אַ יישר-כוח פאַר הרב האָלענדער
חשובער רעדאַקטאָר:
איך וויל באַגריסן אייער חשובן מיטאַרבעטער הרב דוד דוב האָלענדער שליט״א, צו זיין ניינציקסטן געבורטסטאָג. איך ווינטש אים לאַנגע יאָרן און ברכה והצלחה.
הרב האָלענדער׳ס אַרטיקלען וועגן די פאַלשע ״דזשודאַאיזמס״, זיינען ממש פּערל-ווערטער פון היסטאָרישן באַדייט. הרב האָלענדער איז דער איינציקער מוסר-זאָגער, דער וואָס שטייט שוין צענדליקער יאָרן אויף דער בימה און שרייט אַז מיר האָבן פאַלשע ״גייסטיקע פאַרפירער״ וואָס פּאַראַדירן אַלס ״רבנים״ און וועג-ווייזער, אָבער אייגנטלעך, זיינען זיי ״פאַלשע נביאים״, וואָס מוזן פאַרדאַמט ווערן אויפן שאַרפסטן אופן, ווייל זיי פירן אַראָפּ טויזנטער אידן פון דרך הישר, פון דרך התורה.
אַ יישר כוח צו הרב האָלענדער, און זאָל ער זיין געבענטשט פאַר זיינע אומאויפהערלעכע וואָרנונגען און סיגנאַלן קעגן די פאַרדאָרבענע פאַרפירער, די גע׳אסר׳טע וואָרטזאָגער און אָרגאַניזאַציעס.
מיט אַכטונג
הרב יצחק בראַט
(מיין פּען נאמען)
ביטע דרוקט נישט מיין ריכטיקן נאָמען און אַדרעס, צוליב פאַרשטענדלעכע טעמים. איך לעב אין באָראָ פּאַרק, אָבער איך בין אָנגעווענדעט מיט מיין פּרנסה אויף די פאַרפירער, וויל איך זיך מיט זיי נישט איינרייסן. מיר פעלן נישט קיין שונאים.
אַ באַגריסונג לכבוד הרב האָלענדער, און וועגן די שונאים פון אַמעריקע
חשובער רעדאַקטאָר, ר׳ גרשון יעקבסאָן:
שלום און גוטע וואונטשן פאַר געזונטע, שעפערישע יאָרן צו דעם חשובן שרייבער און מיטאַרבעטער פון ״אַלגעמיינעם זשורנאל״, הרב הגאון ר׳ דוד דוב האלענדער (שליט״א), צו זיין דערגרייכן זיין ניינציקסטן געבורטסטאָג - עד מאה ועשרים.
״דאָס וואָרט ״שלום״ האָט אַ פּאָזיטיווע קאנאטאציע, וואָס באַדייט און לאָזט זיך איבערזעצן אין אַ סך מיינונגען, און באַציט זיך צו דער עקזיסטענץ פון אַ שעפערישן כוח אין דער וועלט. ״שלום״ האָט דעם אָפּקלאַנג פון שלימות, אַ געפיל פון דערפילונג און בלייביקייט, פון לעבן אין פרידן מיטן אַרום און מיט זיך אַליין.
די אַלע באַצייכענונגען פאַרן וואָרט ״שלום״ פּאַסן זיך פאַר דעם חשובן בר-יובל, פאַר זיינע יאָרן פון שעפערישע טעטיקייטן לטובת אידישן חינוך, קיום היהדות און דעם אויפהאַלט פון אידישן וואָרט.
איך בין איבערצייגט און איך האָף, אַז איר, ר׳ גרשון, וועט ווידמען אַן עסיי לכבוד אייער חשובן מיטאַרבעטער הרב דוד-דוב האָלענדער, צו דער געלעגנהייט פון זיין דערגרייכן - בעזרת השם - דעם 90טן יום הולדת.
