about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער דיבוק אין דרויע
- אַ דערציילונג -
הירשע=דוד כ”ץ
 
דרויע אַמאָל

געווידמעט מיט ליבשאַפט: שלמה (סידני) קאָראָב, איש לאָנדאָן בן ר' וואָלף קאָראָב איש דרויע

אַלע יאָר איז אין לעצטן מאָנטיק וואָס אין אדר קיין דרויע אַריינגעפאָרן אַ פּאַקנטרעגער פאַרקויפן ביכלעך. טאָמער אַן עיבור=יאָר איז דאָס געווען אין אדר. אָקוראַט ווי דער מהלך פון די שטערן מיט די מזלות.

שוין אויפדערנאַכט זונטיק ט'מען זיך אין דרויע געזאָרגט, צי האָט מען ניט פאַרשפּעטיקט מיט די שטוביקע צוגרייטענישן צו פּסח. פאַרוואָר, שפּעטער=צו דינסטיק נאָכן פּאַקנטרעגער, האָט מען גענומען שייערן די פּאַדלאָגעס און אָפּקאַלכן די סטעליעס. "די באַלקנס מיט די בריקן", אַזוי'עט עס דאָרטן געהייסן. "נאָכן פּאַקנטרעגער" האָט זיך אין דרויע שיער ניט אַ טאָג אין לוח גערעכנט. דער דינסטיק, וואָס נאָכן לעצטן מאָנטיק אין אדר.

אָדאָס איז דרויע וואָס אין ווייטן לאַנד פון צפון, אָדאָרטן וואו די דרואיקע פאַלט אַריינעט אין דער דווינע. דאָס איז דאָך די דווינע וואָס טראָגט ווייטער אַוועקעט אירע וואַסערן ביזקל אין ים הגדול אַריין.

דער וואָגן וואָס ביים פּאַקנטרעגער איז אויכעט געווען אַ מאָדנער, אַ שמאָלער, העכער איידער אַזוי=אַ=וואָגן. די לייטערס אָן די זייטן האָבן אַרויסגעשטאַרצט אַרויפצוצו ווי די פּאַרקאַנעס אַרום אַ פעלד מיט בעק. די דוהע איז געווען אויסגעלענגט ווי אַן איי, ניט קיין רונד=קיילעכדיקע. קיין דרויע איז ער אָנגעקומען מיטן אַלטן וועגל וואָס דרייט זיך ווי אַ רעגן=ווערימל דורך די אַנטאָנאָווסקער וועלדער, און איז אַריינגעפאָרן אויפן לאַנגן הילצערנעם בריק וואָס פירט שיער ניט ביז דער טיר פון דער גרויסער שוהל.

דער פּאַקנטרעגער אַליין איז אויך ניט געווען קיין איד פון אַ גאַנץ יאָר. די אויגנברעמען ביי אים האָבן אלכסונדיק=אַרויפצוצו געשאַרפט, ווי מעסערס פון שיפס=רויבער, שיער ניט איינצושניידן אין די שלייפן. די באָרד ט'ער זיך אָפּגעגאָלט ווי ביי אַ פּראָסטן גוי. די שאַרפע באַקן האָבן ביינערדיק איינגעשפּיזט אינדערלופטן. ער איז געגאַנגען מיט אַן אַלטער צוגעלאַטעטער טראָיקע אַן אָנצוג, אַ ברוינע מיט דינינקע שוואַרצע פּאַסיקלעך. נאָר זיין היטל איז געווען ווי ביי לייטן, "אַ ליטווישע היטל" מיט אַ הויכער קאַפּוזע און אַ ברייטן קאַזיריק.

ט'מען אים אויפסניי געהייסן אַ זאָג טאָן ווי מ'רופט אים, האָט ער אָפּגעענטפערט מיט איין פּזמון מערניט.

"מיר ווי מ'רופט? מאָנטעפיאָרע רופט מען מיר!"

אויף מאָנטעפיאָרען ט'מען געוואַרט ווי אויפן לינדן וואָס לעבט זיך אויף אַלע יאָר דער ערשטער, נאָכן לאַנגן ליטווישן ווינטער.

