פיר מיטגלידער פון ״נטורי קרתא״, די עקסטרעם-קנאישע באַוועגונג וואָס שליסט אויס די עקזיסטענץ-רעכט פון מדינת ישראל, האָבן די וואָך געהאַלטן שבת אין האַרצן פון עזה, וואו זיי זענען אָנגעקומען כדי אויסצודריקן שטיצע צו דער טעראָר-גרופּע כאַמאַס, וואָס איז פאַראַנטוואָרטלעך אויף די דערמאָרדונגען פון פילצאָליקע מענער, פרויען און קינדער אין די טעראָר-אַטאַקעס אין ישראל.
די פיר, וועלכע זענען קאַנאַדישע און אַמעריקאַנער בירגער, זענען אַריין אין רצועת עזה דורך מצרים. אין די לעצטע טעג האָט מצרים געמאָלדן אַז זי האָט אַריינגעלאָזט אַ צאָל פּראָ-פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן אין עזה.
דער פירער פון דער גרופּע, הרב ישראל דוד ווייס שליט״א, האָט געזאָגט אַז די דעלעגאַציע איז געקומען קיין עזה כדי אויסצודריקן סאָלידאַריטעט צו ״די ליידן פון די פּאַלעעסטינער צוליב דער ישראל-אָקופּאַציע״. ״ס׳איז קריטיש אַז די מענטשן פון עזה זאָלן פאַרשטיין אַז די שרעקלעכע טראַגעדיע דאָ איז נישט אין נאָמען פון יהדות,״ האָט ווייס געזאָגט פאַרן אַריינקומען קין עזה.
די גרופּע, וואָס איז געווען אָנגעטאָן אין דער פולער חסידישער טראַכט, מיט שטריימל, בעקעשע און לאַנגע זאָקן, האָט געגעבן אַן אינטערוויו שבת קודש צו אַן אָרטיקן זשורנאַליסט, בעטנדיק אַז ער זאָל נישט דאָקומענטירן דעם אינטערוויו. צוזאַמען מיט הרב ווייס זענען געקומען קיין עזה ר׳ ישראל פּנחס פרידמאַן, ר׳ ישי ראָזענבערג, ר׳ דוד פעלדמאַן, און אַ פרוי.
די נטורי-קרתא לייט זענען געווען באַשיצט דורך אַ ספּעציעלער וואַך וואָס כאַמאַס האָט געשטעלט צו היטן אויף זייער זיכערקייט. כאַמאַס האָט געזאָרגט דערפאַר אַז זיי זאָלן דערהאַלטן כשר עסן וואָס איז אָנגעקומען גראָד צום האָטעל וואו זיי האָבן זיך קוואַרטירט.
די אַנטי-ציוניסטישע גרופּע האַלט אַז די עקזיסטענץ פון דער אידישער מדינה איז קעגן דער תורה. די מיטגלידער פון נטורי קרתא גלייבן אַז אויב די טעראָריסטן וועלן וויסן אַז טייל פרומע אידן זענען קעגן די אַקציעס פון ישראל צוריקצוהאַלטן דעם פּאַלעסטינער טעראָר, וועלן די טעראָריסטן שאַנעווען מענטשן פון זייערע קרייזן אין טעראָר-אַטאַקעס.
פאַרגאַנגענעם יולי האָבן אויך פאָרשטייער פון נטורי קרתא באַזוכט אין רצועת עזה און זיך געטראָפן דאָרט מיטן פּאָליטישן הויפּט פון כאַמאַס, איסמאַאיל העניאַ.
|