קומענדיקן יאָר ווערט דערוואַרט זיך צו ענדיקן די ערשטע פאַזע פונעם שטאָט-באַן (״לייכטע באַן״) פּראָיעקט אין ירושלים. די באַן-ליניע וועט האָבן 19 סטאַנציעס, דורכשניידנדיק ירושלים פון מערב צו מזרח, פון הר הרצל ביז פּסגת זאב. אַ שטאָטישע ״נעמען קאָמיסיע״, אין שפּיץ פונעם מאַיאָר פון ירושלים, ניר באַרקאַט, וועט צוטיילן די נעמען צו די סטאַנציעס.
אין אַ דאָקומענט וואָס דער פילאָלאָג אבשלום קור האָט צונויפגעשטעלט פאַרן שטאַב פונעם פּראָיעקט, האָט ער פאָרגעשלאָגן צוג עבן די סטאַנציעס נעמען וואָס זענען פאַרבונדן מיט אידישע ווערטן און דער היסטאָריע פון ישראל, טייל וועלכע קענען אַרויסרופן אַ קאָנטראָווערסיע, האָט די ישראל-צייטונג ״הארץ״ באַריכטעט.
צום ביישפּיל, איינע פון די דריי סטאַנציעס וואָס וועלן זיין אין דער ״שועפאַט״-געגנט אין מזרח ירושלים, די געגנט וואָס אָרטיקע איינוואוינער רופן ״תל על פול״, דאַרף לויט קורס פאָרשלאָג גערופן ווערן ״גבעת בנימין״, אויפן נאָמען פונעם שבט פון שאול המלך, שבט בנימין, צוליב צוויי סיבות; ערשטנס, ווייל ישראל איז דאָך נישט אַנדערש ווי פראַנקרייך, און פּאַריז וואָלט געוויס אָנגערופן אַ סטאַנציע אויפן נאָמען פון דער קרוינשטאָט פון אַן אַמאָליקן פראַנצויזישן קעניג.
צווייטנס, טענהט קור, זענען די אַלע הייזער וואָס די פּאַלעסטינער האָבן געבויט זינט דער זעקס-טאָגיקער מלחמה אויף דעם היסטאָרישן פּלאַץ, וואָס איז דעמאָלט געווען ליידיק, אומגעזעצלעך, און אויב די סטאַנציע וועט אָנגערופן ווערן אויפן אַראַבישן נאָמען, וועט עס נישט בלויז אָפּמעקן די אידישע געשיכטע פון דער ״גבעה״, דער ערשטער רעזידענץ-שטאָט פון מלכות ישראל, נאָר אויך דערמוטיקן די פּאַלעסטינער פאָרצוזעצן מיטן בויען דאָרט הייזער אָן דערלויבענישן.
אַן אַנדער סטאַנציע, אויף אַ גאַס אין צענטער פון שטאָט וואָס טראָגט דעם נאָמען פונעם ענגלישן קעניג ״קינג דזשאָרדזש״, דאַרף לויט קור הייסן ״ביקור חולים״, אויפן נאָמען פונעם דערנעבנדיקן שפּיטאָל, סימבאָליזירנדיק אידישע אידעאַלן און אַ וויכטיקע אידישע מצוה, אַנשטאָט אויפן נאָמען וואָס די בריטאַניער האָבן עס געגעבן אין אָנדענק פון זייער קעניג.
די סטאַנציע פון רמת אשכול ראָט ער אָנצורופן ״גבעת התחמושת״, און אַ סטאַנציע אויף רחוב יפו – אויפן נאָמען פון דער ״דוידקע״, דעם באַוואוסטן סקווער וואו עס געפינט זיך דער ״דוידקע״-קאַנאָן פון דער מלחמת השחרור.
אַ געוויסע אַנדערע סטאַנציע אין מזרח פון שטאָט דאַרף אָנגערופן ווערן ״שמעון הצדיק״, אויפן נאָמען פונעם הייליקן תנא, וועמענס קבר געפינט זיך דאָרט דערנעבן, און אויף דער אידישער געגנט וואָס האָט דאָרט עקזיסטירט פאַר 48׳, באַקאַנט היינט אַלס ״שייך דזשאַראַך״, און וואָס ווערט איצט איבערגעבויט דורך אַ גרופּע מתנחלים, עוואַקואירנדיק פּאַלעסטינער פאַמיליעס, אין אַ פּראָצעס וואָס האָט אַרויסגערופן גרויס קעגנערשאַפט.
צום אויספיר, שלאָגט פאָר קור אַז אויף יעדער סטאַנציע זאָל הענגען אַ שילד, וואָס זאָל זאָל דערקלערן דעם באַדייט פונעם נאָמען פונעם פּלאַץ, ווי אויך נאָך אַ שילד אויף וועלכן עס זאָל זיין אויפגעשריבן דער פּסוק, ״עומדות היו רגלינו בשערייך ירושלים. ירושלים הבנוי׳ כעיר שחברה לה יחדיו.״
|