about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אן איגרתל פון ווילנא
קאַפּיטעלעך אידיש
הירשע=דוד כ”ץ
 

 

אַן הקדמהלע אַ קליינינקע

אַ ליטוואַק, אַזוי קען מען ווען=ניט=ווען אויסהערן ביי אַ זייטיקן, איז דאָך בטבע אַ כעסן. אַ שטיקל ישועה נאָר (אַזוי רעדט מען פונדעסטוועגן אויכעט), וואָס אַ ליטוואַק איז אַלעמערשטנס ברוגז  מ י ט   ז י ך   אַ ל י י ן,  אָנשטאָט אויסזוכן זיך אַ קרבן בעלמא, אַ צווייטן. (דאָס האָט אַפילו אַ באלכסונדיקן שייכות מיט דעם וואָס אַ ליטוואַק איז עלול תשובה טאָן נאָך פאַר דער עבירה, נאָר דאָס געהערט אַן אנדער קאַפּיטעלע אידיש.)
אַכלל, איך האָב זיך אַנטשולדיקט פאַר אונדזער רעדאַקטאָר, און בעט איצט מחילה ביי אייך, טייערע, חשובע לייענער פונעם ״זשורנאַל״, פאַרן לאַנגן שווייגן, דאָ אינעם אַמאָליקן, חרוב=געוואָרענעם ירושלים דליטא. וואָס אַן אמת, איז דאָ אַ איד בפירוש ווען=ניט=ווען שטאַרק פאַרנומען דאָ מיטן אָננעמען זיך פאַר דער קליינער אידישער קהילה קעגן די אָפטע אַנטיסעמיטישע העצעס; מיטן פאַרטיידיקן דעם כבוד פון די טייערע שארית=הפּליטה אידן וואָס זיינען געבליבן ליבן דורכן העלדיש קעמפן קעגן די נאַציס אין די וועלדער, וואָס קעגן זיי שטעלט גאָר אַרויס די מלוכה ווילדע קלאַגן און באַשולדיקונגען; מיטן בויען אַ ברייטערע התנגדות (שיער ניט געזאָגט: מתנגדות, ווי עס קען זיך אין ווילנע פּלאָנטערן אַ צונג) אַקעגן די שרעקלעכע רעזאָלוציעס ביי היינטיקן טאָג אין אייראָפּעאישן פּאַרלאַמענט וואָס ווילן אַריינשרייבן פאַר אייראָפּע אַ פאַלשע רעווידירטע געשיכטע, אַז עס איז ניט געווען קיין חורבן (האָלאָקאָוסט), געווען זיינען צוויי ״גלייכע גענאָצידן״ מצד נאַציס און סאָוועטן. נאָר דאָס אַלצדינג געהערט אַן איגרתל פון ווילנע, ניט אַ קאַפּיטעלע אידיש.

 

* * *

טאָ וואָס זיינען דאָס די נייע ״קאַפּיטעלעך אידיש״?
פון געשיכטע וועגן: דער נאָמען שטאַמט פון אַ רובריק מיט וועלכער איך האָב מיט יאָרן צוריק אָנגעפירט אין ״פאָרווערטס״, אונטער דער רעדאַקציע פונעם איידעלן, טייערן יאָסל מלאָטעק ע״ה. קומט אויסעט יאָסל מלאָטעקן מיט פרייד דערמאָנען לטובה ביים אויפלעבן אַ פּראָיעקט וואָס איז געבאָרן געוואָרן און האָט שיינע יאָרן אויסגעלעבט אונטערן קלוגן רעדאַקטאָרשן אוהל פון זיין השגחה.
פון מעשה כולה וועגן: פאַרוואָר, ס׳האָבן זיך ביי אונדז אָנגעקליבן אָנפרעגן, וואָס זיינען דאָ קיין ווילנע אַריבערגעשיקט געוואָרן פון פאַרשיידענע מקומות, טאַקע פון נאָענט און פון ווייט, אויף וועלכע מיר האָבן, את חטאי אני מזכיר, נאָך ניט געענטפערט (איז: אַ דאַנק די אָנפרעגער פאַר זייער געדולד און מידת הרחמים).
פאַראַן נאָך אַ צווייטע ליטווישע טבע, דהיינו: צו פּרובירן ענטפערן אויף צוויי קשיות מיט איין תירוץ. די ערשטע קשיא איז אויפן לענגערן שווייגן בכלל פאַר די טייערע לייענער. די צווייטע קשיא איז מכח די געפרעגטע פראַגן מכח אידיש (ניט אויף אַלצדינג, פאַרשטייט זיך, ווייסן מיר אַן ענטפער, אָדער אַפילו אַן השערה, און אַ סברא אַז ניט איינמאָל וועלן מיר אויך אַריינפאַלן, ווי ס׳איז דער שטייגער, און מיר ריכטן זיך אַז איר, טייערע לייענער, אַז איר וועט אָפטמאָל האָבן מער און בעסערס וואָס צו זאָגן).
איז לייגן מיר אייך היינט אויפן טיש, טייערע לייענער פונעם זשורנאַל, אַן ערשטן נוסח פונעם תירוץ אויף די ביידע זאַכן: די ״קאַפּיטעלעך אידיש״, מיט דאַנקבאַרשאַפט אונדזער רעדאַקטאָר=לעבן, הרב יוסף יצחק בן גרשון יעקבסאָן נ״י.

