נאָכדעם וואָס די בעגין-פאַמיליע האָט פאַרלאַנגט פון ״באַנק ישראל״ נישט צו דרוקן דאָס בילד פונעם געוועזענעם ישראל-פּרעמיער, מנחם בעגין, אויף איינעם פון די נייע געפּלאַנטע געלט-באַנקנאָטן אין לאַנד, איז ווידער אויפגעקומען די פראַגע: ווער וועט באַקומען דעם דאָזיקן כבוד?
צווישן אַנדערן, איז איצט אויך אויפגעקומען די פאָדערונג צו דרוקן אויף די געלטער דאָס בילד פון אַ פרוי, אין צוגאָב צו די געשטאַלטן פון פּראָמינענטע ציוניסטישע און ישראלדיקע פיגורן, ווי הערצל, בן-גוריון, יצחק ראַבין, וועלכע וועלן איבערטוישן די איצטיקע בילדער אויף די פּאַפּיר-געלטער.
צווישן די קאַנדידאַטינס אויף דער נייער ליסטע פון געשטאַלטן אויף די געלטער, זענען די פרויען נעמי שעמער (1930-2004) - אַ פירנדע ישראל-קאָמפּאָזיטאָר, זינגערין און לידער-שרייבערין, די פאַרפאַסער פונעם באַקאַנטן ישראלדיקן פאָלקס-ליד ״ירושלים של זהב״ און לאַורעאַט פונעם ישראל-פּריז אויף העברעאיש געזאַנג - און די דיכטערין רחל בלובשטיין סלע (1890-1931), באַקאַנט אַלס ״רחל״, אָדער ״רחל די פּאָעטעסע״ (״רחל המשוררת״), איינע פון די פּראָמינענטע דיכטערינס אין דער מאָדערנער העברעאישער פּאָעזיע.
די פאָדערונג איז אויפגעברענגט געוואָרן נאָכדעם וואָס אַ צאָל שרייבער, דיכטער און אינטעלעקטואַלן האָבן פּראָטעסטירט קעגן דעם באַשלוס פונעם אָנפירער פון ״באַנק ישראל״, סטענלי פישער, און דעם פינאַנץ-מיניסטער, יובל שטייניץ, נישט איינצושליסן בילדער פון פרויען און דענקער אין דער נייער סעריע פון ישראלדיקע געלט-באַנקנאָטן. שטייניץ האָט שוין צוריקגעצויגן פונעם באַשלוס.
ישראל וועט פאָדערן 1 ביליאָן יוראָ אין קאָמפּענסאַציע פון דייטשלאַנד
אין אַנדערע נייעס, האָט שטייניץ פאָרגעשלאָגן אויפצוברענגען ביי אַ געמיינזאַמער זיצונג פון די דייטשישע און ישראלדיקע רעגירונגען אָנהייב 2010 אין בערלין, אַ פאָדערונג אַז דייטשלאַנד זאָל געבן אַן איינמאָליקע פאַרגיטיקונג פון 450 מיליאָן ביז אַ ביליאָן יוראָ (אַרום 5.5 ביליאָן שקל) פאַר די 30,000 אידישע צוואַנגס-אַרבעטער אין די געטאָס ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה, וועלכע לעבן היינט אין ישראל.
אין 2002, האָט דער דייטשישער פּאַרלאַמענט דורכגעפירט אַ געזעץ צו שענקען אַ מאָנאַטלעכע סאָציאַלע סטיפּענדיע צו באַרעכטיקטע צווישן די צוואַנגס-אַרבעטער פון געטאָ, אָבער העכער 97% איינמאָנונגען פון צוואַנגס-אַרבעטער וועלכע לעבן היינט אין ישראל זענען אָפּגעוואָרפן געוואָרן דורך די געריכטן אין דייטשלאַנד.
|