לכבוד כ״ד טבת, ווען עס פאַלט-אויס דער ערשטער יאָרצייט פון אונדזער לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער, דער פּראָמינענטער שרייבער הרב ר׳ דוד דוב האָלענדער ז״ל, לאַנגיאָריקער פּרעזידענט פון דער הסתדרות הרבנים און פון די פירער פון דער אגודת הרבנים אין אַמעריקע און קאַנאַדע, פאַרעפנטלעכן מיר דאָ אַן אַרטיקל, וואָס הרב דוד דוב האָלענדער ז״ל האָט אָפּגעדרוקט אין ״אַלגעמיינעם זשורנאַל״ צו דער געלעגנהייט פון זיין ניינציקסטן געבורטסטאָג (אויך דער געבורטסטאָג פון הרב דוד דוב האָלענדער ז״ל איז אויסגעפאַלן היינטיקע וואָך).
צוויי יונגע תלמידי-חכמים, וועלכע האָבן געלערנט בחברותא שעה׳ן-לאַנג אין דעם בית המדרש אין אַ שטעטל אין דער אַלטער היים, זיינען אַרויס אויפ׳ן וועג אַהיים מלא שמחה, ווייל זיי האָבן געלערנט געשמאַק און ענדלעך דורכגעטאָן אַ שווערע סוגיא מיט קשיות און תירוצים.
אַזוי גייענדיק האָבן זיי דערזען אַ פעטן גוי, וועלכער איז געווען אין אַ פריילעכער שטימונג. ווי קען אַ גוי זיין פריילעך? – האָבן זיי זיך געפרעגט. מילא, מיר זיינען בשמחה, ווייל מיר לערנען תורה און מיר פרייען זיך ווען מיר פאַרענטפערן קשיות און סתירות, אָבער מיט וואָס קען זיך אַ גוי פרייען? פון וואָס ווערט ער אַזוי זאַט?
אָבער טאָמער האַלט איר, אַז דאָס זיינען נאַאיווע רייד פון ״באַנק-קוועטשער״, וועלכע האָבן נישט קיין באַגריף פון וואָס עס הייסט שמחה אויף דער אַנדערער זייט פון די ״כותלי בית המדרש״, מאַכט איר אַ גרויסן טעות, ווייל דער אמת איז, אַז עס איז נישטאָ אַזאַ שמחה ווי אַן עכטע אידישע שמחה.
איך בין געווען געלאַדן צו אַזאַ שמחה, וואָס איז געווען אַ זעלטענהייט. וואָס פאַראַ שמחה? אַ בר-מצוה-סעודה נישט אין קיין זאַל, נאָר אין אַ קליינעם בית המדרש, אָבער די שמחה איז געווען גאָר גרויס, און די סעודה איז געווען כיד המלך. אָבער דאָך, פאַרוואָס דערצייל איך אייך וועגן דער בר-מצוה-פייערונג אַלס אַ באַווייז, אַז עס איז נישטאָ אַזאַ שמחה ווי אַ אידישע שמחה?
אין אַזאַ שטאָט ווי ניו-יאָרק זיינען דאָך פאַראַן, ברוך השם, הונדערטער בר-מצוה-סעודות. אָבער די בר-מצוה איז געווען גאָר אַנדערש, צוליב עטלעכע טעמים. ערשטנס, אויסער דער מוטער פון דעם בר-מצוה-בחור, איז דאָרט נישט געווען אַפילו איין קרוב. דער טאַטע איז פאַרשוואונדן ערגעץ אין רוסלאַנד, און האָט נישט קיין שום שייכות מיט זיין פרוי און קינדער. אָבער די בעלי שמחה איז אַ ליובאַוויטשער משפּחה אין קראַון הייטס, וועלכע האָט דעם בר-מצוה-בחור אַריינגענומען אַלס איינעם פון זייערע קינדער - אין אַ שטוב וואָס איז, ברוך השם, געבענטשט מיט מערערע קינדער, כן ירבו. דאָס אַליין – אַ זעלטענער חסד – איז אַן און פאַר זיך אַן אמת׳ע אידישע שמחה. עס איז איין זאַך צו געבן געלט-שטיצע צו נצרכים, אָבער כאָטש דאָס איז דאָך אַ מצוה פון ״פּתוח תפתח את ידך״ – צו עפענען די האַנט פאַר צדקה, אָבער עס איז אַ צווייטע זאַך צו עפענען נישט בלויז די האַנט, נאָר צו עפענען די טיר און אַריינעמען אַ אידיש קינד און אים באַהאַנדלען ווי אַן אייגן קינד אין גשמיות און אין רוחניות.
