פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו האָט די וואָך זונטיק אַדרעסירט די פראַגע פון באַפרייען גלעד שאַליט, ביי אַ זיצונג פון די ליכוד-מיניסטאָרן און געזאָגט אַז איינער פון די טעראָריסטן וועלכע זענען פאָריקע וואָך עלימינירט געוואָרן אין אַ צה״ל-אַקציע אין שכם איז באַפרייט געוואָרן אַ פאַרהעלטניסמעסיק-קורצע צייט צוריק פון אַ ישראל-טורמע, אונטערשטרייכנדיק די פּראָבלעם פון באַפרייען טעראָריסטן צו די שטחים פון יהודה ושומרון.
נתניהו האָט באַטאָנט אַז ער פּרואווט באַלאַנסירן צווישן דעם ״פּדיון שבויים״ אידעאַל און דער וויכטיקייט צו היטן אויף דער זיכערקייט פון די ישראל-בירגער. ביים איצטיקן מאָמענט, האָט נתניהו געזאָגט, איז נישטאָ קיין אָפּמאַך מיט כאַמאַס, און עס איז נישט קלאָר אַז עס וועט בכלל געמאַכט ווערן אַזאַ אָפּמאַך.
סוף פאָריקע וואָך, איז באַריכטעט געוואָרן אַז די כאַמאַס-פירערשאַפט אין עזה שטיצט דעם אָפּמאַך, בעת די פירערשאַפט פון כאַמאַס אין דמשק איז קעגן דעם ישראלס באַשלוס נישט צו באַפרייען אַ טייל פון די טעראָריסטן. לויט באַריכטן, האָט ישראל איינגעשטימט צו באַפרייען 443 פון די 450 טעראָריסטן, מיטן באַדינג אַז ווייניקסטנס 100 פון זיי זאָלן פאַרטריבן ווערן צו רצועת עזה אָדער אַנדערע לענדער, און נישט צו יהודה און שומרון. ישראל אַנטזאָגט זיך צו באַפרייען זיבן טעראָריסטן פון דער כאַמאַס-ליסטע, איינשליסנדיק אויך מאַרואַן באַרגוטי און אַכמעד סאַאַדאַט.
|