אַ סטאַטואַ פון פּראָפעסאָר אַלבערט איינשטיין געבויט פון זאַמד...
ר' זאַנוויל=בנימין גריינים - זאַנאָמע דער זייגערמאַכטער ט'מען אים אין סוויר גערופן - האָט מען פאַר אַ שלימזלניק פאַררעכנט. אָדאָס איז סוויר, אָדאָרטן ניט ווייט, אויפן טראַקט פון סווינציאַן אויף ווילייקע, אַ שפּרונג מערניט פונעם פיר=וועגן, אַוואו מ'טרעפט זיך אָנעט אינעם מלכס=דרך וואָס פון קאַמאַי ביזקל ווילנע.
צוויי ווייבער האָט ער געהאַט אָפּגעגט, נאָר דאָס איז אַלציקעדינג אַ שאָק מיט יאָרן פאַר דעם געווען. איצטערטאָ איז ער שוין אַ איד איבער די גבורות געווען. אין אַ כרך פאַרגעסן זיך די אַמאָליקע מעשיות איינס און צוויי, אַלע וויילע פאָרט מען אויף ווייטער. אין שטעטל איז - ניט אויף אַזוי גיך. די ביידע "ניט=באַשערטע" האָט ער דאַמאָלסט, אַ סברא אַז נאָך פאַר אלכסנדרן, אָפּגעגט צו די צען יאָר, איבער עקרות. נאָר אַז די ביידע גרושות האָבן אין סוויר גופא חופּה געהאַט דערנאָכדעם, און אַיעדע פון זיי איז מיטן נייעם מאַן אַ געווינערין אַן אם=הבנים=שמחה געוואָרן, איז שוין איינמאָל אַוועק (אמת, ביידע האָבן מיט זקנים=אלמנים חופּה געהאַט, און יענע זיינען שוין לאַנג אַוועק אויף יענער וועלט, נאָר דאָס איז אַלץ אַן אַנדער מעשה).
זאַנאָמע איז אויף דער עלטער עלנט ווי אַ שטיין געבליבן. די איינציקע שטימעס אין די צוויי פינצטערע צימערלעך הינטערן געשעפט אויף פיש=געסל, זיינען געווען ניט פון אַ פּלג=גוף און ניט פון קיין קדישימלעך מיט אייניקלעך וואָס קומען אַריין אַ קוק טאָן דעם טאַטן. נאָר וואָדען, בייטאָג און ביינאַכט, אָן כל=שהוא פון אַן הפסקה האָבן ביי דעם אידן אין די אויערן אויסגעשפּילט זייערע שדישע ניגונים די אַלע זייגערס אַרום און אַרום: טיק=טאַק, טיק=טאַק, טיק=טאַק. וואו מיט אַ תקיעה גדולה, וואו מיט אַ קול דממה דקה, וואו הייזעריק און פאַרקילט, וואו זיסינקערהייט ווי ביי אַ קול אשה, זאָל מען ניט געפּרואווט ווערן. זייגערס מיט זייגערלעך איז דאָס פון אַלע זייטן אַלערלייאיקע געווען: מעת=לעתער, אַכטענער וואַנט=זייגערס, שפּיל=זייגערס, זון=זייגערס, שאָטן=און=וואַסער זייגערס, און מער פון אַלציקעדינג סתם זייגערלעך. ניט ווייניק אידן, אַז זיי זיינען זאַנאָמען געבליבן שולדיק חובות, און ער איז ניט געווען קיין אכזר וואָס קומט אַלע וויילע מאָנען, האָבן זיי אים אין די צוואות אָפּגעשריבן זייערע זייגערס מיט די זייגערלעך.
צענדליקער יאָרן וואָס אין שלאָפלאָזע נעכט האָבן אים געמוטשעט דמיונות פון איין ווייב און פון דער צווייטער ווייב, פון זייערע שייניקע קינדערלעך, און פון דעם פאַרפינצטערטן גורל וואָס ער האָט איינער אַליין אויף זיך אָנגעטראָגן. וואָס אַ מענטש טוט זיך אַליין אָנעט קען אַ וויסטער שונא ניט נאָכמאַכן. ער האָט זיך געפּלאָגט איבער דער מוראדיקער גאווה וואָס ביי אים איז געווען בעתן ערשטן גטן זיך און בעתן צווייטן גטן זיך, טראַכטנדיק אַז ער, דער איינציקער זייגערמאַכער אין סוויר דליטא וועט באַלד ווייטער חופּה האָבן, אַז יפהפיות פון סמאַרגאָן און פון סווינציאַן וועלן קומען צו לויפן אים אויסכאַפּן. מאַלע וואָס מען טראַכט. כך לא הווה.
