פאַראַן אידישע ישובים וואָס מ'רעדט וועגן זיי ווייניקער איידער אַנדערע. טיילמאָל קומט אויס, אַז דאָס נעמט זיך: פון זייער רעלאַטיווער קליינצאָליקייט; פון זייער מנוחהדיקייט (עס פעלן די רעשדיקע קריזיסן וואָס ביי טייל ישובים); פונדערפון, וואָס די גרויסע אידישע וועלט "פון דרויסן" באַטראַכט די אידן וואָס דאָרטן פאַר אַ מין "סניף" אָדער "צולאָג" צו אַ שכנותדיקן לאַנד; פונדערפון, וואָס דער דאָזיקער אידישער ישוב שטעלט זיך צונויפעט פון פאַרשיידענע גרופּעס, און מ'קוקט אויף זיי ווי אַ צונופקומעניש פון פאַרשיידענערליי שבטים וואָס האָבן ניט אויפן ערשטן בליק קיין "בולט=קלאָרן אייגנאַרטיקן פּנים".
אַ סברא אַז די אַלע גורמים שפּילן אַ ראָלע, אַז עס גייט די רייד וועגן לאַטוויע (אויף אידיש איז אפשר אַפילו "ריכטיקער" עס אָנרופן "לעטלאַנד", און די דאָרטיקע תושבים הייסן אין יעדן פאַל: לעטן, די אידן וואָס דאָרטן - לעטישע אידן). איך דערמאָן זיך, מיט אַ סך יאָרן צוריק אויף דער איסט סאַיד פון ניו יאָרק, האָט אַן אַלטער ליטווישער רב אַ זאָג געטאָן וועגן די לעטישע אידן, אַז "דאָס זיינען דאָך די ליטוואַקעס, וואָס ווייסן אָבער ניט, אָדער ווילן ניט וויסן, אַז זיי זיינען פאָרט ליטוואַקעס"...
פאַרוואָר, די מדינה לאַטוויע האָט זיך געגרינדעט אין 1918, ביים אויסלאָז פון דער ערשטער וועלט מלחמה. פאַר דעם, וואָלט במילא בדרך כלל ניט געגאַנגען קיין רייד וועגן "לעטישע אידן" אָדער "אידן פון לאַטוויע". אין דער נייער רעפּובליק זיינען אַריין שטחים פון פאַרשיידענע גובערניעס (פּראָווינצן פון צאַרישן רוסלאַנד). אַ סך פון מזרח לאַטוויע איז באַשטאַנען פון אַ חלק פון דער פריערדיקער וויטעבסקער גובערניע, פון צפונדיקן טייל וואו אַ סך פון די איינוואוינער האָבן זיך גערעכנט פאַר "לאַטגאַליער" און זייער שטח אָנגערופן "לאַטגאַליע". אין דרום=מערבדיקן ווינקל פון לאַטגאַליע איז דאָ די שטאָט דינאַבורג (דענעבאָרג), וואָס האָט זיך שפּעטער גערופן דווינסק (און היינט הייסט זי אָפיציעל דאַוגאַוופּילס אויף דער לעטישער שפּראַך). אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין לאַטגאַליע ווייס מען ווייניקער, און זייערע אַמאָליקע נעמען קענען היינט קלינגען אַ קאַפּ עקזאָטיש: למשל (אין זייער אידישער געשטאַלט): יאַקאָבשטאָט, קרייצבורג, דאַגדע, וואַרקלאַן, קרעסלאַווקע, לוצין, רעזשיצע, פּרייל און נאָך. די אידן אין דיאָ מקומות זיינען אין אַ גרויסער מאָס געווען פון ענלעכן שניט ווי אין די איבעריקע טיילן ווייסרוסלאַנד און מזרח ליטע (ביי אידן אַמאָל: "רייסן"); זיי האָבן זיך געטיילט אין מתנגדים און חסידים (די חסידים דער עיקר פון חב"ד, דאָס איז אַלץ ניט ווייט פון חב"דישן יאָדערלאַנד אין דער מזרחדיקער וויטעבסקער גובערניע און אין דער שכנותדיקער מאָלעווער [מאָהילאָווער] גובערניע). דער אידיש איז דער "ליטווישער אידיש" פון די אַלע מקומות מיט אָרטיקע אייגנאַרטיקייטן און חנדלעך וואָס זיינען דאָך די פּערל פאַרן אידישן פילאָלאָג.
דער מערבדיקער טייל פון לאַטוויע באַשטייט דער עיקר פון אַמאָליקן קורלאַנד (אַ טייל אויך פון ליוואָניע). קורלענדער אידן שטעלן מיט זיך פאָר אַ גאָר אַלטן און זעלבשטענדיקן אידישן שבט (און היינט איז געוואָרן זייער, זייער שווער טרעפן אַ "ריכטיקן קורלענדער"); ז י י זיינען ניט ענלעך אויף קיין שום אַנדערן אידישן געביט. ס'איז אַן אייגנאַרטיקער סינטעז פונעם גאָר אַמאָליקן ליטווישן אידנטום מיט גרויסע השפּעות פון דער דייטש=אידישער קולטור. דער אידיש איז טיילווייז ענלעך אויף דעם ווי אַזוי אידישע פילאָלאָגן שטעלן זיך פאָר אַז מ'האָט גערעדט אידיש מיט הונדערטער יאָרן צוריק. כאָטש דער אַלגעמיינער איינדרוק איז "פאָרט ליטוויש" זיינען פונדעסטוועגן דאָ וויכטיקע אונטערשיידן. צווישן זיי: אין "טיפסטן" נוסח פון דיאַלעקט איז בכלל ניטאָ "יענער ליטווישער עי", און מ'רעדט וועגן "עסן בראָוט" און "לערנען טאָורע" (אָדער אַפילו "טעורע"). און ביי אַמאָליקע קורלענדער אידן האָט זיך געהערט אַ חילוק פון "זון" (שמש, מיט אַ קורצן "או"), און "זון" (בן, מיט אַ לאַנגן "או"); היינט אויף אידיש קען מען אַ חילוק נאָר דערהערן ביי די בני דרום וואו ס'איז אַ קורצער "אי" קעגנאיבער אַ לאַנגן "אי".
און אינצווישן די צוויי עיקרדיקע צווייגן פון לאַטוויע (לאַטגאַליע אין מזרח, גרענעצנדיק מיט רוסלאַנד) און קורלאַנד אין מערב (ביים ברעג פון באַלטישן ים), זיינען פאַראַן קלענערע "איבערגאַנגס=שטחים" וואָס זיינען אָבער פון אידישן שטאַנדפּונקט ניט אַזוי באַדייטנדיק. אכלל: מיר קענען די אידישע לאַטוויע איינטיילן אין צ ו ו י י הויפּט גרופּעס: די לאַטגאַלער אידן פון מזרח און די קורלענדער פון מערב.
און אין סאַמע צענטער טרעפט זיך די איינציקע ריכטיקע גרויס=שטאָט וואָס אין גאַנצן עסק: ר י ג ע, וואָס (לפּחות פון שטאַנדפּונקט פון אידישער קולטור אין די לעצטע פאַרמלחמהדיקע דורות) גייט ניט אַריין אין קיינע פון די גרופּעס. אַ מעטראָפּאָליע פון אידן פון פאַרשיידענע מקומות, און אויפן ערשטן אָרטן צווישן לאַטגאַלער און קורלענדער. און פון ביידע זייטן האָבן מיר געהערט מעשיות וועגן "געמישטע חתונות" רחמנא לצלן אין דער אַמאָליקער ריגע צווישן אַ לאַטגאַלער מיט אַ קורלענדער. אַ וועלט מיט קליינינקע וועלטעלעך.
מיר (אַ גרופּע קאָלעגן פון ווילנער אידישן אינסיטיטוט) האָבן זיך איצטער אומגעקערט קיין ווילנע פון אַן עקספּעדיציע אין לאַטוויע. אויף די עקספּעדיציעס סטאַרען מיר זיך איסצוזוכן די עלטסטע, אינטערעסאַנטסטע אידן וואָס קענען אַמאויטענטישסטן דערציילן (אַלץ אויף אידיש!) וועגן אידישן אַמאָל, וועגן שטייגער לעבן און מנהגים, און וועגן דיאַלעקט, שפּראַך, פאָלקלאָר, לידער, נוסח דאַוונען, ניגונים, אַכלל אַלצדינג וואָס ס'לאָזט זיך. אַלצדינג ווערט רעקאָרדירט אויף דיגיטאַלן ווידעאָ דורך אַ מומחה, אַלע רעקאָרדירטע עלטערע אידן באַצאָלט מען אַ בכבודיקן האָנאָראַר, און די נעמען פון די נויטווענדיקע (אַ גרויסער פּראָצענט זיינען נויטווענדיקע) גיט מען איבער דעם "מזרח=אייראָפּעאישן מצווה פּראָיעקט" אין קאַליפאָרניע וואָס שיקט זיי דערנאָך פינאַנציעלע הילף רעגלמעסיק. אַ שאָד, וואָס אַזויפל לעבנגעבליבענע אידן אין דער אַלטער היים דאַרפן אויסלעבן די לעצטע יאָרן אין דחקות... די איצטיקע עקספּעדיציע איז דערמעגלעכט געוואָרן אַדאַנק אַ סובסידיע פון "הנדיב - ראָטשילד פונדאַציע" אין לאָנדאָן, וועמען עס קומט אַ יישר=כח.
דאָס איז אַלצדינג מירצעשעם צום פּראָיעקט פון אַן אַטלאַס פון ליטווישן אידיש (דיאַלעקט, פאָלקלאָר, שטייגער לעבן) פון ריגע ביז קיין כערסאָן, און פון ליובאַוויטש ביז קיין סאַלאַנט.
ס'איז אָבער ביי אונדז ניט די ערשטע עקספּעדיציע אין לאַטוויע. מיט העכער זעקס יאָר צוריק למשל זיינען מיר געווען אין דעם עקזאָטישן מערבדיקן קורלאַנד און זיך געטראָפן מיט די לעצטע קורלענדער אידן אין די שטעטלעך האַרט ביים באַלטישן ים: "ליבע און ווינדע" (ליבאַו, ליבאַווע, היינט: ליעפּאַיאַ; און ווינדאַו, ווינדאַווע, היינט ווענטספּילס). וועגן זיי און וועגן די רעשטלעך אין אַנדערע קורלענדער מקומות, בתוכם גאָלדינגען (היינט: קולדיגאַ) און האָזנפּוט (אייזפּוטע) מירצעשעם ביי אַ געלעגנהייט.
דאָסמאָל האָבן מיר זיך קאָנצענטרירט אויף לאַטגאַליע, באַזוכנדיק: דינאַבורג-דענעבאָרג-דווינסק-דאַוגאַוופּילס (אויף ווייטער אין איצטיקן איגרתל: דווינסק, פון פּשטות וועגן!) און לוצין (לודזאַ), און פאַרבראַכט אויך אַ קאַרגע וואָך אין ריגע, וואו מיר האָבן אויסגעזוכט עלטערע אידן וואָס שטאַמען פון די ארבע פּינות לעטלאַנד.
דאָ זיינען מיר אויסן איבערגעבן אַביסל פון אונדזערע פּערזענלעכע באַגעגענישן מיט אויסערגעוויינלעכע אידן. צי זיי זיינען געבליבן לעבן מיטן אַנטלאָפן ווערן אין רוסלאַנד, צי זיי האָבן איבערגעלעבט געטאָס און לאַגערן, זיינען דאָס אַלץ דורכגעליטענע אידן, וועלכע האָבן אָנגעוואָרן די קרובים, טייל קרובים אָדער אַלע קרובים אינעם חורבן, און וואָס ווייזן אַרויס גבורהשאַפט אויך איצט, אין די הויכע יאָרן, צו דערטאַפּן אין יעדן טאָג פונעם לעבן וואָס מער פרייד און נחת, ניט קוקנדיק אויף דער גרויסער אָרעמקייט אין וועלכער דער רוב פון זיי דאַרף אויסלעבן די לעצטע יאָרן דאָ אויף דער וועלט.
אין דווינסק לעבט זיך איינע אַליין אין אַ דירה די דריי=און=אַכציק יאָריקע סאָניע קיט. זי רעכנט זיך אַ מזלדיקע. פון איר נאָענטסטער משפּחה איז אומגעקומען "נאָר" איין שוועסטערל, אסתר, צו זעקס יאָר. די אַנדערע האָבן באַוויזן אַנטלאָפן ווערן אין רוסלאַנד, וואו איין ברודער, יעלין=בער, איז געפאַלן אויפן פראָנט קעמפנדיק מיט דער רוסישער אַרמיי קעגן די נאַציס. דער עלטסטער ברודער, גרשון=צבי, אַ בן תשעים, לעבט אין קאַנאַדע.
פון די יונגע יאָרן אין דווינסק געדענקט סאָניע אַלעמערשטנס אַז אירע עלטערן האָבן זיך געהאַלטן פאַר חסידים, און מ'איז געווען מוראדיק שטאָלץ צו לעבן אין איין שטאָט מיטן ראָגאַטשאָווער גאון, ר' יוסף ראָזין זצ"ל (געלעבט פון 1858 ביז 9163 ). ער איז אויך באַקאַנט (לויט די ספרים זיינע) אַלס "דער צפנת פּענח". (אגב: ביי דווינסקער אידן רעדט זיך אַרויס "ראָגאַטשאָווער" מיטן טראָפּ אויפן צ ו ו י י ט ן קמץ=אלף, ניט ווי מ'הערט טיילמאָל אין מערבדיקע ישיבהשע קרייזן, "ראָגעטשאָווער" מיטן טראָפּ אויפן ערשטן "אָ".)
סאָניע (פון דער היים שרהלע) דערמאָנט זיך ווי איר משפּחה איז יום טוב געגאַנגען אין איין שוהל מיטן ראָגאַטשאָווער. עד היום דערפרייט זי זיך מיט איינעם פון אירע באַליבסטע חפצימלעך: אַ בילדל פונעם ראָגאַטשאָווער אַרויסגעשניטן פון אַן אַמאָליקער אידישער צייטונג. אַקעגנאיבער אין אַלבאָמטשיק איז דאָ ביי איר אַ צווייטע צייטונגס=בילד פון הרב ישראל אַלטער סאַפרין=פוקס הי"ד, דעם ראָגאַטשאָווערס ממלא מקום אין דווינסק וועלכער האָט בעת דער מלחמה אַרויסגעראַטעוועט דעם ראָגעשטאָווערס כתבי ידות און איז אַליין אומגעקומען ביי די נאַציס.
און היינט? פון פאַך איז סאָניע קיט אַ מייסטער=שניידערקע. שוין אַ סך יאָר וואָס טאָג און נאַכט נייט זי אויס פאַרטעכלעך. ניט פאַרטעכער אויף צום טראָגן, נאָר מיניאַטורן, קליינינקע פאַרטעכלעך אַלס קוריאָזן, צאַצקעלען, אין אויפפאַלנדיקע קאָלירן פון סאַמע רעגנבויגן, אַזעלכע וואָס ברענגען גלייך אַ פריידיקע שטימונג. וואָס טוט זי מיט זיי? אַלעמערשטנס, האָט זי אויסגעקלעפּט די ווענט פון איר דירה מיט די פאַרטעכלעך אירע. אַ גוזמא פאַרטעכלעך! פון אויבן און פון אונטן, פון רעכטס און פון לינקס. והשנית: מתנות! איי האָט סאָניטשקע ליב צו געבן מתנות. האַלב דווינסק האָט זי די לעצטע יאָרן פאַרזאָרגט מיט אירע האַנט=גענייטע מיניאַטור פאַרטעכלעך. די בזעיר=אנפּינדיקע פאַרטעכלעך פאַריאָגן דאָך בייזע מחשבות מיט טרויעריקע אַריינקלערענישן.
אָבער ניט אַלע דווינסקער אידן זיינען פאַר דער מלחמה געווען חסידים. דווינסק איז אויך געווען די שטאָט פונעם מתנגדישן גאון ר' מאיר=שמחה הכהן, "דער אור שמח" (ער איז געבאָרן אין בוטרימאַנץ אין דער ליטע אין 1843 און איז נפטר געוואָרן אין ריגע אין 9162 ). אַזוי ווי דער ראָגאַטשאָווער האָט ער אַ סך געשריבן איבערן רמב"ם און עס איז געווען אַ גוטער און פּראָדוקטיווער קאָנטאַקט צווישן די ביידע דווינסקער גאונים.
אַזוי ווי ר' מאיר=שמחה איז נפטר געוואָרן מיט אַ יאָר צען פריער איידער דער ראָגאַטשאָווער, אין 1926, האָבן מיר איינגעזען אַז אונדז'עט זיין אַ שווערע הלכה אויסזוכן היינט אין דווינסק אַ אידן וואָס געדענקט אים נאָך פון לעבן. זיינען מיר אָבער אויך איינגעעקשנטע ליטוואַקעס, און האָבן די זאַך ניט אָפּגעלאָזן. דאַמאָלסט איז שוין שייך דער יגעת ומצאת.
ר' שמואל גלעזער, וועלכער ווערט בקרוב אַכט=און=אַכציק יאָר, עד מאה ועשרים, גיט איבער אַז דאָס קוקן אויף ר' מאיר=שמחהן אין שוהל איז צווישן די ערשטע זכרונות פון זיין לעבן. דער טאַטע פלעגט אים נעמען אין דער גרויסער מתנגדישער שוהל אינמיטן שטאָט וואו מאיר=שמחה האָט שבתים און יום=טובים געדאַוונט (דווינסקער רופן אים פּשוט "מאיר=שמחה", אָן ר'). אָטאָ די שוהל האָט מען גערופן: "דער קהלשער מנין". ("מנין" נוצט מען אין דיאָ מקומות אָפטמאָל אין זין פון עצם בנין פון אַ שוהל, בית=מדרש אָדער קלויז.)
ניט קוקנדיק וואָס דער איד איז אין די הויכע אַכציקער, איז ער קינעהאָרע געזונט ווי אַן אייזן און גייט כמעט אַלע טאָג שווימען אין באַסיין. פרעגן מיר ביי אים: צי שטייט נאָך "דער קהלשער מנין"? יע, ער שטייט, אָבער היינט איז דאָס אַ גרויסע קראָם אין שטאָט פאַר עלעקטראָניק. דאָרטן קויפט מען קאָמפּיוטערס מיט די=ווי=די שפּילערס מיט קאַמעראַס, וואָס נאָר מ'וויל, אַבי ס'איז דאָ געלט מיט וואָס צו קויפן.
מיר קומען אָן. קענטיק פון דרויסן און פון אינעווייניק, אַז דאָ איז געווען אַמאָל אַ גרויסע שיינע שוהל, כאָטש ס'איז שטאַרק איבערגעמאַכט. פאַרשטייט זיך, אַז ס'איז ניטאָ קיין שום שילד אָדער ברעטל אויפן בנין וואָס זאָל איבערגעבן זיין אַמאָליקע געשיכטע (כאַ וואָלטן אינטערנאַציאָנאַלע אידישע אָרגאַניזאַציעס כאָטש דאָס געפאָדערט ביי דער מלוכה און ביי די אויסלענדישע אַמבאַסאַדעס, בפרט אין אַמעריקע. מאַלע וואָס לאָקאַלן נאַציאָנאַליסטן ווילן ניט מ'זאָל וויסן "ווער עס האָט ביי זיי אויסגעבויט די שטאָט"...)
מיר גייען אַריין און מ'נעמט אונדז אויף שיין. איין בחור וואָס אַרבעט דאָרטן הייבט אָן ריידן מיט אונדז העברעאיש, ער איז געווען אין ארץ ישראל אַ פּאָר יאָר, און נאָכן פאַנאַנדערגיין מיט דער ווייב האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים קיין דווינסק.
ר' שמואל גלעזער, וואָס איז צו זיינען דרייצן יאָר אַריין אין שטאָטישן "טרומפּלדאָר" (ביתר), נעמט דערמאָנען זיך אין אַלערלייאיקע פּיטשעווקעס וועגן דעם "קהלשן מנין" און וועגן דער גאַס. ער ווייזט אָנעט: "אָטאָ דאָ פלעגט זיצן מאיר=שמחה. און אָטאָ דאָ איז געווען דעם טאַטנס שטאָט." אים איז ספּעציעל אָנגעווייטיקט וואָס מ'האָט אינגאַנצן צענומען די סטרוקטור פונעם ארון קודש און עס פאַרוואַנדלט אינעם הויפּט אריינגאַנג פון גרויסן געשעפט, וואָס רופט זיך היינט: "טעכנאָלאַנד".
מיר גייען אַרויס אין גאַס. וועגן יעדן בנין האָט ר' שמואל וואָס צו דערציילן פון אַמאָל. היינט וויפל אידישע אָרגאַניזאַציעס, וויפל שוהלן און בתי=מדרשים, וויפל אידן וועמען ער געדענקט אַזוי בולט קלאָר ווי ער וואָלט זיי אין דמיון פאַר די אויגן אויך היינט געזען.
ביי איין בנין, אַריינקוקנדיק דורכן טויער אינעם הויף אַריין, לויפט אויפעט אַ טרער ביי ר' שמואל גלעזער. דאָ האָט געלעבט זיין כלה, ציליע מגיד. מיר גייען אַריין און ער ווייזט אונדז אויפן פענצטער, אויפן צווייטן שטאָק, וואו זי האָט געוואוינט מיט אירע עלטערן, און אויפן באַלקאָן וואו זי פלעגט אַרויס אָפּריידן מיט אים ווען מ'עט זיך טרעפן. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן האָט ער איר אומעטום געזוכט און ניט געפונען. זי איז געווען אַוועקגעפאָרן קיין ריגע און די דייטשן האָבן איר אומגעבראַכט, מ'ווייס ניט ווען אָדער וואו... ר' שמואל זאָגט נאָך איר אַ קדיש.
פאָרזעצונג אין קומענדיקן נומער |