אויב עס וואָלט אין 1947 און אין 1948 געשטאַנען אין שפּיץ פון אידישן ישוב אין ארץ-ישראל, אַ פּאָליטישע פירערשאַפט ענלעך צו דער היינטיקער רעגירונג אין ישראל, וואָלט אַ אידישע מדינה קיינמאָל נישט געגרינדעט געוואָרן.
דער היסטאָרישער באַשלוס איינצושטימען צום אָריגיעלן ״צעטיילונג-פּלאַן״ פון דער פאַראייניקטער פעלקער-אָרגאַניזאַציע, אַ פּלאַן אין וועלכן עס זיינען, ווי באַקאַנט, נישט איינגעשלאָסן גרויסע טיילן פון ארץ-ישראל, איז אָנגענומען געוואָרן דורך דער דעמאָלסדיקער אידישער פירערשאַפט אין ארץ-ישראל, און די מדינה איז דעקלאַרירט געוואָרן אין מאַי 1948 – ה׳ אייר, תש״ח, דורך און אַדאַנק אַ שטאַרקער און אַנטשידענער אידישער פירערשאַפט.
וויסנדיק גוט אין פאָראויס די קאָלאָסאַלע שוועריקייטן און ריזיקע געפאַרן וואָס דערוואַרטן די יונגע קליינע און אָרימע מדינה, האָט די אַמאָליקע פירערשאַפט פונעם ישוב, אַרויסגעוויזן אויסערגעוויינלעכע דרייסטקייט און מוט, און דערצו אַ באַזונדערע אינטואיציע און ווייטן בליק.
גענוי די דאָזיקע אייגנשאַפט און מעלות זיינען לגמרי פרעמד, און האָבן בכלל נישט קיין שייכות מיט דער איצטיקער פּאָליטישער פירערשאַפט אין ישראל. נישט פאַראַן קיין שום ענלעכקייט אָדער דער מינדסטער פאַרגלייך צווישן דעם ניוואָ וואָס האָט כאַראַקטעריזירט די פירערשאַפט וואָס מדינת ישראל האָט פאַרמאָגט אין די ערשטע יאָרן פון איר עקזיסטענץ, צו די היינטיקע מיניסטאָרן, כנסת-מיטגלידער און פּאָליטיקער, וואָס דאַרפן, מ׳שטיינס געזאָגט, ״פירן״ די עניינים פון דער מדינה.
אויב פּרעמיער בנימין נתניהו אָדער פאַרטיידיקונגס-מיניסטער אהוד ברק וואָלטן געדאַרפט באַשליסן וואָס צו טאָן, און ווי אַזוי צו רעאַגירן פּראַקטיש אויף דעם חלוקה-פּלאַן פון דער דעמאָלסדיקער ״יו-ען״, וואָלטן זיי קודם-כל באַשטימט אַ קאָמיטעט צו דיסקוטירן און דעבאַטירן דעם פּלאַן, און וואָלטן אָנגעפאַנגען פאַרהאַנדלונגען מיט די ענגלענדער וועגן דעם ווי צו מאַכן אַ סוף צום בריטישן מאַנדאַט, אויף אַזאַ אופן אַז אַלע פּאַרטייען זאָלן פאַרדינען דערפון... זיי וואָלטן פריער געשיקט שליחים קיין וואַשינגטאָן, צו הערן וואָס די אַמעריקאַנער האָבן צו זאָגן. דאַן וואָלטן זיי זיך מטריח געווען אויסצוגעפינען די מיינונג פון דער ש״ס-פּאַרטיי און איר פירער, הרב עובדיה יוסף, וועגן דעם ״יו-ען״-פּלאַן, - און דערווייל וואָלט די גאַנצע גרייטקייט מצד דער פאַראייניקטער פעלקער-אָרגאַניזאַציע, אויפצושטעלן אַ אידישע מדינה, ״אויסגעדעמפּפט״ געוואָרן...
