עס ווילט זיך מיר פאַרצייכענען איינעם פון די אינצידענטן פון מיין גאָר פריאיקער קינדהייט, וואָס איז פאַרבליבן אין מיין זכרון. איינמאָל, אין אַ זומערדיקן פאַרנאַכט, זיינען מיר, איך און (אבדל לחיים טובים) מיין אינגערע שוועסטערקע, צבי׳לע, געגאַנגען אַהיים פון זיידע-באָבע׳ס (קאַראַסיקס) הויז. מיר זיינען געגאַנגען דורך אַ גאַס, וואָס האָט געפירט צום שטעטלדיקן פּאַרקל, און אַנטקעגן אונזערע אויגן איז געווען אַ טיף-זומערדיקער זון-פאַרגאַנג. דער הימל-ברעג איבער דעם מערב-האָריזאָנט איז געווען באַדעקט מיט רויטע שטיקער וואָלקנס, ווי עס טרעפט טיילמאָל אין די וואַרעמע פאַרנאַכטן.
מיין שוועסטערל איז דעמאָלט געווען אַרום פינף-זעקס יאָר, מיט אַרום צוויי יאָר אינגער פון מיר. זי האָט זיך פאַרקוקט אויפ׳ן צונטער-רויטן הימל-ברעג, און האָט אַ פרעג געטאָן ביי מיר: פאַרוואָס איז דאָרט דער הימל אַזוי רויט? אַן אומגעזונטע אייגנשאַפט איז דאָ ביי געוויסע מענטשן - באַזונדערס ביי קינדער (ואני בתוכם) - אויסצונוצן אַזאַ געלעגנהייט אַ רייץ צו טאָן זיך מיט אַ קינד און אים אַביסל אָנשרעקן. האָב איך ליידער אַזוי געטאָן, און געזאָגט מיין שוועסטערל, אַז דער ברעג הימל איז אַזוי רויט ווייל דאָרט איז אַ ״פּאָזשאַר״ (אַ שריפה), די וואָלקנס האָבן זיך אָנגעצונדן...
און איך האָב באַלד חרטה געהאַט. מיין שוועסטערל - געדענק איך ווי היינט - האָט אויף מיר אָנגעשטעלט אירע גרויסע, שיינע, טונקעלע, און איינדרוקספולע אויגן, און פון זיי האָט ״אַרויסגעשריען״ אַזאַ צאַפּלדיקע שרעק, אַז מיר האָט זייער פאַרקלעמט דאָס האַרץ. מיט אירע ביידע הענטעלעך האָט זי אָנגעכאַפּט מיין האַנט, זיך צוגעטוליעט צו מיר און אַזוי האַרציק אַרויסגעשעפּטשעט: ״אוי, אוי, איך האָב אַזוי מורא...״.
מ׳דאַרף געדענקען, אַז אין יענע שטעטלעך, אין יענע יאָרן, האָט בלויז דאָס וואָרט ״פּאָזשאַר״ אָנגעוואָרפן אַ טויט-שרעק אויף אַלע, און ספּעציעל אויף קינדער.
נו, האָב איך געטאָן וואָס איך האָב דעמאָלט געקענט צו באַרואיקן מיין טייער צעשראָקן שוועסטערל. ס׳איז מיר אָנגעקומען גאַנץ שווער. אירע גרויסע האַלב-צוטרוילעכע אויגן שטייען נאָך עד-היום קעגן מיינע אויגן. און נאָך עפּעס קען איך נישט פאַרגעסן: ביים צוקומען צו אונדזער היים, ווען מיין שוועסטערל איז שוין געווען כמעט אינגאַנצן באַרואיקט, האָט זי ביים טיר-אַריינגאַנג אין הויף זיך אָפּגעשטעלט, זיך אַ קער געטאָן צו מיר און געזאָגט שטילערהייט:
- האָב נישט מורא, איך וועל דער מאַמען נישט דערציילן, אַז דו האָסט גערעדט צו מיר ווי אַ ״נישטיקער״...
אַזאַ טייערע נשמה!
ס׳איז כדאי צו באַמערקן עפּעס: אין אונדזער משפּחה-לשון אין דער אַלטער היים האָבן מיר, קינדער, נישט געוואוסט, נישט גענוצט דאָס וואָרט ״שלעכט״, ״שלעכטער״; אנשטאט דעם האָבן מיר געזאָגט: ״נישטיק״, ״נישטיקער״.
איצט וועל איך פּרואוון אויספירן דעם תוכן פון ״קעפּל״ אויף דעם אַרטיקל: ״עין תחת עין״. מיט אייניקע וואָכן שפּעטער, נאָך מיין איבערלעבונג מיט מיין שוועסטערל, בין איך געגאַנגען פּונקט אויף דער זעלבער גאַס. דאָס מאָל בין איך געגאַנגען אַליין און אַביסל שפּעטער. ס׳איז שוין געווען אָנהויב אָוונט, געווען פינצטערלעך. ווען איך בין צוגעקומען אויפן זעלבן אָרט, נישט ווייט פון פּאַרקל, בין איך געבליבן שטיין אַ פּריטשמעליעטער: קעגן מיינע אויגן, איבערן פּאַרקל, האָב איך דערזען אַזוינס, וואָס איך האָב קיינמאָל, אַפילו אין מיין קאָשמאַרסטן חלום, נישט געזען:
איבערן פּאַרקל אין דער הויך האָבן אַזוי ווי געשוועבט ליכטיקע, גרויסע מענטשן, אַהין און אַהער, אַרויף און אַראָפּ - עפּעס וואָס איז מורא-מוראָ׳אימדיק. איך בין געבליבן שטיין און אַ קעלט האָט מיר געצופּט אין דער פּלייצע. משונה׳דיקע מחשבות האָבן זיך געבאָמבלט אין געדאַנק: זאָלן דאָס זיין מלאכים? און אפשר גאָר נישט-דאָ-געדאַכטיקע פון בית עולם אָדער ווער ווייסט וואו? איך האָב דעמאָלט נישט געוואוסט פון אַזעלכע ווערטער ווי ״לאַפּיטוטן״, ״פּיפּערנאָטערס״, וכדומה.
כ׳האָב בשום-אופן נישט באַנומען וואָס עס קומט-פאָר פאַר מיינע אויגן; איך בין אָבער געווען זיכער, אַז עס געשעט עפּעס פון אַן אַנדער וועלט. און פּלוצלונג איז דאָרט, איבערן פּאַרקל, אַזוי ווי דורכגעפלויגן אַ גרויסער מענטש אויף אַ גרויסן פערד... וואָס טוט זיך דאָרט?!
איך האָב אויף אַ וויילע פאַרמאַכט די אויגן, מורא געהאַט צו קוקן דאָרט פאָראויס. פּונקט דאַן איז אַרום מיר אויף דער גאַס קיינער נישט געווען. די שרעק איז געוואַקסן און איך האָב זיך ראַפּטום אַ קער געטאָן און גענומען לויפן אויף צוריק. איך האָב זיך אָפּגעקערט אויף אַ צווייטער גאַס, און אַרום און אַרום געלאָפן ווי אַ רוח אַהיים.
אַריינלויפנדיק אין שטוב אָן אָטעם, אָן רייד, האָבן מיר טאַטע-מאַמע אָנגעקוקט מיט גרויסע אויגן. עס זעט אויס, אַז איך בין געווען זייער בלייך און פאַרסאָפּעט. האָט די מאַמע אויסגערופן: ״וואָס איז געשען, מיין זוהן, פאַרוואָס ביזסטו אַזוי ווייס ווי קאַלך?״.
האָב איך גענומען האַסטיק דערציילן וועגן דער מורא׳דיקער איבערלעבונג בעת איך האָב געזען אַזעלכע ״סטראַשנע״ זאַכן איבערן פּאַרקל. איך האָב גערעדט און דערציילט וועגן די משונה׳דיקע זעענישן נישט פון דער וועלט, און כ׳האָב דערוואַרט, אַז מיינע עלטערן זאָלן אַרויסווייזן התפּעלות פון דעם וואָס איך האָב געזען. ווער זעט עס דען אַזוינס? אָבער אָנשטאָט דעם האָבן טאַטע-מאַמע זיך איבערגעקוקט מיט אַ שמייכל, און כמעט ווי אויסגעשאָסן מיט אַ געלעכטער.
די מאַמע האָט מיר גענומען געבן צו פאַרשטיין, אַז דאָס איז אַ קינאָ, וואָס מ׳האָט זומער אַרויסגעטראָגן אויף דער גאַס. מ׳האָט דעם קינאָ-לייוונט אויסגעשפּרייט נעבן פּאַרקל, און איך האָב געזען די מענטשן פון אַ פילם אויפן לייוונט... איך בין דעמאָלט נישט געווען אין אַ קינאָ (און אַזוי עד היום). האָב איך נישט גוט פאַרשטאַנען פאַרוואָס זיינען פאָרט די מענטשן געפלויגן אין דער לופטן. אָבער איין זאַך האָב איך דאָך באַנומען (און קיינעם נישט דערציילט): דאָס האָט מען פון הימל מיר באַצאָלט מיט ביטערע שרעק פאַר דעם גרויסן פּחד, וואָס דער ״נישטיקער״ ברודער האָט גורם געווען צו דער טייערער שוועסטערל...
|