מערב אידיש און מזרח אידיש

דער באַקאַנטער געלערנטער, פּראָפעסאָר שאול שטאַמפּפער, פון העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, האָט אַנומלטן צוגעשיקט אַ פראַגע וועגן דעם עצם  ע ל ט ע ר  פון דער בולטער דיפערענציאַציע פון מערב אידיש און מזרח אידיש. פּראָפעסאָר שטאַמפּפער, אַ געבאָרענער אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיאַ, און לאַנגע יאָרן אַ תושב אין ירושלים, איז דער מחבר פון אַ סך געלערנטע ווערק, בתוכם זיין בוך אויף העברעאיש וועגן דעם אויפקום פון די ליטווישע ישיבות (עס גייט בקרוב אַרויס אַן איבערזעצונג אויף ענגליש).
כדרך המלומדים, ברענגט פּראָפ. שטאַמפּפער ניט סתם אין דער וועלט אַריין אַ פראַגע, נאָר מיט אַ ״רחל בתל הקטנה״: ״ווי פרי קען מען  ד אָ ק ו מ ע נ ט י ר ן אַז עס איז געווען אַ חילוק פון מערבדיקן און פון מזרחדיקן אידיש״?
פון קלאָרקייט וועגן: די אַלע היינטיקע לעבעדיקע אידישע דיאַלעקטן (״פּויליש=אונגאַריש״, ״אוקראַיניש=בעסאַראַביש״, ״ליטוויש=וויסרוסיש״ און זייערע אונטער=דיאַלעקטן) געהערן אָן אויסנאַם דעם: מזרחדיקן אידיש. אין ברייטערן זין וועט דאָס פּשוט הייסן: דער אידיש פון די מזרח=אייראָפּעאישע אידן.
דאַקעגן=זשע, גייען אַריין אין מערב אידיש די אַמאָליקע אידישע דיאַלעקטן וואָס מ׳האָט מיט הונדערטער יאָרן צוריק גערעדט אין די דייטש=ריידנדיקע לענדער, אין האָלאַנד, אין עלזאַס, אין איטאַליע און די שכנותדיקע לענדער. ביישפּילן אויפן שפּיץ מעסער: אויף ״טאַטע״ און ״מאַמע״ האָט מען געזאָגט: ״עטע״ און ״מעמע״. אַ ״תפילה״ האָט געהייסן --- אַ סידור. געציילטע רעשטלעך לעבן עד היום אין מויל פון אידן פון גרענעצדיקע געביטן פון מזרחדיקן אידיש, למשל: ״בערכעס״ אָדער ״באַרכעס״ אויפן אָרט פון אונדזער ״חלה״. וועגן דעם אַלעמען, מירצעשעם, אין אַן אַנדער קאַפּיטעלע אידיש.
וגם זו כדרך המלומדים, וואָס פּראָפ. שאול שטאַמפּפער אַליין ברענגט אַראָפּעט אַן ערשטע תשובה. ער דערמאָנט אין זיין בריוו די באַרימטע קורצע באַמערקונגען אויף דער טעמע פון דעם קריסטלעכן געלערנטן פון לשון קודש און אַראַמיש וואָס האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט אידיש, יאָהאַן בוקסטאָרף אין באַזעל, אין דער שווייץ (ער האָט געלעבט פון 1564 ביז 1629). אין זיין ״טעזאורוס״ (באַזעל, 1609), שרייבט ער (אויף לאַטיין, לויטן מנהג פון די קריסטלעכע געלערנטע פון יענער צייט), אַז די פּוילישע אידן דיפערענצירן זיך פון די דייטשישע אין זייער לשון, אַז זיי, די פּוילישע אידן, ריידן מיט אַ זינגעוודיקן טאָן; ער דערמאָנט אויך בפירוש דעם באַנוץ פון ״ענק״ (אָנשטאָט ״אייך״) ביי די פּוילישע אידן. נמצא, אַז בוקסטאָרף האָט דאָ טאַקע געמאַכט אַ קורצע באַמערקונג וועגן דעם, אַז מערב אידיש (ביי אים וועט דאָס הייסן: ביי די דייטשישע אידן) איז געווען אַנדערש איידער דער מזרחדיקער אידיש (צו יענער צייט פאַרסכהכלט אינעם באַגריף: ״די פּוילישע אידן״).
דער חילוק גופא פונעם מערבדיקן אידיש ביזן מזרחדיקן איז אָבער פאַרשטייט זיך אָן אַ שיעור עלטער איידער דיאָ קורצע באַמערקונג פונעם קריסטלעכן אָבזערוואַטאָר מן הצד פון אָנהייב זיבעצעטן יאָרהונדערט.
ערשטנס, איז מן הסתמא: צוויי קיבוצים אויף פאַרשיידענע טעריטאָריעס דיפערענצירן זיך  אַלעמאָל, מדעיקרא, בלשונם, אין זייער דיאַלעקט. דאָס איז אַ פּרינציפּ פון דער אַלגעמיינער טעאָרעטישער  דיאַלעקטאָלאָגיע. היוצא מדברינו: דער מזרחדיקער אידיש האָט זיך גענומען אונטערשיידן פונעם מערבדיקן שוין באַלד ווי אידן האָבן גענומען זיך אַריבערקלייבן פון די צענטראַל אייראָפּעאישע לענדער קיין פּוילן (און ליטע, אוקראַינע וכו׳).
צווייטנס, טאַקע אינעם גייסט פון פּראָפעסאָר שטאַמפּפערס לייגן דעם טראָפּ אויף דאָקומענטירטע ראיות, און ניט גלאַט אַזעלכע וואָס וואַקסן פון טעאָריעס און השערות:
דער ענטפער על רגל אחת איז, אַז  א י ד י ש ע  מחברים, און אין דער ערשטער ריי אונדזערע רבנים, האָבן אין גאַנג פון זייערע הלכהשע און אַנדערע שקלא=וטריות זיך דאָ און דאָרטן אָפּגעשטעלט אויף אונטערשיידן צווישן אידישע דיאַלעקטן. אַזאַ מין גרונט=פראַגע, וועגן מערב און מזרח אידיש, האָט פאַרשטייט זיך אויך געצויגן זייער אויפמערקזאַמקייט.
עטלעכע ביישפּילן: איינער פון די סאַמע מיסדים פון נוסח אשכנז, דער מהרי״ל ז״ל (מהר״י סג״ל, יעקב בן משה הלוי מולין, געלעבט בערך פון 1360 ביז 1427) האָט שוין מבחין געווען אין זיינע שאלות ותשובות, ריידנדיק וועגן אַ פּרט אין לייגן תפילין, וועגן דעם אונטערשייד צווישן די ״בני עסטרייך״ (מזרחדיק פון זיין שטאַנדפּונקט) און די ״בני הת״ (די אַמאָליקע אשכנזים ביים ריין אין געגנט פון די קהילות שו״ם --- שפּירא [שפּייער], ווערמייזא [וואָרמס] און מאגענצא [מיינץ]). מען האָט אין יענע דורות גוט געוואוסט אַז די מערבדיקע אשכנזים ריידן אַרויס אַ ״חית״ אַזוי ווי אַ ״הא״ (דעריבער: בני=הת), בעת ווען די מזרחדיקע מאַכן פונעם חית: אַ כף (רפויה). בעת מעשה האָט מען הנאה געהאַט פונעם שפּאַסיקן און היימישן אָנדייט אויף די בני חת וועלכע האָבן דאָך אברהם=אבינו׳ן פאַרקויפט די מערת המכפּלה (בראשית כ״ג).
דער ענין איז נאָך עלטער. אָט למשל האָט זלמן הנקדן (״יקותיאל פון פּראָג״), וועלכער האָט געלעבט אַ סברא אין פריערדיקן דרייצעטן יאָרהונדערט, דערמאָנט אין זיין ״עין הקורא״ אַז ביי יענע אשכנזים (ד.ה. לויט אונדזערע היינטיקע השגות: די מערב אשכנזים, די דוברי מערב אידיש), ביי וועמען מען רעדט אַרויס דעם חית ווי אַ הא (די ״בני הת״), איז פאַראַן נאָך אַ שטריך: זיי זיינען ניט מבחין צווישן דעם שין=ימין (״ש״ קלאַנג) און שין=שמאל (״ס״ קלאַנג). ווער עס האָט אַמאָל אַריינגעקוקט אין דער אַלט=אידישער ליטעראַטור פון הונדערטער יאָרן צוריק, ווייס זייער גוט אַז קיין סמך וועט מען דאָרטן אויף אַ רפואה אויך ניט טרעפן. מ׳האָט אָנגעווענדט בלויז דעם אות ״שין״.
טאַקע (פאַר קיינעם ניט געדאַכט!) ווי די אַמאָליקע אומגליקלעכע בני אפרים וואָס האָבן איינגענומען אַ מיתה משונה פאַרדערפאַר וואָס זיי האָבן ניט געקענט אַרויסזאָגן ״שבולת״ און זיינען טיף אַריינגעפאַלן מיטן ״סבולת״ (שופטים י״ב: ה-ז). עס דערמאָנט אויך אין די שפּעטערדיקע ליטוואַקעס מיט זייער ״סבסדיקן לסון״. און אַז ס׳גייט שוין דערוועגן די רייד: צי איז פאַראַן אַ התקשרות צווישן די אַמאָליקע מערבדיקע אשכנזים און די שפּעטערדיקע ליטוואַקעס אינעם ענין פונעם ״שמאל״? דאָס איז גאָר אַן אַנדער קאַפּיטעלע אידיש...
אויף היינט וועט דאָס קלעקן אויף צו דערווייזן, אַז אונטערשיידן צווישן מערב אידיש און מזרח אידיש זיינען געווען פון די עלטסטע צייטן, און די ערשטע וואָס האָבן זיך אַפדערוף אָפּגעשטעלט זיינען געווען אַמאָליקע רבנים און בעלי לשון. שפּעטער=צו האָבן זיך אינטערעסירט אויך קריסטלעכע געלערנטע.

“אַ גוטן טאָג“

יהושע מאַרקאָוויץ, אַ סטודענט פון יוריספּרודענץ (שטודירט ווערן אַן אַדוואָקאַט) אין לאָס אַנדזשעלעס, קאַליפאָרניע, און אַן איבערגעגעבענער סטודענט פון אידיש און שומר אידישקייט, פרעגט אַזאַ מין זאַך.
ער האָט מיט גרויס הנאה איבערגעלייענט די באוואוסטע סאַטירע איבער דער ״אידיש באַוועגונג״ אין אַמעריקע, וואָס עס האָט אָנגעשריבן די באַרימטע ניו=יאָרקער אידישע שרייבערין מרים שמולעוויטש האָפמאַן. דאָרטן שילדערט מרים האָפמאַן אַ ״קאָנגרעס צו ראַטעווען די אידישע שפּראַך״ וואָס עס ווערט אָנגעפירט פון איינעם אַ ״דאָקטאָר ראַבאַי״ וועלכער עפנט אויף דעם קאָנגרעס זיינעם (וואָס קומט פאָר, ניט מער און ניט ווייניקער, אין ליטל=ראָק, אַרקענסאָ...) בזה הלשון: ״אַ גוטן טאָג״. צוויי היימישע אידן וואָס זיצן זיך אינעם עולם קוקן איינער אויפן אַנדערן פאַרחידושט. איינעם דאַכט זיך אַז מ׳ענדיקט שוין גלייך די פאַרזאַמלונג (ווייל אויף אידיש זאָגט מען ״אַ גוטן טאָג״ אַז מ׳געזעגנט זיך), בשעת ווען דער צווייטער באַרואיקט אים, פאַרזיכערנדיק, אַז מען פאַרטרייבט חלילה ניט דעם עולם; נאָר וואָדען,  דער ״דאָקטאָר ראַבאַי״ (ווי אַ סך זעלבסט=פּראָקלאַמירטע ״אידיש רעטער״) הינקט פּשוט אונטער אין אידיש (ד.ה. די שפּראַך וואָס זיין קאָנגרעס איז געקומען אָפּראַטעווען).
דעם באַנוץ פון ״אַ גוטן טאָג״ אויפן אָרט פון ״שלום=עליכם״ אָדער ״ברוכים הבאים״ (אָדער סתם ״האַלאָ״) טרעפט מען אין די ענגליש=ריידנדיקע לענדער ביי די וואָס קענען שוואַכלעך אידיש. אפשר האָט דאָ געווירקט דער היינט=שוין=אַלטמאָדישער ענגלישער ״גוד דעי״.
לערנט זיך אָבער אין משך פון דעם איצטיקן אוניווערסיטעט=זמן יהושע מאַרקאָוויץ אין לאָס אַנדזשעלעס, העיר הגדולה אשר למדינת קאַליפאָרניע ביי אַ לערער, אַ איד פון דער אַלטער היים וואָס איז איבער די שמונים, עד מאה ועשרים שנה. און דער לערער פאַרזיכערט זיינע תלמידים, אַז ״אַ גוטן טאָג״ קען מיינען ״האַלאָ״ אויך, און ניט נאָר ״גודבאַי״, און ער געדענקט דאָס בפירוש פון זיינע קינדער=יאָרן.
איז וואָס איז דער דין? פאַראַן אין הלכות אידיש אַ הווה=אמינא, אַז ווען מ׳האָט אַן עדות אַ איד פון פאַר דער מלחמה וואָס טענהט, אַז ער אָדער זי געדענקט אַ פּרט הלשון פון אַמאָל, פון דער היימשטאָט אין מזרח אייראָפּע גופא, טאָר מען דאָס ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט. ס׳פאַלט אַפדערוף אַ שטעמפּל: צריך עיון.
אין דעם פאַל איז א סברא שייך אָט וועלכער ענטפער: יהושע מאַרקאָוויץ האָט גלייך אַ פרעג געטאָן ביי זיין אידישן לערער אָדאָס וואָס מ׳דאַרף אַ פרעג טאָן סאַמע אָנהייב ביי יעדן טייערן אידן פון דער פאַרמלחמהדיקער אַלטער היים: פון וואַנעט שטאַמט אַ איד?
דער ענטפער: פון ריגע, היינט די הויפּט=שטאָט פון לאַטוויע (לעטלאַנד). אין משך פון הונדערטער יאָרן, און אויך אין די צווישן=מלחמהדיקע יאָרן ווען יהושע מאַרקאָוויצעס לערער איז אויפגעוואַקסן, איז איינע פון די אָנגעזעענע שפּראַכן אין ריגע געווען די דייטשישע שפּראַך. ביז וואַנעט די צאַרישע מאַכט פון מלכות רוסלאַנד האָט ניט געמאַכט רוסיש פאַר דער אָפיציעלער שפּראַך פון דער שטאָט, אין יאָר 1891, איז דייטש אַפילו געווען די אָפיציעלע שפּראַך פון דער שטאָט פאַרוואַלטונג. אין די יאָרן צווישן די ביידע וועלט מלחמות, האָט די אומאָפּהענגיקע לעטישע מלוכה געווירקט מיט וואָס נאָר מעגלעך, אַז לעטיש זאָל ווערן די געוועלטיקנדיקע שפּראַך, ניט דייטש און ניט רוסיש. נאָר די צוויי גרויסע, שטאַרקע שפּראַכן האָבן ווייטעק שטאַרק געווירקט, ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעמען.
איז אונטער דער השפּעה פון דייטש, וואו ״גוטען טאַג״ מיינט בפירוש ״האַלאָ״, איז טאַקע געווען אָנגענומען אין גערעדטן ריגער אידיש דער באַנוץ אויף אידיש פון ״אַ גוטן טאָג״ מיט אָטאָ דעם באַדייט.
איז דער לאָס=אַנדזשעלעסער לערער פון אידיש, אַ יליד ריגע, אינגאַנצן גערעכט וועגן זיין היימישן באַנוץ, און ס׳איז אַ טייל פון דער געשיכטע פון ריגער אידיש. אָבער פאַרן אַלגעמיינעם באַנוץ פון אידיש איבער דער וועלט, ביי היינטיקן טאָג און אויף לאַנגע יאָרן ממש, קען ״אַ גוטן טאָג״ נאָר הייסן: ״זייט געזונט״, אַז מ׳געזעגנט זיך.
און דערמיט טאַקע געזעגענען מיר זיך אויף היינט מיט אייך, טייערע לייענער, ווינטשענדיק געזונט און אַלדאָסגוטס, אָנהייבנדיק מיט אַ גוטן טאָג און אַ גוטע וואָך.


www.dovidkatz.net
www.holocaustinthebaltics.com
 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on November 27, 2009
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations