about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2010

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-16-10

 

בוי פון 32 נייע דירות באַשטעטיקט אין פּסגת-זאב געגנט פון ירושלים
שמואל בערגער

 

נתניהו’ס נייער פּאָליטישער פאַרמעגן, גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

האָט אָבאַמאַ זיך אויסגעטשוכעט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער יאָרצייט פונעם אר”י הקדוש

 

היוקר של העבודה דעתה לגבי הבית שני ואפילו מהבית הראשון
ליובאַוויטשער רבי

 

די חוצפּהדיקע שאלה וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב קנייבסקי ביים צוזאַמענפאָר פון “לב לאחים״
ישראל חבר

 

ערב תשעה באב׳דיקע מחשבות
אליעזר וויזעל

 

ר׳ ישעי׳ זוכאָוויצער, דער עלטער-זיידע וועגן וועמען איך ווייס עפּעס
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אין תשעה באב האָב איך געשוואוירן

 

דף היומי קאָלום 07-16-10
הרב פינחס וויליגער

 

בלעמ׳ס קללות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אידן דאַרפן דאַנקען זייערע וועגווייזער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-09-10

 

פריינטלעכע אויפנאַמע פאַר פּרעמיער בנימין נתניהו אין ווייסן הויז
שלמה שמיר

 

דער איצטיקער נתניהו-באַזוך אין וואַשינגטאָן
שלמה שמיר

 

וואָס נתניהו דאַרף זאָגן אָבאַמאַ’ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקע וועט ביישטייערן 15 מיליאָן דאָלאַר פאַר אוישוויץ-פאָנד
שלמה שמיר

 

״מאָזשעש דאַ ניע חאָטשעש״
ליובאַוויטשער רבי

 

אַלטע סאַטמאַרער רביצין נפטר געוואָרן

 

דער עלטער-עלטער זיידע, ר׳ דובער קאַראַסיק
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

פון 90 צו 100 - "צדי-ק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה"
הרב יעקב אייזעמאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 07-09-10

 

דף היומי קאָלום 07-09-10
הרב פינחס וויליגער

 

מעג מען אַמאָל פאַר׳מסר׳ן אַ אידן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

ווי אידישע פירער דאַרפן זיך פירן
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-09-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 07-02-10

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע פאַר שאַליט: האָפנטלעך וועט עס ברענגען צו גלעד׳ס באַפרייאונג
יעקב בריל

 

דער אומנויטיקער געראַנגל צווישן חרדישן לאַגער און דאָס העכסטע געריכט אין ישראל
שלמה שמיר

 

׳פאַר אַזאַ פאַרברעכן באַגראָבט מען נישט אַ מענטש לעבעדיק׳

 

״הרואה פינחס בחלום פלא נעשה לו״ – ההבדל בין נס לפלא
ליובאַוויטשער רבי

 

עסקנים פּלאַנירן מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין סאָלידאַריטעט צו רובאַשקין אין וואַשינגטאָן די-סי

 

פון היינט אָן: קינדער אין מלוכה-שולעס אין ישראל וועלן לערנען פּרשת השבוע
יעקב בריל

 

׳הילפס-פלאָטילע׳ פון איראַן אַנולירט צוליב ׳אוממענטשלעכע שריט׳ פון ישראל

 

מיינע מלמדים (3)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראלדיקער אויסערן-מיניסטער, ליבערמאַן, שלאָגט-פאָר אייראָפּעאישע אויסערן-מיניסטאָרן צו באַזוכן עזה
יעקב בריל

 

אַמעריקע דראָט אָפּצושטעלן וואָפנס-פאַרקויף צו טערקיי צוליב פיינטלעכער באַציאונג צו ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

ישראל נויטיקט זיך אין אַ געהעריקער אויפקלערונגס-מאַשין
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אותיות פון מחלוקת
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די וויכטיקע ראָלע פון דער אידישער פרוי
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 07-02-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַ מעשה מיט דיוועסטיציע...

 

׳פּאָלאַרד האָט שפּיאָנירט פאַר אַ פאַרברעכערישער אָרגאַניזאַציע אין ישראל׳ס אויסשפּור-דינסט׳
יעקב בריל

 

אַז איך וועל קומען
מנחם שטערן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-25-10

 

פעדעראַלע געריכט פאַראורטיילט רובאַשקין צו 27 יאָר טורמע
נח ברייער

 

די גלייכגילטיקייט ביים אָרטאָדאָקסישן אידישן ציבור אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

רובאַשקין און “נצח ישראל“
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

בשעת מ’וועט צוקוקן זיך, וועט מען זען ניסים אין אונדזערע צייטן
ליובאַוויטשער רבי

 

וואָס וועט מען ענטפערן דעם בעל-שם-טוב?
ישראל חבר

 

מיינע מלמדים (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

צווישן אַ איד מיט אַ גוי
יוסף יצחק ראַסקין

 

דער עלנדער איד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די אידישע היים און די שוהל גאַראַנטירן די עקזיסטענץ פון אונדזער פאָלק
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-25-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מזל-טוב! איך האָב חתונה געהאַט צום דריטן מאָל

 

אַ נייער אָנהייב אין עלטער פון 100 יאָר

 

פרוי פון אינדאָנעזיע: איך בין 157 יאָר אַלט
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-18-10

 

די ים-באַלאַגערונג פון עזה דאַרף פאָרגעזעצט ווערן
יעקב בריל

 

ווי אַזוי פאַרוואַנדלט מען אַ געלונגענע אַקציע אין אַ קאַטאַסטראָפע?
שלמה שמיר

 

אַמעריקע זאָגט, זי וועט פאָרזעצן אַטענטאַטן פון ״על-קאַידאַ״ און ״טאַליבאַן״ טעראָריסטן, טראָץ ״יו-ען״-באַריכטש
שלמה שמיר

 

טאַלי פאַכימאַ האָט אָנגענומען דעם איסלאַמישן גלויבן
יעקב בריל

 

וועלן מיר קענען אָפּהאַלטן אַ זיג אויפן פּראָפּאַגאַנדע-פראָנט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

לא יתכן שהגלות תגרום ליהודים לעשות ענינים שהם היפך הדת
ליובאַוויטשער רבי

 

ישראל 2010: 42% סעקולערע, 52% חרדים אַרבעטן
יעקב בריל

 

תפילין-אַקציע פון ליובאַוויטשער רבין נעמט איין פּאָניעוועזש
יעקב בריל

 

פינף חרדישע אָפיצירן אין לופטפלאָט פון ישראל-מיליטער
יעקב בריל

 

מיינע מלמדים
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

ישראל און די פּאַלעסטינער דאַרפן זיך ׳אָפּ׳גט׳ן
יעקב בריל

 

ר׳ מיכאל בער ווייסמאַנדל און דער קאַרדינאַל
מנחם שטערן

 

אַ מיטוואָכדיקער חלום און אַ שבת׳דיקע דרשה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער באַדייט פון ״איני יודע״ און דער סוף פון דעם בישאָף
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-18-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַליין אויפן פראָנט:
יעקב בריל

 

דף היומי קאָלום 06-18-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-11-10

 

טעראָריסטן פּרואוון דעראָבערן נוקלעאַרע וואָפנס
יעקב שפּילמאַן

 

הבדלו מתוך העדה הזאת ...
שלמה שמיר

 

הרב מרדכי אליהו, גייסטיקער פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אָדער כאַנין זואַבי - אָדער אַן איבעראַרבעטן די גרונט-פּרינציפּן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

יהודי שחלה במחלה קשה ביותר, כתב לי מכתב בקשת ברכה. – נוּ, כשיהודי מבקש ברכה,״זאָל איך אים זשאַלעווען אַ ברכה״?!... והיהודי הבריא, לתדהמתם הגדולה של הרופאים
ליובאַוויטשער רבי

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טאָלעראַנץ צום ״אַנדערן׳ – לויט דער אויפפּאַסונג פון רעליגיעזע ציוניסטן
יעקב בריל

 

די אוראַלטע שנאת ישראל, אין אַ “מאָדערניזירטער” אויסלאַגע
שלמה שמיר

 

דער “איכה״ וואָס האָט מאָטיווירט דעם ליובאַוויטשער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-11-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבנו
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 06-11-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 06-04-10

 

ישראל וואַרפט-אָפּ אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק קעגן מיליטערישער אָפּעראַציע אויפן ים נעבן עזה-ברעג
שמואל בערגער

 

צביעות, נאָך אַלץ אַ הויפּט-”שטערן” אין דער “יו-ען”
שלמה שמיר

 

אוישוויץ און עזה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמבאַסאַדאָר דני כרמון פאַרטיידיקט אָפּעראַציע, ביי ״יו-ען״-זיצונג
שלמה שמיר

 

איך שעם זיך מיט מיינע חרדישע קוזינען

 