ס׳איז ליידער נישט קיין שפּאַס, נאָר זייער אַ טרויעריקע ווירקלעכקייט. די היינטיקע פירער ווייסן ווי אַזוי דערוויילט צו ווערן – אָבער זיי האָבן איבערהויפּט נישט קיין אַנונג ווי אַזוי צו פירן דאָס לאַנד. די מיניסטאָרן און כנסת-מיטגלידער צייכענען זיך אויס מיט האַלטן מליצה׳דיקע רעדעס, אָדער צו מאַכן באָמבאַסטישע דערקלערונגען, אָבער זיי האָבן בכלל נישט די פעאיקייט, און פאַרמאָגן גאָר-גאָר ווייניק דרייסטקייט און אינטואיציע, וואָס עס פאַרלאַנגט זיך פון אַ פירער ביי דער מאַכט, באַזונדערס ווען ער דאַרף אָננעמען אַ באַשלוס.
אייגנטלעך, איז עס נישט קיין איבערראַשונג אַז ס׳איז פאַראַן אַזאַ קאָלאָסאַלער אונטערשיד צווישן דער אַמאָליקער און דער היינטיקער פּאָליטישער פירערשאַפט. אָבער עס רעדט זיך נישט בלויז פון אַן אונטערשיד צווישן דורות, וואָס איז אַ נאַטירלעכע אַנטוויקלונג. אין ישראל איז בולט א תהומ׳יקע פרעמדקייט און א ים-טיפע אַנדערשקייט אויף אַלע געביטן, אַן אַנדערשקייט וואָס טיילט-אָפּ צווישן די אַמאָליקע עפּאָכעס און די היינטיקע, וואָס אָנבאַלאַנגט אַ געהעריקע פירערשאַפט.
ווער עס פאָלגט-נאָך וואָס עס קומט פאָר היינט אין ישראל אויף דער פּאַרטייאישער און פּאַרלאַמענטאַרישער אַרענע, ווערט פּשוט ״נבהל ונשתומם״, - דערשראָקן און דערשטוינט פון דעם פאַרנעם פון נידריקייט און נישטיקייט, וואָס כאַראַקטעריזירט די גרויסע מערהייט פון די פּאַרשוינען, וועלכע ווערן אידענטיפיצירט אַלס די אַזוי-גערופענע ״הויכע פענצטער״ פון ישראל׳ס פּאָליטישן סיסטעם – איינגעשלאָסן רעגירונגס-מיניסטאָרן.
די פּאָליטישע וועלט בכלל, און באַזונדערס די פּאַרטייאישע ווירקלעכקייט אין ישראל, זיינען קיינמאָל נישט געווען אַ מוסטער פון פיינקייט אָדער אָנשטענדיקייט. אדרבה, גאָר ווייט דערפון. אָבער דאָס וואָס קומט לעצטנס פאָר אויף דער אינערלעכער פּאָליטישער און פּאַרטייאישער אַרענע אין ישראל, איז אַן ״אויסשטעלונג״ פון פאַרדאַרבונג און געמיינקייט אויף אַ פּרעצעדענטלאָזן פאַרנעם און כאַראַקטער.
אין דער כראָניק פון דער פּאָליטיש-פּאַרטייאישער ווירקלעכקייט פון ישראל, איז פאַראַן אַ לאַנגע רייע מיט שענדלעכע סקאַנדאַלן, וואָס האָבן אויפגעטרייסלט דאָס לאַנד. שוין אין די פופציקער יאָרן פון פריערדיקן יאָרהונדערט, ווייניקער ווי צען יאָר נאָך דער גרינדונג פון דער מדינה, איז ״געבוירן״ געוואָרן אין דער פּאַרטייאישער וועלט פון ישראל דער באַגריף ״כלנתר׳יזם״, וואָס איז גענוצט געוואָרן קעגן די כנסת-מיטגלידער און פּאָליטיקער, וואָס האָבן זיך פאַרקויפט פּאָליטיש און האָבן פאַרראַטן זייער אידעאָלאָגיע, כדי צו באַקומען אַן אַמט אָדער אַ פּערזענלעכע טובת הנאה (דער באַגריף ״כלנתר׳יזם״ שטאַמט פון רחמים כלנתר, אַ באַקאַנטער פּאַרטייאישער עסקן אין ירושלים, וועלכער האָט ״דעזערטירט״ און פאַרלאָזט זיין פראַקציע אינעם שטאָט-ראַט, און האָט, אַלס באַלוינונג דערפאַר, באַקומען דעם אַמט פון וויצע-מעיאָר אין ירושלים).
אָבער די אַלע פאַלן פון פּאַרטייאישער קאָרופּציע און פון כנסת-מיטגלידער, וואָס האָבן ״דעזערטירט״ פון זייערע פּאַרטייען, וואָס זיינען באַקאַנט פון דער פאַרגאַנגענהייט, זעען אויס היינט-צו-טאָג ווי אַ קינדער-שפּיל אין פאַרגלייך צום כאַראַקטער און פאַרנעם פון די עקלהאַפטע און שענדלעכע סקאַנדאַלן, וואָס זיינען לעצטנס פאָרגעקומען אויף דער פּאַרטייאיש-פּאַרלאַמענטאַרישער אַרענע אין ישראל – סקאַנדאַלן וואָס האָבן געשלאָגן אַ נייעם רעקאָרד אין נידריקייט און חוצפּה מצד כנסת-מיטגלידער און פּאָליטיקער און פּאַרטאישע מאַכער.
דער בולט׳ער אונטערשיד צווישן די אַמאָליקע סקאַנדאַליסטישע פאַלן און די וואָס זיינען לעצטנס פאָרגעקומען אויף דער פּאַרטייאישער און פּאַרלאַמענטאַרישער אַרענע אין ישראל, איז דאָס וואָס מיט יאָרן צוריק, זיינען די כנסת-מיטגלידער אָדער פּאָליטיקער וואָס זיינען געווען פאַרמישט אין די מיאוסע פּאַרטייאישע ״האַנדל-וואַנדל״ מאַכערייקעס, געווען וואָס מען רופט אין ישראל ״וותיקים״ – לאַנגיאָריקע און ״אויסגעריבענע״ באַקאַנטע פּאָליטיקער, וואָס האָבן זיך געפילט שטאַרק און האָבן זיך באַרימט מיט זייער אידעאָלאָגישער טריישאַפט, וואָס איז אָפטמאָל טאַקע געווען די סיבה פאַר זייער ״דעזערטירונג״ פון זייערע פּאַרטייען.
דער באַקאַנטסטער פאַל פון א גרופּע כנסת-מיטגלידער, וואָס האָבן פאַרלאָזט זייערע פּאַרטייען, איז פאָרגעקומען אין די זיבעציקער יאָרן ווען דוד בן-גוריון, משה דיין און שמעון פּערעס האָבן ״דעזערטירט״ פון דער אַרבעטער-פּאַרטיי, און געגרינדעט די רפ״י-פּאַרטיי. צווישן באַקאַנטע פאַלן פון כנסת-מיטגלידער, וואָס האָבן פאַרלאָזט זייערע פּאַרטייען איז, צום ביישפּיל, געווען גאולה כהן, וואָס האָט פאַרלאָזט ״חרות״ און געגרינדט אַ נייע פראַקציע, ״התחיה״. אויך שולמית אלוני האָט ״דעזערטירט״ פון דער אַרבעטער-פּאַרטיי און אויפגעשטעלט די ״מרץ״-פראַקציע. קיינער האָט נישט באַשולדיקט גאולה כהן אדער שולמית אלוני, אַז זיי האָבן פאַרלאָזט זייערע אָריגינעלע פּאַרטייען כדי צו באַקומען הויכע אַמטן אָדער געווינען אַ טובת הנאה.
אָבער די כנסת-מיטגלידער און פּאָליטיקער, וואָס זיינען פאַרמישט אין די איצטיקע פּאַרטייאישע שווינדלערייען און עקלהאַפטיקע פּאַרלאַמענטאַרישע אַפערעס און דריידלעך, זיינען פּאָליטישע ״חדר-אינגלעך״, וואָס זיינען צום ערשטן מאָל דערוויילט געוואָרן אַלס כנסת-מיטגלידער מיט עטלעכע מאָנאַטן צוריק, און זיינען לגמרי אומבאַקאַנט פאַרן פאָלק אין ישראל. ווער האָט, צום ביישפּיל, געהערט פון אַזעלכע נעמען ווי עתניאל שנעלער אָדער רונית תירוש, און אלי אַפלאַלו? און ווער האָט בכלל געוואוסט, אַז אין דער כנסת זיצן מיטגלידער ווי יוליא שמאלוב-בערקאָוויץ, אָדער כרמל שאמה? די אַלע זיינען כנסת-מיטגלידער פון דער ״קדימה״-פּאַרטיי, און ס׳איז בכלל אַ וואונדער ווי אַזוי אַזעלכע נישטיקע און אָפּגעלאָזענע מאַכער זיינען באַלד לכתחילה דערוויילט געוואָרן צו דער כנסת. אָבער די אומבאַקאַנטע און קליינלעכע באַשעפענישן ווילן איצט פאַרלאָזן די ״קדימה״-פּאַרטיי און זיך אָנשליסן אין ״ליכוד״. וואָס האָט פּלוצים פּאַסירט, וואָס די נעבעכדיקע און פאַרקראָכענע כנסת-מיטגלידער ווילן ״דעזערטירן״ זייער פּאַרטיי?
דער ענטפער איז, וואָס פּרעמיער בנימין נתניהו האָט זיי צוגעזאָגט, אַז אויב זיי וועלן פאַרלאָזן ״קדימה״ און זיך אָנשליסן אין ״ליכוד״, וועלן זיי באַקומען קאַבינעט-אַמטן – דאָס הייסט, זיי וועלן ווערן מיניסטאָרן... מיט אַנדערע ווערטער, פרישע און לגמרי ווערטלאָזע כנסת-מיטגלידער, וואָס אַפילו אין זייער אייגענער פּאַרטיי רעספּעקטירט זיי קיינער נישט, זיינען קאַנדידאַטן צו ווערן מיניסטאָרן, און אייגנטלעך, זיינען זיי כמעט באַשטימט געוואָרן אַלס מיניסטאָרן... יאָ, יאָ, מיניסטאָרן...
דאָס איז גאָרנישט אַזאַ וויץ ווי עס קלינגט – נאָר, ליידער, אַ פאַקט און אַ רעאַליטעט, וואָס מאַכט קלאָר און בולט, צו וואָס פאַראַ פאַרנעם פון געמיינקייט און פאַרפוילטקייט עס האָט זיך אַראָפּגעקייקלט דער ניוואָ פון די היינטיקע פּאַרטייאישע און פּאַרלאַמענטאַרישע מאַכער אין ישראל.
די זאַך איז אָבער, וואָס ווי מ׳זאָגט: ״דער פיש שטינקט פונעם קאָפּ...״. די דריי דערמאָנטע חברי הכנסת זיינען נישט לגמרי אַליין שולדיק. זיי זיינען אַ קרבן פון אַ ברייטער, פּלאַנירטער אינטריגע-אָפּעראַציע קעגן דער ״קדימה״-פּאַרטיי, און באַזונדערס קעגן איר פאָרזיצער, ציפּי ליבני, וואָס פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אויספּלאַנירט און אויסגעאַרבעט בסודי-סודות, און וואָס איז לעצטנס באַקאַנט געוואָרן און האָט אויפגעטרייסלט דאָס לאַנד. אינמיטן די קריטישע פאַרהאַנדלונגען איבער דעם גורל פון דעם געפאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שאַליט, און דער משא-ומתן צו געווינען זיין באַפרייאונג פון ״כאַמאַס״ געפענגענשאַפט, ווי אויך צווישן איין דראַמאַטישער דערקלערונג און דער צווייטער, מיטן ציל צו אַלאַרמירן די וועלט וועגן דער געפאַר פון אַ נוקלעאַרער איראַן – האט נתניהו געפונען גענוג צייט און ענערגיע צו פּלאַנירן אַ באַזונדערע אַקציע, מיטן ציל אונטערצוקויפן אַ גרופּע כנסת-מיטגלידער פון דער ״קדימה״-פראַקציע, כדי דורך דעם צו צעברעכן די פּאַרטיי און ליקווידירן די אָפּאָזיציע אין דער כנסת. דער פּרעמיער אַליין און עטלעכע פון זיינע נאָענטע מיניסטאָרן האָבן אין די לעצטע וואָכן אָפּגעהאַלטן באַגעגענישן מיט די פּאַרלאַמענטאַריער פון ״קדימה״, און זיי פאָרגעשלאָגן מיניסטעריאַלע פּאָזיציעס און אַנדערע הויכע מלוכה-אַמטן, אויב זיי וועלן פאַרלאָזן ״קדימה״ און זיך אָנשליסן אין ״ליכוד״. לויט באַריכטן אין דער ישראל-פּרעסע, האָבן נתניהו און זיינע מענטשן געפירט געשפּרעכן מיט נישט ווייניקער ווי זיבעצן (!) פון די אַכט-און-צוואָנציק כנסת-מיטגלידער פון ״קדימה״.
