פון וואַנעט שטאַמט ״משומד״?
דער באַגריף ״משומד״ (פאַר קיינעם ניט געדאַכט), איז באַקאַנט שוין אין דער גמרא און אין די עלטסטע מדרשים, וואו ס׳איז חל די שפּאָגל=קלאָרע לאָגיש=יורידישע קאַטעגאָריזירונג פון אונדזערע חכמים. אין דער מכילתא (פּרשת בא) אַשטייגער, אויף דעם וואָס ס׳שטייט געשריבן ״כל בן נכר לא יאכל בו״ (וועגן קרבן פּסח, שמות י״ב: מ״ג), וואָס אַפדערוף מאַכט יהואש: ״קיין פרעמד=געבאָרענער טאָר פון אים ניט עסן״, זאָגט דער מדרש מכילתא: ״אחד: ישראל משומד, ואחד: גוי״.
אין סנהדרין ירושלמי רעדט זיך וועגן דער קאַטעגאָריע פון ״קדשי משומד״, וואָס מ׳טאָר פאַר קיין קרבן ניט ברענגען, און מ׳טאָר זיי אויך ניט נוצן פאַר=זיך (י׳, דף כ״ט, ד׳). אין סנהדרין בבלי ווערט דערמאָנט ר׳ אשי׳ס סברא אַז אין סיפא פון אַ געוויסער משנה רעדט זיך וועגן אַ ״ישראל משומד״ (דף ס״א ע״ב). אין הוריות ירושלמי גייט די רייד וועגן דעם אַז מ׳דאַרף געבן אַ משומד וואָס האָט חוזר בתשובה געווען צדקה נאָך פאַרן גר (ג׳, מ״ח, ב׳).
זאָל מען אַריבערהיפּן ביז צו די עשירותן פון אונדזער אידיש, ווייס מען (אָפּגעהיט זאָל מען ווערן), ניט נאָר וועגן אַ משומד, נאָר אויך משומדים; אַ משומדת אָדער משומדתטע; משומדות און פאַרשטייט זיך שמד, וואָס מ׳טרעפט אין ״שמד=שטיק״ און ביי אַן ״אָפּגעשמדטן״.
איז במילא שוין פון לאַנג געדרונגען, אַז דער שורש פון וואָרט משומד איז שין=מם=דלד, פון לשון ״להשמיד״: פאַרניכטן, פאַרטיליקן, צעשטערן, צעשמעטערן, חרוב מאַכן, אַ תל מאַכן, וכו׳. אויף אידיש פעלט דאָך ברוך=השם ניט אויס קיין ווערטער...
וואָס אַן אמת, איז דער שורש שין=מם=דלד גאָר אַן אַלטער. גענוג צו דערמאָנען, אַז מ׳טרעפט אים אין דער תוכחה: ״והשמדתי את במותיכם״ (ויקרא כ״ו: ל).
זיינען אָבער פאָרט די ״דברי הימים״ פון אַ וואָרט געוויינלעך מער קאָמפּליצירט און מלא סתרי=מילות איידער אָדאָס, וואָס ס׳קען זיך אויפן ערשטן בליק דאַכטן.
איז אַ שטיקל קשיא: די ליניע פון ״שמד״ ביזקל ״משומד״ איז אָבער פאָרט ניט קיין איינפאַך=פּשוטע. ס׳איז אפשר אַפילו לאָגיש, אַז ווער ס׳פאַרראַט זיין פאָלק און דעם רבונא דעלמא איז אַ גייסטיק פאַרניכטעטער, אַ צעשמעטערטער. פאַרן פילאָלאָג שמעקט דאָס אָבער אַ קאַפּ מיט: פּשטלען זיך. איז טאַקע אַ שיינע מידה, אין הלכות לשון קען אָבער ניט שאַטן אויסצוהערן אַ צד השני.
אָנהייבן דאַרף מען פון אלף (ווי דען?), און דער עולם ווייס דאָך וואָס ער רעדט אַז מ׳זאָגט: כל התחלות קשות.
פון זינט די צייטן פון דער גמרא און די אַלטע מדרשים, ועד היום הזה, אַ קיימא=לן באַלד שיער ניט פון צוויי טויזנט יאָר, האָט דער וואָרט ״משומד״ אַ העכסט=ספּעציפישן באַדייט אין דער בחינה פון ״ברחל בתך הקטנה״ ממש (שיער ניט געזאָגט...). במה דברים אמורים? דאַמאָלסט, אַז ס׳גייט די רייד וועגן דעם נאַטירלעכן, פאַקטישן באַנוץ אין מויל פון פאָלק. אין דער פילאָלאָגיע איז אָט די אמתדיקייט, דער באַנוץ בפי העם, דוחה אַלע ווערטערביכער און פּשטלעך פון די בעלי לשון למיניהם.
אַ משומד אויף אידיש הייסט אַ איד וואָס האָט זיך געלאָזט אָפּטויפן אין דער קריסטלעכער צערעמאָניע פון באַפּטיזם, און איז דערביי געוואָרן אַ קריסט. ווענדט מען למשל אָנעט, לאָמיר אָנכאַפּן, דעם וואָרט ״משומד״ אויף אַ איד וואָס איז אַוועק צום בודיזם פון אינדיע, אָדער אויף די גלויבנס פון אַן אַפריקאַנער שבט, קען מען אַזאַ איינעם אפשר נאָך אָנרופן ״משומד״ מיט אַ שמייכל, מיט אַ צחוק קל, נאָר ניט אינעם עצם זין פון וואָרט.
מ׳קען אַפילו אַרויסרוקן אַן השערה, אַז די עצם צונויפפּאָרונג פונעם וואָרט ״משומד״ דווקא מיטן קריסטנטום, אינעם מויל פון אידישן פאָלק, איז בערך אַזוי אַלט ווי דער קריסטנטום גופא. און במילא אַזוי אַלט ווי דער וואָרט ״משומד״.
טאָ מה ענין הנוצרים אצל ״משומד״? דעם תירוץ אויף דער קשיא טרעפט מען לויטן שכל פון ״פרעג ניט דעם רופא, פרעג דעם חולה״, דהיינו: וואָס טרעפט מען ״ביי זיי גופא״, ביי די קריסטן?
עס איז ניט קיין סוד, אַז די ערשטע קריסטן זיינען אָן אויסנאַם געווען אידן, אָנהייבנדיק פון סאַמעראָדנעם יוחנן דעם באַפּטיסט מיט יעזוסן אַליין, פאַרשטייט זיך. ווייטער איז ניט קיין סוד אַז זייער לשון איז געווען אַראַמיש, אַזוי ווי ביי אַלע אַנדערע דאַמאָלסדיקע אידן. דאָס איז דער אידישער אַראַמיש וואָס איז געוואָרן פון די הייליקע אידישע שפּראַכן אין גאַנג פון דער אידישער געשיכטע. אין משך פון דורות האָט זיך דער אַראַמיש פון די נייע קריסטן גענומען דאָ און דאָרט אונטערשיידן זיך, ווי ס׳איז דער שטייגער, פונעם אידישן אַראַמיש פון וועלכן ער האָט אָפּגעשטאַמט.
די געלערנטע זיינען שטאַרק מחולק איינער מיטן אַנדערן (״אַ נייס אין שטעטל״. . .) וועגן דער פראַגע, צי די עלטסטע ביכער פונעם ״נייעם טעסטאַמענט״ (די פיר עוואַנגעליעס אָדער ״גאָספּעלס״) זיינען לכתחילה געווען געשריבן אויף אַראַמיש צי אויף גריכיש. זיי וועלן זיך דערוועגן לאַנגע יאָרן נאָך אַמפּערן, איז געזונטערהייט. (מן=הסתם אגב --– אויף אַראַמיש).
צום ענין איז אָטוואָס: אינעם פאַראַנענעם אַראַמישן נוסח פונעם נייעם טעסטאַמענט (לשם דיוק רופט מען אָנעט דעם קריסטלעכן דיאַלעקט פון דער שפּראַך ניט אַראַמיש נאָר: סיריאַקיש, אויף ענגליש: ״סיריאַק״) ווערט יוחנן דער באַפּטיסט אָנגערופן: ״יוחנן מעמדנא״. דער פּירוש המילות: ״יוחנן דער באַפּטיסט״.
״מעמדנא״ איז פאַרשטייט זיך פון לשון ״עמד״. דאָס איז דער העברעאיש=אַראַמישער שורש אויף: ״שטיין״ און דערפון וואַקסן די פאַרשיידענע קרובהשע פאָרמעס, בתוכם: שטעלן עמעצן אַוועקעט אינעם וואַסער פונעם באַפּטיזם, וואָס דאָס איז דאָך געווען די ״זאַך״ פונעם דאָזיקן יוחנן...
און ווי האָט געהייסן עמעצער וואָס איז געשטעלט ג ע ו ו אָ ר ן פון יענעם צום באַפּטיזם, דאָס הייסט דער באַפּטיזירטער? ״משועמד״, אויפן משקל פון: ״משועבד״. וועלכער חדר=אינגל ווייס ניט פון נכסים משועבדים אין דער משנה?
טאָ ווי קומט דער משועמד (לא עלינו) איבערן וואַסער? (חלילה ניט קיין וואָרט=שפּיל...)
ס׳האָט ניט לאַנג געדויערט און די נייע וואַקסנדיקע קריסטלעכע רעליגיע האָט גענומען רודפן אידן, זיך אויפפירן אומטאָלעראַנט לגבי דעם פאָלק פון וועמענס ירושה זייער אייגענער גלויבן איז דאָך אויסגעוואַקסן. אין די סאַמע עלטסטע ביכער פונעם ״נייעם טעסטאַמענט״ זיינען שוין דאָ שוידערלעכע העצעס קעגן אידן. אויפן ערשטן אָרט שטייט דאָ די טרויעריק=באַרימטע סצענע, וואו דער רוימישער גובערנאַטאָר וויל קרייצן דעם קרימינאַל בר=אבאס, נאָר דער צעווילדעוועטער המון אידן שרייט אויסעט, אַז מ׳זאָל בעסער יעזוסן קרייצן. דער המון שרייט נאָך אַרויס: ״זאָל זיין בלוט זיין אויף אונדז און אונדזערע קינדער״, אַ זאַץ וואָס ווערט אויסגענוצט מצד שונאי ישראל ביזן היינטיקן טאָג.
איז קאַם אַ חידוש וואָס ״משומד״ איז גלייך געוואָרן אַ נוסח לגנאי פון ״משועמד״, מ׳האָט מיט אַ כיוון גענומען מצרף זיין אַ פאַררעטער פון אידישן פאָלק מיטן שורש ״שמד״ אָנשטאָט מיטן שורש ״עמד״.
צוויי לעצטע השערות היינט דערוועגן, וואָס אויף זיי פאַלט אַ ״צריך עיון״.
ערשטנס, איז אַ סברא אַז דער אַמאָליקער ״ע״ ווי אַ קאָנסאָנאַנט (ווי מ׳הערט עס אומגעפער היינט אויף אַראַביש און אויף העברעאיש ביי אידן אָפּשטאַמיקע פון די אַראַבישע לענדער) איז שוין דאַמאָלסט נאָך ערטערווייז אַרויסגעפאַלן (ד.ה. ״געוואָרן שטום״) אין פּשוטן פאָלקס=מויל (וואָס מיר געדענקען נאָך פון אויבן, אַז דאָס איז דאָך דער עיקר אַז ס׳גייט אין הלכות לשון), איז פונעם ״משועמד״ געוואָרן אַ ״משומד״ און ס׳האָט ניט געשטערט צום שידוך וואָס ס׳האָט ״צוגעוואונען״ אַ שייכות מיט לשון שמד.
והשנית, איז אַ סברא אַז אין פאַרשיידענע צייטן ווען מען האָט געמוזט אַרויסנעמען פון דער גמרא שטעלן (די ״השמטות״), וואָס קענען גורם זיין גזירות מצד קריסטלעכע מלוכות, האָט מען אויך שטילערהייט אויסגעמעקט דעם ״עין״ וואָס וואָלט דאָ געקענט גורם זיין ריכטיקע צרות, אַלמאַי פאַר דער אומטאָלעראַנטער מאַכט וואָלט זיך באַקומען אַז מ׳רעדט שלעכטס אויף אַ ״הייליקן=ביי=זיי״, אַ באַפּטיזירטן... איז אפשר פונדערפון אויסגעוואַקסן שיער ניט ווי אַ מין לשון סגי=נהור דער אויסלייג ״משומד״, עס זאָל ניט האָבן כלפּי=חוץ קיין דירעקטע התקשרות מיטן קריסטנטום. אויבע אַזוי איז כלפּי=פּנים פּונקט פאַרקערט: ניט פאַרמילדערט נאָר אין טאַטן אַריינגעזאָגט געוואָרן: ״איר זייט חרוב=געוואָרענע, זיך אַליין פאַרניכטעט!״
אין מויל פון אידישן פאָלק, פונעם דאַמאָלסדיקן אַראַמיש און אַזש ביזן היינטיקן אידיש, איז אָבער די אומפאַרמיידלעכע אַסאָציאַציע מיטן קריסטנטום פאַרבליבן אַ טייל פונעם וואָרט ״משומד״ וואָס שטאַמט אָפּעט פון: ״משועמד״.
ואחרון אחרון חביב: אָטאָ דאָס אָ ווידמע איך באהבה מיין אַמאָליקן לערער, דעם טייערן פילאָלאָג, פּראָפעסאָר רפאל לאָאי (לעווע), לאָנדאָנער אוניווערסיטעט, צו זיין ווערן אַ בן תשעים. ביי אים אין קלאַס פון סיריאַקיש האָט ער ניט זעלטן אַזעלכע פילאָלאָגישע סודות מגלה געווען.
בעסער אידיש אָן נקודות איידער ״לאטייניזירט״ מיט זיבן חנען!
ענדיקן מיט שמד, השמטות און משומדים איז פאָרט ניט אידישלעך. וואָס איז דען אידישלעך? מסיים זיין מיט אַ היינטיקן סיכסוך ביי סטודענטן און לערער פון אידיש וועגן אַ פראַגע פון שרייבן אידיש. מיר האָבן באַקומען אַ קליינע פאַרפלייצונג פון בריוולעך מיט טענות וועגן דעם קעסטעלע וואו מיר פאַרבעטן די לייענער אַריינשיקן זייערע שאלות, קשיות און מאַטעריאַלן פאַרן נייעם קאָלום אין ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״ --– די ״קאַפּיטעלעך אידיש״. מיר האָבן דאָרטן געשריבן און שרייבן היינט ווייטער, אַז אַלע זיינען פאַרבעטן צושיקן בריוולעך ״נאָר און בלויז מיט אידישע אותיות (ניט ׳אידיש מיט לאַטיינישע אותיות׳)״.
אַמשאַרפסטן האָט גראַדע געשריבן איין אַמעריקאַנער לערער פון אידיש, בזה הלשון: ״עס דויערט אַ סך צייט צו שטעלן די אַלע דיאַקריטישע צייכנס, וואָס אָן זיי איז דאָס ניט קיין קולטור=שפּראַך. דערפאַר איז אַ סך בעסער צו נוצן די ייוואָ=טראַנסקריפּציע מיט ענגלישע אותיות״.
זיינען מיר במחילה מחולק. טויזנט מאָל בעסער אידיש אָן נקודות איידער גלחות מיט אַלע פּיטשעווקעס. (״גלחות״ איז דער אַלטער אידישער טערמין אויף לאַטיינישע אָדער לאַטייניש באַזירטע אותיות, ס׳שטאַמט אַפּנים פונדערפון וואָס בדרך=כלל האָבן נאָר גלחים אינעם קריסטלעכן אַרום בכלל געקענט לייענען און שרייבן...).
דער סימן מובהק פון אַ ל ע אידישע שפּראַכן, זאָל זיין אַראַמיש, זאָל זיין לאַדינאָ (דזשודעזמאָ), זאָל זיין דער אַמאָליקער אידישער אַראַביש, זיינען דאָס אונדזערע טייערע, הייליקע אותיעלעך.
וואָס אַן אמת, קען אַפילו אַ האַלבער יודע=קאָמפּיוטער ביי היינטיקן טאָג געוואָר ווערן, ווי אַזוי שטעלן קמץ, פּתח און פּא=מיט=אַ=דגש אינעם טעקסט. נאָר טאָמער ניט, זיינען די אידישע אותיות, כמות שהן, לחלוטין דוחה דעם גאַנצן עקסטאַז מיט די נקודות...
דער נייער אַזוי גערופענער ״אי=מייל אידיש״ מיט גויאישקע אותיות איז אפשר געווען אַן איינפאַל דאַמאָלסט אַז ס׳איז געווען שווער נוצן אידישע אותיות. מיט די נסים ונפלאות פון אונדזער היינטיקער וועלט איז עס גאָרנישניט שווער. אַנדערש געזאָגט געוואָרן:
רבותי, אידיש מיט אותיות, ניט מיט בוכשטאַבן...
www.dovidkatz.net
www.holocaustinthebaltics.com
|