסן=מערדער אין ליטע ניט געזעסן אין טורמע קיין איין טאָג אויך ניט פון זינט ליטע איז געוואָרן אומאָפּהענגיק נאָכן צוזאַמענברוך פון סאָוועטנפאַרבאַנד. ווען אַמעריקע (און אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער) האָבן זיי "אַהיימגעשיקט", האָט די זעלביקע פּראָקוראַטור וואָס יאָגט איצטער נאָך יצחק אַראַדן, תמיד געפונען "אַבי יעדן תירוץ פאַר די בענטשליכט" אויף ניט צו פאַרמשפּטן קיין איינעם פון זיי אויף אַ פאַקטישן שטראָף. פאַרוואָס? זייער פּשוט. די פּאָליטיקער ציטערן פאַרן עולם וויילער אין די קומעדיקע וואַלן, און מ'ווייס זייער גוט, אַז ביי גרויסע סעגמענטן פון דער באַפעלקערונג, זיינען די דאָזיקע קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די נאַציס גאָר "פאָלקס=העלדן" ווייל די זעלבע מערדער האָבן אויך געקעמפט (אָדער  ג ע ז אָ ג ט  אַז זיי האָבן געקעמפט) קעגן די סאָוועטן. ד"ר אפרים זוראָף, דער דירעקטאָר פון דעם וויזענטאַל צענטער אין ירושלים, גיט איבער דעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל", אַז "ליטע בפרט, און די באַלטישע לענדער בכלל, האָבן דעם ערגסטן רעדאָרד אין דער וועלט ביים משפּטן די מערדער פון אידישן פאָלק אין זייערע לענדער, און ביים לערנען אין די לערן=אַנשטאַלטן דעם היסטאָרישן אמת, וואָס האָט פּאַסירט אין זייערע לענדער". דאָס פירט טאַקע צום לעצטן פּונקט אין דער טרויעריקער רשימה:

* מען לערנט ניט דעם היסטאָרישן אמת, ניט אין די שולן און ניט אין די אוניווערסיטעטן און ניט די די עפנטלעכע מוזייען און אינסטיטוציעס. אינעם גרויסן "גענאָציד צענטער" אינמיטן שטאָט, טרעפט מען אַ סך ביכער וועגן די סאָוועטישע פאַרברעכנס קעגן די ליטווינער און קיין איין בוך ניט וועגן דער ראָלע פון די ליטווינער אין אויספירן דאָ היטלערס פּראָיעקט. אויפן אַמאָליקן קאַ=גע=בע ("קעי=דזשי=בי") בנין, שטייט מיט גרויסע אותיות אַפילו אויף ענגליש, אַז אין דעם בנין האָבן די סאָוועטן געהרגעט אַ צאָל ליטווינער קעמפער קעגן דער סאָוועטישער הערשאַפט, נאָר קיין איין וואָרט ניט וועגן דעם, אַז אין דעם בנין האָט די געשטאַפּאָ אָנגעפירט די אַדמיניסטראַציע פון אויסשעכטן העכער זעכציק טויזנט ווילנער אידן אין די מלחמה יאָרן.

וואו איך זאָל ניט פאַרוואָגלט ווערן אויף דער וועלט, בין איך אַלע מיינע יאָרן שטאָלץ מיט דעם, וואָס איך בין אַן אַמעריקאַנער. ניט צום ערשטן מאָל, זע איך ווי אַזוי אַמעריקע איז "אַנדערש" פון אַ סך אַנדערע אומות העולם, בתוכם די רייכע דעמאָקראַטישע לענדער פון מערב, און בפרט פון מערב אייראָפּע. די פאַרשיידענע דיפּלאָמאַטן און אַמבאַסאַדעס פון די מערבדיקע לענדער דאָ אין ווילנע זיינען בפירוש זייער פריינטלעך מיט דער אידישער קהילה דאָ. זיי קומען און גיבן אָפּ כבוד אויף יום=טובים, אויף די טרויער=טעג נאָכן חורבן, און אויף אַלערליי קולטור אונטערנעמונגען.

