ר’ אברהם=מרדכי (מאָטל) קיט אין ריגע, אַ געבאָרענער אין שטעטל באַראָווקע, שילדערט די פאַרשיידענערליי אופנים ווי מ’האָט געלייענט מיטן טראָפּ.
פון די עלטסטע אידן אין דווינסק איז ר’ זלמן יאַקוב (אין דער לעטישער שפּראַך קומט עס אויס: “זאַלמאַנס יאַקובס”), וועלכער האַלט נאָענט צו די תשעים. ער איז אַלע זיינע יאָרן געווען סיי אַ בעל מלאכה אַ סטאָלער, סיי אַן איבערגעגעבענער היסטאָריקער וואָס האָט פאַרעפנטלעכט צענדליקער אַרטיקלען און עטלעכע ביכער איבער דער געשיכטע פון דווינסק און בפרט איבער די אידן אין דווינסק. סוף דרייסיקער יאָרן האָט ער אַלס יונגערמאַן עולה רגל געווען אין דער קרוינשטאָט ריגע, זיך צו טרעפן מיט שמעון דובנאָוו, דעם גרויסן אידישן היסטאָריקער. (דובנאָוו איז אין 1933 אַנטלאָפן קיין ריגע פון דייטשלאַנד, נאָכדעם ווי היטלער איז געקומען צו דער מאַכט; דובנאָוו איז אַליין צו זיינע אַכציק יאָר גרויזאַם דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דייטשן און זייערע לעטישע רוצחים=מיטאַרבעטער אין 1941 אין ריגער געטאָ.)
זלמן יאַקוב דערמאָנט זיך, ווי אַזוי דובנאָוו, דער גרעסטער פון די אידישע היסטאָריקער, שוין דאַמאָלסט אַ זקן, האָט אים בעת זייער באַגעגעניש אין ריגע אינספּירירט און געהאָלפן מיט עצות טובות ווי אַזוי צו פאָרשן די געשיכטע פון אידן אין דווינסק. אין דער דירה וואו זלמן לעבט היינט, וואָס איז מער ווי הונדערט יאָר אַלט און ניט רעמאָנטירט, פילט זיך די האַנט פון דער געשיכטע אַז ער זיצט און דערציילט דאָס אַלץ ביי היינטיקן טאָג, אַז ער אַליין האַלט ניט ווייט פון די ניינציק.
זלמן יאַקוב דערציילט ווי אַזוי די סאָוועטישע מאַכט האָט חרוב געמאַכט דעם אידישן בית=עולם אין דווינסק אין די זיבעציקער יאָרן, נאָר אַזוי ווי אין אַנדערע שטעט האָבן זיי מיט “רחמים” דערלויבט די אידן, מ’זאָל איבערפירן די קברים פון אַ קליינער צאָל באַוואוסטע פּערזענלעכקייטן אויפן נייעם בית=עולם. ער דערציילט ווי עס איז אויף אַזאַ מין אופן אויסגעקומען, אַז דער ראָגאַטשאָווער און מאיר=שמחה, וועלכע זיינען געלעגן באַזונדער, ווייטלעך איינער פון אַנדערן, ליגן איצטער איינער לעבן אַנדערן אויפן נייעם אידישן בית=עלמין וואואַהין מ’האָט אַריבערגעפירט זייערע קברים. ער גיט צו מיט אַ שיער ניט קונדסישן שמייכעלע, גאָרניט פון אַ זקן: “אפשר איז דאָס געווען דער גורל. זעט איר, מ’קען דאָך קיינמאָל ניט וויסן”.
אין שטעטל לוצין (היינט: לודזאַ) לעבט זיך די איין=און=אַכציק יאָריקע ראָכע סאַנדלער. זי געדענקט אָן אַ שיעור פון אַמאָליקן אידישן לוצין, אַ שטעטל וואו עס לעבן אידן פון זינט דעם זיבעצעטן יאָרהונדערט, אויב ניט פון אַפריער נאָך. פאַרן חורבן האָבן דאָ געלעבט בערך טויזנט=פינף=הונדערט אידן, היינט --- מערניט עטלעכע. די רבנישע משפּחה דונחין איז מדור=דורות טיף איינגעוואָרצלט אין שטעטל.
ראָכע סאַנדלער נעמט זינגען אַמאָליקע אידישע לידער פון לוצין און דערציילן פון אירע קינדערשע יאָרן. זי האָט זיך מיידלווייז געלערנט אין דער העברעאישער שול, דער זיידע פון מאַמעס צד איז געווען אַ סופר, ר’ מענדל סופּער און זי גיט איבער אירע זכרונות פון זיין וואַרשטאַט וואו זי פעלגט אָפט אַריינקוקן.
אַ מזל נאָר ביי ראָכען, וואָס מיט איר אינאיינעם לעבט די טאָכטער כאַשע, וואָס איז עטלעכע און פופציק יאָר אַלט און רעדט אַ פּרעכטיק שיינעם אידיש. זי דערמאָנט זיך אין אַלע זיבן בתי=מדרשים אין לוצין. “פריילעכער פון אומעטום איז געווען דער חסידישער בית=מדרש.”
אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע שטעטלעך, געדענקט מען אין דיאָ מקומות דעם “חסידישן בית=מדרש” נאָר מ’ווייס ניט פון קיין גענויען חסידישן צי רבישן הויף. וועגן אָטאָ דער פראַגע דערציילט אונדז אַ סך אַ איד פון אַן אַנדער שטעטל, באַראָווקע.
ר’ אברהם=מרדכי קיט, וואָס לעבט היינט אין ריגע, איז אַ טיף=פרומער איד פון שטעטל באַראָווקע אין לאַטגאַליע, ניט ווייט פון דער ליטווישער גרעניץ. דער איד איז א לעבהאַפטיקער אוצר פון אידישן וואָרט, פון תפילות און מנהגים און ליכטיקע זכרונות. ער גיט צו פאַרשטיין און זינגט אויסעט דעם חילוק פון “מונח זרקא” צו דער תורה, צו דער הפטורה, צו אסתר און צו איכה. וועגן חסידות און מתנגדות טוט ער אַ לאַך: “אַלס אינגל האָט עס מיר זייער אינטערעסירט אַ קוק טאָן דעם חילוק צווישן חסידים און מתנגדים אין באַראָווקע. אַלע האָבן אויסגעזען די זעלביקע זאַך, אַלע האָבן גערעדט די זעלביקע זאַך, קיין שום אונטערשייד אינעם הילוך. נאָר וואָס? אין מנין ביי די חסידים הייבט מען אָן פון הודו און ביי די מתנגדים הייבט מען אָנעט פון מזמור שיר חנוכת הבית, און שוין. יענע יאָרן האָט מען קיין וואָרט ניט געהערט אין שטעטל וועגן חב”ד אָדער אַנדערע חסידים, ס’איז געווען נאָר די פּאָר אונטערשיידן אינעם דאַוונען, און היינט מאַכט מען אַזאַ צימעס פון דעם אַלעמען!”
אין ריגע הבירה האָט אונדז אָפּגעגליקט אויסזוכן וואונדערלעכע אידן פון אַלע עקן לאַטוויע, מווינדאַו ועד לוצין. דאָ ווייטער אַביסל וועגן עטלעכע פון זיי.
די אַכציק יאָריקע בלומע דימאַנט, אַ געבאָרענע אין וואַרקלאַן, דערמאָנט זיך אין די אָפּחוזקנדיקע צונעמענישן וואָס מ’האָט אין לאָקאַלן אידישן פאָלקלאָר צוגעטיילט די אידן פון פאַרשיידענע שטעטלעך אין געגנט, בתוכם: וואַרקלאַנער בולבעס, דווינסקער זשוליקעס, דאַגדער נאַראָאים (”נאַראָאים” איז שיער ניט אומעטום אין די היגע דיאַלעקטן אויפן אָרט פון “נאַראָנים”). מ’דאַרף דאָס ניט טייטשן לגנאי, ס’איז פון די אַמאָליקע פאַרהעלטענישן, למשל: איין שטעטל האָט “קאָנקורירט” מיטן צווייטן און גוטמוטיק מיט געלעכטער די איינוואוינער פון אַנדערן אָנגערופן “נאַראָאים”. און שטעטלדיקע זיינען דאָך נוטה די לייט פון גרויסן כרך בכלל ניט צו געטרויען, און פונדערפון נעמט זיך די צוטשעפּעניש פון “זשוליקעס” מיט די גרויסשטאָטישע...
די ניינציק יאָריקע ד”ר ציווע (צביה) פלאָר לוקיאַנאָוו דערציילט פון איר לעבן, ווי אַזוי זי האָט מיידלווייז שטודירט מעדיצין אין דעם ריגער “ביקור חולים” שפּיטאָל און ווי אַזוי ס’האָט איר אָפּגעגליקט צו אַרבעטן דאָרטן אַלס דאָקטער און צו דערלעבן, ווי דעם שפּיטאָל נעמט מען ווידער אָנרופן “ביקור חולים” און ווי זי איז געוואָרן (מיט ברייטהאַרציקער הילף פון ישראל און אַנדערשוואו) אַ וויכטיקער מעדיצינישער צענטער ניט נאָר פאַר ריגע נאָר פאַר אַרום=און=אַרום.
ציווען קומט אָן שווער ריידן “שלעכטס” אויף איר באַליבטן לעטלאַנד. נאָר זי דערמאָנט זיך פאָרט אין אַן אינצידענט עטלעכע חדשים פאַר דער דייטשישער אינוואַזיע אין איר שטעטל רעזשיצע (היינט: רעזעקנע), לאַטגאַליע, אין 1941. איר קליינינקע שוועסטערל האָט געשפּילט אין גאַס, איינע אַליין פאַר=זיך אין “קלאַסן” (ענלעך אויפן אַמעריקאַנער “סקעלי” מיט קרייד=געצייכנטע קעסטעלעך אויפן טראָטואַר). איז צוגעגאַנגען אַ קריסטלעכער שכן, מיט וועמען מ’האָט אַלעמאָל געלעבט גוט, און אַ זאָג געטאָן: “שפּיל, שפּיל, לאַנג וועסטו ניט שפּילן”. איצט טראַכט זי אַז די סאַמע “גוטע לעטישע שכנים” האָבן שוין ע פּ ע ס געוואוסט עטלעכע חדשים פאַר דער דייטשישער אינוואַזיע אין יוני פון 1941טן יאָר. די שוועסטערל, מיט נאָך דריי ברידער=שוועסטער און טאַטע=מאַמע, האָבן דערשאָסן לעטישע נאַצי קאָלאַבאָראַטאָרן. דערנאָך, שוין נאָך דער מלחמה גאָר אַן אַנדער טרויעריקע מעשה: “פאַרוואָס איז מיין פאַמיליע=נאָמען עפּעס ‘לוקיאַנאָוו,’ איך בין דאָך אַ אידיש=קינד, ניט קיין רוסישע! אַ פאַרוואונדעטער סאַלדאַט אַן אַלקאָהאָליקער, האָט מיר נאָך דער מלחמה געצוואונגען חתונה האָבן מיט אים, געזאָגט אַז מיר און מיינע קרובים וועט ער דערשיסן טאָמער ניט.” נאָך לאַנגע יאָרן האָט זי אים סוף כל סוף אָפּגעגט...
אין ריגע איז געווען שיין צו זען ווי אַזוי עס זיצן אין איין שוהל פאַרשיידענערליי רבנים במנוחה (אפשר ט’מען דאָס אייגענע דערלעבן אויך דאָ אין ווילנע וד”ל). דאָס איז די אַמאָליקע “שטאָט שוהל”, וואָס מ’האָט אויסגעבויט אין 1905 און איז היינט די איינציקע אַקטיווע שוהל אין דער שטאָט.
פאַרשיידענע אָנפירער פון די צענטראַלע אידישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אַלע געמאַכט אַ זעלטן גוטן איינדרוק, און זאָל עס ניט אָנגענומען ווערן פאַר אַן אומחן וואָס מיר קענען דערמאָנען נאָר אַ טייל.
אין אידישן מוזיי אַרבעט דער מערקווערדיקער מאיר מעלער, אַ ריגער איד וועלכער איז געבאָרן געוואָרן אין 1929. ער זאָגט: “אַ ריגער איד איז אַ מישלינג. פון אים איז וואָס ניט איז פאַראַן פון לאַטגאַליע פון מזרח און פון קורלאַנד פון מערב”. מאיר מעלער רעדט אַ שיינעם ריגער אידיש, און פאַרנעמט זיך טאָג און נאַכט מיטן אויסענדיקן אַ נייעם בוך. זיין לעצטער בוך איז אַ שיינער באַנד וועגן אַלע אַלטע אידישע בית=עולמס אין ריגע. ער און זיינע מיטאַרבעטער האָבן קלוג געטאָן וואָס אומעטום זיינען דאָ אויך פאָטאָגראַפיעס אויך פון אַמאָליקן אידישן ל ע ב ן אין יעדן שטעטל, ניט נאָר די בית=עולמס.
דער געלערנטער מאיר וועסטערמאַן (געב. ריגע 1925 און אַ שארית הפּליטה איד פון ריגער געטאָ און לאַגערן) פירט אָן מיטן מוזיי און מיט חורבן פאָרשונגען וואָס דערווייזן אויף וויפל די נאַציס האָבן באַקומען מערדערישע הילף פון די לאָקאַלע לעטישע נאַציאָנאַליסטן. ווי אַזוי באַציט מען זיך צו אים היינט אין די קרייזן פון די היסטאָריקער וואָס שרייבן “ניט אַזוי ערלעך” וועגן חורבן? ער זאָגט: “זייער פּשוט, זיי האַלטן אין איין מיר דערלאַנגען מעדאַלן און אויסצייכענונגען, טראַכטנדיק אַז איך וועל נאָכדעם צושווייגן, נאָר זיי ווערן אַנטוישט יעדן מאָל”. זיין פרוי, ד”ר חווה שניאור (געב. ריגע 1926) געדענקט ווען די מלוכה, נאָכן פאַשיסטישן איבערנעם פון 1934, האָט פאַרבאָטן אַלע אידישע שולן אַחוץ פון אגודת=ישראל; האָט מען איר אידישע שול אויך איבערגעגעבן דער אגודה, כאָטש די קינדער זיינען אַלע געווען פון וועלטלעך=סעקולערע היימען און איבערצייגונג. די עלטערן האָבן איר געשיקט אין גאָר אַן אַנדער שול צו יענער צייט.
הרב מחנם=מענדל ברכהן (באַרקאַן), אַ געבאָרענער אין 1947, האָט זיך אומגעקערט צו זיין געבורט=שטאָט ריגע פון ארץ ישראל נאָך דער פּטירה מיט עטלעכע יאָר צוריק פון זיין פאָטער הרב נתן באַרקאַן. ער איז אַ ליכטיקער בעל=התלהבות וואָס ברענגט פרייד און וועמען אַלע האָבן ליב. אין אַ קעלער פון אַן אַמאָליקן אידישן בנין, האָט הרב באַרקאַן אויסגעבויט אַ מוזייעלע פון די אַמאָליקע שוהלן און בתי מדרשים איבער גאַנץ לאַטוויע. דאָס זיינען פאָרזיכטיק אויסגעפורעמטע מאָדעלן לויט די ריכטיקע פּראָפּאָרצן פון די אַלע שוהלן. ס’איז פול מיט ביכער, זשורנאַלן, מאַפּעס, מיט שפּרודלדיקן לעבן. ער האָט אָקערשט אַרויסגעלאָזן אַ ריזיקן באַנד אין גרויס=פאָרמאַט, אַן ענציקלאָפּעדיע פון רבנים און שוהלן אין לאַטוויע אין די יאָרן 1918 ביז 1940, דערפירנדיק צו אַ גמר אַ גרויסן פּראָיעקט וואָס דער פאָטער האָט געגרינדעט. דער באַנד, מיט אַ סך זעלטענע און פּרעכטיקע פאָטאָגראַפיעס איז אויף פיר שפּראַכן (לעטיש, רוסיש, ענגליש און העברעאיש). אַ שאָד, אַ שאָד וואָס ניט אויך אויף אידיש, די שפּראַך פון די אַ ל ע אידן וואָס האָבן געדאַוונט אין דיאָ שוהלן, און פונעם לעבן, לערנען און דרשענען פון די אַ ל ע געבראַכטע רבנים. בפרט נאָך אַז הרב באַרקאַן, אַליין אַ חב”דער חסיד, רעדט אַזאַ שיינעם היימישן אידיש. און צו דעם אַלעמען איז דאָ אויך אַן ענין פון תוכן. אַ סך פון די שוהלן האָבן געהאַט ביים אָרטיקן עולם אייגנאַרטיקע, חנעוודיקע, באַטעמטע אידישע נעמען, און דאָס אַלץ גייט אינגאַנצן פאַרלאָרן פאַר דער אייביקייט, צוליב עפּעס אַ משונהדיקער “אַנטי=אידיש פּאָליטיק” וואָס איז ניט צום דערקלערן ביי היינטיקן טאָג. מיר האָבן למשל אויבן דערמאָנט אַז ביי דווינסקער אידן הייסט די אַמאָליקע גרויסע שוהל וואו דער אור שמח האָט יום=טובים געדאַוונט: “דער קהלשער מנין”. דאָס איז דער פונעם=לעבן=אויסאַנטוויקלטער נאָמען פון די אמתע אידן וואָס האָבן דאָרטן געדאַוונט. אין בוך, וואו ס’האָט אַפּנים ניט געטאָרט אַריין קיין כל=שהוא פון אידיש, איז עס “איווריטיזירט” אויף “בית הכנסת הכללי הגדול”...
דאָס אַלץ קען און דאַרף מירצעשעם פאַרריכט ווערן אין אַ צווייטער אויפלאַגע; דערוויילע וואָלטן אָבער די אַרויסגעבער געמעגט וואָס פריער צונויפזאַמלען אַ רשימה פון די אידישע נעמען שבעל=פּה, וואָס גייען וואָס גיכער לאיבוד מיטן פאַרשוואונדן ווערן פון די אידן וואָס געדענקען פון פאַר דער מלחמה, זיי אַלעמען צו לאַנגע און ליכטיקע יאָרן.
ואחרון אחרון חביב.
איבער גאַנץ ריגע גיט מען אונדז אַן עצה טובה: “ר’ איד! אַז איר ווילט אויסזוכן די עלטסטע אידן וואָס ריידן אויף אַן אמתן אידיש, דאַרפט איר צופאָרן אין דער שול פאַר קינדער פון חב”ד, דאַמאָלסט ווען די רביצין, די ווייב פון הרב מרדכי גלאַזמאַן, שלוח חב”ד אין ריגע, לערנט אַ שיעור מיט די אַלטע ווייבער אויף אידיש. זי איז אַליין פון ניו יאָרק, אַ געזונטע יונגע פרוי און אַ מוטער קיין עין הרע פון עלף שיינע קינדער.”
נו, אין אַ פרעמדער שטאָט, איז מען שטאַרק דאַנקבאַר פאַר אַ גוטברודערישער עצה צום געפינען דאָס וואָס מ’איז אַהערגעקומען אויסזוכן.
מיר געפינען אויסעט ווען און וואו, און מיר באַווייזן זיך.
מען בלייבט ניט אַנטוישט! די יונגע ניו=יאָרקער רביצין לערנט אַ פּרעכטיקן שיעור מיט אַרום דרייסיק עלטערע פרויען פון ריגע. די “שילערינס” זיינען אַלערלייאיקע (אין לאַטגאַלישן אידיש: “אַלעליינע”). דאָקטוירים, יוריסטן, אַרבעטאָרינס, שניידערקעס, מענטשן פון אַלע תחומען מיט די פאַרשיידנאַרטיקסטע ביאָגראַפיעס און איבערצייגונגען. אַלע אינאיינעם בלייבן זיי פאַרכישופט מיט דער יונגער אידיש ריידנדיקער רביצין פון ניו יאָרק (עטלעכע פון זי זקנות רופט נאָך אָן די שטאָט: “נעוו=יאָרק”).
מיר טרעפן דאָרטן אַ צאָל אָנטיילנעמער מיט וועמען מיר ריידן אָפּ צו מאַכן אינטערוויוען.
נאָכן שיעור כאַפּן מיר אויך אַ קורצן שמועס מיט דער מערקווערדיקער הויך=טאַלאַנטירטער לערערין: די רביצין רבקה גלאַזמאַן. זי דערהערט אַז אונדז אינטערעסירט אידיש.
טוט זי אַ זאָג, שיער ניט אגב=אורחאדיק:
“איר ווייסט דאָס זיכער ניט, נאָר מיינער אַ ריכטיקער קוזין - זיין מאַמע איז אַ שוועסטער מיט מיין מאַמען - איז גראַדע דער רעדאַקטאָר פון אַ אידישער צייטונג אין ניו יאָרק. ער הייסט: יוסף יצחק יעקבסאָן. די צייטונג הייסט: דער אַלגעמיינער זשורנאַל.”
טורא בטורא...
נ.ב. אַ ליטוואַק בלייבט אַ ליטוואַק... איך טו אַ פרעג, פאַרוואָס דער אַלגעמיינער זשורנאַל קומט קיין ריגע ניט אָן, אַפילו ניט צו אַזאַ שיינער גרופּע אידן, וואו צענדליקער מענטשן וואָלטן געהאַט אַ-ז-ו-י-פ-ל הנאה פונדערפון אַלע וואָך. זי זאָגט, אַז חב”ד קען דאָס ניט שטיצן און קיין געלטער אויף אַבאָנירן זיינען ניטאָ. פונדעסטוועגן האַלטן מיר, אַז צווישן די חשובע לייענער פון “זשורנאַל” וועלן זיך אָפּזוכן ברייטהאַרציקע מנדבים וואָס וועלן ניט זשאַלעווען די ריגער אידן, און זיי געבן די מעגלעכקייט צו באַקומען אַלע וואָך דעם שיינעם גרויסן קאָנווערט מיט דער אידישער צייטונג...

דער היסטאָריקער מאיר מעלער גיט אַ טור פון ריגער אידישן מוזיי.ער האָט דאָ ניט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ גרויסן באַנד איבער די אַלע אַלטע אידישע בית=עולמס אין לאַטוויע.

די ניו יאָרק געבאָרענע רביצין רבקה גלאַזמאַן מיט טייל פונעם גרויסן עולם ביי איר שיעור אויף אידיש פאַר פרויען.זי די די ווייב פונעם שלוח חב”ד אין ריגע הרב מרדכי גלאַזמאַן. |