ישראל וועט קיינמאָל נישט אויפגעבן דעם קאָנטראָל אויף אַ פאַראייניקטן ירושלים, אָדער זיך צוריקציען צו די 1967-גרענעצן, האָט דער פּרעמיער-מיניסטער פון ישראל, בנימין נתניהו, געמאָלדן היינט, דינסטיק, נאָכדעם וואָס דער עגיפּטישער אויסערן-מיניסטער האָט פאָריקע וואָך געזאָגט אַז נתניהו איז גרייט צו פאַרהאַנדלען וועגן אַ פּאַלעסטינער מלוכה מיט דער הויפּשטאָט אין די אַראַבישע געגנטן פון ירושלים.
דער אויסערן-מיניסטער פון עגיפּטן, אַכמעד אַבאָל גייט, האָט זיך געטראָפן פאָריקע וואָך אין קאַיראָ אויף אַ קאָנפערענץ מיט די אויסערן-מינסיטאָרן פון פראַנקרייך, ירדן, שפּאַניע און טוניסיע, צו דיסקוטירן פּלענער צו גרינדן אַ ״מיטלענדישן פאַרבאַנד״. אַבאָל גייט האָט דערציילט די אויסערן-מיניסטאָרן וועגן נתניהוס געשפּרעכן מיט פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק עטלעכע טעג פריער.
אַבאָל גייט האָט דערקלערט אַז ישראלס גרייטקייט צו געבן די פּאַלעסטינער ״100 פּראָצענט פונעם מערב-ברעג״ און דיסקוטירן דאָס ״אַראַבישע ירושלים״ אַלס רעזידענץ פון ״פּאַלעסטין״ ווייזט אויף ״אָפנקייט, גוטן ווילן און אַן ענדערונג, אין פאַרגליייך צו דער פאַרגאַנגענהייט.״
לויט באַריכטן האָבן אַראַבישע אויסערן-מיניסטאָרן געזאָגט אַז די פּאַלעסטינער האָבן איינגעשטימט אויפצוגעבן זייערע פאָראויס-באַדינגען אַז ישראל זאָל לחלוטין איינפרירן דאָס בויען אין מזרח-ירושלים און די פּאַלעסטינער זענען גרייט פאָרצוזעצן מיט די געשפּרעכן אויב ישראל וועט נאָכקומען אַ ריי לייכטערע תנאים.
די פּאַלעסטינער פאַרלאַנגען אַז ישראל זאָל אָפּשטעלן די ליקווידאַציעס פון טעראָריסטן און די מיליטערישע אָפּעראַציעס אין פּאַלעסטינער שטעט, פאַרלייכטערן די באַלאַגערונג פון עזה, זיך אַרויסציען פון די מערב-ברעג טעריטאָריעס צו די פּונקטן פון פאַר דער ״על-אַקצאַ״ אינטיפאַדע אין סעפּטעמבער 2000, איבערגעבן אַרעסטאַנטן צו דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט און באַזייטיקן טייל בלאָקאַדעס אינעם מערב-ברעג.
די פרעמדע אויסערן-מיניסטאָרן האָבן צוגעשטימט אַז די פּראָבלעם מיטן ווידער אָנהייבן די געשפּרעכן איז צוליב דעם וואָס נתניהו און דער פּאַלעסטינער פירער, מאַכמוד אַבאַס, אַנטזאָגן זיך צו אַנאָנסירן עפנטלעך זייערע נייע שטעלונגען.
|