נאָר וואָדען, אַז ס'האַנדלט זיך אין די "אָנגעווייטיקטע פראַגעס" איז בדרך כלל דער דין: פּתח שין שאַ... שטילערהייט, ביי אַ טעפּל קאַווע זאָגט מען אונדז אָבער אויסעט, אונטער פיר אויגן, דעם פאַרוואָס: "מיר דאַרפן איצט זייער, אַז די באַלטישע לענדער זאָלן שטיין שטאָל און אייזן מיטן מערב, עס הייבט זיך דאָך אָן פאַר אונדזערע אויגן די נייע קאַלטע מלחמה קעגן די רוסישע לענדער. מיר קענען ניט קאַליע מאַכן די באַציאונגען איבער עפּעס אַ בית=עולם אָדער עפּעס אַ פראַגע, ווי אַזוי זיי ווילן לערנען די געשיכטע פון אַמאָל אין זייערע שולן. דאָס זיינען די נייע נאַטאָ=לענדער, די נייע לענדער פון אייראָפּעאישן פאַראיין, מ'דאַרף אויף זיי ניט דריקן"... און ווייטער מיט אַזאַ גאַנג.

די איינציקע מערבדיקע אַמבאַסאַדע אין ווילנע וואָס באַציט זיך אויף אַן אמת ערנסט צו די "שווערע" אידישע פראַגן דאָ איז די  אַ מ ע ר י ק אַ נ ע ר  אַמבאַסאַדע, וואָס ווערט איצטער אָנגעפירט פונעם אויסגעצייכנטן דיפּלאָמאַט, אַמבאַסאַדאָר דזשאָן קלאַוד, וועלכער איז זייער סענסיטיוו צו די אידישע ענינים און זאָגט תמיד דעם אמת, מיט אַ פולן און ניט מיט קיין האַלבן מויל.

דאָס וואָס די אַמעריקאַנער וואַגן צו קריטיקירן ווען=ניט=ווען די מאַכט דאָ איבער אידישע פראַגן, דאָס האָט געפירט צו אַ בולטן אַנטי=אַמעריקאַניזם אין טייל קרייזן. מען קען הערן וואָסאַמאָל מער: "אַמעריקע ווערט קאָנטראָלירט פון די רייכע אידן! מיר ווילן ניט האָבן צו טאָן מיט אַמעריקע." 

די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטן דאָ צייכענען זיך אָבער אויס מיט ערלעכקייט און אָפנקייט. און פון זיי צייכנט זיך אויס איינער, אַ יונגער, איידעלער געלערנטער, וועלכער איז די לעצטעאיז קומען מיר צום אחרון אחרון חביב, דערציילן אַביסל פון די "מעשי באָסקי" דאָ אין ווילנע.

איך האָב אַ סך מאָל דערציילט דיפּלאָמאַטן דאָ, אַז עס לעבן נאָך אין ווילנע (און איבער מזרח אייראָפּע בכלל), אַ סך עלטערע און זייער אָרעמע אידן, וועמענס פּענסיע עס קלעקט ניט ביזן סוף חודש אַפילו אויף די מינימאַלע הצטרכותן; וועגן זיי הערט מען ווייניק, דער ענין ווערט ווי "דערטרונקען" אינעם ים פון די "גרויסע אידישע וויכוחים". דיאָ אידישע זקנים גייען וואָסאַמאָל מער אַוועק פון דער וועלט אין גרויס דחקות, אַ חרפּה צו זאָגן. אַז איך האָב דערציילט דזשאָו וועגן דער לאַגע פון איין נאָענטן חבר, ר' בערל גלאַזער, וואָס איז דריי=און=אַכציק יאָר, אים צו לאַנגע געזונטע יאָר, האָט דזשאָו געענטפערט: "לאָמיר איצטער צוגיין צו אים אין דער היים. איך וויל זיך מיט אים באַקענען. עס איז שוידערלעך אַז מיט דעם אַלעמען פאַרגעסט מען אין דער אָרעמקייט פון לעבן געבליבענע אידן אין לאַנד". דזשאָו האָט לאַנג און שיין פאַרבראַכט מיט בערלען, אים געהאָלפן, און פּלאַנירט ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן אַן אונטערנעמונג אויף צו שאַפן גיכע און ממשותדיקע הילף פאַר די אָרעמסטע. (אגב: אונדזערע איגרתלעך וועגן ר' בערל גלאַזער זיינען דערשינען אין "זשורנאַל" דעם 22טן אַפּריל און דעם 6טן מאַי 2005 ).

ער האָט זיך שוין געטראָפן דאָ מיט פרוי ז. באָזבי פון לאָס אַנדזשעלעס, וועלכע פירט אָן מיט אַ פּראָיעקט וואָס העלפט אידישע זקנים מיט סומעס צוגאָבלעכע חודשלעכע הכנסה איבער גאַנץ מזרח אייראָפּע.

 

וועגן דער פאַרשוועכונג פון שטח פון אַלטן אידישן בית=עולם, קען מען זאָגן אַז דזשאָו באָסקי האָט איינער אַליין אויפגעטאָן מער ווי אַ סך "שרייער און אויסרופער". ער האָט געדריקט אויף דער ליטווישער רעגירונג דעם פאַרגאַנגענעם פרילינג, אַז מ'זאָל צונויפרופן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָמיסיע וועגן דעם ענין. און פון זינט די קאָמיסיע האָט באַלד געגעבן איר פּסק אַז מען דאַרף אויפהערן דאָרט בויען, פאָרט ער דאָרטן צו  אַ ל ע   ט אָ ג  אַ קוק טאָן מיט די אייגענע אויגן צי די רעגירונג זאָגט דעם אמת אַלע וויילע ווען מ'אַנאָנסירט "אַז מ'הערט אויף בויען". ער מאַכט זיך זיינע נאָטיצן וועגן דער פאַקטישער לאַגע דאָרטן. ער האָט אַפילו אויפגעשטעלט פּלענער צו דערווייזן סיי פאַר די שטאָט=באַאַמטע און סיי פאַר די ביזענסלייט="בילדערס", אַז מען קען געבן דערלויבעניש צו בויען אַ סך אַ העכערן בנין אויף אַ שטח וואָס איז ניט אויפן בית=עולם, און  נ י ט  בויען אויפן בית=עולם. צו זיינע פאָרשלאַגן האָט מען זיך ניט צוגעהערט...

איך וועל קיינמאָל ניט פאַרגעסן, אין איינער אַ דיסקוסיע, האָט אַ רעגירונגס=מלומד געגעבן צו פאַרשטיין: "מיר האָבן געפונען צוויי סקעלעטן, און ס'איז קלאָר פון דער ריכטונג ווי זיי ליגן, אַז דאָס זיינען ניט קיין אידן! איז ניטאָ דאָ אויף דעם פּינקטלעכן אָרט קיין אַמאָליקער אידישער בית=עולם!" האָט באָסקי גלייך געענטפערט: "וואָס איז דער אונטערשייד? אויב ס'איז געווען אַ בית=עולם, טאָר מען דאָרטן ניט בויען, ניט שייך וואָס פאַראַ רעליגיע זיינען געווען די מענטשן! דאָס זיינען  מ ע נ ט ש ן!" יענע האָבן שטילערהייט צוגעקוקט מיט אַנטוישונג, אַז זייער "דערפינדונג" איז אים ניט געווען איבעריקס "אינטערעסאַנט".

וואָס זאָל ניט ווערן מיט די צוויי בנינים וואָס מ'האָט שוין אויסגעבויט, אויב ס'וועט געלינגען צו ראַטעווען דעם גרויסן געבליבענעם שטח וואו ס'איז געשטאַנען דער גרויסער ווילנער אידישער בית=עלמין אויף פּיראַמאָנט, וועט דאָס זיין אין אַ גרויסער מאָס אַדאַנק דעם אַלעמען וואָס ס'האָט דאָ אויפגעטאָן דזשאָסעף באָסקי.

 

דער סאַמע אָנגעווייטיקסטער ענין איז דער חורבן (האָלאָקאָסט). אַפילו אַ סך דיפּלאָמאַטן, אויך היגע גוטע ערלעכע ליטווינער וואָס לייקענען ניט דעם אמת, האָבן אַ טבע אויסצומיידן דיסקוסיעס דערוועגן. עס איז דאָך "לייכטער" צו ריידן וועגן בלומען, וועלדער, און שיינע פּלענער אויף דער צוקונפט איידער וועגן דעם אויסמאָרד פון הונדערטער טויזנטער ציווילע אומשולדיקע מענטשן אין אייגענעם לאַנד בעת דער מלחמה.

ווען מ'האָט גענומען ממש משוגענערווייז, באַשולדיקן דעם העלד יצחק אַראַד, (היינט אַ ישראלדיקער בירגער), אין "פאַרברעכנס" בעת ער האָט געקעמפט קעגן די נאַציס ווי אַ פּאַרטיזאַן אין די וועלדער, האָט דזשאָו אַ זאָג געטאָן: "אַ שאָד נאָר וואָס ער איז ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער! מיר וואָלטן שוין געוואוסט ווי אַזוי וועגן דעם צו פּראָטעסטירן!" (איך האָף אַז צו די ישראלדיקע דיפּלאָמאַטן וועט דאָס דערגיין, וד"ל).

וועגן חורבן דערקלערט דזשאָו באָסקי אַז ניין, מען  ד אַ ר ף  ריידן און לערנען און דערציילן דעם גאַנצן אמת. בלויז אויף אַזאַ מין אופן קען מען רואיק אָנגיין מיטן היינטיקן לעבן און דערציען דורות וואָס וועלן קיינמאָל מער ניט דערלאָזן צו אַזעלכע מאַסן=פאַרברעכנס. דאָ ניט לאַנג, האָט אַ גרופּע יחידים גענומען אָרגאַניזירן אַ "סימפּאָזיום", וואָס האָט געדאַרפט פאָרקומען אין אַמעריקע, וואו מ'האָט פּלאַנירט צו "פאַרקויפן די שיטה" וועגן דער "סימעטריע פון די צוויי גענאָצידן". דאָרטן איז אויפן אויספּלאַנירטן סדר=היום אַפילו געווען אַ לעקציע וואָס איז אויסן צו "באַווייזן" אַז אַ סך פון די אומגעבראַכטע אידן זיינען געווען "קאָמוניסטן". דזשאָו האָט תיכף אָנגעשריבן אָט וועלכע ווערטער (דאָ איבערגעזעצט פון ענגליש):

"פאַרקערט, ס'איז זייער וויכטיק צו פאַרטיידיקן דעם אָנדענק פון די העכער צוויי הונדערט טויזנט אומשולדיקע ציווילע מענטשן וואָס זיינען אומגעקומען אין ליטע. עס איז פּשוט פאַלש צו טענהן, און איך האָב מורא אַז דער פּלאַנירטער סימפּאָזיום וויל טאַקע טענהן, אַז מאַסן=מאָרד קען פאַרטיידיקט ווערן. עס איז אַבסאָלוט ניט צום דערלאָזן, אַז מ'זאָל פּרובירן פּריידיקן אַז מען קען אַפילו 'פּרובירן' באַרעכטיקן דעם גענאָציד פון אַוועלכן ניט איז פאָלק. אַזאַ סימפּאָזיום וועט אויך שטאַרק שאַטן דעם נאָמען פון ליטע אין מערב, ווייל ס'וועט שמעקן מיט אַ גלויבן, אַז דאָס אומגעקומענע פאָלק האָט זיך ווי ניט איז 'פאַרדינט' זיין גורל. ווער ס'איז אַ פריינט פון דער מענטשהייט קען ניט אָנטיילנעמען אין אַזאַ מין סימפּאָזיום."

אַז די חשובע אָרגאַניזירער (בתוכם אויך אַביסל נאַאיווע אַמעריקאַנער אידן) האָבן געלייענט דזשאָו באָסקיס ווערטער, האָבן זיי תיכף בטל געמאַכט דעם פּלאַן.

לעצטנס האָט עמעצער דאָ אַ פרעג געטאָן, צי איז ניט די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין ווילנע אפשר אַזוי טיף פאַראינטעריסירט דווקא אין אידישע ענינים צוליבן דרוק פון די אידן אין אַמעריקע? דזשאָו האָט זיך ניט איבערגענומען, און מיט זיין געוויינעלכן רואיקן טאָן פון אַ מענטש וואָס דערקלערט בקול דממה דקה אַ פּשוטן אמת אַ צווייטן, אַ זאָג געטאָן:

"ביי אונדז רופט זיך דאָס דעמאָקראַטיע. אַמעריקע איז זייער שטאָלץ וואָס מיר זיינען אַ לאַנד וואו עס גייען אַריין אַ סך פעלקער און וואו זייער שטימע ווערט אויפגענומען מיט ערנסטקייט דורך דער רעגירונג. די אינטערעסן פון יעדן פון זיי זיינען במילא אויך די אינטערעסן פון אַמעריקע".

~~~~~

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on November 28, 2007
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations