פון מרדכי באַומאַן ע״ה*)
גער און אַלעקסאַנדער זיינען געווען די שטאַרקסטע חסידישע ״הויפן״ אין פּוילן, ווי אויך אין אונדזער שטעטל זשיראַרדאָוו.
ביידע האָבן געהאַט צוויי חסידישע מנינים-״שטיבלעך״ אינעם שטעטל, וואו עס האָבן יעדן טאָג געדאַוונט איבער הונדערט אידן. מיר האָבן זיי געזען יעדן שבת און יום-טוב, אַהיימגייענדיק פון דאַוונען גרופּנווייז, די גערער, אַלע לאַנג געקליידעט, אַ סך אין שטריימלעך. די אַלעקסאַנדערער, אויך לאַנג געקליידעט, אָבער שוין אַביסל מער ׳׳געפּוצט׳׳ אין זייער קליידונג.
ס׳איז שוין אַדורך מער ווי זיבעציק יאָר, אָבער עס דערמאָנט זיך מיר אַן עפּיזאָד, וואָס איז זיך פאַרלאָפן אין די דרייסיקער יאָרן פון פאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אין אַ יום כיפּור.
כ׳האָב געדאַוונט, אַלס גאָר אַ יונגער בחור׳ל, צוזאַמען מיט מיין פאָטער ע׳׳ה, אין גערער שטיבעל. ס׳איז שוין אַוודאי געווען ביי תפילת מוסף, ווען פּלוצים האָט זיך אויפגעריסן די טיר פון שטיבל, און אַ איד איז אַריינגעלאָפן מיט אַ געשריי:
״איר, אידן, דאַוונט און פאַסט, און דאָרט, אַ האַלבער בלאָק פון דאַנעט, מאַכן יונגוואַרג אין הייליקסטן טאָג פון יאָר, אַ מיטאָג, אַ צו להכעיס פרעסעריי, אין זייער פּראָפעסיאָנעלן פאַראיין״.
דער רוף און דער אויסגעשריי איבער אַ פרעסאָריע אין יום-כיפּור, האָט אַלעמען אין ״שטיבל״ אויפגערודערט, און עס האָבן זיך גלייך געמאָלדן עטלעכע יונגע חסידים, וואס האָבן באַשלאָסן אַראָפּצוגיין אין פּראָפעסיאָנעלן פאַראיין צו פּראָטעסטירן קעגן דעם חילול השם.
איך האָב, אויס נייגעריקייט, באַשלאָסן מיטצוגיין מיט די פּאָר פּראָטעסטירנדע חסידים, און זען וואָס דאָרט קומט פאָר. און אָט וואָס מיר האָבן דאָרט געזען.
אויף עטלעכע לאַנגע בענק זיינען געזעסן אַ דרייסיק יונגע בחורים און עטלעכע יונגע מיידלעך, און געהערט וואָס איינער, ביי אַ שטענדער, האָט גערעדט מיט פייער און צאָרן וועגן דער עקספּלואַטאַציע פון די שניידער ביי אונדז אין שטעטל.
די אָנוועזנדע אינעם לאָקאַל פון פאַראיין זיינען געווען איבערראַשט פון די אומגעבעטענע ״געסט״ מיט די טליתים אויף די אַקסלען, און האָבן זיי געגעבן צו פאַרשטיין, אַז נישט קיין ״פרעסאָריע״ קומט פאָר דאָ, אין לאָקאַל פונעם פאַראיין, נאָר אַן אויפקלערונגס-מיטינג וועגן די באַדינגונגען פון די שניידער-געזעלן. טראָץ דעם וואָס די דאָזיקע אויפקלערונג, און די נישט-׳׳פרעסאָריע׳׳ האָט אַביסל באַרואיקט די פּראָטעסטירנדע חסידים, וועלכער האָבן גלייך באַגריפן, אַז דער טעות האָט זיך דאָ גענומען פון די צוויי ״אומשולדיקע״ ווערטער, ״מיטינג״ און ״מיטאָג״, וואָס זיינען ענלעך פאַרן אויערהאָבן די חסידים אָבער אויך פּראָטעסטירט אויפן קול פאַר דורכפירן אַ מיטינג אין אַזאַ פאַרהייליקטן טאָג ביי אידן ווי יום כיפּור, און פאַר רעדן וועגן אַזעלכע ״פּראָזאַאישע״ עניינים ווי ״עקספּלואַטאַציע״ און אַרבעטס-לוינען.