דער בחור און זיין מוטער זיינען דורכגעגאַנגען געפערלעכע יסורים איידער זיי זיינען, מיט דער הילף פון אַ קרוב, אָנגעקומען קיין אַמעריקע, אין אַ שטאָט ווייט פון ניו-יאָרק. אין יענער שטאָט האָט דער דאָרטיקער שליח פון ליובאַוויטש זיך דערוואוסט פון דעם אינגל (און זיין זייער קראַנקע מוטער) און אים אַריינגענומען אין דאָרטיקן ליובאַוויטשער חינוך-מוסד. דער שאַרפער מוח פון דעם אינגל האָט אים אין אַ קורצער צייט געבראַכט צו דער ליובאַוויטשער ישיבה אין קראַון הייטס. ביידע בעלי שמחה - זיין נייע משפּחה און די ליובאַוויטשער שלוחים – האָבן געמאַכט די שמחה אַזאַ זעלטנהייט.
ווען מען האָט מיר געבעטן רעדן מענינא דיומא, האָב איך זיך דערמאָנט אין די ווערטער ״יתומים היינו ואין אב״ – מיר זיינען געוואָרן יתומים און קיין טאַטע איז נישטאָ. אָבער עס איז דאָך זעלבסט-פאַרשטענדלעך, אַז יתומים האָבן נישט קיין טאַטן. דער תירוץ איז אַזוי ווי אין דעם פאַל, עס איז פאַראַן אַ טאַטע, אָבער דאָך איז דער בר-מצוה-בחור אַ יתום.
איך האָב דאָס נישט געזאָגט צו קיינעם, נאָר צו זיך אַליין, כדי נישט צו שטערן די שמחה. אָבער צו דער בר-מצוה-שמחה מיט אַ טרער (אין שמחה בלי תוגה) האָב איך דערציילט די מעשה וועגן אַ פייער וואָס האָט אויסגעבראָכן אין אַן אַמאָליקן שטעטל און אַלע הייזקעס מיט זייערע שטרויענע דעכער זיינען געוואָרן אַ באַרג אַש. די איינוואוינער, אידן און נישט-אידן, האָבן געוויינט און געקלאָגט אויף זייער אומגליק. אָבער איין אידישע פרוי האָט נישט געקענט אויפהערן וויינען, און איר יונגער אינגל האָט איר געפרעגט, ״ווי אַזוי קען אַ פרומע אידישע פרוי פאַרגיסן אַזוי פיל טרערן אויף דעם פאַרלוסט פון ווענט און קליידונג? געוויס וועט ג-ט העלפן, און מיר וועלן קענען ווייטער אויפשטעלן אַ הייזקע און קויפן מעבל מיט קליידונג״.
די מוטער האָט זיך אַביסל באַרואיקט, אָבער זי האָט דערקלערט פאַר איר זוהן, אַז זי וויינט נישט אויף דער הייזקע און מעבל, אָבער זי קען נישט אויפהערן וויינען, ווייל זייער יחוס-בריוו, וואו עס איז געווען פאַרצייכנט דער שיינער יחוס פון דער משפּחה פון דורות לאַנג, איז פאַרברענט געוואָרן, און פון דעם יחוס-בריוו איז שוין קיין זכר נישטאָ. ״צוליב דעם האַלט איך אין איין וויינען״, האָט די מוטער געזאָגט אין אַ וויינענדיקער שטים.
האָט דאָס אינגל, שטאַרק גערירט פון זיין מוטער׳ס דערקלערונג, געזאָגט: ״מאַמע, איך זאָג דיר צו, אַז איך וועל לערנען אין חדר מיט גרויס התמדה, און שפּעטער אין אַ ישיבה, כדי דער יחוס-בריוו זאָל באַנייט ווערן דורך מיר״.
