מאַרק אָבאַמאַ נידסאַנדזשאָ דער האַלבער ברודער (פון איין טאַטן) פון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, מאַרק אָבאַמאַ נידסאַנדזשאָ, וועלכער גרייט זיך אַרויסצוגעבן אַן אויטאָביאָגראַפיש בוך, האָט געמאַכט אַן איבערראַשנדע אויפדעקונג וועגן זיין פאַמיליע: זיין מוטער איז געווען אַ אידישע.
אין דעם בוך שרייבט ער אַז זיין מוטער איז געווען אַ אידישע פרוי פון אַמעריקע מיטן נאָמען רות נידסאַנד, די דריטע פרוי פון באַראַק אָבאַמאַ דעם פאָטער. ער שרייבט אויך וועגן זיין טאַטנס געוואַלטזאַמער אויפפירונג אין דער פאַמיליע, וואָס פּרעזידענט האָט נישט געוואָלט דיסקוטירן אין דער עפנטלעכקייט.
פּרעזידענט אָבאַמאַס עלטערן האָבן זיך צעטיילט אַרום צוויי יאָר נאָך זיין געבורט אין האַוואַאי, אין 1964. נידסאַנדזשאָ, וועלכער האָט אַמעריקאַנער בירגערשאַפט, האָט פאַרבראַכט רוב פון זיינע קינדער-יאָרן אין קעניע. דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, וואו ער האָט שטודירט אויף פיזיק אין די בראַון און סטענפאָרד אוניווערזיטעטן און דערנאָך זיך גענומען באַשעפטיקן אין די געביטן פון מאַרקעטינג און קאָמוניקאַציע. אין 2002 ער זיך אַריבערגעקליבן וואוינען אין כינע.
דער יונגערער ברודער פונעם פּרעזידענט האָט נישט געוואָלט ענטפערן אויף אַ טייל פראַגעס און נישט געוואָלט אויסגעבן ווי אַלט ער איז. ער האָט בלויז געזאָגט, ״כ׳בין יונגער פון באַראַק״. די ״ניו יאָרק טיימס״ האָט אָבער אויפגעדעקט אַז אָבאַמאַ נידסאַנדזשאָ איז 43 יאָר.
|