אַ פאַקט איז, אַז סיי די גערער, סיי די אַלעקסאַנדערער חסידים, זיינען געווען שטרענג אָרטאָדאָקסיש, אָבער די גערער חסידים זיינען געווען מער עקסטרעם ווי די אַלעקסאַנדערער חסידים, וועלכער זיינען געווען מער ליבעראַל געשטימט.
ס׳איז אויך אַ פאַקט, אַז בעת דער גערער רבי, אדמו״ר רבי אברהם מרדכי אַלטער זצ״ל, איז געווען דער גרינדער פון דער פּאָליטישער פּאַרטיי ״אגודת ישראל״, און אַלע זיינע חסידים זיינען אויטאָמאַטיש געוואָרן מיטגלידער פון אגודת ישראל, האָבן אַלעקסאַנדערער חסידים געהערט צו דער פּאַרטיי בלויז אויף אַן אינדיווידועלן אופן.
אָבער ווען דער פּיעטריקאָווער רב, הרב הגאון ר׳ מאיר שאַפּיראָ זצ״ל, האָט איינגעפירט דעם ״דף היומי״, אַז יעדער איד זאָל יעדן טאָג לערנען אַ בלאַט גמרא, האָבן אַלע אַלעקסאַנדערער חסידים אָנגענומען דעם מנהג.
אין אַלגעמיין, זיינען די באַציאונגען צווישן גער און אַלעקסאַנדער געווען קאָרעקטע, אָבער קאַלטע, אָפּהענגיק פון שטאָט און שטעטל. ספּעציעל האָט זיך דאָס אויסגעדריקט ווען ס׳איז געקומען אויסצואוויילן אַ רב אין שטאָט, אָדער ביים אויסוויילן פאָרשטייער צו דער קהלה, וואו סיי די גערער, סיי די אַלעקסאַנדערער חסידים האָבן געוואָלט, אַז דער רב אָדער שטאָטישער פאָרשטייער זאָלן זיין פון זייערע אָנהענגער.
מען האָט עס אויך געזען ביים קלויבן משפּחה-מיטגלידער. צום ביישפּיל, מיין פאָטער ע׳׳ה איז נישט געווען צופרידן ווען אַ שדכן האָט פאָרגעשלאָגן אַז זיין טאָכטער, מיין שוועסטער, זאָל חתונה האָבן מיט אַ אַלעקסאַנדער חסיד׳ס א זוהן. ער האָט שוין בעסער געוואָלט אַז זי זאָל נעמען דעם זוהן פון אַ ראַדזימינער חסיד...
אַגב, דאָס פּאָרפאָלק האָבן געלעבט בכבוד און גליקלעך, ביז די דייטשע רוצחים האָבן פאַרשניטן זייער יונג לעבן. פאַרשטייט זיך, אַז דער האָלאָקאָוסט האָט נישט געמאַכט קיין אונטערשיד צווישן גער און אַלעקסאַנדער.
זאָל זייער אָנדענק זיין געבענטשט עד סוף כל הדורות.
*) באַמערקונג פון רעדאַקציע: דאָס איז דער לעצטער אַרטיקל וואָס אונדזער לאַנגיאָריקער קאָלומניסט מרדכי באַומאַן ע״ה, וועלכער איז לעצטנס נפטר געוואָרן אין טיפן עלטער פון 99 יאָר, האָט אָנגעשריבן און אַריינגעשיקט אין דער רעדאַקציע פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״.
|