אין זיין אַרטיקל: ״אידן און אַמעריקע מעגן שטאָלצירן מיט ווער עס זיינען זייערע שונאים״ (״אַלגעמיינער זשורנאַל״, דעם צווייטן יאַנואַר), שרייבט הרב האָלענדער, אַז ״אַמעריקע מעג אויך שטאָלצירן מיט ווער אירע שונאים זיינען״, ער רעכנט אויס די ״לינקע״ באַוועגונגען אין אייראָפּע און אין אַנדערע לענדער, אַריינגערעכנט אונדזער אַמעריקע, וועלכע פירן אַ העץ-קאַמפּאַניע קעגן ישראל, אידן, און קעגן דער אַמעריקאַנער רעגירונג. זיין אויספיר איז, אַז ״מיר טאָרן נישט זיין געפאַלן ביי זיך ווען אידן (בלויז ווייל זייער מאַמע איז געווען אַ אידישע) רודפ׳ן אונדז״. ער גלויבט אַז, בעזרת השם, קענען אידן צוריקקומען ״כהרף עין״. מיט איין קער אויף דער ריכטיקער זייט קען אַ איד תשובה טאָן.
ווילט זיך פרעגן דעם אָפּטימיסטישן, חשובן רב און שרייבער: וואָס איז מכוח די כלומרשטע ״פריינט״ און שותפים פון אַמעריקע, וועלכע האַלט זיך אַלס נאָענטע פאַרבינדעטע פון אַמעריקע, און אין אמת׳ן פאַרשפּרייטן זיי זייער העסלעכן סם קעגן דעם אַמעריקאַנער פאָלק? לענדער וועלכע זיינען די נעסט וואו די בין-לאַדינס זיינען אויפגעוואַקסן און איינגעזאַפּט אַ גיפטיקן האַס צו אַנדערע גלויבנס און פעלקער. גלויבט איר, אַז מואַמאַר קאַדאַפי׳ס חרטה דאַרף אָנגענומען ווערן ווי תשובה? אַמעריקע׳ס סטעיט דעפּאַרטמענט פּרעדיקט שוין: ״כבדהו וחשדהו״, צו סיריע, איראַן, צפון-קאָרעאַ, סודאַן, ליביע און נאָך אַזעלכע ״פרידנס-ליבנדע״ לענדער. פאָרשטייער פון די אייראָפּעאישע מלוכות לויפן קיין ראַמאַללאַ, און מען צאַצקעט זיך מיט יאַסיר אַראַפאַט (אין ״וואַשינגטאָן טיימס״ איז צום נייעם יאָר געווען אָפּגעדרוקט אַ טרויעריק בילד ווי הרב משה הירש און נאָך אַ חרדיש-געקליידעטער יונגערמאַן, זיצן מיט יאַסיר אַראַפאַט׳ן, דריקן זיין האַנט און שמייכלען פאַר די קאַמעראַס).
פון ירושלים קומט די מיטטיילונג, אַז די וועלט-קאָנפערענץ צו באַקעמפן די נייע מגיפה-כוואַליע פון אַנטיסעמיטיזם איז אָפּגעלייגט געוואָרן. צי איז דאָס דערפאַר וואָס אונדזערע אַנטי-ישראל העצער, אידישע אַריינגערעכנט, זיינען געוואָרן בעלי-תשובה?
אין דעם נאָר-וואָס דערשינענעם בוך פון נועם כאָמסקי: ״העגעמאָניע, אָדער בלייבן לעבן״? שרייבט ער: ״אַלע ׳גאַלאָפּ-אַנקעטעס (אויספרעגן) באַווייזן, אַז 55 פּראָצענט בירגער אין ענגלאַנד, 60 פּראָצענט אין אינדאָנעזיע, 71 פּראָצענט אין ירדן, 25 פּראָצענט אין קאַנאַדע, האַלטן, אַז אַמעריקע איז אַ גרעסערע געפאַר פאַרן וועלט-פרידן ווי אַלע בין-לאַדינס״...
זונטיק, דעם פערטן יאַנואַר 2003, איז אין דער ״ניו-יאָרק טיימס״ (סעקציע פיר, וועלט-איבערבליק) דערשינען אַן אַרטיקל פון מייקל סקאַט דאָראָן, וועגן דער ״צוויי-פּנימדיקייט פון סאַודי אַראַביע״.
אין זיין עסיי, ״די צווייטע מאָנאַרכיע״, אינעם ״טיימס״-מאַגאַזין פאַר אויסלענדישע אָנגעלעגנהייטן, שרייבט מייקל סקאַט דאָראָן, געהילף-פּראָפעסאָר פאַר מיטל-מזרח-שטודיע אין פּרינסטאָן אוניווערזיטעט, אַז ״סאַודי אַראַביע איז נישט קיין פאַרבינדעטער אָדער אַ שונא פון אַמעריקע, גיכער און ליבערשט ביידע״.
און אָט זיינען עטלעכע אויסצוגן פון זיינע אויספירן: די סאַודישע מאָנאַרכיע פונקציאָנירט אַלס פאַרמיטלערין צווישן אַ ׳מערב-וועלטיקע עליטע׳, וועלכע קוקט אויף אייראָפּע און אַמעריקע ווי מאָדעלן פאַר פּאָליטישער אַנטוויקלונג, און די וואהאביסטישע רעליגיעזע תקיפ׳שאַפט-אינסטיטוציע. קרוין-פּרינץ אַבדוללאַ איז גענויגט צו ליבעראַלע רעפאָרמער, וועלכע זוכן דערנענטערונג צו די פאַראייניקטע שטאטן. דאַקעגן, פּרינץ נאַטעף האַלט מיט דער אַנטי-אַמעריקאַנער רעליגיעזער אָרדענונג, וועלכע איז פאַרבונדן מיט די צילן פון ״על קאַידאַ״. פון רעכטס: די קלעריקאַלן און פּרינץ נאַיעף האַלטן זיך ביים פּרינציפּ פון ״טאווהיד-מאנאטעאיזם״, און לויט זייער אויפפאַסונג זיינען אַ סך מענטשן וועלכע האַלטן זיך פאַר גלויביקע אין איין ג-ט, פאַקטיש פּאָליטעאיזמער און געצנדינער. פאַר די דאָזיקע ראַדיקאַלע קלעריקס זיינען פאַררעכנט פאַר שונאים קריסטן, שיאיטן און – להבדיל – אידן, און אַפילו די נישט-צו-פרומע מאַכמעדאַנער.
דער שרייבער קומט צום אויספיר, אַז ווייל וואַשינגטאָן באַמיט זיך איבערצובויען איראַק, וועט זי ווידעראַמאָל אויסגעפינען אַז ״איר נאָענטסטער פאַרבינדעטער אין מיטעלן מזרח, סאַודי אַראַביע, איז נישט איר פריינט, נאָר איר פאַרביסענער שונא״.
עס איז גוט צו האָבן די אמונה פון אַ באַגאַבטן שרייבער ווי הרב ר׳ דוד דוב האַלענדער. ליידער, אָבער, לעבן מיר אין אַ וועלט פון שנאה און אַ מאַנגל אין אחדות ישראל... אייער חשובער מיטאַרבעטער, שלמה שמיר, באַצייכנט ערלעך אונדזער אידישע לאַגע ווי אַ ״בית הקברות פול מיט שלום-פּלענער״, וואו עס פעלט אהבת ישראל. איר אַליין, ר׳ גרשון, רעדט מיט האַרצווייטיק וועגן ״אַ משוגענע מדינה״, אַ סך פון אונדז, געראַטעוועטע פון חורבן, קוקן מיט שרעק אויף דער ״משוגענער וועלט״.
מיט דרך-ארץ און בעסטע וואונטשן פאַר אַ גוטן געזונט,
הערשל טאַובע
10500 ראַקוויל פייק
ראַקוויל, מערילאַנד
|