ווען ווערט שבת אין אַ סובמאַרין וואָס שווימט אין האַרצן פון מיטלענדישן ים? אַזאַ פראַגע האָט אייך וואַרשיינלעך קיינמאָל נישט באַשעפטיקט.
די דאָזיקע שאלה איז אָבער אַקטועל צו אַ צאָל רעליגיעזע זעלנער פון צה״ל, וועלכע האָבן דאָ לעצטנס פאַרענדיקט דעם 96טן סובמאַרין-מאַנשאַפט קורס פונעם ישראלדיקן ים-פלאָט. צווישן די פרישע זעלנער אין די אונטערוואַסער-שיפן, זענען פאַראַן אויך שומרי תורה ומצוות, וואָס נעבן זייער מיליטערישן דינסט אויף אַן אומגעוויינטלעכן אָרט, אין די טיפענישן פון ים, טרעפן זיי זיך אָן אויך אויף אומגעוויינטלעכע הלכהדיקע פראַגעס.
דער סובמאַרין-קורס איז פון די לענגסטע אינעם מיליטער און דויערט 16 חדשים. די מערסטע זעלנער וואָס האָבן גראַדואירט פון איצטיקן קורס זענען פון די שטאָטישע יישובים.
אינעם מיליטערישן ראַבינאַט האָט מען פאַרשפּראָכן צו געבן פּינקטלעכע תשובות אויף אַלע פראַגעס פון די רעליגיעזע מאַרינער. די הלכה האָט אַ לייזונג אויף אַלע אומשטענדן. די תורה איז צוגעפּאַסט צו אַלע ערטער און אַלע צייטן.
|