״אלו נצטוה לחטוב עצים״ למה חטיבת עצים דוקא?
ליובאַוויטשער רבי

 

אידן, פאַרגעסט נישט די אידישע טראַדיציעס
גרוניא סלוצקי-קאַהן

 

דער זיידע קומט אין חלום און בעט מ׳זאָל צאָלן זיין חוב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

טריבונע פאַרן פאָלק 06-04-10

 

פּראָפעסאָר דאַרשאָוויץ רייסט אונטער לעקטאָרן וועלכע באַנוצן אַקאַדעמישע פרייהייט צו קריטיקירן ישראל
יעקב שפּילמאַן

 

די אָנקלאָגערין האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פון איר קעגנער׳ס לאָיער
יעקב בריל

 

חב״ד: מיט זעכצן יאָר שפּעטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 06-04-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

לשון הרע איז ערגער ווי שטיינער
הרב משה קיימאַן

 

חרדים מיט שטריימלעך וואָס דינען אין דער ישראל-אַרמיי
יעקב בריל

 

אַ ׳קאָמבעק׳ פון ׳שינוי׳?
יעקב שפּילמאַן

 

״ויהי באחרית הימים...״
חיים ראזענטאל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-28-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זאָגט צו אידישע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלייט:
שלמה שמיר

 

דער פאַרראַט פון ירושלים דורך די אידן אין אַמעריקע
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס דערווייטערן זיך יונגע אַמעריקאַנער?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

׳כ׳וויל נישט אַז מיין געלט זאָל גיין צו פאַרברענען די ישראל-פאָן׳
יעקב בריל

 

הרב שמואל אליהו: ס׳איז אַ מצוה אויסצורוימען מתים צו באַשיצן לעבעדיקע
יעקב בריל

 

ניט גענוג אז משה און אהרן זאלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים׳ען פאָרט מען ניט!
ליובאַוויטשער רבי

 

היישקע, מיין העלד
יוסף יצחק ראַסקין

 

שלמה שמיר דאַרף נישט איבערטרייבן די מאָס

 

אַ טיפער, טונקעלער גרוב אין אוקראַאינע
מנחם שטערן

 

וויפל איז דער שיעור פון אידיש בלוט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-28-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דף היומי קאָלום 05-28-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער קאַנטאָניסט
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-21-10

 

רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדעוו באַזוך אין דמשק

 

שאַרפע רעאַקציעס צום איסור פון ״עדה החרדית״ אויף חרדישע פירמעס צוליב כלומרשטן חילול שבת
יצחק בערסאָן

 

היישקע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן אָוונט פון איינמאָל אין 250 יאָר

 

״דער קאַמף אויף ירושלים איז אַ קאַמף אויפן אמת״
יעקב בריל

 

עס פאָדערט זיך אַ טיפע און אינערלעכע פאַרטראַכטונג: די תורה איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פון געזעצן
ליובאַוויטשער רבי

 

״אַז מיין משיח איז געקומען, בין איך אַ באַדינער ביי דיר...״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

מיינע געפילן וועגן היישקעס אונטערגעגאַנגענעם ‘אוניווערס’
יעקב בריל

 

“סדר” אין חסידות, פארהייליקט דורכן “אמרי אמת” זצ”ל
שלמה שמיר

 

ווען די מוראַשקעס זיינען פאַרשטילט געוואָרן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

שבועות ביים ״חפץ חיים״
הרב משה קיימאַן

 

צום יארצייט פון בעל "אמרי אמת"
שלמה שמיר

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-14-10

 

ישראל ווערט אַריינגענומען אין פּרעסטיזשפולן ״אָ-סי-אי-די״ עקאָנאָמישן פאַראיין
שלמה שמיר

 

שלום, שלום, ואין שלום
שלמה שמיר

 

פאַרוואָס האָט אַבו מאַזען אָפּגעוואָרפן די פאָרשלאָגן צו גרינדן אַ מדינה?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אינדיע פאַראורטיילט צום טויט טעראָריסט פון מאָמביי

 

עס איז אסור צו אינוועסטירן אין חרדישע פירמעס וואָס זענען מחללי שבתות
יעקב בריל

 

דער נייסטער ׳טרענד׳: ׳פייסבוק׳-יאַרמלקעס

 

שוואַרצער הונט האָט געזוכט אַ תיקון ביים פּאָניעוועזשער ראש-ישיבה
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואונדער-שטעקל וואָס וועט ׳פּאַקן׳ דבר-אחר

 

אין דייטשלאַנד באַצאָלט מען פאַרן ניצן עלעקטריע

 

דף היומי קאָלום 05-14-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

האָט ער, דער רבי, געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם דאָזיקן בחור׳ל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-14-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער באַדייט פון דעם וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן אין מדבר
הרב משה קיימאַן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 05-14-10

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 05-07-10

 

״עף-בי-איי״ נעמט איבער אינטענסיווע אויספאָרשונג איבער טעראָר-אַטאַקע-פּרואוו אין האַרץ פון מאַנהעטן
שמואל בערגער

 

דער שרעקלעכער האַס קעגן פרומע אידן אין ישראל
שלמה שמיר

 

שוין די העכסטע צייט ...
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַמעריקאַנער אידן האָבן געהאָלפן אויסטרעטן דעם וועג פון אונדזער היסטאָריע

 

פּאַלעסטינער מיניסטער פון די אידן משה הירש, נפטר געוואָרן

 

ליבשאַפט-ליד צו ירושלים פון 2,000 יאָר צוריק וועט אַריינקומען אין ישראלדיקע לערן-פּראָגראַמען
יעקב בריל

 

׳היימישע׳ גניבה ביי הרב שטיינמאַן: הונדערטער אלפים געגנבעט פון זיין צדקה-קאַסע

 

דף היומי קאָלום 05-07-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער זיידע-רב
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

ווי אַזוי דער רש״ש האָט געטאָן אַ שידוך מיט אַ שניידער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 05-07-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי אַזוי אַ איד דאַרף העלפן אַ צווייטן איד
הרב משה קיימאַן

 

הויפּט-ציל פון ׳אידישער אַגענץ׳ איז מער נישט ׳עלי-ה׳, נאָר ׳אידישע אידענטיטעט׳
יעקב שפּילמאַן

 

אַ וואַרעמער אַרומנעם פון דביר
יעקב בריל

 

געגנבעטער ציגל פון אוישוויץ אומגעקערט 14 יאָר שפּעטער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-30-10

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ זעצט-פאָר באַמיאונגען פאר ״נאָענטערע באַציאונגען״ מיט מוסולמענישע לענדער
שמואל בערגער

 

דער “האָלילאַנד״-סקאַנדאַל און גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע
שלמה שמיר

 

הרב עמאַר: נישטאָ קיין היתר אַריינצוגיין אין אַ קירכע

 

עקשנות אָדער סכנת נפשות?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אבנר נתניהו דערגרייכט דריטן אָרט אין תנ״ך-קאָנטעסט
מענדל אדלער

 

ענגלאַנד וועט געבן אַזיל-רעכט פאַר אידן פון תימן
מענדל אדלער

 

הרב דר. ברוך אהרן פּופּקאָ, נפטר געוואָרן צו 93 יאָר
מענדל אדלער

 

רב-הראשי פון האָלאַנד, הגאון ר׳ מאיר יוסט, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

הרב גדליה איינעמער נפטר געוואָרן
הרב משה שובאַלסקי

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-30-10

 

מיין מאַמע (2)
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 04-30-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַ מעשה מיט אַ כהן, אַ גרושה און אַ משכיל אין איטאַליע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-30-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן שטענדיק מוסר׳ן
הרב משה קיימאַן

 

אַ ״פּדיון-נפש״ צוליבן חטא פון אַ מודעה וועגן חסידות
יוסף ניומאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-23-10

 

דר. אליעזר וויזעל שרייבט צו פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ: ״ירושלים שטייט העכער פון פּאָליטיק״
שמואל בערגער

 

מעיאָר פון ירושלים אורי לופּליאַנסקי אַרעסטירט אין ״האָלילאַנד״-אַפערע
שלמה שמיר

 

ריכטער גאָלדסטאָון ווערט נישט דערלויבט זיך צו באַטייליקן ביי אייניקלס בר-מצוה

 

רובאַשקין אין לעבנסלענגלעכע טורמע?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס מ’זעט און מ׳הערט אויף אַ באַזוך אין ישראל
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 04-23-10
הרב פינחס וויליגער

 

טריבונע פאַרן פאָלק 04-23-10

 

ארבעה נכנסו לפרדס
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-23-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דעם באַדייט פון די ‘צוויי ציגעלעך׳ און ווי צו דערציען קינדער
הרב משה קיימאַן

 

די דעפּאָרטאַציע פון די אידן פון נירעדהאַז, אונגאַרן

 

אויפדעקונג: דאָס באַקאַנטע בילד פון דער שואה איז דער זיידע פון מאיר דגן, ראש פון ׳מוסד׳
יעקב בריל

 

געריכט באַשטראָפט ׳חינוך עצמאי׳ שולע אין עמנואל צוליב דיסקרימינאַציע קעגן ספרדישע תלמידות
יעקב בריל

 

דער היסטארישער טעות פון אריאל שרון
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 04-16-10

 

פּרעסטיזשפולער מיליטערישער זשורנאַל ״דזשעימס״, שרייבט: ״ישראל איז זעקסטע גרעסטע אַטאָמישע מאַכט אין דער וועלט״
שלמה שמיר

 

די ״ענת קאַם סענזאַציע״ וואָס שטורעמט אויף מדינת ישראל: געוועזענע צה״ל-זעלנערקע האָט אַרויסגעגעבן טויזנטער קלאַסיפיצירטע דאָקומענטן צום ׳הארץ׳-זשורנאַליסט אורי בלאָו
יעקב בריל

 

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און ישראל
שלמה שמיר

 

קדושה און גבורה אין צייט פון חורבן
יהושע אייבעשיץ

 

ראַדיקאַל-רעכטע פאַשיסטישע פּאַרטיי ׳יוביק׳ אויף דריטן אָרט אין אונגאַרישע פּאַרלאַמענט-וואַלן
יעקב בריל

 

ר׳ שמואל-דוד גלעזעראָוו (אין דווינסק) דער בן-תשעים, און מרת דאָבקע יאָניס (אין ווילנע), וואָס איז אָקערשט געוואָרן 97, באַגריסן אַלע לייענער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״!
הירשע=דוד כ”ץ

 

די אייביקע שנאת ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ “פּאָלעמיק׳ צווישן רבי וועלוועלע בריסקער און דעם סאַטמאַרער רבי׳ן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 04-16-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די נישטיקייט פונעם מענטש אַנטקעגן געטלעכקייט
הרב משה קיימאַן

 

די היינטיקע סדרה "שמיני" לערנט אז מ'דארף האבן רעספעקט פאר זקנים (עלטערע לייט)
הרב משה קיימאַן

 

א שמועס צווישן א רבי'ן מיט א בעל עגלה
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-26-10

 

פּרעמיער נתניהו דערקלערט פאַר ״עיפּאַק״-קאָנפערענץ: ירושלים איז נישט סתם נאָך אַ ׳התנחלות׳, נאָר די אייביקע הויפּטשטאָט פון אידישן פאָלק
שלמה שמיר

 

די פירערשאַפט אין אַ פּאַניק; דאָס פאָלק – מער זעלבסט-באַהערשט
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-26-10

 

גייט אַרויס פון גלות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

צווישן “פרום” און “ערלעך”

 

וואָס מ׳טוט ווען רבנים האָבן נישט קיינע חילוקי דיעות
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אין זכות פון אליהו הנביא׳ס כוס
הרב משה קיימאַן

 

דף היומי קאָלום 03-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

דינים און מנהגים פון יום-טוב פּסח
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיין מאַמע
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-19-10

 

פּרעמיער נתניהו: בוי פון נייע הייזער אין ירושלים וועט פאָרגעזעצט ווערן
שלמה שמיר

 

אַ שאַנדפולער אינצידענט
שלמה שמיר

 

לעשט אויס דעם פייער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

האָבן די נאַציס רעקרואירט דעם גרינדער פון דער ׳סקאַוטס׳-באַוועגונג ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה?

 

אברהם סוצקעווער, ״יונג ווילנע״ און די פּאַרטיזאַנער
י.ד. בירנבוים

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

דף היומי קאָלום 03-19-10
הרב פינחס וויליגער

 

דער וואַלאָזשינער ראש ישיבה און דער בעל-שם-טוב
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מען דאַרף ברענגען אַ קרבן פון זיך אַליין
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-12-10

 

אַמעריקע איבט-אויס שטאַרקן דרוק אויף ישראל נישט צו אַטאַקירן אַטאָמישע איינריכטונגען אין איראַן
שלמה שמיר

 

פּויפּסט פּיוס דער צוועלפטער און די אידן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די מאָראַלישע געפאַלנקייט אין ישראל
שלמה שמיר

 

אוקריינישער פּרעזידענט, יאָשטשענקאָ פאַרשפּרעכט צו היטן אויפן ״פאַרהייליקטן״ פּלאַץ אין באַבי-יאַר
יעקב בריל

 

קאָמאַנדאָס פון צה״ל האָבן געלאַנדעט אין סיריע, אַ מאָנאַט איידער

 

אָפּגעבאַקן צוויי קוכנס
ברוך מאַשינעוויץ

 

הגאון הרב חיים קנייבסקי: ווער ס׳באַשעפטיקט אַראַבער קומט אים אַן עונש
יעקב בריל

 

דער צווייטער שבת-מניין און די מקוה אין קאָרליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

וואָס מיר, חורבן-איבערלעבער, קענען לערנען פון דער ערד-ציטערניש אין האַיטי
ראָוז באָיאַרסקי

 

ליל שימורים – דער זמן פון שמירה עצמית פון זעלבסט פּרעזערוואַציע

 

ערלעך, נישט פרום
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

מיר דאַרפן זיין שטאָלץ וואָס מיר זיינען אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 03-05-10

 

אַמעריקע גיט-אַריין פאָרשלאַג פאַר אַנטי-איראַן רעזאָלוציע אין ״יו-ען״ זיכערקייטס-ראַט
שלמה שמיר

 

די וועלט’ס צביעות און היפּאָקריזיע
שלמה שמיר

 

געמיינזאַמער רוף פון רבנים צו רעדוצירן פּרייזן פון כשר עסן אין אייראָפּע
יעקב שפּילמאַן

 

רב פון ׳בני-נח בית-דין׳ איינגעלאַדן צו באַגעגעניש מיט פאָרשטייער פון אַכמאַדינעדזשאַד
יעקב בריל

 

רביצין פייגע האָלענדער נפטר געוואָרן

 

מיין געבוירן-שטאָט קראָליעוועץ
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

גיט זיי האָפענונג
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

די געטליכע מתנה
משה גרודה

 

טריבונע פאַרן פאָלק 03-05-10

 

פאַרוואָס האָבן אידן געמאַכט אַן עגל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 03-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

ווי משה רבינו האָט פאַרטיידיקט די אידן ווען זיי האָבן געמאַכט דעם גאָלדענעם קאַלב
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-26-10

 

אויפדעקונג פון אַגענטן וואָס האָבן אומגעבראַכט הויכן ״כאַמאַס״-טעראָריסט רופט אַרויס אינטערנאַציאָנאַלן שטורעם
שלמה שמיר

 

אַ ״מחיית-עמלק״-דרשה אין אַ דייטשן לאַגער
יהושע אייבעשיץ

 

׳מוסד ליקווידאַטאָר׳ פון בני-ברק לייקנט: ׳כ׳האָב קיינמאָל נישט באַשטעלט קיין פּאַספּאָרט אין דייטשלאַנד׳

 

הרב מנחם פּרוש, לאַנגיאָריקער לעגענדאַרער עסקן פון ׳אגודת ישראל׳, נפטר געוואָרן
יעקב בריל

 

אַ מאָנומענטאַל ווערק פון אַ גרויסן חסידישן מנהיג
שלמה שמיר

 

דף היומי קאָלום 02-26-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

פּורים בני-ברק – רייכע נאַפט-אוצרות אין דער אָרעמסטער שטאָט פון ישראל

 

מרדכי׳ס רוף
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

מעשיות און אַנעקדאָטן לכבוד פּורים תש״ע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-26-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

פאַרוואָס ווערט משה רבינו׳ס נאָמען נישט דערמאָנט אין פּרשת ״תצוה״?
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-19-10

 

אַמעריקע באַמיט זיך דורכצופירן אַ פערטע ״יו-ען״-רעזאָלוציע וועגן שאַרפערע סאַנקציעס קעגן איראַן
שלמה שמיר

 

וואָס ווערט געטאָן אָפּצושטעלן איראַנ’ס נוקלעאַרע מאַכט?
שלמה שמיר

 

פרישע עדותן וועגן היטלערס זעלבסטמאָרד אין זיין בונקער אַנטדעקט
יעקב בריל

 

״ואנשי חסד נאספים״
שלמה שמיר

 

היסטאָרישע רעדוקציע אין עלעקטריע-פּרייזן אין ישראל
יעקב בריל

 

פארוואס האָב איך אַזוי מורא געהאַט פון מיין טאַטן?
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

בלינד אָבער אומדערמידלעך
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-19-10

 

ווי האָט דער אויבערשטער זיך מטמא געווען צו משה רבינו?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-19-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויף צדקה מאַכט מען נישט קיין ברכה
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-12-10

 

״אַנטי-דעפאַמעישאָן ליגע״ פאָדערט-אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ אַרויסצואווייזן שטייפקייט כלפּי די אַראַבער
שלמה שמיר

 

נישטאָ אויף וועמען צו שפּייען...
שלמה שמיר

 

וויזשניצער חסידים וועלן פאַרלאָזן די שטאָט מודיעין עילית
יעקב בריל

 

אַ באַרואיקונג צו ישראל: אַמעריקע שטעלט אַוועק אַנטי-מיסיל סיסטעמען אין פּערסישן גאָלף קעגן איראַן-אַטאַקע
יעקב בריל

 

ליבערמאַנס וואָרענונג צו סיריע
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

הרב דר. בערנאַרד לאַנדער, גרינדער פון ׳טוראָ קאָלעדזש׳, נפטר געוואָרן
יעקב שפּילמאַן

 

זק״א קערט זיך אום קיין האַיטי צו געפינען קערפּער פון אידישן ביזנעסמאַן

 

געוועזענע ״נאָבעל״-פּרייז געווינער שרייבן-אונטער אויפרוף קעגן איראַנער רעזשים
שלמה שמיר

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

טריבונע פאַרן פאָלק 2-12-10

 

די קבלה׳יסטישע סודות פון אַ שמעק-טאַבאַק
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 2-12-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט פון גמילות חסדים
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 02-05-10

 

ווער האָט אומגעבראַכט מאַכמוד על-מאַבחוח אין אַ האָטעל אין דובאַי?
שלמה שמיר

 

פּערעס צום ׳בונדעסטאַג׳ אין ׳יום השואה׳: מדינת ישראל – דער ענטפער צום פּרואוו אָפּצומעקן דאָס אידישע פאָלק

 

די טראַגעדיע פון האַיטי
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רעוואָלוציע אין דער ישראל-פּרעסע: ׳ידיעות אחרונות׳ פאַרלירט דעם מאָנאָפּאָל נאָך 40 יאָר
יעקב בריל

 

דריי טויזנט שלוחות וועלן זיך באַטייליקן ביים צוזאַמענפאָר צום יאָרצייט פון ליובאַוויטשער רביצין ז״ל

 

אַ מיסטעריע: ווער האָט געענדערט דעם נאָמען פון אַ גאַס אין בני-ברק?

 

קאָצק, אַ קרייז פון “בני עליה”
שלמה שמיר

 

דער חתן סטראַשעט די כלה מיט איר לעבן
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 02-05-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די עשרת הדברות זענען געזאָגט געוואָרן צום יחיד - אויף איין-איינציקן יחיד קען זיך די תורה האַלטן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-29-10

 

הויכפּונקט פון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער דער וועלט, אין 2009
שלמה שמיר

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ’ס דורכפאַל
שלמה שמיר

 

ירדן פאַרלאַנגט פון ישראל אומצוקערן די ׳קומראַן מגילות׳

 

אַזוי איז אַרויסגעראַטעוועט געוואָרן אַ אידישע מאַמע מיט אירע פיר קינדער פון עזה

 

דף היומי קאָלום 01-29-10
הרב פינחס וויליגער

 

פּסק-הלכה: מ׳מעג זאָגן ליגן כדי צו טאָן אַ שידוך

 

״איר זענט געבליבן יתומים!״
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

די לוויה פון אַברהם סוצקעווער ז״ל – דער לעצטער פון די ״יונג ווילנע״

 

איז דער קאָמוניזם געשטאָרבן?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ פּרינץ צווישן מערדער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דער וועג קיין ארץ-ישראל איז זייער אַ נאָענטער
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-29-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אַנאַליז: וואַל-רעזולטאַטן פון מאַסאַטשוסעטס סענאַט-זיץ – אַ פאַרלוסט פאַר אָבאַמאַ און אַ זיג פאַר נתניהו
יעקב בריל

 

אידישער אייניקל געבוירן געוואָרן צום פראַנצויזישן פּרעזידענט, סאַרקאָזי
יעקב בריל

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-22-10

 

איראַן וואַרפט אָפּ פאָדערונג פון מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן באַרייכערטן אוראַניום
יעקב בריל

 

געזעץ-פאָרשלאַג: דערקלערן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס אַ פאַרברעכן
מנחם קהאַן

 

עגיפּטישער זשורנאַליסט לויבט אויפטוען פון ״מוסד״-הויפּט, מאיר דגן
שלמה שמיר

 

די פאַרבעסערטע לאַגע פון צה”ל
שלמה שמיר

 

חסידות גער פאַרן כלל ישראל

 

אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ

 

די רעטעניש פון אַ מנהיג ישראל
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

דרייסיק נשמה-ווערטער
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-22-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

אויב אידן וועלן בויען אין ארץ-ישראל, וועט עס זיין ״לכם״ - צו אידן
הרב משה קיימאַן

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-15-10

 

פּרעמיער נתניהו מעלדט אַז ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן ישראל-קאָנטראָל אויף פאַראייניקטן ירושלים
יעקב בריל

 

נישט אַזוי קעמפט מען קעגן טעראָר, מיסטער פּרעזידענט
שלמה שמיר

 

באַריכט: דריטע לבנון-מלחמה וועט אויסברעכן קומענדיקן פרילינג

 

פּרעזידענט אָבאַמאַס ברודער: מיין מאַמע איז געווען אַ אידישע

 

אידישער פילאַנטראָפּ פון מעקסיקאָ, ר׳ משה סאַבאַ ע״ה, אומגעקומען אין העליקאָפּטער-קראַך
יוסף ניומאַן

 

מיפּ כיס, וועלכע האָט געראַטעוועט אַנאַ פראַנק, געשטאָרבן אין עלטער פון 100 יאָר

 

משוגענע בהמות אין אַ וועלט פון צעדרייטע מענטשן
הרב דוד האלאנדער

 

פאָרשלאַג: בילדער פון פאָלקס-דיכטערין וועלן שמייכלען אויף נייע ישראל-באַנקנאָטן

 

׳קראַנקער׳ מאַן געצוואונגען צו גט׳ן עגונה נאָך 10 יאָר

 

אָבאַמאַ מוז נעמען אַ צד
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
יוסף פערלמאַן

 

אַ דור פון ״אייניקלעך״ – אַ תקופה פון מסתובבים
הרב יעקב אייזעמאַן

 

אַ קשיא אויף רש״י
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

וואָס דר. מאַקס נאָרדוי האָט געלערנט פון אַ אידישן ״חדר״-אינגל
הרב משה קיימאַן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-15-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

וואָס האָבן רבנים מיט ״די-ען-עי״?
נפתלי קראַוס

 

דף היומי קאָלום 01-15-10
הרב פינחס וויליגער

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-08-10

 

אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרשע, הילאַרי קלינטאָן: אַמעריקע דיסקוטירט מיט אַליאירטע נאָך סאַנקציעס אויף איראַן

 

פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אַריין אין 2010 אין די שיך פון דזשאָרדזש בוש
יעקב בריל

 

׳נטורי קרתא׳ פּראַוועט שבת מיט כאַמאַס אין עזה

 

טראַגעדיע אין ירושלים: 8 -חדשימדיק מיידעלע דערשטיקט אין הענט פון איר פּסיכיש-ליידנדן טאַטן

 

אַראַבישע יוגנטלעכע אַטאַקירן ביטשקאָווער רבין אין יפו; ביטשקאָווער: ׳איך בלייב דאָ׳

 

20 יאָר צום איינפאַל פון דער בערלינער וואַנט – די דראַמאַטישע אַנטלויף-געשיכטעס פון פּליטים
יעקב בריל

 

וואוקס אין עלי׳ צום ערשטן מאָל אין יאָרצענדליק
יעקב בריל

 

פאָרשונג: רייכע מער באַזאָרגט וועגן ׳סעלף עסטים׳ ווי וועגן טויט
יעקב בריל

 

וועגן מענטשן זאַכן און געשעענישן
גרשון יעקבסאָן

 

לכבוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פון הרב האָלענדער ז״ל

 

פאַרוואָס האָבן אידן זיך נישט פאַראייניקט אין וואַרשעווער געטאָ?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אָך און וויי צו אַזאַ פירערשאַפט
שלמה שמיר

 

ווער האָט גע׳גנב׳עט משה רבינו׳ס שיך?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 01-08-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן אידישע נעמען און די אידישע שפּראַך
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

עין תחת עין...
יהושע דובראַווסקי ז"ל

 

דף היומי קאָלום 01-08-10
הרב פינחס וויליגער

 

הרב ריסקין: ׳ר׳ ישו – אַ ביישפּיל פון אַ אידישן רב׳

 

היינטיקע פּראָבלעמען אין צה״ל... ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין אין מיטלענדישן ים?

 

אַלגעמיינער זשורנאַל 01-01-10

 

אין 48 שעה האָט צה״ל געהרגעט די רוצחים פון הרב אבשלום מאיר חי
יעקב בריל

 

דורכגעפאַלענער פּרואוו פון ׳על-קיידע׳ אויפצורייסן עראָפּלאַן אין אַמעריקע
יעקב שפּילמאַן

 

טויזנטער ביי דעמאָנסטראַציע קעגן חילול-שבת פון ׳אינטעל׳ אין ירושלים

 

“און דו ביסט חיים יצחק...״
שלמה שמיר

 

ווייסע הויז וואָרנט איראַן: טערמין פון סוף יאָר איז אַן ערנסטער
יעקב בריל

 

בקרוב אין ירושלים: ״שמעון הצדיק״ אנשטאָט ״שייך דזשאַראַך״
יעקב בריל

 

אַן ״אונגאַרישער עקשן״, אַ חסידישער ״ציוניסט״, און אַ ישיבה אין בראַזיליאַנער דזשאָנגל
נפתלי קראַוס

 

נתניהו: נישט זיכער אַז עס וועט זיין אַן אָפּמאַך צו באַפרייען שאַליט

 

איין אידיש לעבן איז גאָרנישט?
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

אַ היטלעריסטישער אויפברויז פון שונאי ישראל אין לאַטיין-אַמעריקע
י.ד. בירנבוים

 

אַ רב מוז געדענקען ווער ער איז
יוסף יצחק יעקבסאָן

 

רבני'שע חכמות און פקחות פון גדולי ישראל 1-1-10
חזן משה טעלעשעווסקי

 

דער אויבערשטער וועט ניט דערלאָזן, אַז די רשעים זאָלן חרוב מאַכן זיין וועלט
הרב משה קיימאַן

 

וואָס ווערטער דערציילן נישט...

 

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
“און דו ביסט חיים יצחק...״
צו די “שלושים״ פון מיין אומפאַרגעסלעכן ברודער, הרב הגאון ר׳ חיים יצחק שווירץ ז״ל, פון תל-אביב
שלמה שמיר
 
הרב ר׳ חיים יצחק שווירץ ז״ל (שטייענדיק אין צענטער מיטן ספּאָדיק), אין אַ געשפּרעך מיט כ״ק אדמו״ר ר׳ פּנחס מנחם אַלטער זצ״ל, דער “פּני מנחם״ (רעכטס), און כ״ק אדמו״ר ר׳ ישראל דן טאוב זצ״ל (לינקס), שפּעטערדיקער מאָדזשיצער רבי.

 

