אין צוגרייטונג צום 20סטן יובילעאום פונעם צוזאַמענפאַל פון דער בערלינער וואַנט, וואָס איז אָפּגעצייכנט געוואָרן די וואָך מאָנטיק אין אַ פייערלעכער צערעמאָניע אין דייטשלאַנד, מיט דער באַטייליקונג פון מלוכה-פירער פון דער גאַנצער וועלט, זענען אין די לעצטע וואָכן געהערט געוואָרן אין דייטשלאַנד פילצאָליקע דראַמאַטישע רעטונגס-געשיכטעס פון פּליטים, וועלכע האָבן באַוויזן זיך אַרויסראַטעווען פונעם קאָמוניסטישן מזרח-דייטשלאַנד צום מערב.
היסטאָריקער שאַצן אָפּ אַז אַרום 40 טויזנט מענטשן האָבן באַוויזן צו אַנטלויפן, און אַרום 600 מזרח-דייטשן זענען געשטאָרבן אין זייערע פּרואוון זיך אַרויסצושמוגלען פון די גרענעצן פון דער ״דייטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק״.
איינער פון די וואָס האָבן באַוויזן צו אַנטלויפן פונעם ״סאָציאַליסטישן גן-עדן״ איז געווען אינגאָ באַטקע, וועמענס עלטערן זענען געווען אָנגעזעענע מיטגלידער אין דער הערשנדער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי אין דער ״דייטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק״. אין מאַי, 75׳, איז באַטקע אָנגעקומען צום שטעטל לאַנצען, נעבן דעם אַלבע-טייך. אין דער פינסטערניש פון דער נאַכט, האָט ער דורכגעשניטן דעם שטעכלדראָט-צוים נעבן די ברעגן פון טייך, און טראָגנדיק אויף זיין רוקן אַ נישט-אויפגעבלאָזענעם ים-מאַטראַץ, האָט ער זיך געשלייכט פאָרזיכטיק איבער דער מינירטער סטעזשקע הינטערן צוים, באַנוצנדיק זיך מיט אַ שטעקן אַלס מינע-דעטעקטאָר.
צופוסנס פון דער פּאָזיציע פון מזרח-דייטשישע גרענעץ-וועכטער, וועלכע האָבן געוויצלט הויך אויפן קול, האָט באַטקע אויפגעבלאָזן דעם מאַטראַץ און זיך אַריינגעלאָזט אינעם שטאַרקן ים-שטראָם. נאָך אַ האַלבער שטונדע שווימען אין די קאַלטע און פינסטערע וואַסערן, איז ער אָנגעקומען קיין מערב-דייטשלאַנד. ״דאָס וואַסער איז געווען קאַלט,״ האָט ער זיך דעראינערט, ״אָבער די מאַכט אין מזרח-דייטשלאַנד איז געווען נאָך קעלטער.״
אַן אַנדערער פּליט, פּיטער דאָבלער, אַן 31-יאָריקער דאָקטער, האָט געוואַרט דווקא אויף אַ גאָר-הייסן טאָג, אין 71׳, ווען די טעמעפּעראַטור פון באַלטישן ים וועט זיך הייבן צו 18 גראַד, כדי צו קענען פאַרווירקלעכן זיין פּלאַן, צו שווימען 45 קילאָמעטער לענגאויס דעם ברעג פון מזרח צו מערב-דייטשלאַנד. נאָך צוואָנציק שעה שווימען, איז ער ענדלעך אָנגעקומען צום ציל.
צווישן די לעגענדאַרע געשיכטעס איז אויך די מעשה פון אַ פּאָרפאָלק מיט צוויי קינדער וועלכע האָבן באַוויזן איין יאָר פאַרן צוזאַמענפאַל פון דער בערלינער וואַנט דורכצוקרייצן דעם באַלטישן ים מיט אַן אויפגעבלאָזענער גומי-שיף, אין אַ פאַרצווייפלטן פּרואוו צו אַנטלויפן פון דער ״שטאַזי״ (״שטאַטסזיכערהייטס-מיניסטעריום״, דער מזרח-דייטשישער געהיים-דינסט), וואָס האָט אויף זיי געלאָקערט.
צוויי אַנדערע משפּחות האָבן צונויפגענייט אינאיינעם ביי די נעכט אַ היימיש-פּראָדוצירטן פליענדיקן באַלאָן און אַריבערגעפלויגן דערמיט, מיט דער הילף פון די בלאָזנדיקע ווינטן, אין דער הייך פון צוויי קילאָמעטער העכער דער ערד, דורך דער גרענעץ קיין מערב. טייל האָבן זיך אַריבערגעכאַפּט די גרענעצן אויך אין קליינע עראָפּלאַנען.
ווען די ״בערלינער וואַנט״ איז זיך די וואָך ווידעראַמאָל צוזאַמענגעפאַלן מיט גרויס פייערלעכקייט, דאָסמאָל אין דער פאָרם פון סימבאָלישע דאָמינאָ-שטיינער, האָבן די רעטונגס-געשיכטעס גלייכצייטיק דערמאָנט אין די ריזיקע געפאַרן וואָס טייל מזרח-דייטשישע איינוואוינער זענען געווען גרייט צו נעמען אויף זיך כדי צו אַנטלויפן צו אַ בעסער לעבן אין דער פרייער וועלט.
|