ווער איז דאָס דער איד "מאָנטעפיאָרע", דאָס'ט קיינער ניט געוואוסט. לויטן ווייכן ריש, געווען איז דאָס מער אַ כף איידער אַ ריש, האָט דאָס געדאַרפט זיין אַ איד פון ערגעצוואו אַרום "דעם אייבערשטנס שטעט": וואַלאָזשין, מיר, סלוצק, אַלציקעדינג אין יענע מקומות, די ערי=ישיבה אין ווייטן דרום=לאַנד.

פונדעסטוועגן איז דאָס קיין אַמאָליקער ישיבה=בחור אַפּנים ניט געווען.

די דרויער, וואָס האָבן קיין באַזונדערע גרויסע שייכות מיט מרחקים ניט געהאַט, האָבן האָלט געהאַט ביים פּאַקנטרעגער אַ פרעג טאָן וואָס טוט זיך אויף דער ברייטער וועלט. נאָר קיין זיידענער איד איז דער פּאַקנטרעגער מאָנטעפיאָרע ניט געווען. האָט ער זיי, די דרויער קלאָץ=קשיאניקעס, גלאַט גענומען אויסלאַכן. ווער זיינען זיי, די קליינשטעטלדיקע מענטשעלעך אַקעגן אָט אַזאַ מין מאָנטעפיאָרע. אָן רחמנות האָט ער זיי אָפּגעזידלט מיט זייער אייגענער פראַגע, ווי עס קען נאָר אַ האַרטער, קאַלטער ליטוואַק, וואָס 'עט אַפילו ניט שאַנעווען זיינע אייגענע געטרייע קונים.

"בעסער וועגן דרויע פרעגט וואָס מ'זאָגט, אַ! 'ווי אַ ראָד אין דרויע דרייט ער זיך'. אָט אַזוי זאָגט מען וועגן אייך!"

האָט מען ביי אים פאָרט געפּרואווט אויספּועלן אַ גרוס פון דער עלמא רחיבא, האָט ער זיי נאָכמער גענומען פאַרגיסן די בלוט. וואָס אַ ליטוואַק קען. ער האָט זיי פאַרטשעפּעט איבערן שאַרפן דרויער ריש און זיי צוגעוואָרפן אויף אַ צולאָג אַ קאַפּ סבתדיקע צאָלנט צום סידוך.

"פון דררויע אין דרריסע איז דרריי און דררייסיק וויאָררסט. אַזשעי=זשע זשאָגט מען".

האָט מען אים ניט אָפּגעלאָזן, ט'ער גאַנץ דרויע צוגלייך געמאַכט מיט די וועסנעדיקע בלאָטעס. שוין ווייטער מיטן רריש.

"וואָס קלענער די שטעטל, אַלץ שאַרפער דער ריש! אַז פון דררויע ביז דרריסע טרראָגט אַ פיקס אַ ביקס אין פּיסק!"

וואָס אַן אמת, האָבן אַפילו די אַריינזאָגענישן פאַר די בני=דרויע אַ שמייכל אויפן פּנים אַרויפגעבראַכט. אין טעאַטער קומט מען דאָך לאַכן, ניט שייך אַז דעם עולם דעם באַצאָלנדיקן גייט מען גאָר אויסלאַכן. און דאָ איז נאָך בעסער, ניט מ'גייט אין טעאַטער, נאָר דער מייסטער אַרטיסט קומט אויף אייגענע הוצאות צו פאָרן אין שטאָט אַריין, און פאַרקויפט נאָך שיינע ביכלעך פון יענער זייט סמבטיון.

פונדעסטוועגן האָט אימיצער פון די דרויער זיך אַלע יאָר פאָרט אָנגענומען פאַרן כבוד פון זיין שטאָט. איינער אַ איד האָט דעם פּאַקנטרעגער דערמאָנט אַז דרויע איז ניט סתם אַזוי אַ העק. "זאָל נאָר איין האָן אַ קריי טאָן אין דרויע, ט'מען אים דערהערן אין גאַנצע פיר גובערניעס: ווילנער, קאָוונער, וויטעבסקער און קורלענדער!" אַז דרויע געפינט זיך אָדאָרטן וואו די פיר גובערניעס טרעפן זיך. איז דאָס דעם פּאַקנטרעגער געווען ווייניק, האָט אים אַ צווייטער איד שוין מער אידישלעך אַריינגעזאָגט: "דאָ אין דרויע שטייט ר' לייבע=עוזרס ארון קודש אין דער גרויסער שוהל, מיטן גרויסן אָדלער מיט די צוויי קעפּ, ס'איז דער שענסטער ארון קודש רונד אַרום, ס'האָט אַ שם אַזש ביים קיסר".