״...און דו ביסט חיים יצחק״, האָט דער גערער רבי, אדמו״ר הגאון הקדוש רבי אברהם מרדכי אלטער זצ״ל, דער בעל ״אמרי אמת״, געזאָגט.
געווען איז עס ערב ראש השנה פון יאָר תש״ה אָדער תש״ו. מיין ברודער, הרב הגאון ר׳ חיים יצחק שווירץ ז״ל, וועלכער האָט דאַן געלערנט אין דער ישיבה ״שפת אמת״, איז אַריינגעגאַנגען צום רבי׳ן, דעם ״אמרי אמת״, מיט אַ ״קוויטל״, אין וועלכן ער האָט מזכיר געווען, דערמאָנט די נעמען פון זיינע עלטערן, ברידער, און די גאַנצע פאַמיליע, און זעלבסט-פאַרשטענדלעך, אויך זיין אייגענעם נאָמען.
אין אַן אויגנבליק האָט דער רבי אָפּגעלייענט דעם ״קוויטל״. דאַן האָט ער אויפגעהויבן זיין קאָפּ, געכאַפּט אַ בליק אויף מיין ברודער וועלכער איז געשטאַנען פאַר אים, און געזאָגט: ״און דו ביסט חיים יצחק...״.
דעם דאָזיקן עפּיזאָד האָב איך געהערט פון מיין ברודער ע״ה עטלעכע מאָל, און ער פלעגט עס יעדן מאָל איבער׳חזר׳ן ״בדחילו ורחימו״, מיט אַ ברען, ווי עס וואָלט ערשט נעכטן אָדער אייער-נעכטן פּאַסירט, גענוי ווי ער פלעגט דערציילן און שילדערן די אומצאָליקע איבערלעבענישן און געשיכטעס וועגן דעם ״אמרי אמת״ זצ״ל, און וועגן די אַנדערע גערער רביים, ביי וועלכע ער האָט זיך ״געווייקט״, און וועלכע האָבן צו אים אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע קירבות און ליבשאַפט.
ספּעציעל האָט מען זיך געדאַרפט איינהערן צו דעם טאָן אין וועלכן מיין ברודער האָט איבערגע׳חזר׳ט דאָס וואָס ער האָט געהערט פונעם ״אמרי אמת״ זצ״ל, יענעם ערב ראש השנה, און ביי אַנדערע געלעגנהייטן. ס׳איז נישט געווען קיין ספק, אַז יעדעס וואָרט וואָס איז אַרויס פונעם מויל פונעם רבי׳ן דעם ״אמרי אמת״, איז פאַר חיים יצחק׳ן געווען ווי אַ ״בת קול״ פון הימל; אין יעדן ריר פונעם רבי׳ן, האָט ער געזען אַ באַזונדערן פּירוש און באַדייט לשעתו ולעתיד.
ווי עס ווייזט אויס, האָט דער גערער רבי, מיט זיינע ווערטער ״און דו ביסט חיים יצחק״, ״געקרוינט״ און ״געזאַלבט״ מיין ברודער אַלס דער ״חיים יצחק״, ווי די גערער חסידים האָבן אים געקענט און געשעצט לאַנגע יאָרן. דער רבי האָט אין אים אַריינגעבלאָזן דעם אומגעוויינלעכן כוח פון זכרון, מיט וועלכן ער איז באַשאָנקען געוואָרן ווי אַ ״בור סיד שאינו מאבד טיפּה״. דאָס האָט פאַרשטאַרקט זיין ספּעציעלע אייגנשאַפט ״ללמוד וללמד״. די ברכה איז געווען פאַר אים ווי אַ ״האַפטונג״ פונעם אַלטן גערער רבי׳ן, אַז חיים יצחק וועט זוכה זיין צו דינען אַלס אומאויסשעפּבאַרער קוואַל פון תורה און חסידות, וועמענס ווערטער וועלן אַריינדרינגען אין די הערצער פון זיינע צוהערער.
איך האָב געהערט פון מיין ברודער ע״ה וועגן נאָך אַן אומפאַרגעסלעכן מעמד, וואָס ער האָט זוכה געווען צו זען אין דער מחיצה פונעם אַלטן גערער רבי׳ן, בעל ״אמרי אמת״. ביי דער סעודת-ברית פון הרב יצחק מאיר אלטער ע״ה (אַ זוהן פון הרב החסיד ר׳ שמעון אַלטער, אייניקל פונעם ״אמרי אמת״) איז מיין ברודער געשטאַנען נעבן דער שטול פונעם רבי׳ן. אין אַ געוויסן מאָמענט האָט מיין ברודער ״אויפגעכאַפּט״ דעם רבינ׳ס בליק, און געזאָגט ״לחיים״. דער רבי האָט אים באַטראַכט, און געענטפערט פּאַמעלעך מיט אַ באַזונדערער תנועה, באַטאָנענדיק יעדן וואָרט: ״לחיים טובים ולשלום...״. צענדליקער יאָרן שפּעטער, פלעגט ר׳ חיים יצחק׳ס געזיכט אויפשטראַלן ווען ער האָט ווידערהאָלט די ווערטער ״לחיים טובים ולשלום״, מיט דער ספּעציעלער תנועה וואָס ער האָט עס געהערט פונעם הייליקן מויל פונעם ״אמרי אמת״.
מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען חיים יצחק איז דורכגעגאַנגען אַ שווערע און קאָמפּליצירטע אָפּעראַציע און האָט זיך דערהאָלט דערפון, האָב איך אים געזאָגט, אַז ער איז אויסגעהיילט געוואָרן מיטן כוח פון דער אויסדריקלעכער ברכה, וואָס דער רבי האָט אים געגעבן אויף יענער סעודת ברית. ״יאָ, יאָ״, האָט מיין ברודער מיר געענטפערט. ״דו ביסט גערעכט״.
מיין ברודער האָט מיר אויך דערציילט, אַז די אייניקלעך פונעם ״אמרי אמת״ פלעגן פירן דעם רבי׳ן צו דער בית וגן געגנט פון ירושלים, אויף אַ שפּאַציר צו שעפּן פרישע ירושלימ׳ער לופט. אויף איינעם פון די שפּאַצירן האָט הרב החסיד ר׳ בנימין אַלטער ז״ל, אַן אייניקל פונעם ״אמרי אמת״, – מיט וועמען מיין ברודער האָט אָנגעהאַלטן אַ לאַנגיאָריקע האַרץ-פריינטשאַפט – אַמאָל מיטגענומען חיים-יצחק׳ן אינעם אויטאָמאָביל, וואָס האָט געפירט דעם רבי׳ן קיין בית וגן.
ווען דער רבי האָט באַמערקט חיים-יצחק׳ן אינעם אויטאָ, האָט ער זיך אָנגערופן צו אים: ״דו ביסט יעקב מרדכי׳ס...״. דעם רבינ׳ס בליק, און דער פאַקט אַז דער רבי האָט אים דערקענט און האָט אין אַכט גענומען, אַז ער איז אָנוועזנד אינעם אויטאָ, און די געציילטע ווערטער וואָס ער האָט געהערט פון רבינ׳ס הייליקן מויל, זיינען פאַר חיים יצחק׳ן געווען אַ דערפרישנדער קוואַל פון חיות, פון וועלכן ער האָט אַלע זיינע יאָרן געשעפּט גייסטיקע התחזקות.
איינמאָל ביים סוף פון דער פרייטיק-צו-נאַכט שבת׳דיקער סעודה, אין אַ שטימונג פון התרוממות הרוח, נאָך דעם ווי חיים-יצחק האָט האַסטיק אָנגעטאָן דעם שטריימל און געבעטן ״מים אחרונים״, האָט ער זיך געוואָנדן צו מיר: ״ווייסטו, שלמה?״ – האָט ער געזאָגט מיט אַ הויכער שטים, נישט ווי זיין שטייגער – ״ווען מ׳איז געשטאַנען פאַר דעם רבי׳ן זכרונו לברכה (דעם ׳אמרי אמת׳), איז עס געווען ווי מ׳שטייט פאַרן בית דין של מעלה... דער רבי האָט דיך אָנגעקוקט, און געזען אַלץ וואָס דו האָסט געטאָן זינט דעם טאָג ווען דו ביסט געבוירן...״.
צווישן אונדז האָט געהערשט אַ ברידערלעכע ליבשאַפט און נאָענטקייט, וואָס איז מיט דער צייט בלויז פאַרשטאַרקט געוואָרן, און האָט זיך אַנטוויקלט אין אַ גייסטיקער פאַרבינדונג. ווען איך פלעג אים באַזוכן נאָך אַ לענגערער צייט וואָס מיר האָבן זיך נישט באַגעגנט, האָט ער באַלד, שטייענדיק ביי דער טיר, אָנגעפאַנגען דעם שמועס מיט דעם וואָס מיר האָבן געענדיקט ביים פריערדיקן געשפּרעך. ״איך האָב זיך ערשט די וואָך דערמאָנט עפּעס וועגן דעם ׳אמרי אמת׳, און כ׳געדענקט נישט צי איך האָב עס דיר שוין דערציילט״, האָט ער מיר געזאָגט, און מיך ״אַריינגעצויגן״ אין אַ לענגערן חסידישן שמועס. אַ האַלבע שעה שפּעטער האָט ער זיך פּלוצלונג דערמאָנט אַז כ׳בין אָנגעקומען פון אויסלאַנד. ״אָ, שלום עליכם!״, האָט ער אַ געשריי געגעבן, ווי איינער וואָס פאַרענטפערט זיך, און מיר דערלאַנגט די האַנט. ״וואָס מאַכט די פאַמיליע?...״.
חיים-יצחק׳ס גאַנצער מהות, זיין גאַנג, זיין שטייגער-לעבן און שמועסן מיט מענטשן, האָבן ווי ״אויסגעשריגן״ די ווערטער: ״כי חסיד אני״. זיין אויפפירונג פאַר זיך און כלפּי דער אַרומיקער וועלט, איז געווען די פאַרקערפּערונג פונעם באַגריף וואָס עס באַדייט אַ איד אַ חסיד – אָן פּשרות און קאָמפּראָמיסן, זייענדיק מקפּיד אויף יעדן ״קוצו של יו״ד״ פון חסידות, אָבער שטענדיק מיט אַ חן און געשמאַק; מיט אַ שמייכל און אומאויסשעפּבאַרער מענטשלעכער וואַרעמקייט אויך כלפּי מענטשן פון אַנדערע קרייזן.
אין דעם וועג ווי חיים-יצחק האָט געדאַוונט און געלערנט, אָדער ווען ער האָט געזאָגט אַ דבר-תורה אדער געשמועסט חסידות, האָט ער פאָרגעשטעלט אויף אַ לעבעדיקן אופן, און טאַקע ״בכל עת ובכל שעה״, דעם טאָטאַלן קווינטעסענץ פון גערער חסידות. מיין ברודער ע״ה פלעגט זיך פאַרטיפן אין די גערער חסידישע מקורות, און פון דאָרט געשעפּט אויף אַ ברייטן פאַרנעם, וואָס האָט דערמאָנט די בני עליה און חסידים, וואָס האָבן זיך געדרייט אין גערער ״הויף״ אין די פריערדיקע דורות.
אויך אין דער גבאות-שטעלע אין גערער חסידישן ״שטיבל״ אין תל-אביב, אויף דער פייערבערג גאַס נומער 17, וואָס ער האָט ״גע׳ירש׳ענט״ פון אונדזער פאָטער, הרב החסיד ר׳ יעקב מרדכי שווירץ ז״ל, און וואָס ער האָט אָנגעהאַלטן העכער דרייסיק יאָר, האָט חיים-יצחק געזען אַ ספּעציעלע אויפגאַבע און שליחות, אָפּצוהיטן דעם ברענענדיקן פאַקל פון גערער חסידות אין תל-אביב. חיים יצחק, וועלכער האָט אין די פריערדיקע יאָרן געזען גער אין תל-אביב אין איר גרעסטן אויפבלי און שוואונג, האָט געווייטיקט דעם פאַקט, וואָס די חסידישע בתי מדרשים און ״שטיבלעך״ אין דער שטאָט תל-אביב, זיינען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער. מיין ברודער פלעגט זאָגן, אַז דער ״שטיבל״ אויף דער פייערבערג גאַס, וועט אייביק פאַרבלייבן.
ער האָט דערציילט, אַז דער בכור פונעם ״אמרי אמת״, הגאון החסיד רבי מאיר אַלטער הי״ד, האָט געראַטן אונדזער פאָטער, ר׳ יעקב מרדכי ע״ה, ווען ר׳ מאיר האָט אַ קורצע צייט פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, געוואוינט אין ירושלים, צו גרינדן אין תל-אביב אַ גערער ״שטיבל״. ״אונדזער פאָטער איז געווען אַ נאָענטער מקורב פון רבי מאיר׳ן, און איינער פון זיינע שטוב-מענטשן. ער האָט געפאָלגט רבי מאיר׳ס עצה״, האָט חיים יצחק דערציילט, צוגעבנדיק, ״אַ חסידישער ׳שטיבל׳ וואָס איז לכתחילה געגרינדעט געוואָרן אויף ׳רבי מאיר דעם רבינ׳ס׳ באַפעל, וועט זיכער אייביק עקזיסטירן״, האָט חיים-יצחק געזאָגט מיט אַ ברען.
שמועסנדיק מיט אַנדערע מענטשן, האָט פון חיים-יצחק׳ן אַרויסגעשיינט אַ זעלטענער חן, אין דער בחינה ווי דוד המלך עליו השלום זאָגט (תהלים מ״ה) ״הוצק חן בשפתותיך״. מ׳האָט אויף אים געקענט זאָגן דעם מאמר אין תנא דבי אליהו, ״שאתה מאהב על הבריות שם שמים״, ״דו טוסט פאַרליבן דעם באַשעפער׳ס נאָמען אויף מענטשן״. מענטשן זיינען פּשוט באַצויבערט געוואָרן פון חיים-יצחק׳ס עצם וועג פון רעדן, און פון זיין שאַרפן אַנאַליטישן מוח, באַזונדערס ווען ער האָט געשמועסט חסידות, אויסטייטשנדיק אַ שווערן ״שפת אמת״, אָדער ווען ער האָט דערציילט אַ מעשה וואָס ער האָט אַליין בייגעוואוינט אין די דל״ת אמות פונעם ״בית ישראל״, אָדער פונעם ״לב שמחה״, זכר צדיקים לברכה.
חיים יצחק איז געווען און וועט געדענקט ווערן אַלס אַ ״מעיין המתגבר״ פון תורה און חסידות, און אַלס אַן אומשעפּבאַרער מקור פון דערציילונגען און זכרונות וועגן די גערער רביים, וואָס אַ טייל פון זיי האָט ער געהערט פון אַלטע חסידים, און אַ טייל האָט ער אַליין בייגעוואוינט.
מיין ברודער ר׳ חיים יצחק ז״ל האָט געהאַט דעם ספּעציעלן זכות צו זיין נאָענט מיט אַלטע פאַרצייטיקע חסידים, וואָס האָבן עולה געווען קיין ארץ-ישראל און געוואוינט אין תל-אביב. אַ טייל פון די דאָזיקע חסידים זיינען געווען באַקאַנט אַלס ״גדולים בתורה״ און זיינען נאָך געפאָרן צום ״שפת אמת״ זצ״ל. אין מיין פאָטער׳ס ״שטיבל״, אויף דער ״אחד העם״ גאַס נומער 65, האָבן געדאַוונט חסידים, וועלכע האָבן אַלס יונגעלייטלעך זוכה געווען אַריינצוגיין צום ״שפת אמת״ שמועסן אין לערנען. ביי די תפילות אָדער הפסקות צווישן איין תפילה און אַנדערן, האָבן די דאָזיקע אַלטע חסידים געשמועסט וועגן דעם ״אמרי אמת״, אַלס דעם ״רבי׳ן זכרונו לברכה״.
פון זייערע ווערטער האָט אַרויסגעדרונגען, אַז זיי באַגרייפן אַז זיי זיינען בכלל נישט קיין בעלי-השגה צו פאַרשטיין די הויכקייט און קדושה פונעם ״אמרי אמת״. עס האָט געהערשט אַ שטילע ״קאָנקורענץ״, ווער פון זיין עס פאַרשטייט ווייניקער די גרויסקייט פונעם ״רבי׳ן זכרונו לברכה״. די דאָזיקע אַלטע חסידים האָבן זיך ״געשפּיגלט״ אין חיים-יצחק׳ן, און ער איז ביי זיי געווען אַ ״בן יקיר״. אפילו אַלטע חסידים האָבן הנאה געהאַט צו הערן פון זיין מויל וואָס ער האָט געזען און געהערט ביים רבי׳ן דעם ״אמרי אמת״, ווען ער האָט געלערנט אין דער ישיבה ״שפת אמת״ אין ירושלים.
עטלעכע יאָר איז מיין ברודער געווען אַ מקורב ביים וויערשובער רב, הגאון ר׳ שאול משה זילבערמאַן זצ״ל, וועלכער האָט געוואוינט אין תל-אביב. חיים יצחק האָט אים משמש געווען, און געלערנט ביי אים אַ שיעור קבוע.
מיין ברודער ע״ה האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז ווען ער האָט גענעכטיקט אין הויז פון וויערשובער רב, אין זעלבן צימער, פלעגט ער צובינדן אַ שטריק צו זיין פוס, און ביינאַכט, ווען דער רב האָט זיך גענויטיקט אין אים, פלעגט ער אַ צי געבן ביים שטריק, און אַזוי האָט ער אים אויפגעוועקט.
חיים יצחק איז אויך געווען נאָענט מיט הגאון החסיד ר׳ העניך בערלינסקי פון ירושלים, און האָט מיט אים געהאַט אַ ספּעציעלן שיעור אין ספר ״חידושי הרי״ם״. אין דער ישיבה ״שפת אמת״ איז חיים יצחק געווען איינער פון די מצויינים, זייענדיק אַ גרויסער מתמיד וואָס האָט אויסגע׳חזר׳ט גאַנצע מסכתות אויסווייניק. אָבער ווען ער האָט דערמאָנט זיין שיעור אין ״חידושי הרי״ם״ מיט ר׳ העניכ׳ן, פלעגט ער זאָגן: ״עס איז געווען אַ שווער לערנען. מען האָט געדאַרפט האַלטן קאָפּ...״.
אַדאַנק זיינע נאָענטע באַציאונגען מיט די צוויי דערמאָנטע חסידים גאונים, האָט חיים יצחק געדינט אַלס ״שליחא דרבנן״, און איז געווען דער פאַרבינדונגס-מאַן צווישן ביידן. אין ירושלים פלעגט ר׳ העניך בערלינסקי ״איבערגעבן״ פאַר מיין ברודער פאַרשידענע קשיות וואָס ער האָט געהאַט אין לערנען, און אים געבעטן איבערצוגעבן די קשיות צום וויערשובער רב אין תל-אביב. דער רב פלעגט ענטפערן תירוצים, וואָס חיים יצחק האָט דערנאָך איבערגעגעבן פאַר ר׳ העניכ׳ן. ״איינמאָל, אויף ר׳ העניכ׳ס אַ גאָר שווערע קשיא, האָט דער וויערשובער רב מיר געגעבן באַלד אויפן אָרט דריי תירוצים...״, האָט מיין ברודער מיר דערציילט.
אויך אין די לעצטע חדשים פון זיין לעבן, ווען ער איז שוין געווען שוואַך אין געזונט און ס׳איז פאַר אים שווער געוואָרן דאָס רעדן, האָט חיים יצחק מיט מיר געשמועסט חסידות, און מיר דערציילט זאַכן וואָס ער האָט אַליין בייגעוואוינט, אין דער בחינה פון ״בדידי הוה עובדא״, אָדער וואָס ער האָט געהערט אין נאָמען פון די גערער רביים, וועלכע האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין זיין וואונדערבאַרן זכרון. ער האָט געהאַט אַ ספּעציעלן כשרות איבערצו׳חזר׳ן אויך די קלענסטע איינצלהייטן, און זיי זיינען געווען פריש, אַזוי ווי ביים ערשטן מאָל.
אַ טייל דברי תורה און סיפּורים האָט ער געהערט און איינגעזאַפּט ביי אונדזער זיידן, הרב החסיד רבי שלמה׳לע אַלטער זצ״ל, דער אינגערער ברודער פונעם ״שפת אמת״, וועמען חיים יצחק האָט זוכה געווען צו קענען, און זיך צו דרייען אין זיין הויז אַלס אינגל אין וואַרשע. ער האָט אויך אויפגעכאַפּט אַ סך פון אונדזער פאָטער, ר׳ יעקב מרדכי ע״ה, וועלכער איז געווען אַן עד ראייה ושמיעה אויף אַלעם וואָס ער האָט געהערט פון זייער שווער, ר׳ שלמה׳לע אַלטער ז״ל.
חיים יצחק האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז דער זיידע ר׳ שלמה׳לע האָט פאַר אים געשילדערט ווי עס האָט אויסגעזען ווען דער ״שפת אמת״ האָט זיך משתטח געווען אויפן ״ציון״ פון זייער זיידן, דעם ״חידושי הרי״ם״ זצ״ל, דער ערשטער גערער רבי, אין זיין ערשטן יאָרצייט. ״מיר זיינען געפאָרן צום בית החיים אין גער, מיט אַ וואָגן״, האָט דער זיידע דערציילט, ״דער ׳שפת אמת׳ און מיר, די ברידער. ווען מיר זיינען אָנגעקומען צום בית החיים איז דער ׳שפת אמת׳ אַראָפּגעשפּרונגען פון וואָגן מיט אַ זריזות, און איז שנעל צוגעגאַנגען צום קבר פונעם זיידן, דעם חידושי הרי״ם. ער איז אַזוי שנעל צוריקגעקומען פון דאָרט, אַז מיר, די ברידער, האָבן דערווייל אַפילו נישט אָנגעיאָגט אַראָפּצוקומען פונעם וואָגן. אָבער צוליב דעם כבוד פונעם ׳שפת אמת׳, האָבן מיר אים נישט געוואָלט אויסהאַלטן אַפילו אַ מינוט, און אַזוי זיינען מיר צוריקגעקומען אַהיים, אָן צוצוגיין צום ציון...״, האָט דער זיידע דערציילט.
דער זיידע ר׳ שלמה׳לע אַלטער האָט אויך געשילדערט פאַר חיים-יצחק׳ן ווי ער, און די קינדער פונעם ״שפת אמת״ זיינען געזעסן ״שבעה״ נאָך דער הסתלקות פונעם ״שפת אמת״. ״דער רבי (דער ׳אמרי אמת׳) איז געזעסן אין אַ באַזונדערן צימער, און איך בין געזעסן מיט די אַנדערע קינדער (פונעם ׳שפת אמת׳) אין אַ דערנעבנדיקן צימער. אין דריטן טאָג נאָך דער הסתלקות, האָט דער רבי אויסגעזען אומרואיק און שטאַרק פאַרטאָן אין זיינע הייליקע מחשבות״, האָט דער זיידע דערציילט.
חיים יצחק האָט ספּעציעל ליב געהאַט צו רעדן וועגן דער ספּעציעלער התקרבות און ליבשאַפט, וואָס דער ״שפת אמת״ האָט אַרויסגעוויזן צו אונדזער זיידן ר׳ שלמה׳לען. ״פון אַלע זיינע ברידער, האָט דער ׳שפת אמת׳ ספּעציעל ליב געהאַט דעם זיידן״, האָט חיים יצחק דערציילט. ״אין איינעם פון די בריוו וואָס דער ׳שפת אמת׳ האָט געשיקט צום זיידן, האָט ער געשריבן: ׳איך בין דיך מקנא וואָס דו האָסט אַ ברודער אַזוי ווי איך וואָס האָט דיך אַזוי שטאַרק ליב, ווייל איך פאַרמאָג נישט אַזאַ ברודער...״.
מיט דעם אַלעם, האָט חיים יצחק אויך אַ סך דערציילט וועגן די געוואַלדיקע הערצה און יראת הכבוד, וואָס דער זיידע פלעגט אַרויסווייזן כלפּי זיין ברודער, דעם ״שפת אמת״, און שפּעטער פאַר זיין פּלימעניק, דעם ״אמרי אמת״. ״איך פאַרשטיי נישט ווי אַזוי חסידים האָבן די העזה צו לאַדענען דעם רבי׳ן צו דער חתונה פון זייער׳ס אַ קינד״, האָט חיים יצחק מיר אַמאָל געזאָגט. ״ווען דער זיידע, ר׳ שלמה׳לע, האָט אַ שידוך געטאָן מיט זיין עלטסטן זוהן ר׳ אברהם מרדכי (וועלכער איז געווען באַקאַנט אַלס דער רב פון דער שטאָט זיכלין אין פּוילן), איז ער געפאָרן צום ברודער, דעם ׳שפת אמת׳, רעדן מיט אים וועגן דער חתונה. נאָך זייער געשפּרעך, ווען דער זיידע איז אַרויס פון רבינ׳ס צימער, איז דער ׳שפת אמת׳ אַריינגעגאַנגען צו דער רביצין אין צימער, און געזאָגט: ׳ער (ר׳ שלמה) איז געווען ביי מיר, און האָט מיך בכלל נישט איינגעלאַדן צו דער חתונה׳...״.
לאַנגע יאָרן שפּעטער האָט אונדזער זיידע געזאָגט צו מיין פאָטער: ״איך האָב נישט געהאַט די חוצפּה איינצולאַדענען דעם רבי׳ן, און אים מטריח צו זיין קיין וואַרשע אויף אַ חתונה...״. ״דאָס איז געווען דער ברודער, וואָס האָט ליב געהאַט אונדזער זיידן״, פלעגט חיים יצחק אויספירן דעם סיפּור המעשה.
חיים יצחק פלעגט אַ סך רעדן וועגן די ספּעציעלע באַציאונגען, וואָס ער האָט געהאַט מיטן ״בית ישראל״ זצ״ל, איידער ער איז געקרוינט געוואָרן אַלס דער רבי פון גערער חסידים. דער ״בית ישראל״ האָט אַרויסגעוויזן צו חיים-יצחק׳ן אַ ספּעציעלע ליבשאַפט, און האָט מיט אים אַ סאַך פאַרבראַכט. מיין ברודער פלעגט שילדערן ווי דער ״בית ישראל״ איז אַריינגעקומען פרייטיק צו נאַכט, האָט אים צוגערופן און מיט אים געשמועסט חסידות.
מיין ברודער האָט מיר דערציילט, אַז אַמאָל האָט דער ״בית ישראל״ אים אַריינגערופן אין זיין צימער אין ״מלון באב״ד״, וואו ער האָט דאַן געוואוינט אין אַ געהעריקער דירה (ס׳איז געווען איידער ער האָט געהייראַט די צווייטע רביצין ע״ה). ״דאָ, אין דאָזיקן צימער, האָט דער יצר הרע נישט קיין שליטה״, האָט דער ״בית ישראל״ געזאָגט צו מיין ברודער.
אין משך פון עטלעכע יאָר פלעגט דער ״בית ישראל״ אויסטאָן זיינע תפילין נאָך תפילת שחרית אין בית המדרש, און עס אַוועקגעלייגט אויפן עמוד, ווייל ער האָט זיך געאיילט אַריינצוגיין צו זיין גרויסן פאָטער, דעם ״אמרי אמת״, כדי צו העלפן אים אָנטאָן די תפילין. יעדן אינדערפרי פלעגט חיים יצחק צוזאַמענדרייען די רצועות אויף די תפילין פונעם ״בית ישראל״, און האָט עס אים אַריינגעברענגט איינגעוויקלט אין תפילין-בייטל. דער ״בית ישראל״ האָט מקפּיד געווען, אַז בלויז חיים-יצחק זאָל פאַר אים צוזאַמענלייגן די תפילין.
אַ באַזונדערע מסכתא איז די נאָענטשאַפט און גאָר שטאַרקער קשר, וואָס חיים יצחק האָט לאַנגע יאָרן אָנגעהאַלטן מיטן ״פּני מנחם״ זצ״ל. אַ התקשרות וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען דער רבי ר׳ פּנחס מנחם איז געווען אַ יונגערמאַן.
דער וואָס האָט געזען ווי דער ״פּני מנחם״ שמועסט מיט מיין ברודער חסידות און סיפּורים פונעם ״אמרי אמת״, אָדער פון די אַנדערע גערער רביים, האָט פּלוצים פאַרשטאַנען דעם באַדייט פונעם פּסוק ״אז נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״. מען האָט געקענט דערקענען אויף חיים-יצחק׳ן אַז ער ווייסט גוט די גרויסקייט פון זיין מיטשמועסער, דער אינגסטער זוהן פונעם ״אמרי אמת״. אָבער זיי פלעגן ווי ״אַריינהאַקן״ איינער אינעם צווייטנ׳ס ווערטער. איינער האָט געזאָגט אַ דבר תורה, און דער צווייטער האָט עס צוגעענדיקט. רעדנדיק וועגן דעם ״אמרי אמת״, האָבן זיי געהאַט ווי אַ ״קאָוד״, וואָס איז געווען פאַרשטענדלעך בלויז פאַר ביידן, און זיי האָבן ממתיק-סוד געווען. מיין ברודער האָט מיר דערציילט, אַז דער ״פּני מנחם״ האָט זיך אַמאָל אָנפאַרטרויט פאַר אים, אַז ער איז מסיים ש״ס יאָר-יערלעך.
ווען איך האָב אַמאָל דערציילט מיין ברודער, אַז אין אַ געשפּרעך וואָס איך האָב געהאַט מיטן ״פּני מנחם״ בעת זיינעם אַ באַזוך אין ניו-יאָרק, האָט ער זיך פאַר מיר אויסגעדריקט, אַז זיין פאָטער, דער ״אמרי אמת״, איז געווען ״אין דער מדריגה פון אַ נביא״, האָט חיים יצחק מניה וביה רעאַגירט: ״און מיר האָט ער (דער ״פּני מנחם״) געזאָגט דאָס לשון ׳נביאים ראשונים׳...״.
אין די לעצטע וואָכן בין איך געזעסן ביי זיין בעט. כ׳האָב אים דערציילט פאַרשיידענע דערציילונגען פונעם ״אמרי אמת״, וואָס ער האָט מיר דערציילט. איך האָב אים אויך דערמאָנט זאַכן וואָס ער האָט מיר נאָכגעזאָגט אין נאָמען פונעם ״בית ישראל״ און פונעם ״לב שמחה״. זיין געזיכט האָט פּשוט געשטראַלט פאַר שמחה. עס איז אים געווען שווער צו רעדן, האָט ער אויפגעהויבן זיין האַנט און געפאָכעט מיט דער פויסט, ווי ער וויל באַשטעטיקן אַלץ וואָס כ׳האָב אים דערציילט, און וויל מיר זאָגן: ״יאָ, גער איז געווען מיין גאַנץ לעבן״.
איך וויל מסיים זיין מיט אַ וואָרט, וואָס כ״ק אדמו״ר דער ״לב שמחה״ זצ״ל האָט געזאָגט ווען ער איז געווען מנחם אבל זיין ביי אונז, ווען מיר זיינען געזעסן ״שבעה״ נאָך אונדזער פאָטער, הרב החסיד ר׳ יעקב מרדכי שווירץ ז״ל, וועלכער האָט געדינט אַלס גבאי אינעם ״שטיבל״ אויף ״אחד העם״ און אויף פייערבערג גאַס אין תל-אביב. דער ״לב שמחה״ זצ״ל האָט דאַן געזאָגט: ״די גמרא זאָגט אַז ווען אַ מענטש גייט אַוועק פון דער וועלט ׳ופניו אל העם׳, איז עס פאַר אים אַ גוטער סימן. אויף אַ גבאי קען מען זאָגן די ווערטער ׳פּניו אל העם׳, ווייל ער שטייט שטענדיק אויסגעדרייט מיטן פּנים צום פאָלק...״.
אָט דאָס זעלבע קען מען זאָגן אויך וועגן מיין אומפאַרגעסלעכן ברודער ר׳ חיים יצחק ז״ל, וועלכער האט איבערגענומען דאס גבאות אין ״שטיבל״ אויף פייערבערג 17: ״ופּניו אל העם״.
יהא זכרו ברוך.
 

 

 

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 1, 2010
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations