אין וואַלד “אָפּ=סטעיט” ניו יאָרק אין 1991: קלמן “פּראַקטיצירט” אַפריער די הגדה, זיך צוגרייטנדיק צום סדר.
^ אַ באַגעגעניש ערב פּסח אויפן סאָבוויי
^ ער האָט אינספּירירט הונדערטער יוגנטלעכע, זיי זאָלן זיך פאַרטיפן אין אידיש אויף אַן ערנסטן אופן
^ אַ מערקווערדיקער, עקצענטרישער "טיפּ" וועלכער פעלט שטאַרק אויס ביי היינטיקן טאָג
^ ווען ער האָט זיך באַקלאָגט צום ליובאַוויטשער רבי'ן אַז ער פאַרמאָגט נישט קיין אמונה...
^ "נידערטרעכטיקער יונג" מעג מען זאָגן אויף אידיש?!
וואואַהין דער לעבנסוועג זאָל ניט אַהינפירן, אַזש ביז אין העט ווייטע מקומות; ווי פאַריאָגט מ'זאָל ניט זיין מיט די עניני דיומא וואָס פרעסן אונדז אָפּעט די טעג, איז עס פונדעסטוועגן קיין קרומע זאַך ניט, אַז ווען=ניט=ווען זאָל מען נאָכגעבן אַ "יצר=הרעלע" (זאָל ניט זיין קיין ערגערע...) וואָס קומט אַמאָל אונטערזאָגן: קלער זיך אַ קאַפּ אַריינעט אין אַ קינדערשן טאָג אַמאָל=אַמאָל, וואָס האָט זיך דיר איינגעקריצט אין זכרון.
ביי אַ אידישן אינגל אין ברוקלין האָט זיך געקענט מאַכן, אַז ס'זאָל זיך אים חלומען וועגן טרעפן אין דער מדבר יהודה אַ אידן וואָס זעט אויס ווי פון די אַמאָליקע נביאים. אַ שטאָק=פרעמדער, אַן אַרויסגעשפּרונגענער פון אַ מעשה=ביכל, אַזאַ וואָס זעט זיך קאַם אָנעט ווי אַ היינטיקער. פאַרשטייט זיך, אַז אין די דמיונות דאַרף אַזאַ איד גיין מיט אַ לאַנגער ווייסער באָרד און שוין במהותו אַרויסשטראַלן מיט אַן התלהבותדיקער, פרייד=פולער בר=סמכאדיקייט.
נאָר קיין מדבר יהודה איז אין ניו יאָרק ניט פאַראַן.
געטראָפן האָט עס גאָר... אין סאָבוויי.
איך בין געווען מסתמא אַ יאָר זעכצן, און ס'איז געווען אינדערפרי פאַר=פּסח, מ'האָט זיך געאיילט אַהיים פון שטאָט צו העלפן טאַטע=מאַמע צוגרייטן צום סדר. אין אונדזער באָראָ=פּאַרקער שטוב, אויף פינף=און=פופציקסטע גאַס ניט ווייט פון ראָג ניו=יוטשריקט עוועניו, איז געווען אַ יערלעכער פאַר=יום=טובדיקער פּלאָג, אַרויסשלעפּן פון גאַראַזש דעם ריזיקן טיש, און ווי ניט איז מיט הענט וואָס זיינען פאָרט "הידים ידי יעקב" עס אַרויפשלעפּן איבער די טרעפּ, אינאיינעם מיטן טאַטן. צומאָל האָט אָפּגעגליקט, און מ'האָט "געפּאַקט" אין גאַס אַ שייגעץ מיט די ריכטיקע "והידים ידי עשו", מ'זאָל אים אין יד אַריין אַריינרוקן אַ פּאָר דאָלער און ער זאָל עס אַרויפשלעפּן. נאָר וואָס, מיטדערמיט וואָס באָראָ פּאַרק איז אַלע יאָר געוואָרן וואָס מער אַן עיר ואם בישראל, איז וואָסאַמאָל שווערער געוואָרן טרעפן אַזאַ מין שייגעץ פּונקט דאַמאָלסט אַז מ'דאַרף.
אויף צו פאַריאָגן די ניט זייער דערהויבענע מחשבה, האָב איך אַרויסגענומען אַ אידישע צייטונג און אַביסל דאָרטן אַריינגעקוקט. ניט זייער אַ סך זעכצן יאָריקע האָבן געלייענט צייטונעגן אויף אידיש אויפן סאָבוויי דאָרטן; אַקעגן מיר, אויף דער "סי ביטש" באַן וואָס איז רגעווייז געווען אָפּגעשטעלט ביי דער סטאַנציע פּאַסיפיק סטריט, איז געזעסן אַן אַלטער איד אַ הדרת פּנים, שיער ניט אַן אַרויסגעשפּרונגענער פון מיין פאַנטאַזיע.
האָט ער זיך אויפגעהויבן און איז צוגעקומען און מיר געפרעגט צי דאָס איז ניט אידיש וואָס איך טו לייענען?
וואָדען, טערקיש?
"מער ווי פופציק יאָר האָב איך ניט גערעדט קיין אידישן וואָרט", האָט ער אַ זאָג געטאָן מיט אַ טיף ליטווישן חיתוך הדיבור. איך בין אָבער געשפּרונגען מיט אַן אייגענער קשיא: "וואו'ט איר זיין אויפן ערשטן סדר?" טוט ער אַן ענטפער, געלאַסן: "ס'איז שוין מסתמא זעכציק יאָר וואָס איך בין ניט געווען ביי אַ סדר, ס'איז טאַקע היינט?"
ווייטער האָט מען ניט געקענט ריידן; די באַן האָט זיך כדרכה געיאָגט מיטן פולן אימפּעט, פון פּאַסיפיק סטריט ביז זעקס=און=דרייסיקסטע גאַס, ס'האָט געקלאַפּט און געטרייסלט פון אַלע זייטן און מיר איז אָנגעפאַלן אַ טרויער, אַז אָט באַלד דאַרף איך אַרויסגיין און אַריבערגיין אויפן "וועסט ענד" אַהיימצוקומען און איך וועל זיך מיט אים קיינמאָל מער ניט זען.
טשיקאַווע, ווען אַ מענטש, זאָל זיין אַ בחורל, טוט זיך אָן אַ חוצפּה און טוט עפּעס אָפּעט וואָס איז ניט לויטן טאָגטעגלעכן אויפפיר. אַז די באַן איז געבליבן שטיין ביי זעקס=און=דרייסיקסטע גאַס, האָב איך אים מיט זיך אַרויסגעשלעפּט שיער ניט מיט גוואַלד, און געלאָפן מיט אים זוכן אַ טעלעפאָן. איך האָב טעלעפאָנירט צו דער מאַמען. פרעג איך ביי דער מאַמען, צי איך מעג איינלאַדן אויפן סדר אַ נייעם פריינט. אַוודאי. פאַרוואָס דען ניט...
אַ מאַמע איז דאָך אַ מאַמע. זי האָט געטראַכט, אַז דער אינגל וועט זיכער ברענגען נאָך אַ אינגל פון בערך זעכצן יאָר...
איך האָב מיין נייעם פריינט געלאָזט גיין, בתנאי אַז ער זאָגט צו, אַז ער וועט טאַקע קומען אויפן סדר אין באָראָ פּאַרק. נאָך זיין פאַרשוואונדן ווערן צווישן די מאַסן לויפנדיקע מענטשן, האָב איך פאָרט געהאַט אַ צווייפל צי כ'ל אים ווידעראַמאָל זען. דערצו נאָך האָט מיר אַ טיאָכקע געטאָן די חרטה, אַלמאַי כ'האָב פאַרגעסן אַ פרעג טאָן בכלל ווי אַזוי ער הייסט! וואו ער לעבט!
אַ וואָרט איז אַ וואָרט. ער איז כמדובר אָנגעקומען אין שטוב צום ערשטן סדר. אַז ס'איז אַריינגעקומען דער פרעמדער, אַ איד איבער די שבעים, האָבן די אָנגעזאַמלטע קרובים געגאַפט: ווער קען דאָס זיין? אַלע זיינען ווי אויף אים אָנגעפאַלן עלעהיי מ'וואָלט ביים אויסטערלישן נסתר אַ פרעג טאָן: "מאין תבוא, מה ארצך ואי=מזה עם אתה?"
"קלמן קאָוול הייס איך", האָט ער זיך פאָרגעשטעלט. פאַר די ענגליש ריידנדיקע שוועסטערקינדער פון לאָנג איילאַנד האָט עס געהאַט אַן ענגלישן נוסח: "קאַול איז דהע נעים! קאַרל קאַול!"
ער האָט גענומען דערציילן מיט אַ פאַרכאַפּנדיקן שפּאַנונגספולן ריטעם, און מיט אַ הייזעריקער, טאַטעשער, טאָן=געהעכערטער שטימע, אַרום=און=אַרום אַ סגנון וואָס מ'האָט אין שפּעטערדיקע יאָרן גענומען אָנרופן אין די קרייזן אַרום אידיש "קלמניש" אָדער "קלמנותדיק"...
"אַ, איר ווילט וויסן פון וואַנעט איך קום? איך בין געבאָרן געוואָרן אין דולוטה, מינעסאָטאַ, ס'איז דאָ אַזאַ שטאָט, אין יאָר ניינצן=הונדערט. דאָס איז געווען ניט לאַנג נאָכדעם ווי די עלטערן זיינען אַריבערגעפאָרן פון שניפּישאָק! איר ווייסט וואָס איז דאָס שניפּישאָק? דאָס איז אויף יענער זייט טייך פון ווילנע. אויף אַריבערגיין די וויליע, פון ווילנע ביז שניפּישאָק, דאַרף מען אַריבער די 'גרינע בריק'. איז מען נאָכן אַריבערגיין די בריק אַוועק אויף לינקס איז מען געווען אין 'די לינקע שניפּישאָק', אויף ווייטער און אויף רעכטס: 'די רעכטע שניפּישאָק'. די לינקע שניפּישאָק איז געווען אַ סך אָרעמער, און דאָרטן האָט די משפּחה געוואוינט, דער טאַטע איז טאַקע געווען אַ שמיד, 'קאָוול' מיינט אַפילו אַ שמיד. איר האָט דאָס געוואוסט?" האָט ער אויסגעלאָזן מיט אַ ווייכן שמייכל.
קיין צייט איז ניט געבליבן ווייטער שמועסן. מ'האָט זיך גענומען צום סדר. די ערשטע פּאָר מינוט איז קלמנען געווען שווערלעך אויפן עברי, נאָר ס'האָט לאַנג ניט געדויערט, און ס'האָט זיך אים אַלצדינג אומגעקערט ווי מיט אַ מלאכס אַן אונטערזאָג. אַ גירסא דינקותא וואָס קען אָפּגעשטויסן ווערן ביז טיפער אין דער אונטערבאַוואוסטזיניקייט אַריין, נאָר פאַרלאָרן ווערן אין אַ שיכחה סתם קען עס קיינמאָל ניט. ער האָט גענומען מיט אימפּעט מיטזאָגן, מיטלייענען, מיטזינגען, אַלץ מיטן זעלבן ניגון און מיטן זעלבן נוסח ווי ביים טאַטן, ווי ביי אונדז, נוסח ליטא.
ביי דער סעודה, און נאָכמער, אינמיטן נאַכט שפּעטער=צו נאָכן חד=גדיא, האָט מען אַלע נאָר געבעטן קלמן זאָל דערציילן און ווייטער דערציילן. וואָס מער ער האָט גערעדט אידיש, אַלץ רייכער און שענער האָט זיך ביי אים דער לשון אויפגעבליט. די בני בית האָבן ניט געגלייבט אַז איך האָב דעם אידן "געפונען אויפן סאָבוויי". מ'איז געווען זיכער אַז דאָס איז אַ קאַטאָוועסל אויף משמח זיין די משפּחה.
קלמן קאָוול דערציילט, אַז ער איז פיר מאָל געווען חתונה געהאַט, און לאַנגע יאָרן וואָס ער לעבט זיך איינער אַליין אין אַ גרויסער דירה אַרומגערינגלט מיט זיינע טויזנטער ביכער אין ברוקלין האַיטס. די פיר שידוכים וואָס זיינען קיין זיווג ניט געווען, רופן זיך ביי אים: "מיינע פיר קאַטאַסטראָפן". ווען ער דערציילט וועגן יעדער ווייב, איז עס מיט גרויס דרך=ארץ און פאַרשטענדעניש אין דער באַציאונג צו איר. אין אַלע פּלאָגן און צרות איז שולדיק נאָר ע ר. דאָס איז ניט קיין איד וואָס דערציילט וועגן "זשאַך" העלדישקייטן און גיבורשע מעשים. פאַרקערט, ער גיט צו וויסן ווי נאַריש און ניט=גערעכט איז ער אַליין געווען. עס נעמט זיך ביי אים שאַפן אַ שיער ניט שלום=עליכם=מעסיקער טאָן, וואָס קומט דערמאָנען ווי נאַריש בכלל עס זיינען עלול צו זיין בשר=ודמס דאָ אויף דער וועלט.
און וואָס פאַר אַ מלאכה איז ביי אים געווען? אַלצדינג האָט דער איד געטאָן. געמאַכט געצייג, פאַרריכט, געמאַכט און פאַרריכט מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, געווען אַ ליטעראַרישער אַגענט און נאָך און נאָך. און פון זינט ער איז אויף פּענסיע האָט ער זיך גענומען לערנען אין אוניוועריסטעט מוזיקאָלאָגיע, אַראַביש, אַלט=סעמיטישע שפּראַכן, און נאָכוואָס. אַ מערקווערדיקער איד!
מען איז צוגעקומען נעענטער צו דער איידעלער פראַגע וועגן דעם אידנס איבערצייגונגען, גלייבונגען, השקפות. ווי קען מען עס דען ניט וויסן פון אַוועלכן שבט איז עס אַ איד?
דאָ האָט מען שוין אַזוי ריכטיק געגאַפט, זיך צוהערנדיק צו זיינע רייד. ער איז אַן אַמאָליקער רעוואָלוציאָנער וואָס איז געוואָרן אַ קאָמוניסט צו זיינע פערצן יאָר (ד.ה. אין 9141 ) און איז געווען צווישן די גרינדער פון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי צו זיינע ניינצן (ד.ה. אין 1919; ביי אַ מענטשן וואָס איז געבאָרן געוואָרן אינאיינעם מיט אַ נייעם יאָרהונדערט איז לייכט צו דערטאַפּן גלייך זיין עלטער איאנאיינעם מיט אַוועלכן ניט איז יאָר).
מיר האָבן אַלע געהאַט באַגעגנט "לינקע טיפּן" צווישן די אידישיסטן, נאָר דאָס איז געווען גאָר עפּעס אַנדערש, ניט קיין "אַמאָליקער מיטשלעפּער" נאָר אַ "גלייביקער" ממש.
איינע פון די עלטערע מומעס האָט גענומען חושד זיין ווער ווייס וואָס, און ביי אים אַ פרעג געטאָן, ווי אַזוי ער קען האַלטן פון אַזאַ שוידערלעכן רעזשים ווי סאָוועט=רוסלאַנד? קלמן האָט זיך צעלאַכט. וואָס פאַראַ סאָוועט=רוסלאַנד? זיי רופן זיך ביי אים "די סטאַליניסטן" און ער האָט גאָר פיינט די "סטאַליניסטן"! ער רופט זיי אָנעט, די וואָס פירן אָן מיטן סאָוועטנפאַרבאַנד, מיט אַלע זידל=ווערטער פון זיין רייכן (און קאָלירפולן) לעקסיקאָן, צווישן זיי: ראַזבויניקעס, זשוליקעס, סוואָליטשעס, כאָלעריעס און נאָכוואָס.
"טאָ אין וואָס גלייבט איר דען יע?" האָט מען גענומען ביי אים פרעגן.
איז געקומען דער ענטפער: "טראָצקי!"
לעאָן טראָצקי איז כידוע "פון דער היים" געווען לייבעלע בראָנשטיין (געלעבט פון 1879 ביז 9104 ), וועלכער האָט געשפּילט אַ פירנדיקע ראָלע אינעם דאַמאָלסט שפּאָגל=נייעם סאָוועטנפאַרבאַנד ביז וואַנעט סטאַלין האָט אים באַזיגט אין אַ מאַכט געראַנגל, אים משלח געווען אין 1928 אין אַלמאַ אַטאַ (איצט אין קאַזאַכסטאַן) און אָנהייב 1929 אַרויסגעטריבן בכלל פון לאַנד. טראָצקי האָט זיך באַזעצט אין מעקסיקאָ, וואו סטאַלינס אַן אַגענט האָט אים מיט אַן אייז=האַק דערמאָרדעט אין 1940.
אונדזער קלמן איז אָבער געווען פאַרטיפט אין טראָצקיס כתבים און ווערק, וואָס ער האָט אַ גאַנץ לעבן שטודירט. און אין קלמנס מעשיות איז דער מאָטיוו "דורכפאַל" (ספּעציעל: אייגענער דורכפאַל) געווען אַ מאָטיוו שיער ניט פון אַ אידישלעכן הומאָר.
"נו, אַז איך בין געוואָרן אַ טראָצקיסט, און די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן האָבן גענומען אַרויסטרייבן פון זייער פּאַרטיי די קעגנער פון סטאַלין, האָט מען מיר אויך אַרויסגעוואָרפן!" דאָס איז געווען אַז קלמן איז אָנהייב 1929 געווען צווישן די הונדערט לינקע וואָס האָבן אָרגאַניזירט אַ מיטינג אין ניו יאָרק. דער סוף איז געווען, זאָגט קלמן: "מיר טראָצקיסטן זיינען געבליבן זייער שוואַך. ניט איינמאָל בין איך געווען דער איינציקער אמתער טראָצקיסט דאָרטן, ווייל אַ העלפט זיינען געווען שפּיאָנען פון דער אַמעריקאַנער 'עף-בי-אַי' און די צווייטע העלפט זיינען געווען פון דער סאָוועטישער 'ען-קע-ווע-דע' (שפּעטערדיקער קאַ=גע=בע)."
אָט אַזאַ איד איז געווען קלמן: דערציילט פון אַלע מפּלות און דורכפאַלן מיט דער זעלבער דערציילערישער התפּעלות, עלעהיי ביי אַ צווייטן וועלכער פיינט זיך גאָר אויסעט מיט אייגענער גבורה און חכמה, מיט זיגרייכישע דערינערונגען.
נאָר וואָס אַן אמת: אין גאַנג פון די פאָלגנדיקע פינף=און=צוואַנציק יאָר פון אונדזער נאָענטער פריינטשאַפט, האָט קלמן קיינמאָל ווייטער ניט דערמאָנט זיין פּאָליטיק, קיין איין וואָרט אויכעט ניט. ער האָט פאַרשטאַנען אַז מיר, און מיינע פריינט, קאָלעגן און סטודענטן איז דאָס אומאינטערעסאַנט. פאַרקערט, ע ר איז מיט לייב און לעבן אַריינגעטראָטן שוין נאָך די שבעים אין אַ נייעם קאַפּיטל פון זיין לעבן: דער קאַפּיטל אידיש. אַ קאַפּיטל וואָס האָט אים אויך אַריינגעפירט צו אַ שפּאָר ביסל איבערלעבונגען אין אידישער קולטור און אין אידישקייט, פון אָנטיילנעמען אין פאַרזאַמלונגען ביי די זקנים פון די וועלטלעכע אידישיסטן אַזש ביזקל אַ יחידות מיטן ליובאַוויטשער רבין אויף איסטערן פּאַרקוועי (וועגן דעם, דלהלן).
אַז מיר זיינען געוואָרן ריכטיקע חברים, האָב איך אים גענומען "מיטברענגען" אומעטום, אויף באַגעגענישן מיט פריינט און אויף לעקציעס, אין קלאַסן און אויף אונטערנעמונגען. קלמן איז געווען אַ "מענטש פון דער וועלט" פּאַר=עקסעלאַנס, אַן אוהב הבריות און אַ נאהב בבריות. פאַראַן דאָך פאַרשיידענערליי קאַטעגאָריעס "טאָלעראַנץ" און דאָ איז אפשר נייטיק אַ שטיקל הסבר. קלמן איז גראַדע געווען אומטאָלעראַנט צו נודניקעס, צו אַזעלכע לעקטאָרן וואָס גרייטן זיך ניט צו און קומען נאָר גזלענען צייט און נערוון ביי די צוהערער; און ער איז געווען אומטאָלעראַנט צו אומטאָלעראַנטע מענטשן. ער איז אָבער געווען אינגאַנצן רואיק און טאָלעראַנט וועגן אַלע מיינונגען און שיטות וואָס ס'קען זיך נאָר מאַכן. ביי יעדן האָט ער זיך נאָר געוואָלט וואָס ניט איז צולערנען. אין אים האָט זיך געשפּירט אַ מאָדערניסטישער גילגול פון אַמאָליקן לערנער וואָס לערנט אַלע זיינע יאָרן, וואו עלטער און זיקנה שפּילן ניט די קלענסטע ראָלע.
ביי קלמנען איז די גרעסטע באַליידיקונג כלפּי אַ רעדנער אָדער לעקטאָר אָדער רב אָדער לערער געווען "מאַכן אַ שווייג" נאָך יענעמס אַן אַרויסטריט. אָפּשווייגן האָט ביי קלמנען געהייסן האַלטן אַז יענער איז אַזאַ מוראדיקער נודניק און אַזאַ גאָרנישט=מיט=אַ=נישט, אַז ס'איז ניטאָ וואָס צו פרעגן, וואָס איינטענהן זיך, איבער וואָס קומען מיט אַ קשיא און פּרואוון אָפּפרעגן.
די לעבהאַפטיקע, שפּרודלדיקע פּערזענלעכקייט "ק ל מ ן" האָט איינגעאָטעמט פרישע ווינטלעך ביי אַ ריי קרייזן און קרייזלעך פון אידיש אין ניו יאָרק, וואָס האָבן זיך גענייטיקט אַביסל אין אַ שטיקל "אויפלעבונג" אין די שפּעטערדיקע יאָרצענדליקער פון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, ווען מער און מער פאַרזאַמלונגען אויפן געביט פון אידיש זיינען מגולגל געוואָרן ביים עלטערן דור ווען=ניט=ווען (חלילה ניט אַלעמאָל!) אין סקאַרבאָווע אויסגעלענגטע לויב=געזאַנגען צו דער אידישער שפּראַך און קולטור און ליטעראַטור, און אין די פּיצינקע קרייזלעך יוגנט האָט געהערשט אַ משוגעת וועגן פּינטעלעך, "דייטשמעריזמען", און גיין מ'שטיינס געזאָגט קנעלן מיטן עלטערן דור אידן דעם "ריכטיקן" אידיש פון די עקסטרעמע שפּראַך=פּוריסטן.
אין אָטאָ די צוויי וועלטעלעך איז מיט ביידע פיס אַריינגעשפּרונגען דער כאַריזמאַטישער קלמן קאָוול אין משך פון צענדליקער יאָרן, און זיין מאַגנעטישער מהות האָט שוין פאַר=זיך אין אַ הרף=עין אַריינגעטראָגן אַ שיער=ניט כישופדיקע פרייד.
ביים טרעפן זיך מיט אַ אינגערן, ט'ער געפרעגט: "וואָס מאַכסטו, מיין קינד?" מיט אַן עלטערן, איז דער פתיחת דיבורים אָפטמאָל באַשטאַנען פון עפּעס אויפן שניט פון "איך וויל אייך טאַקע עפּעס פרעגן וועגן אייער נייעם אַרטיקל". נאָכן דערנעענטערן זיך צום וועלטעלע פון אידיש אין ניו יאָרק, האָט קלמן גענומען אַבאָנירן און טאַקע א ו י ס ל י י ע נ ע ן שיער ניט אַלע אידישע צייטונגען און זשורנאַלן, און קומען מיט קשיות צום מחבר דערנאָכדעם. אויף אַזוי ווייט איז געווען אָפּגעשוואַכט דער ניוואָ אין טייל קרייזן (צווישן שבחי=שבחים אין טייל קרייזן מיטן ביטול=אחרים אין אַנדערע...), אַז אַזאַ פּשוטע זאַך ווי באַציען זיך קריטיש און בעת מעשה פריינטלעך ביים לייענען נייע זאַכן איז ווען ניט ווען אַדורכגעפאַלן צווישן די האַלאָבליעס, ווי ס'פלעגט זיך אַמאָל זאָגן אין דער אַלטער היים...
פאַרברענגענדיק מיטן אינגערן דור איז געווען מערקווערדיק ווי יונג עס איז געבליבן קלמן אין זיינע זיבעציקער, אַכציקער און ניינציקער יאָרן, און וויפל יונגעלייט האָבן מיט אים געוואָלט זיך חברן. ער איז אָבער געווען מיט אונדז אַלעמען אַ שטרענגער חבר, ניט פונעם שבט אוהבי אידיש וואָס זיינען געגאַנגען מיטן גאַנג "ביסט יונג און גיסט זיך אָפּ מיט אידיש, קומט דיר שוין אַ מעדאַל". ניין. קלמן האָט אַרויסגעפאָדערט איכות און כמות, ערנסטקייט און ניוואָ, העלפנדיק אויף אַזאַ מין אופן צו פאַרזיכערן אַז דער ענין "אידיש" ווערט ניט קיין קלוב פאַר ניט=דערבאַקענער בטלנות.
אַז איינער אַ לערער פון די עקסטרעמע "פּוריסטן" האָט גענומען שיסן אין אַ לעקציע, אַז מען טאָר ניט נוצן די "דייטשמערישע" ווערטער "איינדרוק", "באַשלוס", "דערפאָלג", "לאַגע", "פאַרלוסט", "קינדהייט" און נאָך און נאָך, אַ מעשה אָן אַ סוף, און אונטערגעשטראָכן, אַז מען דאַרף "קעמפן" קעגן דעם עלטערן דור שרייבער וואָס "האָט ניט קיין דרך ארץ צו אידיש"(!), האָבן אַלע צוגעקוקט צו קלמנען. ווי וועט ער זיך אָפּרופן? אָנשטאָט ריידן וועגן אַוועלכן ניט איז פון די געבראַכטע "געפּסלטע ווערטער" רחמנא לצלן, האָט דער ווייס=באָרדיקער זקן דעם אינגערן לערער געפרעגט מערניט איין פראַגע, בזה הלשון:
"זאָגט מיר טאַקע, און 'נידערטרעכטיקער יונג' מעג מען זאָגן אויף אידיש?" די גאַנצע גרופּע האָט געקייקלט פאַר געלעכטער, יענער געלעכטער וואָס קומט לינדערן די איינגעשפּאַנטקייט וואָס קען קומען מיט ניט וויסן ווי אַזוי מען דאַרף רעאַגירן אויף אַ שטות, און אויס מורא אַז מ'וועט דעם בעל שטות גאָר אויפרעגן טאָמער האָט מען אַ צווייטע מיינונג.
אין משך פון יאָרן האָט קלמן אָנטיילגענומען אין דער ניו=יאָרקער זומער=פּראָגראַם פון אידיש (ביי דער ייווא, אין יענע יאָרן בשותפות מיט קאָלאָמביע אוניווערסיטעט), אין דער אָקספאָרדער זומער=פּראָגראַם (וואָס איז שפּעטער=צו אַריבערגעפירט געוואָרן אין ווילנע), און אין פאַרשיידענערליי קורסן, קאָנפערענצן, סעמינאַרן, סימפּאָזיומס. אַז ער איז געווען, האָט מען שוין געוואוסט, אַז סיי די שטימונג און סיי דער ניוואָ, וועלן זיין אַ סך העכער.
ער האָט געוואָרנט, אַז אידיש ווי אַ געביט דאַרף צוציען עכטע (און נייע!) טאַלאַנטן, ניט גלאַט בטלנים וואָס גלייבן אַז זיי קומט אַלע ירושות פון פאַרשווינדנדיקן דור מזרח=אייראָפּעאיש געבאָרענע אידישע קולטור=טרעגער, ווייל זיי וועלן איבערלעבן יענעם דור און ירשענען זייערע שטעלעס...
קלמן האָט באַאיינפלוסט הונדערטער סטודענטן פון אידיש אין אַמעריקע, ענגלאַנד, ישראל און אַנדערע לענדער. ער פעלט שטאַרק אויס, נאָר זיין ליכטיקער זכרון ווירקט פונדעסטוועגן ווייטער.
אַ ביסל פון קלמנס ווערטלעך; מעשה=שהיהס; פון זיין קאָלאָריט.
נאָך אַ געלונגענעם רעפעראַט אָדער קלאַס אָנגעפירט פון אַ אינגערן מענטשן, פלעגט ער אַלעמאָל זאָגן: "אַ געזונט אין דיינע ביינדעלעך!"
טאָמער איז עס אָבער געווען אַ זייער שוואַכע לעקציע, און דער עולם האָט זיך געוואונדערט פאַרוואָס קלמן רופט זיך ניט אָפּ כדרכו מיט זיינער אַ גרונט=קשיא, פלעגט קלמן ווייך און רואיק דעם אָנפרעגער אַ זאָג טאָן: "ס'דאָך אַ צער בעלי חיים, אַז ער ווייס ניט וואָס ער טוט!"
זיינע בריוולעך פלעגט ער פאַרענדיקן מיט די ווערטער: "מיט מאָדנע אויסערגעוויינלעכקייטן, קלמן".
אַז ער האָט אין אַ הויכן עלטער שטודירט סיריאַקיש, אַקאַדיש און אַנדערע אַלט=סעמיטישע שפּראַכן, פלעגט ער נעמען שרייבן צעטלעך אויף א י ד י ש נאָר מיט יענע אוראַלטע אותיות פון מיט טויזנטער יאָרן צוריק און ס'איז צוגעקומען אַ שטיק דערפרישנדיקע וואַרעמקייט.
אויף אַ קאָנגרעס אין מאַדיסאָן, וויסקאָנסין, האָט אַ ישראלדיקער זשורנאַליסט ביי קלמנען געפרעגט, פאַרוואָס האַלט אידיש אַזוי שמאָל אין דעם "הויפּט=שטראָם" פון דער ישראלדיקער קולטור היינט צו טאָג? קלמן האָט אים ניט געשאַנעוועט: "איי סאַ חוצפּה! פריער טוט איר אַלצדינג שוין אַזויפל יאָרן אַוועקצוהרגענען אידיש, און אַפילו דעם קלענסטן דרך ארץ צו אידיש, אין ישראל, און איצט קומט איר פרעגן ביי מיר פאַרוואָס ס'האַלט אַזוי שמאָל?"
אין זיינע לעצטע יאָרן האָט זיך קלמן פאָרט גענומען אַביסל באַקלאָגן אַז ער ווערט צו גיך מיד. איז ער אַוועק צו אַ דאָקטער. האָט אים דער דאָקטער געזאָגט: "איר זייט דאָך איבער די ניינציק און איר דאַרפט שלום מאַכן מיט דעם". קלמנען איז דאָס ניט געווען קיין ענטפער. "איך שטוין פּשוט הערנדיק אייערע רייד! אַז איר דאָקטוירים זעט אַן אַלטן מענטשן, מיינט איר אַז פאַר אייערע אויגן שטייט אַ בר=מינן! דאָס איז אַ סקאַנדאַל! אייער הייליקע אַרבעט אַלס דאָקטער איז צו מאַכן מיין לאַגע בעסער, ניט וויכטיק צי איך בין ניינציק צי הונדערט יאָר אַלט! דאָס איז אייער אַרבעט, און ניט צו פאַרדרייען אַ קאָפּ מיט מיין עלטער. איך ווייס ווי אַלט איך בין!"
אַז ער האָט באַזוכט ווילנע צו זיינע צוויי=און=ניינציק יאָר האָט ער פּרובירט געפינען דעם אַדרעס וואו זיין משפּחה האָט אַמאָל געוואוינט אויף "די לינקע שניפּישאָק", פרעגנדיק וועגן קרובים וואָס האָבן דאָרטן געלעבט אַרום 1910. די איינוואוינער האָבן אים געענטפערט: "טייערינקער, דאָ לעבט מען ניט אַזוי לאַנג, מיר האָבן ניט פאַר אייך עמעצן וואָס קען געדענקען יענע יאָרן".
ער איז נפטר געוואָרן שטילערהייט ביי זיך אין דער היים, אַז ער איז במנוחה איינגעשלאָפן כאַפּן אַ דרעמל אין זיין באַליבטן פאָטעל, ביים פענצטער מיטן אַרויסקוק איבערן טייך צו מאַנהעטן צו, און זיין באַליבטן וואולוואָרט בילדינג, אַ צוויי חדשים פאַר זיין זיבן=און=ניינציקסטן געבורטסטאָג אין 1997.
די לעצטע חדשים פון זיין לעבן האָט ער שטאַרק געבעטן, אַז די אונטערגייענדיקע פּראָגראַם פון אידיש אין אָקספאָרד זאָל האָבן אַ המשך אין... ווילנע, און מ'האָט יענע צייטן גענומען פּלאַנירן דאָ אין ווילנע די ערשטע פיר=וואָכיקע אינטענסיווע זומער=פּראָגראַם, טיילווייז מיט די זעלבע לערער וואָס אַמאָל אין אָקספאָרד. די קורסן גופא האָבן זיך מיט גרויס דערפאָלג גענומען אין וועג אַריין אין 1998, און דעם קומעדיקן זומער מירצעשעם וועט מען פייערן דעם צען=יאָריקן יובל פון אַן אינטערנאַציאָנאַלער זומער=פּראָגראַם פון אידיש וואָס האָט זיך גענומען אין וועג אַריין אין אַ ניט=קליינער מאָס אַדאַנק דער אינספּיראַציע און דער דערמוטיקונג און חיזוק לב פון קלמן קאָוול, זכרונו לברכה.
פון זינט ער איז פאַרכאַפּט געוואָרן מיט אידיש, בערך צו זיינע שבעים שנה, האָט קלמנען פאַרכאַפּט אויך דער טראַדיציאָנעל=פרומער אידישער לעבן. ווען נאָר מעגלעך, פלעגט ער אויסזוכן אַ היימישע שטיבל אָדער מנין אָדער שיעור און קוועלן מיט גרויס הנאה פון אַלצדינג, שטראַלנדיק מיט יעדן וואָרט.
אפשר איז עס ניט קיין חידוש וואָס דעם וואַרעמסטן אָפּקלאַנג האָט ער געפונען ביי שלוחים פון חב"ד. אינעם בנין וואו ער האָט געלעבט אין ברוקלין האַיטס, האָט געלעבט אויך הרב אהרן ראַסקין נ"י, דער שלוח חב"ד אין ברוקלין האַיטס. ער האָט קלמנען מקרב געווען און קלמן האָט זיך דערפרייט מיטן גיין אין שוהל, בפרט אויף יום=טובים. איין סדר האָבן מיר אָפּגעפּראַוועט אינאיינעם ביי הרב ראַסקינען. דער עולם האָט געקוועלט, אַז קלמן האָט געפרעגט די פיר קשיות ווי דורך די דורות, אַ פראַזע אויף לשון קודש און אַ פראַזע אויף אידיש. קלמנען האָט אויך זייער גוט באַפריינדעט הרב מאָטל חן נ"י וועלכער האָט אים אַרויסגעוויזן אַ האַרציקע ידידות.
אָבער וואָס איז מכח קלמן קאָוולס גלייבונגען און אמונה? אַז מ'האָט ביי אים געפרעגט, פאַרוואָס ער גייט אויף אַזויפל רעליגיעזע "זאַכן", פלעגט ער ענטפערן: "איך בין אַליין ניט קיין גלייביקער, און איך קען עס ניט דערקלערן, איך האָב עס אַלצדינג אַזוי ליב. עס איז אַזוי שיין, איך וואָלט ניט געוואָלט לעבן אָן דעם."
מיט אַ סך יאָר צוריק האָבן אַ גרופּע ברוקלינער ליובאַוויטשער וואָס קלמן האָט "אויך געפונען אויפן סאָבוויי און באַפריינדעט" (צי זיי האָבן א י ם געפונען?) מיט דער צייט מסדר געווען קלמנען אַ יחידות מיטן רבין, ר' מנחם מענדל שניאורסאָן זצ"ל.
מיר, דאַמאָלסט קלמנס אינגערע און יונגע פריינט, האָבן מיט אומגעדולד געוואַרט צו הערן פון קלמנען, וואָס מ'האָט דאָרטן גערעדט. טייל זכרונות וועגן קלמנס באַריכט דערוועגן וועלן מוזן וואַרטן אויך אַן אַנדער איגרתל, נאָר דער עיקר האָט ער זייער קורץ=און=שאַרף איבערגעגעבן, טאַקע מיטן קלמנותדיקן טאָן:
"ס'געווען אַזוי. דער רבי האָט ביי מיר געפרעגט צי איך וויל אים ניט עפּעס זאָגן. האָב איך אים געזאָגט: 'רבי, וואָס זאָל איך טאָן, אַז איך האָב ניט קיין אמונה?' האָט דער רבי מיר גלייך געענטפערט: 'אַז איר אַליין ווייסט דאָס, דאגה איך ניט וועגן אייך'. |