דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳.
ווידער זענען פאָרגעקומען מאַסן-פּראָטעסטן קעגן חילול שבת קודש אין האַרצן פון עיר הקודש ירושלים. טויזנטער חרדישע אידן האָבן זונטיק אָוונט דעמאָנסטרירט קעגן דער ״אינטעל״ פאַבריק אין דער אינדוסטריעלער געגנט הר חוצבים אין ירושלים, צוליב דעם וואָס די פירמע באַשעפטיקט אַרבעטער שבת. צוויי פּאָליציאַנטן זענען פאַרוואונדעט געוואָרן, און צוויי דעמאָנסטראַנטן זענען אַרעסטירט געוואָרן אין די אומרוען וואָס האָבן שפּעטער אויסגעבראָכן.
דער גאב״ד פון ״עדה החרדית״ אין ירושלים, הגה״צ הרב יצחק טובי׳ ווייס, און האדמו״ר מתולדות אהרן האָבן געהאַלטן רעדעס, און פיל רבנים און גדולי הדור האָבן באַשיינט די טריבונע וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן ביי דער דעמאָנסטראַציע, צווישן זיי, הגרמי״ל לעפקאָוויץ שליט״א.
הרב ווייס האָט געזאָגט ביי דער מחאה, ״מיר האָבן פיינט די מחללי שבת און מיר ווילן קעמפן מיט זיי.״ ער האָט אָבער גערופן זיך צו צעגיין שטיל נאָך דער דעמאָנסטראַציע און ״נישט בונטעווען.״ טויזנעטר יוגנטלעכע האָבן זיך אָבער ווייטער גרופּירט אין שטאָט און געשטריטן מיט דער פּאָליציי. הונדערטער האָבן פּרובירט אָפּשליסן די שאָסייען.
שוין לאַנגע וואָכן וואָס עס גייען אָן די שטורמישע פּראָטעסטן פון דער חרדישער באַפעלקערונג אין ירושלים קעגן דעם לאָקאַלן צווייג פון דער אינטערנאַציאָנאַלער פירמע, וואָס פונקציאָנירט שבת. אין דער פאַרגאַנגענהייט, זענען געמאַכט געוואָרן פּרואוון צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך צווישן דער ״קאָמיסיע פון די רבנים למען קדושת השבת״ און דער פירמע, לויט וועלכן ״אינטעל״ וועט אויסשולן און באַשעפטיקן שבת נאָר נישט-אידישע אַרבעטער.
עס איז אָבער נישט געשלאָסן געוואָרן קיין אָפּמאַך, און די ״עדה החרדית״ האָט גלייכצייטיק געוואָרנט אַז זי וועט נישט אַקצעפּטירן קיין שום קאָמפּראָמיסן און האָט געפאָדערט אַז די פירמע זאָל פולשטענדיק געשלאָסן ווערן אום שבת.
|