וואָס פאַראַ טיטל טראָגט דער ״אותו האיש״? איינער פון די גאָר-פּאָפּולערע רבנישע פּערזענלעכקייטן אין ישראל, הרב שלמה ריסקין, דער רב פונעם התנחלות ״אפרת״, האָט אַרויסגערופן אַ שטורעם אין דער חרדישער וועלט ווען ער האָט טיטולירט דעם גרינדער פונעם קריסטנטום מיטן טיטל ״רבי ישו״.
אין אַן אינטערוויו וואָס ער האָט געגעבן צו אַ קריסטלעכער אָרגאַניזאַציע אויף דער טעמע פון באַציאונגען צווישן אידנטום און, להבדיל, דעם קריסטנטום, האָט הרב ריסקין געזאָגט אַז די רוימער האָבן געשריבן אויף ״אותו האיש״ אַז ער איז דער ״קעניג פון די אידן״. הרב ריסקין האָט צוגעגעבן אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן די קריסטן און די רעליגיעזע אידן אים מקבל פּנים זיין.״
לויט באַריכטן, האָט הרב ריסקין אויך דערציילט וועגן אַ ״רבנישער פּערזענלעכקייט״ וואָס דינט פאַר אים ווי אַ מאָדעל פון אַ אידישן רב... דער ״אותו האיש״. ״שטענדיק האָב איך געזען אין ישו אַ ביישפּיל פון אַ רב, וועלכער לעבט אַ לעבן פון אַ אידישן רב אין ישראל אין אַ קריטיש-היסטאָרישער עפּאָכע,״ האָט הרב ריסקין געזאָגט.
הרב שלום דב ליפּשיץ, פאָרזיצער פון דער אָרגאַניזאַציע ״יד לאחים״, וואָס פירט אַ קאַמף קעגן דער מיסיאָנערישער טעטיקייט פון קריסטן, האָט אויסגעדריקט זאָרג אַז די באַמערקונגען וועלן דערמוטיקן אידישע מיסיאָנערן צו באַוועגן אידן צו גלייבן אַז ״אותו האיש״ איז משיח. הרב ליפּשיץ האָט גערופן דעם הויפּט-ראַבינאַט צו נעמען שאַרפע שריט קעגן הרב ריסקין.
רעאַגירנדיק אויף די באַריכטן האָט הרב ריסקין געזאָגט אַז זיינע רייד זענען נישט ריכטיק פאַרשטאַנען געוואָרן. ער האָט געזאָגט אַז די שטעלן אין וועלכע ער האָט באַטאָנט די אונטערשיידן צווישן יהדות און קריסטנטום זענען אַרויסגעלאָזט געוואָרן פונעם אינטערוויו. ״אַ איד וואָס טראַכט אַז אותו האיש איז משיח איז נישט קיין איד,״ האָט הרב ריסקין געזאָגט.
באַציענדיק זיך צום דעם טיטל וואָס ער האָט צוגעטיילט דעם ״אותו האיש״, האָט הרב ריסקין געזאָגט אַז ער האָט פּרובירט אויפקלערן אַז עס איז געווען דער היסטאָרישער ״אותו האיש״, וועלכער איז געווען אַ איד, וועמען די קריסטן אין די שפּעטערע צייטן האָבן אַדאָפּטירט פאַר זייער רעליגיע. הרב ריסקין האָט צוגעגעבן אַז ער האָט געוואָלט געבן אַן אַפּאָלאָגעטישן אינטערוויו, צו דערקלערן ווי ווייט דאָס קריסטנטום איז אויסגעבויט פון די פונדאַמענטן פון אידישן גלויבן.
|