דאָקטוירים און עקספּערטן וואָרענען כסדר וועגן די ריזיקעס וואָס זענען פאַרבונדן מיט רייכערן, וואָס פאַראורזאַכט קראַנקייטן און פאַרקירצט דעם מענטשנס לעבן, אָבער ווי עס ווייזט אַ נייע פאָרשונג, זענען מענטשן מער באַזאָרגט וועגן זייער עמאָציאָנעלן וואוילזיין, ווי וועגן זייער פיזישן געזונט און לעבן.
״מענטשן פאַרשטיקן אין זיך די וואָרענונגען וועגן די לעבנס-געפאַרן וואָס זענען פאַרבונדן מיט רייכערן,״ דערקלערט די פאָרשונג, וואָס איז דערשינען אינעם ״זשורנאַל פון עקספּערימענטאַלער סאָציאַלער פּסיכאָלאָגיע״. ״דווקא דאָס דערמאָנען דעם טויט מאַכט אַז מענטשן זאָלן וועלן ווייטער רייכערן.״
דאַקעגן, איז לויט דער פאָרשונג מער עפעקטיוו, ווען מ׳וואָרנט די מענטשן וועגן די עמאָציאָנעלע און געזעלשאַפטלעכע קאָנסעקווענצן פון רייכערן. סלאָגאַנען ווי ״רייכערן מאַכט דיך מיאוס״, ״שעדיקט דיינע חברים״, ״נעמט אַוועק דיין סימפּאַטיע אין דער סביבה״ – ווירקן מער אַז מענטשן זאָלן אויפהערן רייכערן, ספּעציעל יוגנטלעכע און אַזעלכע וואָס רייכערן כדי צו הייבן זייער זעלבסט-שעצונג און מאַכן אַן איינדרוק אויף די אַרומיקע.
וואָס איז די לעקציע דערפון? אַז מיטן רעדן מעסיקער, אַפּעלירן צום מענטשלעכן האַרץ און געפילן, קען מען דערגרייכן מער ווי מיט בייזע דראָאונגען און טויט-סטראַשונקעס.
|