נאָר מילא די נעכט. די טעג זיינען אים שווערער געווען. פיש=געסל אין סוויר איז ניט אַלעקסאַנדראָווסקע בולוואַר אין ווילנע. אַלע זיינע יאָרן האָט ער געדאַרפט אָנקוקן די אַמאָליקע ווייבער מיט זייערע מענער און זייערע קינדערלעך, ווי אויף צעפּלאַצעניש פאַרגיסט מען אים ווייטער די בלוט.
אַ בעל=מלאכה איז דאָס אָבער קיין שלימזלניק ניט געווען. פּונקט פאַרקערט. דער מענטש גופא איז דאָך איין עולם קטן, די מלאכה וואָס ביי אים איז בעת מעשה אַן עולם אַ בינוני, מיט מענטשן, קונדן, משפּחות, נאָענטע און ווייטע, אַמאָליקע און פון דאָ ניט לאַנג. זיין השפּעה און אויסשטראַלונג שפּירט זיך אין אַיעדער שטוב וואו נאָר לאָמיר אָנכאַפּן זיינער אַן אויספאַרריכטער זייגער טוט אָטעמען מיט: טיק=טאַק, טיק=טאַק, טיק=טאַק.
אַ גאָלדענעם שם ט'ער אין יענע מקומות געהאַט, דער סווירער זייגערמאַכער זאַנאָמע. אַ גוטן בעל=מלאכה נעמט דער עולם האָלט האָבן, זאָל מען עס פאַר לייטן ניט אויסזאָגן, צומאָל מערער ווי גלאַט אַזוי אַן איש תם וישר אַפילו. מיט אים האָט געקלונגען. געוויינלעך ווערט דער נאָמען פאַרצויגן ביי אַ צעיר, און דעם אופרוף=נאָמען לאָזט מען איבער אפשר לעת זיקנה, נאָר ביי אים איז גראַדע פאַרקערט געווען. אַז ער איז געווען אַ יונגערמאַן, און זיך ערשט אומגעקערט פון מיכאַלעשיק וואו ער האָט זיך עטלעכע יאָר אויסגעלערנט דעם פאַך ביים מפורסמדיקן מייסטער ר' אברהם גובערסקי - אברהמקע זייגערמאַכער - האָט מען דעם לער=יונג "זאַנוויל=בנימין" גערופן. אַז ער איז צום ערשטן מאָל געוואָרן אַ באַלעבעסל האָט מען עס אין סוויר אויף "זאַנע=יאָמע" געמאַכט. אין די יאָרן פון דער צווייטער ווייב איז ער "זאַנאָמע" געוואָרן און אָט אַזוי איז שוין געבליבן אין די הויכע יאָרן. און זאַנאָמע אין סוויר איז געווען מערניט איינער. מיט אַ געוויסער צונויפפלעכטונג פון יראת הכבוד און ליבשאַפט צו אַ זקן אַ זייגערמייסטער האָט מען אין סוויר עס פאַר די ליפּן געבראַכט.
פונדערנאָענט און פונדערווייטנס האָט מען אים, זאַנאָמען אויף דער עלטער געבראַכט צו טראָגן, אידן און גוים, גבירים און דלפנים, זייגערלעך אַלערלייאיקע: די קונדן האָבן זיך נישקשה פאַרגעדענקט זיינע שפּיציקע ווערטלעך, און אַלעמערשטן: "געדענקט=זשע, אַניט, אַ זייגערמאַכער איז אַ דאָקטער, ער דינט אָבער ניט דעם מלאך המות!" ער פלעגט גיין, זאַנאָמע, מיט צוויי פּאָר ציצית און האָט האָלט געהאַט מ'זאָל אים צום וויפלטן מאָל אַ פרעג טאָן אַפדערוף, ער זאָל קענען ענטפערן לויט זיין שטייגער: "מה=דאָך: אַ הונט פאַר אַ שטעקן האָט מורא, אַ רוח פאַר ציצית".
זאַנאָמע דער זייגערמאַכער איז געווען אַ קליינינקער אידעלע, מיט אַ קאָפּ וואָס איז צו גרויס צום גוף. די שנייאיקע באָרד איז געווען צונויפגעוואַקסן מיט די פאַרבליבענע זייטיקע הערעלעך פון קאָפּ, האָט זיך באַקומען אַ ווייסער רינג וואָס רינגלט אַרום דעם צו=קיילעכדיקן פּנים ווי אַן אָפּגעבליאַקעוועטער רייף פון אַ ראָד אין וואָגן. די הויט איז ביי אים געווען טונקעלער איידער ביי אַזוי אַ איד, עטוואָס פּאַכאָזשע אויף אַ ציגיינער. וואָרהאַפטיק, קינדער קונדסים, אומתרבותדיקע ווי להבדיל די שקצימלעך, האָבן אים נאָכגעשריען "זאַנאָמע ציגיינער, מיט ווייבער, איינטענהער". בין=השמשות צייט האָט זיך דער איד פונדערווייטנס אָנגעזען אין גאַס ווי אַ משונהדיקע ליקוי=חמה דאָ אויף דער וועלט: אַ פאַרטונקלטער קיילעכדיקער פּנים אַרומגעגאַרטלט מיט אַ ווייסן גליענדיקן רינג. פון נאָענטן אין העלן טאָג האָט זיך דאָס אַלץ אויף צופיל ניט אָנגעזען. אַ איד איז דאָך אַ איד.
אַז מ'איז צו אים אַריין אין געשעפט דאָרטן אויף פיש=געסל, וואָס פירט אַראָפּצוצו צום סווירער ים, איז מען נתפּעל געוואָרן פון זייגערישן תחום. אין די באַלקנס פון סטאָלעוואַניע זיינען געווען איינגעשרויפט קרוקעס, און פון יעדער פון זיי איז אַראָפּגעהאַנגען אַלערלייאיקע געצייג וואָס ביי אַ זייגערמאַכער קען זיך אָפּזוכן. זיי האָבן זיך מנוחהדיק געהוידעט לויטן טאַקט פון אַ ווינטל וואָס האָט אַדורכגעבלאָזן אַדורך די אַלטע שוין אויסגעקרימטע בערווענעס פון שטיבעלע. ווי דאַוונדיקע מלאכימלעך וואָס זעען אויסעט ווי אתנחתאס, דרגאות מיט תבירעלעך, האָבן זיי זיך געלאַסענערהייט געשאָקלט צום טאַקט פון ווינט: קלאַפּער און קליפּער געצייג, צוויקערס מיט שטשיפּטשעס, בייס=צענגלעך און שרויפנציער, קרוגעלעך מיט דימענט=שטויב און מיט אייל.
דער לעצטער פּרק האָט האָלט אַ שפּרונג טאָן מיט נייאינקע פיסעלעך.
ביז וואַנענט ס'האָט זיך ניט אויסגעשפּילט דער עולם=קטן=הזה, איז במילא ניט פאַרשפּילט. דאַמאָלסט אַז זאַנאָמע דער זייגערמאַכער האָט זיך גערעכנט אַ ריכטיקער זקן אַ בא בימים, איז מען אַריינגעפאָרן אין סוויר אויסזוכן דעם אידן ניט בלויז מיט אַ קאַליעדיקן זייגער. ניין. פון אַלע עקן גובערניע איז מען אַריינגעפאָרן אין סוויר, פּשוט אַ קוק טאָן דעם אידן וואָס מ'האָט גענומען אָנרופן ניט זאַנאָמע, ניט זאַנע=יאָמע, זאַנוויל=בנימין אויך ניט; נאָר אַ קשיא=אַף=אַ=מעשה: "איינשטיין פון סוויר".
איז מה ענין שמיטה, וואָס איינשטיין מיט אַ סווירער זייגערמאַכער?
סוויר איז סוויר, און איינשטיין איז איינשטיין. ווי אַזוי האָט די זאַך פּאַסירט, איז אָט איז די מעשה.
ווילנער צייטונג=בלעטער האָבן גענומען טרומייטערן מיט ריזיקע קעפּ און קלענערע אונטער=קעפּלעך, טויזנט=איין=נאַכט, אַז אין סוויר, אַכציק וויאָרסט אַ מהלך, לעבט זיך אַן אַלטער איד אַ זייגערמאַכער וואָס ווילנער יודעי=דבר האַלטן, אַז ער איז דער איינציקער איד אין דער גובערניע וואָס פאַרשטייט די טעאָריע פון איינשטיין. איינער און ווייטער קיינער.
מילא סוויר. מאַלע מיט וואָס אידן אין אַ שטעטל פיינען זיך אויסעט. כאָטש מיט סוויר האָט מען זיך אַביסל פונדעסטוועגן גערעכנט. אויפן ווילנער פיש=מאַרק האָט מען זיך נישקשה אָנגעשאָלטן: "זאָלסט געשוואָלן ווערן ווי סווירער באַרג". דעם פלאַך=שפּיציקן באַרג פּונקט אינמיטן שטעטל האָט דאָך דער רבונו של עולם ניט געמאַכט אין די ששת ימי בראשית. נאַפּאָלעאָנס חיילות האָבן דעם באַרג עמערווייז צונויפגעטראָגן פון זייער מלחמה וועגן. איז מען פונדערווייטנס אַריינגעפאָרן אויף חידושים אַ קוק כאַפּן אַזאַ באַרג. און אונטן אַראָפּצוצו איז מען אַדורך ווי פון איין וועלט ביזקל אַ צווייטער. סוף פיש=געסל פאַלט מען אַריינעט אויפן ברעג פון סווירער ים. וואָרהאַפטיק איז דאָס אַן אָזערע, אַ טייך בלשון ליטא. נאָר קיין צווייטן ברעג ט'מען מיטן אויג ניט דערזען, איז עס לעיני בני אדם ניט מער און ניט ווייניקער אַ ים. און אויב ניט לעיני בן אדם איז פאַר וועמענס אויגן דען 'עט עס אַ נפקא=מינה זיין? אַוואו און אַווי אין דער אָרעמער ליטע, מיט פלאַכע ערד וואָס טויג מערניט צו בולבעס, 'עט מען טרעפן אַ שטעטל ווי אין גן=עדן, איינגערוקט צווישן אַ באַרג פון וואַנענט ס'זעט זיך אומעטום, און אַ ים וואָס ציט זיך העט ווייט אויף דרום, אין זייט פון סמאַרגאָן.
וואָס סוויר רעכנט זיך אַ קליינינקע שטעטל, איז נאָכניט קיין ראיה פונדעסטוועגן, אַז די סווירער זיינען דווקא קליינשטעטלדיקע העקאַקעס, כניאָקעס און כלאָפּצעס. אדרבא, דער טראַקט וואָס אויף ווילנע האָט מען דאַמאָלסט אויסברוקירט אַ פּראַכט, מיט ברוק=שטיינער פון אַלע פאַרבן פון רעגנבויגן וואָס איבערן סווירער ים. אַ ווערדע האָט אַזאַ וועג ביי סווירער פורמאַנעס. ווילנע מיט סוויר איז אַ שטוב מיט אַ קאַמער. פון סווירער באַרג ביזקל קוריצקיס אַריינפאָר=הויז אויף קליין סטעפן גאַס אין ווילנע האָט אַ פורמאַן (און אַפילו להבדיל אַ בעל=עגלה) געקענט אָנטרייבן דעם סוס זיינעם, ווי אַ פּרינץ פון די אוראַלטע יאָרן אין מעשה=ביכל. אויף ברוק=שטיינער און ניט איבער קיין בלאָטעס סלוכאָטעס מיט קאַלוזשעס.
איז איינמאָל אַוועק, נאָר וואו קומט אַריינעט אין אַ חשבון דער איינשטיין? "איינשטיין" איז אַפילו געווען פון יענע פאַמיליע=נעמען, וואָס מ'ווייס פונדערפון די גאַנצע צייט גאָרנישט, און מיטאַמאָל קלינגט אַ וועלט.
מ'האָט דאַמאָלסט, געווען איז דאָס ערגיץ זומערצייט תרע"ט, מ'האָט גענומען צעפּויקן אין אַלע צייטונגס=בלעטער, אַז ערגיץ אויף יענער זייט וועלט, האָט אַן ענגלענדער, איינער אַן עדינגטאָן, הייבט זיך אָן אַ מעשה, ער האָט זיך מיט חדשים אַפריער גענומען אויף אַ שיף אַזש ביזקל אַן אינדזל לעבן אַפריקע, פאָלג מיר אַ גאַנג, בכדי צו כאַפּן דאָרטן די ליקוי=חמה, וואָס די חכמי התכונה האָבן געוואוסט, אַז זי וועט געדויערן ביי גאַנצע זיבן מינוט. דאָס אַלציקעדינג האָט ער זיך און זיינע מענטשן מטריח געווען כדי אויסמעסטן און אויספּרואוון צי איינשטיינס טעאָריע פון רעלאַטיוויטעט איז חל צי איז זי בטל ומבוטל. דער עדינגטאָן, וואָס איז אַוועקגעפאָרן אין עק וועלט איינשטיינס נביאותן אויסצופּרואוון מיט זיינע מכשירים דאָרטן פון קיימברידזש, ער האָט טאַקע געפונען אַז די זון האָט אָפּגעבויגן אַזויפל מיט אַזויפל סעקונדן פון בויגן, גענוי ווי דער איד האָט עס געהאַט פאָראויסגעזאָגט מיט זיין טעאָריע פון רעלאַטיוויטעט. איז שוין איינמאָל אַ טעאָריע, אַ שיטה פון אַ גאון אין די וויסנשאַפטן פון דער וועלט פיזיקע.
דערלעבט יאָרן. די וועלט האָט גענומען קלינגען מיט אַ אידן אַ גאון ביי די אומות. ניט קיין בלבולים מיט רשעותן, נאָר מ'באַוואונדערט דעם אידישן זשעני. לא בכל דור ודור איז מען דאָס זוכה.
ס'דויערט דאָך ניט לאַנג, ביז וואַנענט דאָס וואָס אין די גויאישקע צייטונגס=בלעטער יאַוועט זיך אויף די אידישע בלעטער. אַזאַ גאַנג שוין. אַזוי ווי ס'קריסטלט זיך, אַזוי אידלט זיך.
נאָר גיי פאַרשטיי וואָס טוט זיך אָדאָרטן. מ'האָט אויף די בלעטער אָנגעדערציילט מיט אַלע פּיטשעווקעס, אַז מיט יאָרן פריער, ערגיץ אין תרע"א אַן ערך, האָט דער אידישער עילוי פון דייטשלאַנד געטענהט, אַז מיט זיין "רעלאַטיוויטעטס=טעאָריע" קען ער נביאות זאָגן, אַז די שטערנליכט וואָס טוט אַ ריר אָן דער זון, דאַרף אָפּגעקערעוועט ווערן מיט אַזויפל און אַזויפל גראַדעלעך פון בויגן, וואָס מען וועט קענען אַזש זען דאַמאָלסט אַז ס'עט זיין אַ גאַנצע ליקוי=חמה און ניט קיין האַלבע. האָט זיך אָנגעגאַרטלט עדינגטאָן מיט זיינע שיפסלייט דאָרטן אין אַפריקע אַוועקפאָרן, וואו דער טאָטער איז אויכעט ניט געווען, און מיט זיינע זאָרגפעלטיקע פאָטאָגראַפיעס, אַ ראיה ניט אָפּצופרעגן, געבראַכט אַהיימצופירן דאָרטן אין ענגלאַנד, אַז די טעאָריע פונעם אידן איז אויף אַזויפל ריכטיק, אַז מיט איר קען מען ריכטיקע נביאותן זאָגן איבער דברים וואָס ביי די חכמי הארץ כולה.
איינער אַ ראש המדברים ביי די שרייבאָרים אין אידישן צייטונגס=בלאַט אין ווילנע האָט זיין פּירוש אַפדערוף דאָרטן געטאָן פאַרעפנטלעכן, אַז וואָס, אַז אַזאַ מין זאַך איז ניט געווען פון זינט עמוס הנביא האָט נביאות געזאָגט לויטן וואָרט פונעם אייבערשטן: "והבאתי השמש בצהרים, והחשכתי לארץ ביום אור", וואָס דערויף מאַכט דער טייטש=נביא: "וועל איך מאַכן אונטערגיין די זון אינמיטן טאָג, און וועל מאַכן פינצטער צו דער ערד אין ליכטיקן טאָג". און איצטער האָט דער אייבערשטער אַריינגעשיקט דאָ אויף דער וועלט אַן עילוי וואָס זאָגט נביאותן אויף די פּרטי=פּרטים פון ליקוי=חמה מיט זיינע נייע שיטות פון "רעלאַטיוויטעט". כאַ וואָלט ער זיין אַ ליטוואַק. וואָס עפּעס פון די דייטשישע אידן דאָרטן? נאָר אויפן אייבערשטן און זיינע מעשים 'עט אַפילו אַ קאַלטער טרוקענער ליטוואַק ניט וואַגן פרעגן קיין קשיות.
איינשטיין, רעלאַטיוויטעט, האָגל=מאָגל, סעקונדן פון בויגן, ליקוי=חמה, באָקל, ציוויליזאַציע, לאָנדאָן מיט קיימברידזש. אַז די גאַנצע וועלט זאָגט, אַז דער גאון פון אַלע געלערנטע איז איינער אַ איד פון דייטשלאַנד איינשטיין איז דאַרף מען גלייבן און פאַרטיק. וואָס, די וועלט מיט די שונאי ציון וועלן קומען א ו י ס ק ל ע ר ן אַזאַ מין נצח ישראל לא ישקר, איז דאָך לא מיט אַ צווייפאַכיקן למד.
ס'עט אָבער פאָרט ניט קלעקן, אַ ליטוואַק בלייבט דאָך אַ ליטוואַק. ער מוז דערגיין די זאַך. ער לייגט זיך אויס אין דער לענג און אין דער ברייט אויף צו דערגיין אַ טאָלק. קיין שמע=ישראל 'עט ניט העלפן.
און נאָכמער: וואו נאָר עס גיט זיך אַ הייב=אופעט איין ליטוואַק אַזאַ, שטייען אויף בבת אחת צוויי אַזעטקענע ליטוואַקעס. און וואו נאָר צ ו ו י י ליטוואַקעס שפּאַרן זיך איין פאַרעקשנטערהייט אויף צו דערגיין אַן איינאיינציקע זאַך, אָדאָרטן איז מחלוקת. פאַראַן אַביסל ליטוואַקעס וואָס 'לן דאָס אַפילו ניט לייקענען. זיי'לן אייך איינרוימען אין אויער אַ סוד אַזאַ, עלעהיי דאָס איז אַ דבר חכמה וואָס נאָר די ליטוואַקעס זיינען דערין באַהאַוונט: "קומט אַ מחלוקה, שפּרינגט דאָך אַרויסעט דער אמת"...
מ'האָט געהאַלטן ערגיץ צווישן ט"ו בשבט און פּורים, אַ סברא אַז אין תר"ף. אַ פראָסטיק=אייזיקער ווינטער איז דאָס געווען. שבט נע בראַט, אין אדר פּלאַצט אַן אָדער. ניט אומזיסט האָבן די מצבות אויפן בית=עלמין אַמבעסטן האָלט שבט מיט אדר. "דעם מלאך=המוותעס חדשימלעך" האָט מען זיי איבערן גאַנצן תחום גערופן. דאַמאָלסט איז געווען נאָך ערגער. די גרויסע חיילות פון ביידע גרויס=מלוכות, פון קיסר און פון קייזער, האָבן זיך געהאַט אָפּגעטראָגן, און נאָכמער, די מלוכות גופא האָבן זיך פאַנאַנדערגעפּלאַצט ווי איבערגעצויגענע שפּראָנזשינעס. בעסער איז אָבער אַריינפאַלן צום לייב איידער צום לייבל, צום בער איידער צום בערל. די קליינטשיקע אומהלעך אין די גובערניעס זיינען אַריין אינעם "עבד כי ימלוך" און דער רצח און דער רויב האָבן זיך פאַרשפּרייט איבערן לאַנד.
האָט די גאַנצע פּרשה איינשטיין נאָך מער פרייד און אָפּאָטעמונג דעם עולם געבראַכט. און די ווילנער רעדאַקטוירים האָבן זיך גענומען רעדאַקטערן אויף וואָס די וועלט שטייט. נאָר דער ענין איז געגאַנגען און ווייטער געגאַנגען, און מ'איז ניט קליגער געוואָרן. וואָס רעלאַטיוויטעט און וואו רעלאַטיוויטעט. עדינגטאָן=שמעדינגטאָן, אַפריקע=שמאַפריקע. אַ ליקוי=חמה ביי עמוס=הנביאן און להבדיל ביי דעם עדינגטאָן.
האָט פּלוצלונג איינער פון די ווילנער רעדאַקטוירים געגעבן מיט קידוש=לבנה אותיות אַ קאָפּ אויף דער ערשטער זייט, אַז מען טיילט אויס אַ פּרעמיע אַכצן אימפּעריאַלן דעם לייענער, וואָס וועט קענען פאַר כלל ישראל דעם ענין מיט איינשטיינס טעאָריע דערקלערן פּראָסט און פּשוט. איין קלייניקייט ח"י פּרעיאַלן. דעם קיסר=נעבעכס גאָלדענע אימפּעריאַלן האָט מען אין געגנט "פּרעיאַלן" גערופן. די גאַנצע פּאַפּירענע געלט וואָס גבירים האָבן זיך אָנגעקליבן אויפן בוידים איז איצטער כעפרא דארעא געוואָרן. נאָר פון גאָלדענע אימפּעריאַלן ווערט ניט קיין עפרא דארעא, ס'פאַרקייקלט זיך שוין וואואַהין מ'באַדאַרף.
דער קאָנקורענט זיינער, דער רעדאַקטאָר פון צווייטן בלאַט האָט זיך מיט קיין אימפּעריאַלן ניט געקענט וואַרפן. פאַרשווייגן אַזאַ סענסאַציע האָט ער אויכעט ניט געקענט, איז ער אויף מאָרגן אַרויס מיט אַ קאָפּ, אויך מיט קידוש=לבנה אותיות, אַז דעם אידן וואָס וועט קענען פאַר כלל ישראל דעם ענין מיט איינשטיינס טעאָריע דערקלערן פּראָסט און פּשוט וועט מען אַוועקגעבן ראָמס אַ ווילנער ש"ס אַ פּראַכט=אויסגאַבע, מיט לעדערנע טאָוולען און באַגילדעטע אותיעלעך.
פאַרשטייט זיך, אַז ניט דער און ניט יענער האָט ניט געהאַט קיין העזה דערמאָנען דעם קאָנקורענט. יענער איז דאָך אַ לא יזכר ולא יפּקד. האָט מען במילא ניט געקענט דאָרטן אַריינשרייבן אַ תנאי, אַז דער גליקלעכער געווינער איז חלילה פאַרבראַקירט פון אָנגעבן זיינע דברי חכמה אויך צום צווייטן רעדאַקטאָר.
אַקיצור המעשה, אַ פּלעיאַדע מיט האַלב=אינטעליגענטן און מיט גאַנצע נודניקעס האָבן אַריינגעשריבן אין די ביידע ווילנער רעדאַקציעס ניט נאָר סקאַרבאָווע נאַרישקייטן נאָר אַזעלכע שטותים וואָס די וועלט האָט נאָך פריער ניט געהערט. וואָרהאַפטיק, ניט דער ערשטער רעדאַקטאָר און ניט דער צווייטער האָט עפּעס וואָס פאַרשטאַנען פון דער פיזיקע און אין וואָס ס'גייט. ביידע האָבן זיי כדרך הרעדאַקטוירים געמיינט אַז זיי קענען לייענען דייטש (וועלכער איד קען ניט קיין דייטש?), און האָבן וואָס מער אַריינגעקוקט אין דייטשישע ביכלעך, נאָר ס'האָט געהאָלפן ווי אַ טויטן באַנקעס. זיי האָבן דאָרטן קאַם אַ וואָרט אויף אַ רפואה פאַרשטאַנען.
אַוועקגעגאַנגען אַ פּאָר טעג, האָבן זיי זיך ביידע אַזוי ריכטיק דערשראָקן, יעדער איינער פאַר=זיך, די רעדאַקטוירים, אַז קיין קלוגע רייד וואָס קענען דערהייבן דעם אויסגעהונגערטן, אויסגעקעלטערטן און דורכגעליטענעם עולם וועלן שוין ניט זיין. אַ מכה נאָך, דעם ט'מען חושד זיין אַז ס'איז אַלץ געווען כזב ושקר, אַז ער'ט קיינמאָל גאָר בדעה ניט געהאַט אַוועקגעבן די אַכצן פּרעיאַלן; און פּונקט אַזויאָ, איז דעם קאָנקורענט דעם צווייטן רעדאַקטאָר אָנגעפאַלן אַן אימה, אַז אים ט'מען חושד זיין אין אָפּנאַרן קהל, אַז ער קלערט גאָרניט אַוועקגעבן אַ מתנה אַ פּראַכט=ש"ס. קיין שס"ל אַפילו אויך ניט. מאַלע וואָס די צייטונגס=לייט דרייען דעם עולם אַ קאָפּ, אַבי דעם היינטיקן בלאַט פאַרקויפן.
זיי האָבן אָבער ביידע געוואַרט און זיך דערוואַרט. אינעם באַרג מיט בריוו וואָס זיינען אין די ביידע רעדאַקציעס אָנגעקומען, איז געווען אויך אַ בריוו פון ר' זאַנוויל=בנימין גריינים, זייגערמאַכער אין סוויר. ער האָט יונגערהייט אַ שטיק צייט געלערנט אין אַ ישיבה אין סווינציאַן, און דאָס האָט זיך וואו=ניט=וואו געשפּירט אין זיין לשון. אין בריוו איז געשטאַנען אָט וואָס:
"איינשטיינס טעאָריע איז פון רעלאַטיוויטעט פון צייט איבער וועלטן, און צווישן וועלטן, און אַרום אַלע שטערן וואָס מ'זעט אויפן ליטווישן הימל, און איבער די אַלע שטערן וואָס מ'זעט ניט, נאָר זיי זיינען פאָרט פאַראַנען. ווער צווישן פּשוטע אידן פאַרשטייט די צייט, איז דאָך אַ זייגערמאַכער. מה=דאָך, אַ זייגערל איז בזעיר אנפּין גאָר אַ נמשל אויף די עולמות עליונים. דאָס איז אַ פּשוטע זאַך. וואָס פּשוטער דער אמת, אַלץ פּשוטער און מער אמת. איז אָט וואָס: דער הדיוט האַלט, אַז אַלע סעקונדן, מינוטן און שעהן זיינען פון איין לענג מיט אַלע אַנדערע סעקונדן, מינוטן און שעהן. דערפאַר איז ער אַ הדיוט און דערפאַר האָט ער אַ טעות. איינשטיין האָט אַנטדעקט אַז אַפילו די צייט גופא איז רעלאַטיוו, און האָט אַ שייכות מיט שטח, מיט ליכט, מיט זאַכן וואָס זיינען ניט קיין צייט. רבותי! איין זאַך האָב איך אין מיינע יאָרן גוט אָפּגעלערנט. די צייט אין אַ מענטשנס לעבן איז אויך רעלאַטיוו, דאָס איז טייטש לפי=ערך. אַז מען איז יונג, קריכט די צייט פּאַמעלעכער. און אַז מען פאַרעלטערט זיך, נעמט די צייט און לויפט ווי דער לאָקאָמאָטיוו פון אייזנבאַן. דער זעלבער מעת=לעת אויפן זייגער גייט אַ סך פּאַמעלעכער אַ יונגענמאַן איידער אַ זקן. די סעקונדן, מיט די שעהן מיט די מעת=לעתן זיינען אָפּהענגיק אָן דער צייט אינעם מענטשנס לעבן. ביים יונגן קריכן זיי ווי אַ טשעראָפּאַכע, ביים זקן נעמען זיי לויפן ווי אַ צעווילדעוועטער האָז. דאָס הייסט נאָך ניט אַז ס'איז שלעכט צו זיין אַ זקן, פאַרקערט, דער אייבערשטער גיט פאַרשיידענע ברכות צו יעדער צייט. דאָס איז דער אמתער טייטש פון שלמה=המלכס רייד דאָרטן אין קהלת: "לכל, זמן; ועת לכל חפץ תחת השמים". "אונטערן הימל" דאָס מיינט ער צו זאָגן אונדזערע קנאַפּע יאָרן דאָ אויף דער וועלט. בלייבן בלייבט, רבותי, אַז דער זקן באַדאַרף אַ חכם צו זיין, זיך צו מאַכן די שענסטע און די בעסטע פון יעדן טאָג באַזונדער וואָס דער רבונו של עולם שענקט אונדז אָפּעט, ווייל דער זייגער לויפט. אַלע אינדערפרי דאַרף דער זקן אַ קלער טאָן, מיט וואָס ער וועט שיין און גוט מאַכן דעם נייעם טאָג. די יונגעלייט וועט גאָרניט שאַטן אַז זיי וועלן אויך אַזוי מאַכן; ס'דויערט דאָך אַ שיינע פּאָר יאָר ביז וואַנענט דער בינוני אין יאָרן נעמט אַכטגעבן אַז די טעג לויפן וואָסאַמאָל האַסטיקער. דער וואָס שטויסט אָפּעט די טעג, צי אַ יונגער צי אַן אַלטער, ער זאָגט: הלוואַי זאָל שוין זיין מאָרגן, איבערמאָרגן, איבעראַכטאָג, איבעראַיאָר, דער טוט אַן עבירה, ער איז עובר אויפן: ואל תהא רשע לעצמך. אייער איבערגעגעבענער לייענער, זאַנוויל=בנימין גריינים המכונה זאַנאָמע דער זייגערמאַכער, איש סוויר".
צוויי מאָל האָט ער דעם זעלביקן בריוו אָפּגעשריבן און אַוועקגעשיקט אין ביידע רעדאַקציעס. אין איין און דעם זעלביקן טאָג, ס'איז נאָך געווען פאַר=פּורים, האָבן עס ביידע רעדאַקטוירים געקראָגן. אויף מאָרגן האָבן זיי ביידע דעם בריוו פונעם סווירער זייגערמאַכער אָפּגעדרוקט אויף דער ערשטער זייט פון בלאַט, מיט אַ גרויסער מודעה, אַז די פּרעמיע האָט זיך געוואונען ר' זאַנוויל=בנימין גריינים פון סוויר פאַרן בעסטן פּירוש פון איינשטיינס טעאָריע.
ביידע זיינען זיי נשתומם געבליבן דערזעענדיק דעם זעלביקן בריוו פון סווירער זייגערמאַכער אויף דער ערשטער זייט ביים קאָנקורענט אין בלאַט. יענעם טאָג האָבן זיי זיך גראַדע געטראָפן אין גאַס, ערגיץ אויף זאַוואַלנע אַרופצוצו. נאָך אַ בייזער רגע שטילשווייגעניש האָבן זיי ביידע גענומען קייכן פאַר געלעכטער ווי חדר=אינגלעך. קיינער פון זיי האָט דאָך ניט געזאָגט אַז אַן איינאיינציקע תשובה טאָר מען ניט שיקן אויך דעם אַנדערן. "נו, 'עט ער האָבן די אַכצן פּרעיאַלן מיטן ווילנער ש"ס אויף אַ צולאָג, זאָל אים זיין צו געזונט", האָט איינער דעם אַנדערן גוטברודעריש אַ זאָג געטאָן.
ס'האָט רונד אַרום געקלונגען מיטן אידן וואָס האָט אויסגעטייטשט איינשטיין פאַר קהל: אין סווינציאַן און אין סמאַרגאָן, אין אייסישאָק און אין אָסטראַוועץ, און בואוויץ און אין ביסטרעץ, אין פּאָדבראָדזש און אין פּאַבערזשע.
און זאַנאָמע האָט זיך מחיה געווען אויף דער עלטער מיט די אַכצן אימפּעריאַלן און מיטן פּראַכטפולן ווילנער ש"ס. אַ ש"ס און ניט קיין שס"ל. |