דאָס איז אַ טייל פון מיינע ווערטער (איך וויל נישט באַלעסטיקן מיינע חשוב׳ע לייענער מיט אַ גאַנצער דרשה). עס איז באמת נישט מעגלעך איבערצוגעבן אין געשריבענעם וואָרט די שמחה פון דער מאַמען מיט אירע פריילעכע טרערן. זי האָט פּשוט נישט געקענט גלויבן, אַז נאָך אירע שווערע איבערלעבונגען וועט זי דערלעבן אַזאַ נחת. דער בר-מצוה-בחור אַליין, וואָס נאָך בלויז צוויי-דריי יאָר רעדט ער שוין אַ פליסיקן ענגליש, האָט געהאַלטן דעם עולם באַגייסטערט פון זיין גלענצנדער רעדע, וואָס האָט זיך געפּאַסט פאַר אַ דערוואַקסענעם חכם. אָבער זיין טאַנצן אָן אויפהער מיט אַלע זיינע חברים וועלכע לערנען תורה צוזאַמען מיט אים, איז געווען אַ יוצא מן הכלל. איינער פון זיינע רביים האָט געזאָגט, אַז ער דאַנקט ג-ט פאַר דעם זכות צו האָבן אַזאַ תלמיד.
די שמחה האָט אָבער אויך אַ ניכטערן מוסר השכל, און דאָס איז, אַז מען זעט וואָס די מעגלעכקייטן זיינען פון אַרייננעמען אידישע קינדער נישט דווקא פון רוסלאַנד, נאָר די וואָס וואַלגערן זיך גייסטיק אין אידישע הייזער אין אַמעריקע, אַ לאַנד וואו עס איז איצט אַ געוואַלדיקער שעת הכושר פאַר עכטע אידישע שמחות - שמחות של מצוה, צו וועלכע קיין אַנדערע שמחה קען זיך נישט פאַרגלייכן.
נאָך אַזאַ שריפה ווי די פון דעם חורבן מיט צענדליקער יאָרן צוריק, ווען מען האָט געמיינט אַז דער שונא האָט דערגרייכט זיין בלוטיקן ציל פון ״שריפת גוף ונשמה״ און אַז ער האָט, חלילה, פאַרברענט אונדזער יחוס-בריוו, האָבן אידן פון דער שארית הפּליטה (אַזוי ווי אין אונזער מעשה) זיך אונטערגענומען אָנצוהויבן אַ באַנייטן יחוס-בריוו אַלס אַ המשך צום יחוס-בריוו, וואָס די דייטשן האָבן איבערגעריסן.
אַ גרויסער טייל פון דעם נייעם יחוס-בריוו איז דער ״דף היומי״, געגרינדעט פון דעם גאון און צדיק דער לובלינער רב און ראש ישיבה, הרב ר׳ מאיר שאַפּיראָ זצ״ל. ווער האָט געטראַכט, אַז נאָך דעם חורבן וועט מען אויפשטעלן אַ דור פון יונגע דערפאָלגרייכע סוחרים, דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, וועלכע וועלן, איידער זיי גייען צו זייערע אונטערנעמונגען, לערנען אַ בלאַט גמרא? דאָס הייסט, אַז עס איז נישטאָ אַזאַ שמחה ווי אַ אידישע שמחה. ערשט מיט אַ קורצער צייט צוריק האָט מען געפייערט אין אַמעריקע דעם נייעם יאָר, ווען די שמחה איז באַשטאַנען פון שיכרות און הפקרות אָן אַ ברעג, אָבער עס איז אַ שמחה פון אפשר עטלעכע שעה, און נאָך דעם אומגעוואונשענע צרות און קראַנקהייטן.
קען מען דאָס פאַרגלייכן צו אַ אידישע שמחה, וועלכע איז פול מיט חסד און איידלקייט? דעריבער איז ממש אומפאַרשטענדלעך פאַרוואָס אידן (יאָ, ביי אַ סך אידן איז געווען דער נייער יאָר אַ שמחה ווייט, ווייט פון אַ אידישן באַגריף פון שמחה).
עס איז אַ גרויסער ווייטיק אַז אין ארץ-ישראל זיינען פאַראַן אַ נישט-קליינע צאָל אידן, וועלכע ווילן דווקא בטל מאַכן די אמת׳ע אידישע שמחה און לויפן נאָך די שעדלעכע שמחות פון זייערע שונאים. לאָמיר אַלע זיין פון די וועלכע זיינען ממשיך דעם יחוס-בריוו אָנגעהויבן פון אברהם אבינו עד היום הזה.
|