די צייטונג ״על-אַכבאַר״, וואָס דערשיינט אין לבנון און איז באַקאַנט אַלס נאָענט צו כיזבאָלאַ, האָט באַריכטעט פאָריקע וואָך אַז דער אָנפירער פון דער טעראָר-אָרגאַניזאַציע, שייך כאַסאַן נאַסראַלאַ, שאַצט אָפּ אַז ישראל וועט אָנהייבן אַ פרישע מלחמה מיט לבנון אין די קומענדיקע פרילינג-מאָנאַטן.
הויכראַנגיקע זיכערקייטס-באַאַמטע אין דמשק האָבן לויטן באַריכט געוואָנט אַז אַ דראָאונג אויף לבנון איז אַ דראָאונג גלייכצייטיק אויף דער זיכערקייט פון סיריע. די באַאַמטע האָבן איבערגעגעבן אַז סיריע פאָלגט נאָך ״מיט זאָרג און שפּאַנונג״ די מאַנעוורעס פון צה״ל לענגאויס דער צפון-גרענעץ. לויט דער אָפּשאַצונג פון די סירישע באַאַמטע, פּלאַנט ישראל צו ליקווידירן איינמאָל אויף אַלעמאָל די כיזבאָלאַ-אָרגאַניזאַציע.
די צייטונג האָט אויך באַריכטעט אַז אין דער באַגעגעניש פונעם פּרעזידענט פון לבנון, מישעל סעלימאַן, מיטן אַמעריקאַנער זיכערקייטס-ראַטגעבער אין וואַשינגטאָן, האָט דער לעצטער אים געוואָרנט, אַז ״אויב לבנון וועט נישט געפינען אַ לייזונג צו דער וואָפנס-פּראָבלעם פון כיזבאָלאַ, וועט ישראל אינוואַדירן לבנון און דערגרייכן ביז ביירוט, כדי צו ליקוודיירן כיזבאָלאַס געווער-אַרסענאַל.״
פאָריקע וואָך דאָנערשטיק האָט ישראל זיך באַקלאָגט צום יו-ען, נאָכדעם וואָס יו-ען שלום-כוחות אין לבנון האָבן אַנטדעקט העכער צען באָמבעס, מיט אַ סך-הכל פון אַרום 300 ק.ג. פון אויפרייס-מאַטעריאַל, אַרום איין קילאָמעטער ווייט פון דער גרענעץ מיט ישראל, און דערנעבן צען גריבער אויף צו באַהאַלטן אין זיי די באָמבעס.
לויט דער אָפּשאַצונג אין ישראל, האָבן די באָמבעס, וואָס זענען פּראָדוצירט געוואָרן אין איראַן אָדער סיריע, געצילט אויפצורייסן אויב צה״ל-כוחות וועלן פּרובירן אַריינדרינגען פון דאָרט אין לבנון. ישראל האָט געוואָרנט אַז די באָמבעס זענען אַ פאַרלעצונג פון דער 1710 יו-ען רעזאָלוציע, און אַז ״ישראל לייגט אַרויף די פולע פאַראַנטוואָרטלעכקייט אויף דער לבנון-רעגירונג״.
|