הרב פינחס הירשפרונג (לינק) מיט דעם סטריקאווער רבי׳ן זצ״ל לכבוד דעם צוועלפטן יאָרצייט פון הרב הגאון ר׳ פּנחס הירשפּרונג זצ״ל, הויפּט-רב פון מאָנטרעאָל
מסכת בבא בתרא דף קמ״ה עמוד ב׳, תנו רבנן, עתיר נכסין עתיר פומבי - זה הוא בעל הגדות, עתיר סלעים עתיר תקוע - זה בעל פלפול, עתיר משה עתיר כמס - זהו בעל שמועות, הכל צריכין למרי חטיא - גמרא. ווי רש״י פארטייטש גמרא – סוגיות גמרא ותירוצי משניות וברייתות, וזהו עיקר הגמרא, שאם לא הגמרא, אין למדין הלכה מתוך משנה, עיי״ש.
טייערע לייענערס, מרי חטיא גמרא, דאָס איז געווען מיין גרויסן רבי, הרב הגאון ר׳ פּנחס הירשפּרונג זצ״ל, הויפּט-רב פון מאָנטרעאָל, וועמענס יאָרצייט פאַלט אויס אין היינטיקן ״דף היומי״ פון ״מרי חטיא גמרא״ – ז״ך (כ״ז) טבת.
ווי באַקאַנט, איז הרב הירשפּרונג געווען דאָס וואָס די משנה באַצייכנט אַלס אַ ״בור סיד שאינו מאבד טיפּה״. וואָס מ׳האָט געפרעגט הרב הירשפּרונג, האָט ער אויפן אָרט געענטפערט: ״דאָס איז אַ בפירוש גמרא, אַ רש״י אָדער תוספות״, און דאָס גלייכן.
זיין גוואַלדיקע התמדה און זכרון איז געווען אין לשער ואין לתאר, ווי ס׳איז שוין באַשריבן געוואָרן אין דער פאַרגאַנגענהייט, אַז הרב הירשפּרונג האָט געקענט דורכלערנען אַ מסכתא אין צוואָנציק מינוט, זיצנדיק אויף אַ חתונה אָדער בר-מצוה-סעודה, אָדער אויף אַ סעודת ברית מילה, האָט ער אויסגע׳חזר׳ט גאַנצע מסכתות אויסווייניק.
זיצנדיק אַמאָל אויף אַ חתונה, האָט אַ באַקאַנטער ראש ישיבה געפרעגט ביי הגאון ר׳ פּינחס הירשפּרונג זצ״ל, פּשט אין פּסוק (פּרשת ויקהל) ועשה בצלאל וגו׳, און אין אַ צווייטן אָרט אין דער זעלבער פּרשה שטייט ״ויקרא משה אל בצלאל וגו׳ לקרבה אל המלאכה״, קען דאָך ״ועשה״ נישט מיינען כפּשוטו, אַז בצלאל האָט געמאַכט די אַרבעט. אויף דער דאָזיקער פראַגע האָט הרב הירשפּרונג געענטפערט אויפן אָרט, אַז עס איז אַ בפירוש׳ע רש״י אין מסכתא מכות (דף י״ב עמוד א׳, ד״ה ״ורצח״), ווי רש״י טייטשט, ״איכא לפרושי ציווי, כמו ועשה בצלאל״ (זע אין ספר ״צפנת פענח״ אויף תורה, דאָרט אין פּרשת ויקהל).
איינמאָל האָט אָבער הרב הירשפּרונג – מיט זיין גרויסער עניוות – געזאָגט צו דעם זוועהילער רבי׳ן פון יוניאָן סיטי, הרב הגאון הצדיק ר׳ שלמה גאָלדמאַן שליט״א (דער עלטסטער איידעם פונעם צאַנז-קלויזנבורגער רבי׳ן, כ״ק אדמו״ר ר׳ יקותיאל יהודה האַלבערשטאַם זצ״ל), ״פאַר צוואָנציק יאָר, האָט איר מיך ׳געכאַפּט׳ ביי אַ רש״י...״.
די מעשה איז געווען, ווען הרב הירשפּרונג האָט זיך באַגעגענט מיט – צו לאַנגע יאָר – דעם זוועהילער רבי׳ן שליט״א, און דער רבי האָט זיך אויסגעדריקט אויף אַ געוויסן גדול בישראל אַז ער איז זייער שטאַרק אין ״אגדה״, ווי מיר טרעפן אין די חז״ל אַז עס איז געווען אַן אמורא וועמען מ׳האָט באַצייכנט אַלס ״בעל אגדה״.
ווען הרב הירשפּרונג האָט געפרעגט ״וועלכער אמורא?״, האָט דער זוועהילער רבי געענטפערט, ״רב חנא בגדתאה״. האָט הרב הירשפּרונג געזאָגט, אַז רש״י אין מסכתא כתובות (דף ז׳ עמוד ב׳, ד״ה בגדתאה), זאָגט: ״עיר שבבבל ושמה בגדת, בפסק סדרי של רבי שרירא גאון היא נזכרת״. דערמיט מיינט רש״י צו זאָגן, אַז רב חנא בגדתאה קומט פון באַגדאַד. האָט דער זוועהילער רבי געזאָגט, אַז רש״י אין מסכתא יבמות (דף ס״ז עמוד א׳) זאָגט אָבער, אַז ״בגדתאה״ מיינט מען ״בעל אגדה״, און נאָך אַ טייטשט ברענגט רש״י: ״לישנא אחרינא, שם מקום שהוא בבבל, ששמו בגדד״.
|