ס׳איז נישט לגמרי קלאָר וויפל כנסת-פאָרשטייער פון ״קדימה״ האָבן איינגעשטימט צו ״דעזערטירן״. אָבער די גאַנצע אינטריגע-אָפּעראַציע האָט צום סוף געפּלאַצט, און בלויז איינער פון די ״קדימה״-פּאַרלאַמענטאַריער, אלי אפללו, האָט פאַרלאָזט זיין פּאַרטיי, און איצט וואַרט ער אויף דעם פּרייז, אָדער בעסער געזאָגט אויפן כאַבאַר, וואָס דער פּרעמיער האָט אים צוגעזאָגט.
די אויפדעקונג פון דער פּלאַנירטער מיאוסער קאָמבינאַציע, האָט פאָריקע וואָך אויפגעטרייסלט ישראל, און האָט באַזונדערט דערשיטערט דעם פּאַרטייאישן סיסטעם – נישט בלויז צוליב דער עצם קאָמבינאַציע, נאָר בעיקר, צוליב דעם וואָס דער פּרעמיער אַליין איז געווען דער איניציאַטאָר פון דער אינטריגע, און ער האָט זיך, ווי מ׳זאָגט, אַליין ״איינגעשמירט די הענט״ מיט אַזאַ מיאוסן און קליינלעכן פּאַרטייאישן ״טריק״. דער שענדלעכער דורכפאַל פון די אינטריגעס און ״טריקס״ קעגן דער פאָרזיצערין פון ״קדימה״, ציפּי ליבני, וועלכע איז אויך די פירערין פון דער אָפּאָזיציע אין דער כנסת, האָט אַרויסגערופן אַ כוואַליע פון קריטיק און פּראָטעסטן קעגן פּרעמיער נתניהו מצד די פירער פון זיין אייגענעם ״ליכוד״. דער כנסת-פאָרזיצער, רובי (ראובן) ריבלין, אַ וועטעראַן-פּאָליטיקער און הויכגעשעצטע פּערזענלעכקייט פון ״ליכוד״, האָט זיך גאָר שאַרף אויסגעדריקט קעגן ״ביבי׳ן״, און געזאָגט, אַז ״נתניהו׳ס אָנשטרענגונגען צו שפּאַלטן ׳קדימה׳ זיינען עקלהאַפט״.
פּאַרלאַמענטאַריש גערעדט, איז נתניהו׳ס רעגירונגס-קאָאַליציע שטאַרק און פאַרזיכערט. פאַרוואָס דער פּרעמיער האָט זיך איצט פאַרדרייט און חוזק געמאַכט פון זיך אַליין אויף אַזאַ מיאוסן אופן, כדי אונטערצוגראָבן ״קדימה״ און צו פאַראורזאַכן שאָדן פאַר ציפּי ליבני, איז אַ פראַגע, אויף וועלכער עס קורסירן אין די פּאָליטישע קרייזן אין ישראל פאַרשיידענע ענטפערס, וואָס מאַכן נאָר נאָך מער קלאָר און בולט דעם פאַרנעם פונעם נידריקן שטאַנד פון דער פּאָליטישער פירערשאַפט אין ישראל, און מיט וואָס פאַראַ ווערטלאָזע פּאַרשוינען דער פּאַרלאַמענטאַרישער און פּאַרטייאישער סיסטעם אין ישראל איז ״באַפעלקערט״.
מ׳זאָגט נאָך אין נאָמען פון אַ פאַרצייטיקן חסידישן רבי׳ן, אַז ער האָט געטייטשט דעם פּסוק אין דער תוכחה, ״והיית משוגע ממראה עיניך״, אַז עס וועט קומען אַ צייט ווען מ׳וועט חלילה משוגע ווערן פון די ״עיני העדה״, די אַזוי-גערופענע ״מנהיגים״ וואָס דאַרפן פירן אידן אין צייטן פון אַ קריזיס, און דינען אַלס זייערע ״אויגן״. ליידער זעען מיר היינט די פאַרווירקלעכונג פון דער דאָזיקער תוכחה, ה׳ ירחם.
|