עס איז דאָ אַ פאַנטאַסטישע מעשה, וואָס מ׳דערציילט וועגן אַ דעבאַטע צווישן קאַראַאימער און ערלעכע אידן.
מעשה שהיה כך היה: אַ גרופּע אידישע קאַראַאימער אין פּוילן האָבן פאַר׳מסר׳ט זייערע אידישע ברידער צו דעם פּוילישן קעניג, פּאָניאַטאָווסקי. זיי האָבן געטענה׳ט, אַז זיי, די קאַראַאימער, זיינען די אמת׳ע אידן וואָס האָבן באַקומען די תורה אויפן באַרג סיני, און האָבן איר אָפּגעהיט במשך פון אַלע דורות. די היינטיקע פרומע אידן זיינען שקרנים און פעלשער, זיי האָבן צעדרייט און פאַרקרימט די אמת׳ע יהדות-טראַדיציע וועלכע די קאַראַאימער האָבן באַקומען פון משה רבינו. זייער תורה שבעל-פּה׳דיקע מסורה האָט גאָרנישט צו טאָן מיט דער אָריגינעלער תורה-שבכתב פון משה רבינו.
דער פּוילישער קעניג האָט איינגעלאַדן די צוויי צדדים צו אַן עפנטלעכן וויכוח, וואָס האָט געזאָלט פאָרקומען אין דעם קעניג׳ס פּאַלאַץ. אַלס ״ריכטער״ אויף דער דעבאַטע, האָט דער קעניג באַשטימט אַלע מיניסטאָרן און מלומדים, וואָס האָבן געאַרבעט אין זיין רעגירונג.
אין דעם באַשטימטן טאָג, זיינען זיך צונויפגעקומען אין דעם פּאַלאַץ די אַלע מיניסטאָרן און דענקער. די קאַראַאימער האָבן געשיקט אַ גרויסע דעלעגאַציע פון דענקער און מלומדים, און די רעליגיעזע אידן האָבן געשיקט איין פאָרשטייער, אַ קלוגער און שאַרפער איד, וועלכער האָט געהייסן רבי לייב מייטוס.
דער מנהג איז געווען, אַז קיינער האָט נישט געטאָרט אַריינגיין אין דעם מלכ׳ס פּאַלאַץ מיט שיך אויף די פיס. אַלע באַזוכער האָבן געדאַרפט לאָזן די שיך ביי דעם אַריינגאַנג צו דעם פּאַלאַץ, און האָבן געדאַרפט אָנטאָן ספּעציעל-צוגעגרייטע פּאַנטאָפל. זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז אין דעם פאַל האָבן אַלע געסט געטאָן דאָס זעלבע, חוץ פון איין מענטשן: ר׳ לייב מייטוס. אנשטאָט צו לאָזן זיינע שיך ביים שוועל פון דעם פּאַלאַץ, איז רבי לייב אַריין אין זאַל פונעם פּאַלאַץ, האַלטנדיק ביידע שיך אונטער זיין אָרעם.
דער קעניג האָט געגעבן דעם סימן אַז מ׳זאל אָנהויבן דעם וויכוח. דער פאָרשטייער פון די קאַראַאימער האָט אָנגעהויבן זיין פּרעזענטירונג: ״אדוני המלך! צום אַלעם ערשטן וויל איך דעמאָנסטרירן צו אונדזער הויכגעשעצטן קעניג די גוואַלדיקע חוצפּה פון די נידערטרעכטיקע מסורה-אידן. בלויז אַזעלכע מחוצפים האָבן געקענט פאַרקרומען די תורה הקדושה, אָט אַזוי ווי זיי האָבן עס געטאָן. אדוני המלך, גיב אַ קוק און זע די חוצפּה פון דעם דאָזיקן אידן, וועלכער וואַגט אַריינצוקומען אין דיין פּאַלאַץ האַלטנדיק די שיך אונטער זיין אָרעם. נישט בלויז איז דאָס אַ בושה און אַ חרפּה צו שטיין נעבן דעם מלך, האַלטנדיק די שיך אין די הענט, נאָר דאָס באַווייזט אויך מיט וואָס פאַראַ גראָבן יונג מיר האָבן דאָ צו טאָן: דער אידישער רב האָט מורא, אַז דעם קעניג׳ס מיניסטאָרן וועלן גנב׳ענען זיינע שיך, דעריבער האַלט ער זיי אונטער זיין אָרעם!״.
דער קעניג האָט, בייזערהייט, אַ קוק געטאָן אויף ר׳ לייב׳ן, און געפרעגט: ״וואָס איז דער פּשט אין דעם וואָס דו טוסט? איז עס טאַקע ריכטיק, אַז דו ביסט חושד מיינע מיניסטאָרן אַז זיי וועלן צונעמען דיינע שיך?!״.
– ״חס וחלילה״, האָט ר׳ לייב געזאָגט. ״איך וואָלט אין מיין לעבן קיינמאָל נישט חושד געווען דעם קעניג׳ס הויכגעשעצטע קנעכט. איך האָב אָבער מורא, אַז די קאַראַאימער וועלן צוגנב׳ענען מיינע שיך״.
״הלמאַי״? פרעגט דער מלך מיט גרויס פאַרוואונדערונג.
״מיר האָבן אַ טראַדיציע פון אונדזערע עלטערן״, האָט ר׳ לייב פאָרגעזעצט זיין ענטפער, ״אַז בשעת ג-ט האָט זיך אַנטפּלעקט צו משה רבינו ביי דעם ברענענדיקן סנה, און האָט אים געזאָגט ׳של נעליך מעל רגליך׳ (נעם אַראָפּ דיינע שיך פון דיינע פיס), האָט משה נאָך זיין באַגעגעניש און שמועס מיט דעם רבונו-של-עולם – נישט געפונען זיינע שיך, ווייל די קאַראַאימער האָבן זיי צוגע׳גנב׳עט. זינט דעמאָלט פירט מען זיך ביי אונדז, אידן, אַז ווען מיר געפינען זיך צווישן קאַראַאימער, האַלטן מיר אונדזערע שיך אין די הענט״.
– ״וואָס האָסטו צו ענטפערן אויף דעם?״ – האָט דער קעניג געפרעגט דעם קאַראַאימער דעלעגאַט.
– ״שקר וכזב״, האָט דער קראי געשריען. ״דאָס איז אַ פאַלשער בלבול וואָס די דאָזיקע חוצפּה׳דיקע אידן האָבן אויסגעטראַכט וועגן אונדז״.
– ״קענסטו אויפווייזן, אַז די קאַראַאימער האָבן אין אמת׳ן נישט באַרויבט משה רבינו׳ס שיך״? האָט דער קעניג אים געפרעגט.
– ״אַוודאי״, האָט דער קאַראַאימער געשריען מיט שמחה און פּאַטאָס. ״איך קען עס אויפווייזן שוואַרץ אויף ווייס. עס איז דאָך אַ היסטאָרישער פאַקט, אַז די סעקטע פון די קאַראַאימער איז געגרינדעט געוואָרן בלויז מיט טויזנט יאָר צוריק. טאָ, ווי האָבן זיי געקענט גנב׳ענען משה רבינו׳ס שיך, ווען אַלע ווייסן, אַז משה האָט געלעבט טויזנטער יאָרן פאַר דעם ווי די קאַראַאימער זיינען געבוירן געוואָרן?!״.
אַ שטילקייט האָט באַהערשט דעם גאַנצן זאַל. אַ גרויסער שמייכל האָט זיך באַוויזן אויף די פּנימ׳ער פון דעם קעניג און אַלע זיינע מיניסטאָרן. דער אידישער פאָרשטייער האָט צונישט געמאַכט זיין בר-פּלוגתא נאָך איידער דער וויכוח האָט זיך אָנגעהויבן.
די אַראַבישע פּראָפּאַגאַנדע
אַ שיינער כאַפּ און אַ געשמאַקע מעשה. אָבער וואו נעמט מען היינט אַ ר׳ לייב מאטוס, וועלכער זאָל פאַרמאָגן אי די פּקחות, אי דעם שטאָלץ צו האַנדלען אַזוי מיט די אַראַבישע מנוולים אין דער ״יו-ען״ וועלכע פירן, טאָג-איין, טאָג-אויס, אַ שמוציקע מלחמה קעגן ארץ-ישראל און עם ישראל מיט זייערע ליגנס אַז די אידן זיינען רויבער, וועלכע האָבן צוגערויבט פּאַלעסטינער קרקע און באַדריקן די אמת׳ע באַלעבאַטים פונעם לאַנד מיט כלערליי אכזריות׳דיקע מיטלען?
פאַרוואָס איז נישטאָ קיין איין שאַרפער און שטאָלצער ישראל-פאָרשטייער וועלכער זאָל אויפשטיין פאַר דער וועלט און אַרויסברענגען דעם אַראַבישן שקר. מוכאַמעד האָט דאָך געגרינדעט דעם איסלאַם אומגעפער אינעם יאָר 650, דאָס הייסט, אַן ערך צוויי טויזנט יאָר נאָך מתן תורה און כיבוש יהושע פון ארץ ישראל!
די מאַמע פון רעליגיע
ומענין לעניין באותו עניין:
אויף אַ געוויסער קאָנפערענץ האָבן זיך באַטייליקט די פאָרשטייער פון די דריי צענטראַלע רעליגיעס: אַ רב, און, להבדיל, אַ גלח מיט אַ מוסלמענישן גייסטלעכן. דער רב איז פאָרגעשטעלט געוואָרן דער לעצטער, נאָך די אַנדערע צוויי ״גייסטלעכע״.
ביים סוף פון דער מסיבה, האָט דער קריסטלעכער אָנפירער פון דעם אָוונט, געזאָגט צו דעם רב: ״איך האָף אַז דו האסט נישט מקפּיד געווען אויף דעם וואָס מ׳האָט אויסגערופן דיין נאָמען צום לעצטן״.
– ״אַוודאי נישט״, האָט דער רב געענטפערט. ״אַ מוטער איז קיינמאָל נישט מקנא אירע קינדער. די אידישע רעליגיע, ווי דו ווייסט, איז דאָך די מוטער פון די אַנדערע צוויי רעליגיעס״.
איבערגעדרייטע יוצרות
מען האָט אַמאָל געפרעגט אַ אידישן משומד: וואָס האָט זיך געביטן זינט דו האָסט פאַרלאָזט דאָס אידישקייט און דו האָסט זיך געשמד׳ט צום קריסטנטום?
האָט דער משומד געענטפערט: ״מיין וועלט האָט זיך איבערגעדרייט. אַמאָל, ווען כ׳בין געווען אַ איד, האָב איך נישט געזען מיין ג-ט, אָבער ער האָט מיך געזען. איצט איז די מעשה קאַפּויער: איך זע מיין ׳ג-ט׳ הענגענדיק פאַר מיינע אויגן שטענדיק, אָבער ער זעט מיר נישט!...״.
דער דאָקטאָר און די געטשקע
אין הויף פון לואי דעם אַכצנטן, דער קעניג פון פראַנקרייך, האָט געאַרבעט אַ אידישן דאָקטאָר מיטן נאָמען טוביה כהן.
איינמאָל האָט דער קעניג געפרעגט טוביה׳ן, פאַרוואָס ער איז דער איינציקער אין דעם גאַנצן פּאַלאַץ וועלכער מאַכט זיך נישט וויסנדיק פון דער געטשקע וואָס שטייט אין צענטער פון דעם פּאַלאַץ. ״אַלע מיניסטאָרן״, האָט דער מלך גע׳טענה׳ט, ״בוקן זיך צו דער געטשקע. זיי דאַוונען צו איר, זיי שמועסן מיר איר, און אַזוי ווייטער. נאָר דו איגנאָרירסט איר אינגאַנצן. היתכן?!״.
האָט דער דאָקטאָר געענטפערט:
״אדוני המלך! איך וועל דיר זאָגן דעם אמת. איך האב איינמאָל געפּרואווט רעדן צו דער געטשקע, אָבער זי האָט נישט רעאַגירט. בין איך געקומען צו דער מסקנא, אַז מסתמא וויל זי נישט האָבן צו טאָן מיט אַ אידן. פון יענעם טאָג האָב איך איר געלאָזט צורו!...״.
|