מ׳דערציילט אַז ס׳איז אַמאָל געווען אַ איד וועלכער האָט אָנגעפירט מיט אַ זאָאָלאָגישן-גאָרטן. אין גאָרטן איז געווען אַ שטייג אין וועלכע עס האָבן געוואוינט אַ וואָלף מיט אַ שעפּס צוזאַמען, באהבה ואחוה ושלום וריעות. דאָס האָט צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער פּראָסטע גויים פון איבער דער וועלט וואָס האָבן באַצאָלט שווערע געלטער כדי צו זען מיט די אייגענע אויגן אַ משיחישן זאָאָלאָגישן-גאָרטן, אין וועלכן ישעיהו הנביא׳ס נבואה פון “וגר זאב עם כבש״ איז שוין פאַרווירקלעכט געוואָרן. דער איד האָט מפרסם געווען וועגן זיין זאָאָ-גאָרטן אין דער גאַנצער וועלט, דער אַנאָנס האָט זיך אַזוי געלייענט: “קומט באַזוכן אַ זאָאָ-גאָרטן וואו משיח איז שוין געקומען״!
ויהי היום, קומט צוגיין אַ חבר זיינער אויף אַ באַזוך. “זאָג מיר יענקל״! זאָגט דער חבר. “איך ווייס דאָך דעם אמת אַז דו ביסט אַ ליגנער און אַ שווינדלער; משיח איז נאָך נישט געקומען. טאָ ווי מאַכסטו אַזאַ שטיק אַרבעט? ווי טאַקע לעבן עס ביי דיר דער וואָלף מיטן שעפּס אַזוי בשלום״?
“גאַנץ פּשוט״! ענטפערט אים יענקל. “יעדן טאָג לייג איך אַריין אַ נייעם שעפּס״...
במשך פון די לעצטע חדשים הערן מיר נאָכאַנאַנד אַז די זיכערהייט לאַגע אין ישראל איז דראַמאַטיש פאַרבעסערט געוואָרן און מ׳מוז פארפרירן דאס בויען אין די שטחים כדי צו שענקן די אראבישע פירערשאפט אין יהודה און שומרון די מעגלעכקייט צו ווידער אנהויבן שלום פארהאנדלונגען מיט שטאלץ און ווירדע. זיי מוזן קענען ווייזן אז ישראל איז גרייט זיך אונטערטעניקן כלפי די וועלכע זוכן שלום. קאָמענטאַטאָרן סיי אין ישראל און סיי אין אַמעריקע האָבן אָנגעהויבן צו זען ביי די פאלעסטינער פירערשאפט אין יהודה און שומרון “אַ ליכט ביים סוף פון דעם פינצטערן טונעל״. די עפּאָכע פון “וגר זאב עם כבש״, זאָגן זיי, האַלט אפשר ביים פאַרווירקליכט ווערן. עס איז דאָ אַ האָפענונג פאַר אָבאַמאַס חלומות.
אפילו די לאַנגיאָריקע רעכטע פון ליכוד האָבן איינגעזען אַז דער רעאַליטעט האָט זיך געביטן, און היינט מוז מען גיין צו דעם שליאַך פון אַ פּאַלעסטינער מדינה און די “הקפאה״ פון מערערע ישובים אין יהודה און שומרון. ביבי נתניהו אליין טענהט אז מ׳דארף האבן צוויי מדינות, מדינת ישראל נעבן א פאלעסטינער מדינה.
אָבער גיי שריי חי וקיים אַז ליידער ליידער האָט דער וואָלף נישט געביטן זיינע קאָלירן און וועט אויסנוצן יעדע מעגלעכקייט צו פאַרצוקן דעם שעפּס, אַז אונדז ווילט זיך גלויבן אַז משיח איז שוין געקומען אין דעם באַרבאַרישן און בלוטיקן שטייג פון דעם מיטעלן מזרח. א טייערער איד, א פאטער פון זיבן קינדער פון דעם ישוב שבי שומרון, ווערט דערמארדעט לעצטן דאנערשטיק, ואין פוצה פה ומצפצף. נאָ ביג דיל. מ׳וועט בסודי סודות בייטן דעם אידישן שעפּס יעדן טאָג, אַבי מ׳זאָל קענען דערקלערן פאַר דער גאַנצער וועלט אַז דער וואָלף לעבט בשלום מיטן שעפּס.
אויב נתניהו וואלט געהאט אַביסל אידישע שטאָלץ, וואָלט ער נאָך דעם מאָרד פון הרב מאיר אבשלום חי, פאָרנדיק צוריק צו זיין הויז אין שבי שומרון, דורך די אַל-אַקצא מערדער – נישט כאַמאַס אין עזה, נאר די גרויסע “שלום״ מלאכים פון פאטאח – דערקלערט, אז ישראל וועט נישט אפטרעטן פון קיין איין אינטש און וועט בויען נאך צען אידישע ישובים. איז דאס דען דער שלום אויף וועלכע מיר לעכצן, אז א מאמע דארף האדעווען זיבן קינדער, אריינרעכנדיק אַ קינד פון צוויי חדשים, אָן זייער באליבטער פאטער?!
וואָס ווערט בשעת דער איד חלומט און חלומט און דער אַראַבער נוצט אויס די זיסע חלומות כדי צו דערמאָרדן נאָך אומשולדיקע אידן און פאַרוואַנדלען נאָך אידישע קינדער אין יתומים?
חלומות זענען העכסט-וויכטיק פאַר דער צוקונפט פון ציוויליזאַציע. גרויסע פּראָיעקטן הויבן זיך אָן מיט אַ חלום, מיט אַ וויזיע. יוסף ווערט דעפינירט אַלס דער “בעל החלומות״. אָבער דער ציל פון אַ חלום איז צו חלומען וועגן אַ נייעם רעאַליטעט, נישט צו פאַרבייטן דעם רעאַליטעט. בשעת עס חלומט זיך אַז אַ מעסער איז אַ צוקערקע איז ביטער.
|