אַפדערוף האָט דער פּאַקנטרעגער צוגעשוויגן, אַ סימן אַז דער יאָר=איין יאָר=אויסיקער שמועס איז אויס. געקומען די צייט אַריינקוקן אין די ביכלעך.

אַלציקעדינג ט'מען צעכאַפּט. וואָס, זיך אַליין 'עט מען זשאַלעווען אַ קאַפּ פרייד דאָ אויף דער וועלט?

איינס און צוויי אויספאַרקויפט די גאַנצע סחורה האָט מאָנטעפיאָרע דעם פערד זיינעם דעם גניאַדער אויסגעשפּאַנט אין שטאַל וואָס אויפן הויף ביי נתן=נטע דעם איינבינדער. ער האָט ביי נאָטל דעם איינבינדער אויך געהאַט נאַכטלעגער. אין די "סוחרישע טובות" איז גאָרניט געווען שווער זיך פאַנאַנדערצופּלאָנטערן. די אַלע ביכעלעך זיינען געווען אָן טאָוולען. ווער ס'האָט געוועלט, אַ ביכעלע פונעם פּאַקנטרעגער זאָל ניט צעברעקלט ווערן אויף פּיץ=פּיצלעך, און אָפּגערעדט שוין, אַז מ'האָט געוועלט אַ מתנה געבן אַ ביכעלע, האָט מען עס אַלציקעדינג אַריינגעטראָגן דעם איינבינדער. געוואוסט האָט מען ניט, נאָר די דרויער האָבן זיך משער געווען אַז דער איינבינדער ווייס נאָכמער וועגן דעם טשיקאַוון פּאַקנטרעגער מאָנטעפיאָרע.

צומאָרגנס האָט מאָנטעפיאָרע אָנגעטריבן דעם פערד זיינעם אין וואַלד אַוועק. וואו ט'ער נעמען נייע ביכעלעך אויף אַנדערע מקומות, דאָס האָט געוואוסט איין מלך מלכי המלכים און ווייטער קיינער. נאָר טאָמער האָט נאָטל דער איינבינדער יע געוואוסט, ט'ער פּתח=שין=שאַ אַ שווייג געטאָן.

גלאַט אַזוי פּאַקנטרעגער האָבן ניט אויסגעפעלט, ווער פון פּאָלאָצק, ווער אַ גלובאָקער. ביי זיי איז געווען רומ"ל, מוסר, חיי=אדמס, קימפּעט=צעטעלעך, שיר=המעלותן און פּיצינקע ביכעלעך מיט מעשיות פון פּרינצן און בת=מלכהס, פירשטן און ריטערלעכע קאַרעטן.

די אַלע מעשיות ט'מען געוואוסט. אַ מעשה וואָס מ'ווייס, האָט ניט קיין זין קויפן אַ ביכעלע אויסלייענען נאָכאַמאָל.

נאָר איין מאָנטעפיאָרע האָט ריכטיקע סחורה געבראַכט צו טראָגן מיטן מאָדנעם וואָגן זיינעם. דאָס זיינען געווען ביכעלעך וואָס מ'האָט געדרוקט אין פּוילן. אין ריכטיקן פּוילן העט ווייט. "ווארשא", "לובלין" און אפשר אַמאָל "פּיעטרקוב" האָט אַ דרויער געקענט וויסן אַז ס'איז דאָ אויף דער וועלט ערגעץ הינטער די הרי חושך. די דרויער האָבן זיך אָבער גראַדע פאַרליבט אין ביכלעך וואו אויפן שער=בלאַט שטייען גלאַט נעמען פון דער הפטורה, חנעוודיקע און אַזעטקענע וואָס וואַרעמען גלייך אָנעט אַ אידישע האַרץ: פּשעמישיל, בילגורייא, בענדין, טארנאפּאל. ביכלעך מיט וואונדער=מעשהלעך פון רביים און צדיקים, נסים ונפלאות, הימל און ערד. שוין פון לשון גופא ט'מען אַ גרויסע הנאה געהאַט.

אַז מ'האָט די וואונדיירים אויסגעלייענט, האָט מען אין שטוב געהאַט מיט וואָס צו פרייען זיך ביז אויף איבעראַיאָר פּסח. "געלט קען מען צוגנבענען, אַ שיינע מעשה איז פון פּסח ביז פּסח", אַזוי'ט מען אין דרויע געטאָן זאָגן. דער דרויער רב האָט אָבער פאַרשטאַנען אַז ביים רב פּאַסט עס מער מליצהדיק זאָגן, האָט ער עס פאַרקייקלט אין "סוף כסף גניבה, וסיפּור המעשה יסופּר". דאָס פלעגט ער אַריינוועבן אין זיין פּורימדיקער דרשה, דער דרויער רב, ר' צבי הירש חדש. דערביי האָט ער קונציק אַן אָנצוהערעניש געגעבן אַפדערוף, אַז ס'רוקן זיך צו ימי הפּאַקנטרעגער, און במילא אַן אָנצוהערעניש אַז עס רוקן זיך צו די לינדע טעג פונעם פרילינג און אַ נייער צעטל מיט יום=טובים וואָס טראָגן אַריין פרייד אין האַרצן ביי אַ אידן.

ניט אַלע דרויער זיינען געווען מתנגדים. געווען אויך אַ שפּאָר ביסל חב"דניקעס און אַ אַביסל קאַרלינער. נאָר וואָדען, אַקעגן  י ע נ ע  חסידים פון פּוילן דאָרטן, פון די מעשה=ביכעלעך פונעם פּאַקנטרעגער מאָנטעפיאָרע, זיינען אַלע דרויער געווען ליטוואַקעס ווי ר' חיים וואַלאָזשינער מיטן נצי"ב פאַראיינוועגס.

אין איין ביכל איז געשטאַנען אַז אַ צדיק, אַז ער האָט אָפּגעראַטעוועט אַ שטאָט מיט אידן דורך אַן אַמאָליקן אידן אַ מת וואָס איז אַוועק אין סאָלדאַטן און האָט אויף יענער וועלט באַגערט תשובה טאָן. ווייטער אַ רבינס אַ קמיע וואָס האָט אַ מגיפה צוריקגערופן. דאָס איז אַלציקעדינג געווען מערניט פאָרשפּייז. אומעטום איז מען דערגאַנגען ניט מער און ניט ווייניקער, ביז צום דיבוק. חושך מצרים און קולות מיט יללות. ביז וואַנענט די פּני פון דער חסידאַרניע זיינען ניט אָנגעקומען מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצייג: קמיעות, ליכט, שופרות, קיטלען און וואָס נאָר ס'איז ביי זיי געווען פאַרבאַהאַלטן. אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק האָט זיך אַריינגעכאַפּט ביי אַ בתולה אַ זינדיקער דיבוק, גערעדט ניט מיט איר קול. דאָ מיט אַ קול פון אַ רשע=מרושע, דאָ מיטן קול פון אַ באַעוולטן חתן וואָס איז פון לאַנג אַ תושב אויף דער אמתער וועלט. און אַנדערשוואו ווידער מיט די תרעומות פון עפּעס אַ אידן, וואָס דער מיידלס נעבעך אַן אור=עלטערזיידע האָט אים ערגעץ אין די ששת ימי בראשית אָפּגעטאָן אַן עוולה.

אָט האָט איר די אַנדערע טעג יום=טוב: דער דיבוק פאַרשלעפערט די מיידל, רחמנא לצלן, ווי אַן עופעלע אין וויגעלע. און שוין זשע ווידער דרודלט ער איר אָן, זי זאָל בייטאָג ווי אַ הונט האַווקען, און ביינאַכט וואָיען ווי אַ וועלפיכע טיף אין אַן איינזאַמען וואַלד. דאָ ליגט זי אין שטום=שטומען הינערפּלעט און שוין=זשע שיסט זי אין אַלע זייטן מיט אַזעטקענע קללות וואָס מ'עט אומזיסט גיין אַ זוך טאָן אין דער תוכחה.

אין איין ביכעלע האָט מען מיט אַלע איינצלהייטן דערציילט, ווי אַזוי ר' אהרן טשערנאָבלער מיט די שמשים זיינע האָבן מיט דריי שופרות פאַרטריבן אַן=עקשן=אַ=דיבוק. אויף איבעראַיאָר האָבן מאָנטעפיאָרעס ביכעלעך געגעבן צו וויסן אַז ר' וועלוול מזשיטאָמיר האָט אינגאַנצן אָן אַ שמש, מיט אַן איינאיינציקן שופרל, גאַנצע צוויי דיבוקים בבת אחת פאַרטריבן. ווייטער ביז איבעראַיאָר דערלעבט, איז מען געוואָר גערוואָן אַז ר' שמעלקע ניקאָלסבורגער האָט ביים אַרויסטרייבן דריי דיבוקים זייערע נשמות גאָר בעת=מעשה מתקן געווען, זאַלבעדריט ט'ער זיי פאַר הוילע למד=וואָווניקעס געמאַכט.

דאָס אַלציקעדינג האָט שמחה וששון לבני דרויע געבראַכט.

אַ בחור האָט זיין באַשערטע משמח געווען מיטן אויסלייענען פאַר איר אַ "ווינדערליכע מעשה" פון מאָנטעפיאָרעס אַ ביכל, נאַכער האָט ער עס געלאָזן איינבינדן ביי נאָטל דעם איינבינדער און איר אַוועקגעגעבן אַ מתנה. און אַז אַ קינד האָט זיך צעוויינט האָט די מאַמע די טרערן אין קייכענישן פון געלעכטער פאַרוואַנדלט מיטן נאָכמאַכן וואָס ס'שטייט אין די ביכעלעך געשריבן, דערצו נאָך מיטן פּויליש אידישן לשון וואָס האָט געקענט אין דער ליטע מאַכן אַ בעל=עצבות פאַר אַ לאַכער ממש.

אויף דער שטעטלשער פּורים=שפּיל איז מען פון נאָענטן און פון ווייטן אין דרויע אַריינגעפאָרן. וואָרהאַפטיק, אַ קאַרגן יאָר האָט מען אויף דעריין געאַרבעט, פון דער רגע ווען מ'האָט צעכאַפּט די ביכלעך ביים פּאַקנטרעגער ביז אויף איבעראַיאָר פּורים.

און די פּורים=שפּילן האָבן דעם עולם גאָרניט אַנטוישט. אַ אינגל האָט זיך אָנגעמלבושט פאַר אַ כלה=מויד, זיך אויסגעשפּרייט אַ געהרגעטער אויף אַ באַנק און געפּאָפט. פּלוצלונג ט'ער זיך אַ כאַפּ=אויף געטאָן, גענומען שרייען מיט אַ שטימע פון יענער וועלט, פּאַמעלינקערהייט געמאַכט העוויות אינדערלופטן מיט הענט ווי בלאָנדזשענדיקע שלאַנגען. בשעת מעשה ט'ער נישקשה אויסגעזידלט די בכבודיקע דרויער, אויסגערעכנט אויף אַ גאָר שוואַך פאַרשטעלטן אופן זייערע חטאים. האָץ=קלאָץ=בוידים האָבן גענומען אַריינמאַרשירן "חסידים" מיט לאַנגע ווייסע זאָקן וואָס מ'האָט ביי עלטערע שוועסטער אויסגעליען, שטריימלעך צונויפגעקלעפּטע פון שטרוי מיט בלאָטע, פּאות געפלאָכטענע פון שעפּסנפעל. איבערן ליגנדיקן האָט מען אַרויפגעצויגן אַ ווייסן ליילעך.

מיט אַ כלומרשטן יראת הכבוד האָט מען שוואַרצע ליכט אָנגעצונדן. צו אויסגעהוילטע ביינדלעך האָט מען צוגעקלעפּט פאַרדרייטע פּאַפּירעלעך, ס'האָט אַ שופרל געהייסן. און אין דרויע איז פריילעך געוואָרן אַזש ווי אין שושן הבירה.

--- תליה! טומאה! שוטים!

--- קילאָ! טריפה! שטותים!

--- אימה! בהלה! שקצים!

--- פּליו, פּליו, פּליו! די באַיזער דיבוק! יאַך, דער ווינדערליכער רבי פין די קלאַינע חסידאַרניע של מעלה אין פין די גרויסע חסידאַרניע של מטה בין אויף דיר גזלן אַז די זאָלסט אַוועק פין דאַנען! אוצאָק אין אוטשאָק! נאַזאַט! אַרויס! לך לך, פּרא אדם לארצך! אַניט וועלן מיר וואַטער קוויטשען מיטן שופר, אין מיטן גאַרטל 'עט מען דיר שמיץ דערלאַנגען! דיבוק ווער, דיבוק בער, דיבוק הער! דיבוק געשוואָלן ווער! או=או=או=מאַין!

בעת מעשה האָבן אונטערגעזונגען אַ חברה=לצים וואָס האָבן זיך פאַר משוררים געמאַכט:

--- קוואַ. קוואַ. קוואַ.

אָבער אַ קנויל וויקלט זיך אויכעט אויס. אין איינעם אַ=לעצטן=מאָנטיק=אין=אדר (ס'איז גראַדע געווען ואדר אין עיבור=יאָר), האָט מען געוואַרט און זיך ניט דערוואַרט. ס'האָט זיך געשטעלט אַ שפּעט=ווינטערדיקער פראָסט און אַ ווינט האָט געבושעוועט. פון דיסנער זייט האָט אַראָפּגעשאָסן מיט קליינינקע אייזיקע קוילן מיט האָגל. מ'האָט דעם פּאַקנטרעגער אָפּגעוואַרט ביז שפּעט, דאָרטן ניט ווייט פון דער גרויסער שוהל, ביים לאַנגן הילצערנעם בריק וואָס פירט אין דרויע אַריינעט. אפשר פאָרט. מאַלע וואָס ס'קען זיך מאַכן אין וועג אַ סיבה.

די שקיעה האָט זיך משונה גיך אַריינגעטאָן אין אַ שטערנלאָזער חושכניש. גאַנץ דרויע האָט זיך נאָך צוגעקוקט אין זייט פון וועגל וואו עס איז אַלע יאָר אַריינגעפאָרן מאָנטעפיאָרע.

מ'האָט זיך גענומען זאַמלען אין פּאָליש פון אַלטן בית=מדרש. ניטאָ איז ניטאָ, מאַלע וואָס קען זיך מאַכן. ניט קיין יונגערמאַן און אַ גאַנץ יאָר פאָרט ער אַרומעט. דער שטעטלשער לץ האָט צוגעוואָרפן אין קעסל זיינע זיבן מאָס חכמה: "מסתמא איז אין דעם אידן אַריין אַ דיבוק!" קיין שמץ פון אַ געלעכטער האָט זיך אָבער ניט געהערט.

אין הקדש האָט זיך אויפגעהאַלטן אַ מויד, "כאַנטשע די דולע" ט'מען איר גערופן. זי האָט איין זעלטענעם כח פאַרמאָגט: אַלעמאָל דערשפּירט אַז אימיצער איז אַוועקגעשטאָרבן. ביי קיין טעות ט'מען איר ניט געפּאַקט. זי איז אַרויס אינמיטן נאַכט מיט אַן אָנגעצונדענער קינעלע אין האַנט, און אויפן דרויער באַרג, הויך איבער דער דרואיקע, איר גרייזיקן קדיש געטאָן זאָגן: איסאַקאַדאַל וו'איסאַקאַדאַס סמיי ראַבאָ...

אַן אומעדיקייט האָט אַרומגעכאַפּט די דרויער. דער בייזער מלאך פון אומפאַרגינונג האָט ביי אָרנטלעכע אידן אַרויסגעכאַפּט דעם טאָלפּן מיט פרייד. מ'איז זיך צעגאַנגען ווי נאָך אַ לוויה. מ'האָט דערשפּירט אַז מער ט'מען דעם מאָנטעפיאָרען קיין לעבעדיקן ניט דערזען. ערגעץ אויפן פּאַקנטרעגערשן הימל שטייט זיך מאָנטעפיאָרע לעבן פערד זיינעם, שטייט און פאַרקויפט די ביכעלעך מיט די דיבוקימלעך, זיצט און לאַכט אויס דעם האַרטן דרויער ריש...

עס קומען די יאָרן און ס'גייען די יאָרן. קיין שום פּאַקנטרעגער איז שוין ווייטער אין דרויע ניט אַריינגעפאָרן. קיין נייע מעשה=ביכלעך מיט שער=בלעטער פון פּשעמישיל און בילגורייא האָט מען מער ניט געבראַכט צו טראָגן. די אויסגעדראָשענע פּורים=שפּילן מיט דעם דיבוק און יענעם דיבוק האָבן אָנגעוואָרן זייער אַמאָליקן חן און מ'האָט אין זיי אויך צוביסלעך פאַרגעסן. דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת.

אויפן הימל פון די דיבוקים, האָט מען אָבער אין דרויע פאָרט ניט פאַרגעסן. "אויפן הימל פון די דיבוקים", דאָס איז פאַרשטייט זיך ניט מער ווי אַ פּראָסטלעך=מענטשלעכער אויסדרוק, לשון בני אדם. אויף אַן אמת, גייט דאָ די רייד וועגן הימל פון די פאַרוואָגלטע נשמות, וואָס זיינען אַוועק פונעם עולם התחתון צו פרי, מיט פאַרשיידענע קריוודעס און תרעומות, און מיט אומפאַרענדיקטע חשבונות לויטן שטייגער פון דעם וואָס איטלעכער בר=נש באַדאַרף אין גאַנג פון די באַשערטע יאָרן דאָ אויף דער וועלט אַדורכפירן.

אַ דיבוק האָט דאָך מעיקרא אַ קריוודע און זוכט זיך אַ נקמה. ביים לעבן קען אַ מענטש גובר=את=יצרו זיין, ביי אַ דיבוק איז עס אַ פאַרפאַלענע זאַך. דער עצם כח החיים פון דיבוק איז דער נקמה=דראַנג וואָס קען נאָר וואָר ווערן מיטן צוקלעפּן זיך צו אַ פרעמדן גוף, אַ סימן דער סאַמע לשון דיבוק.

געוויינלעך זוכט זיך אַ דיבוק אַ יורש פונעם באַעוולער, ווען דער יורש איז אַמשוואַכסטן און דער דיבוק איז מסוגל זיך אַריינכאַפּן.

די תאווה צו נקמה איז אָבער ניט פּשוט אַזוי אַ זאַך פון שכל הישר. אַז ביי אַ מענטש, וואָס לעבט זיך אויסעט די באַשערטע יאָרן, קען דער נקמה=דראַנג פאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ירגזון צו אַביסל אַ זייטיקן, אָדער אינגאַנצן אַ זייטיקן; איז דאָך אַפּשיטא שוין אַז ביי אַ דיבוק, וואָס אים גייט נאָר און בלויז אין אויסזוכן זיך נקמות צו אַמאָליקע קריוודעס, און ביי וועמען די נקמה איז דער גאַנצער ציל און די פאַרטשעפּעניש=פאַרקלעפּעניש איז דער איינאיינציקער אופן --- איז מען שוין ניט אַזוי שטרענג מקפּיד. ס'קען רחמנא לצלן אַריין אַ דיבוק ביי אַ זכאי בן זכאי, וועמעס אבות און אמהות האָבן דעם פאַרביסענעם דיבוק קיין שמץ רעה קיינמאָל ניט אָפּגעטאָן.

און ס'איז לאו דווקא בשגגה. פאַרקערט, די דיבוקים, זאָל מען אָפּגעהיט ווערן, זוכן זיך אויסעט דאָרטן אויפן הימל פון די דיבוקים, אַלץ נייע קריוודעס דאָ אונטן, אַבי אַן אויסרייד זיך צוצוטשעפּענען צו אימיצן און אָנמאַכן אַ צרה. שוין ביי מזיקים אַזאַ טבע. ס'איז פאַרשטייט זיך ביי זיי אַ גאַנץ נידעריקער הימל אין די ספירות און היכלות.

האָט עס אַ כאָפּטע מיט דיבוקימלעך דאָרטן שטאַרק פאַרדראָסן, וואָס אין ליטווישן שטעטל דרויע, טוט מען זיי אַזוי אָפּלאַכן. חסידישע צדיקים ווייסן דען בעסער פון אַלעמען ווי אַזוי צו פאַרטרייבן פון אַ מענטשן אַזאַ מין צוטשעפּעניש. דערביי דערגרייכט אָבער אויך דער דיבוק להבדיל אַ געוויסע מדרגה, דהיינו, פאַרמעסטן זיך מיט אַ צדיק, אַדורכריידן זיך מיטן צדיק, און נאָכן פאַרלירן, געניסן דערנאָכדעם פאָרט פון אַ ווייטערדיקן לעבן אויף די זייטעלעך פון די ביכעלעך וואָס דער עולם טוט אויסכאַפּן. אַ קלייניקייט פאַרמעסטן זיך מיט אַ צדיק.

אָבער דאָרטן אין דרויע, האָט אַ דיבוק געטויגט מערניט ביים מושב לצים אויף אויסצולאַכן. יאָר=איין יאָר=אויס, האָבן זיך אַ רעדל מיט דיבוקים אַראָפּגעקוקט ווי די דרויער לאַכן אַ גאַנץ יאָר פון די מעשיות מיט אַ דיבוק וואָס דער פּאַקנטרעגער ברענגט זיי צו טראָגן נאָך פּורים. לאַכן און לאַכן ביז וואַנענט זיי גייען פאַרגיסן דיבוקישע בלוט אין אַ פּורים=שפּיל פאַר אַ גאַנצער שטאָט מיט אידן. איז דאָס זיי ניט גענוג און מ'קומט צו פאָרן נאָך פון רונד אַרום אַ קוק טאָן דעם בייזוואונדער.

פונדעסטוועגן, כל=זמן מאָנטעפיאָרע דער פּאַקנטרעגער האָט געלעבט און איז מימים ימימה אַריינגעפאָרן קיין דרויע מיט די ביכעלעך, האָט קיין שום דיבוק ניט געוואַגט דאָרטן אימיצן מזיק זיין. פאַרוואָס זיי האָבן פאַר אים מורא געהאַט איז שווער צו זאָגן, וועגן דעריין גייט אפשר די רייד אין פּנקס פון מקום פון וואַנענט דער פּאַקנטרעגער מאָנטעפיאָרע קומט, נאָר אַזוי ווי קיינער האָט ניט געוואוסט גענוי פון וואַנענט ער קומט, וועט דאָס אַ שווערע הלכה זיין. אַ סימן אָבער איז עס, אַז געוויסע חברה וואָס שרעקן אָפּעט אַ קאַפּ אַנדערע מענטשן, זיינען אַ סברא עלול ווען=ניט=ווען אויך אָפּשרעקן אַ דיבוק.

אַז דער מאָנטעפיאָרע איז שוין מער ניט געקומען, און איז דערצו אויף יענער וועלט אַוועק, און אַז מער קיין ביכעלעך מיט די מעשיות מיט אַ דיבוק זיינען שוין ניט אָנגעקומען, און אַז די פּורים=שפּילן אין דרויע האָבן זיך אויסגעשפּילט, און דער עיקר אַז מ'האָט שוין אין דרויע ניט געטראַכט און ניט געלאַכט איבער אַ דיבוק, דאַמאָלסט האָבן זיך די כאָפּטע בייזע דיבוקים באַשלאָסן אָפּטאָן אין דרויע אַ זאַך.

אַ סימן האָט מען, אַז ס'איז דווקא בעסער צו ריידן, לייענען, לאַכן און שפּילן וועגן אַ דיבוק. דאַמאָלסט וועט זיך אַ ריכטיקער דיבוק ניט וואַגן צוטשעפּענען זיך.

איז מיט די דרויער איצטער געוואָרן אַ קאַפּ ניט=גוט. יושרדיק צי ניט יושרדיק, אַ רעדל מיט דיבוקים האָט באַשלאָסן זיי פאַרטשעפּענען אין דרויע. איין דיבוק מיטן אַנדערן האָט זיך געשושקעט: "מ'עט זיך מיט אָטאָ די ליטוואַקעס דאָרטן אָפּרעכענען".

 נאָר דאָס אַלץ וואָס האָט ווייטער פּאַסירט, דאָס איז פונדעסטוועגן גאָר אַן אַנדער מעשה.

  

  

 

דוד טושינקסיס "גוט מאָרגן, שטעטעלע"

(רעפּראָדוצירט פון: יצחק לודען, "פּערל פון גן=עדן", תל אביב 1988, ז. 161).

 

 

 יאָסל בערגנערס "אַנטפּלעקונג"

(רעפּראָדוצירט פון: יצחק לודען, "פּערל פון גן=עדן", תל אביב 1988, ז. 320).

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 23, 2008
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations