עס ווייזט אויס, אַז אין באַראַק אָבאַמאַ׳ס אינערלעכער וועזן, גייט-אָן אַ העפטיקער קאַמף צווישן צוויי קעגנגעזעצטע כוחות. לויט ווי דער דאָזיקער שטרייט וועט זיך פאַרענדיקן, וועט דעצידירט ווערן ווי אַזוי און צי מיר וועלן בכלל געווינען דעם קאַמף קעגן טעראָר.
אין אַ רעדע, וואָס דער פּרעזידענט האָט געהאַלטן אין קאַיראָ פאַרגאַנגענעם פרילינג, האָט אָבאַמאַ געזאָגט: ״איך באַטראַכט עס ווי אַ טייל פון מיין פאַראַנטוואָרטלעכקייט אַלס פּרעזידענט פון אַמעריקע, צו קעמפן קעגן די נעגאַטיווע סטיריאָטיפּן פון איסלאַם וואו זיי דערשיינען״. דאָס פאַרטיידיקן דעם כבוד פון איסלאַם און מוסולמענער בכלל, איז איינער פון די צילן, וואָס באַראַק אָבאַמאַ האָט געשטעלט פאַר זיך. דאָס איז אַ פּערזענלעכע דעפיניציע פון זיין פּרעזידענטשאַפט. אָבער צי דערגרייכט נישט זיין צוגאַנג שוין דעם שטאַפּל פון פאַרפירן דעם פאָלק אין אַלגעמיין, באַדראָענדיק די זיכערקייט פון די אַמעריקאַנער בירגער?
דער כמעט-אומקום פון דריי הונדערט מענטשן אין דער ניתל-חגא, דורך אַן איסלאַמישן טעראָר-פּלאַן – אַ מלחמה-אַקט קעגן אַמעריקע – האָט נישט דערוועקט אָבאַמאַ׳ן פון זיין שפּילן גאָלף און פּראַווען וואַקאַציע אין האַוואַאי, ביז דריי טעג נאָכן אינצידענט. ווען ער האָט שוין יאָ אויפגעטראָטן פאַרן פאָלק, האָט דער פּרעזידענט אונדז אַרויסגעוויזן אומרעספּעקט, דורך זאָגן אַז דאָס איז געווען אַן ״איינצלנער אינצידענט״, אָפּגעטיילט פון עפּעס אַ גרעסערן פּלאַן פון טעראָר קעגן אַמעריקע. אָבער די מערסטע אַמעריקאַנער האָבן געוואוסט וואָס עס איז געווען. די ״על קאַידאַ״ דערקלערונג האָט אונז פּינקטלעך דערציילט, אַז דאָס איז געווען אַן אַקט פון ״דזשיהאַד״, אַ ״הייליקער קריג״ קעגן אַמעריקע, אַ טייל פון אַ גרעסערן פאַרמעסט פון ראַדיקאַלן איסלאַם אין זיין מלחמה קעגן אַמעריקע.
נאָכן מאַסן-מאָרד אין פאָרט-הוד, איז דעם פּרעזידענט׳ס ערשטע רעאַקציע געווען צו דערקלערן אויף אַ נאַרישן אופן, אַז ״מיר ווייסן נישט וואָס עס האָט געבראַכט דעם דאָזיקן אויסברוך פון צאָרן״. פאַקטיש, האָט יעדער איינער באַלד געוואוסט דאָס וואָס ס׳איז קלאָרער געוואָרן מיט יעדן טאָג נאָך יענער אַטאַקע: נידאַל כאַסאַנ׳ס באַשלוס אומצוברענגען אַמעריקאַנער ״אומפידעלן״, האָט זיך גענומען פון זיין געטריישאַפט פאַרן איסלאַמישן ציל. אויף אַ מאָדנעם אופן, האָט דער פּרעזידענט נישט געוואָלט זען די פאַרבינדונג צווישן די מערדערלעכע אַקטן און דעם איסלאַם, אָדער צום ״דזשיהאַד״ פון די מוסולמענישע אימאַמס, טראָץ דעם וואָס ער האָט געוואוסט, אַז דער מוסולמענישער רוצח האָט אויסגעשריען די ווערטער ״אַללאַ אַכבאַר״ ביים אומברענגען אומשולדיקע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין דער מיליטערישער באַזע אין פאָרד- הוד.
אין די אַלע פאַלן, איז אָבאַמאַ׳ס הויפּט-זאָרג צו פאַרטיידיקן דעם איסלאַמיזם, להיפך ווי אָנרופן ביים נאָמען און באַקעמפן דעם איסלאַמיזם וואָס זוכט אונדז צו פאַרטיליקן, חלילה. אַזאַ באַנעמונג באַהערשט זיין פּרעזידענטשאַפט, און איז איינער פון די פּערזענלעכע צילן פון זיין וועלט-אָנשויאונג. נאָך איידער ער איז דערוויילט געוואָרן אַלס סענאַטאָר פון אילינאָי, האָט אָבאַמאַ געשריבן אין זיין בוך (זייט 261) וועגן זיין פריערדיקן באַשלוס: ״איך וועל שטיין מיט זיי (מיט די מוסולמענער) אויב די פּאָליטישע ווינטן וועלן זיך ווענדן אין אַן עקלדיקער ריכטונג״. וואָס מיר באַקומען פונעם פּרעזידענט נאָך יעדן אינצידענט, איז נישט אַ שאַרפער, אומרחמנות׳דיקער רוף אָפּצואווישן די ״דזשיהאַדיסטן״, נאָר אַ וואָרענונג זיך ״נישט צוצואיילן צו אורטיילן״, אָדער ציען מסקנות בנוגע דעם איסלאַם אָדער די מוסולמענער. וואָס מער איסלאַמישער טעראָריזם, אַלץ מער וואָרענונגען באַקומען מיר פונעם פּרעזידענט נישט צו פאַרלוימדן דעם איסלאַם. אָבער ווי אַזוי קען מען באַשולדיקן דעם אַמעריקאַנער פאָלק אין ״איילן זיך צו אורטיילן״, ווען דאָס פּאַסירט פאַר אונדזערע אויגן שוין העכער דרייסיק יאָר? נאָך יאָרצענדליקער פון אַזעלכע אינצידענטן – און איצט פּאַסירן זיי שנעלער ווי פריער – דערוואַרט אָבאַמאַ פון אונדז, צו באַטייליקן זיך אין זיין פאַרדעקן אויפן איסלאַם, דורך איינשטימען אַז די אַטאַקירער זיינען אָדער ״איזאָלירט״ אָדער ״צעדרייט״.
זיי זיינען בכלל נישט צעדרייט, נאָר געטריי פאַר אַ ציל; זיי זיינען נישט אַליין, נאָר אַ טייל פון אַן אַלגעמיינער אידעאָלאָגיע, וואָס ווערט גאָר אָפט קאָאָרדינירט דורך איסלאַמיסטן און גייסטלעכע פון העכערן ראַנג. זיי זיינען אַגענטן פונעם איסלאַמיזם, אויפן זעלבן שטאַפּל ווי די דייטשישע אַגענטן זיינען געווען פאָרשטייער פונעם נאַציזם, וואָס האָבן געוואָלט שעדיקן אַמעריקע אין אירע גרעניצן, אין צייט פון צווייטן וועלט-קריג. אין יענער צייט איז די זיכערקייט אויפן היים-פראָנט, געווען וויכטיקער פאַר אונדזערע פירער ווי צו באַשיצן ״געפילן״.
ביז פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט אָנערקענען דעם איסלאַמישן קאָנטעקסט הינטער די דאָזיקע אַקטן פון אַלוועלטלעכן ״דזשיהאַד״, געפינען זיך די אַמעריקאַנער אין אַ גרויסער געפאַר. מ׳קען נישט באַזיגן עמיצן וועמען מ׳באַטראַכט נישט אַלס אַ פאַרברעכער. און די אַממערסטן מעגלעכע קאַנדידאַטן אונדז אומצוברענגען, חלילה, – יונגע מוסולמענער און אומפאַרהייראַטע מענער ווייניקער ווי פערציק יאָר אַלטיאָר – ווערן נישט נאָכקאָנטראָלירט ווי געהעריק, און דאָס זעלבע איז גילטיק פאַר די מעטשעטן, וואו אַ סך פון די טעראָריסטישע פּלענער ווערן פּלאַנירט און קאָאָרדינירט. אָבאַמאַ און זיינע מענטשן הייליקן דעם דאָקטרין פון ״נישט אויסקלייבן״ מענטשן, ווי עס וואָלט געווען אַ פונדאַמענטאַלער פּרינציפּ פון דער מענטשהייט, וואָס איז וויכטיקער ווי דאָס לעבן זעלבסט. אַ געזעלשאַפט וואָס לייגט אָפּ אַנאַליטישן און ראַציאָנאַלן אורטיילן, לטובת אַ פּאָליטיש-ריכטיקער פאַנטאַזיע, איז אויפן וועג צו זעלבסטמאָרד חלילה.
אָבאַמאַ׳ס דורפאַל און זיין נישט זאָגן דעם אמת וועגן איסלאַמיזם, גייט ווייטער ווי דער רוטינער אויסרייד אַז דער פּאָליטיש-רעכטער אידעאָלאָגיע האָט אָנגעשטעקט אונדזער לאַנד אויף אַ נעגאַטיוון אופן. אָבאַמאַ׳ס פאַרנומענקייט דאָ איז פּערזענלעך. טראָץ דעם וואָס ער איז נישט אַ פּראַקטיצירנדער מוסולמענער, ווי אויך נישט אַ פאַקטישער קריסט, האָט ער אָבער, זייענדיק אין אַמט, אַ קולטורעלע און עטנישע צוגעבונדקייט צום איסלאַם. נאָך אַלעם, איז דער איסלאַם אַ קולטור אונטער וועלכן אָבאַמאַ איז דערצויגן געוואָרן. עס שטעלט-פאָר פאַר אים דעם זעלבן געדאַנק וואָס אַמעריקאַניזם און דער אידישער עטאָס שטעלט-פאָר פאַר אונז, וואָס מיר זיינען דערצויגן געוואָרן דערין. אָבאַמאַ איז דערצויגן געוואָרן אין דער איסלאַמישער אינדאָנעזיע, אין עלטער פון זעקס ביז צוועלף יאָר – אַן עלטער ווען דער באַוואוסטזיין פון אַ מענטש ווערט אויסגעפאָרעמט, – און ווי עס ווייזט אויס, האָט ער עס זייער ליב געהאַט.
״איינער פון די שענסטע קולות״, האָט אָבאַמאַ דערקלערט פאַר דער ״ניו-יאָרק טיימס״ אין מערץ, 2007, ״איז דער מוסולמענער רוף צו תפילה״. אַלס יוגנטלעכער, איז אָבאַמאַ אידענטיפיצירט געוואָרן אַלס מוסולמענער, און ער האָט פאַרבראַכט צוויי שטונדן אַ טאָג אין דער עלעמענטאַרער שולע שטודירנדיק דעם איסלאַם. היינט פאַרבלייבט ער איינגעשפּאַרט אין זיין שעצונג פונעם איסלאַם, ווי ער האָט עס געוויזן בעת זיין קאַיראָ-באַזוך אין מערץ 2009, ווען ער האָט גערעדט וועגן דעם קאָראַן אַלס ״הייליקער קאָראַן״. ער רעדט קיינמאָל נישט מיט אַזאַ שפּראַך וועגן דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע, ווייל דאָס איז נישט געווען די מילך, וואָס ער האָט געזויגן פון דער מוטער אַלס קליין קינד.
די צענדליקער ציטאַטן אינעם קאָראַן וואָס דערלויבט מאָרד און פאַרניכטונג, זיינען פאַר אָבאַמאַ׳ן נישט ״אָרגאַניש״, בעת די דערלויבונג אין דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע פאַרן איצט-טויטן סיסטעם פון קנעכטשאַפט, דערביטערט אים גענצלעך. פאַר אָבאַמאַ׳ן איז אָבער דער קאָראַן נישט אַ סטיגמאַ, טראָץ זיינע אומצאָליקע ציטאַטן און באַרעכטיקונגען פון קנעכטשאַפט, און זיין פאָרזעצונג פון קנעכטשאַפט אויך היינט, דורך יענע לענדער וואָס באַנוצן זיך מיטן קאָראַן פאַר זייער אויטאָריטעט.
דער מאַנגל אין מיטפילן און מיטליידן אין אָבאַמאַ׳ס אומעמאָציאָנעלע רעאַקציע צו ביידע, דער פאָרד הוד מאַסן-מאָרד און די טעראָר-שרעק אויפן עראָפּלאַן אין דער פאַרגאַנגענער חגא, זיינען געווען שטוינענד. ער האָט גערעדט וועגן דעם ווי מ׳רעדט וועגן אַ ביל צו באַשטעטיקן דאָס בויען אַ הייוועי. עס זעט נישט אויס ווי אַ פּערזענלעכע טראַומאַ, ווען איר ציט אַ פּאַראַלעל למשל צו זיינע רעאַקציעס ביים פאַרדאַמען די קעימברידזשער פּאָליציי אין האַרוואַרד אוניווערזיטעט, ווען פּראָפעסאָר געיטס איז אַטאַקירט געוואָרן. טראָץ דעם וואָס פּראָפעסאָר געיטס איז נישט געווען באַדראָט און טעראָריזירט, ווי ס׳זיינען געווען די פּאַסאַזשירן אויפן ״דעלטאַ״ עראָפּלאַן קיין דעטראָיט, וועלכע האָבן געזען דעם טויט פאַר זייערע אויגן, האָט דער פרעזידענט גאָר שאַרף פאַרדאַמט די פּאָליציי.
ס׳איז שווער אָפּצוטרייסלען די לערעס, די קולטור און רעליגיעז לעבן פון אַ מענטשן אין זיינע יונגע יאָרן. און די איסלאַמישע וועלט איז אָבאַמאַ׳ס וועלט. אָבאַמאַ וועט נישט דערלויבן מיליטערישע געזעצן פון קאַמף וואָס גיבן די מאַקסימום שוץ פאַר אייערע סאָלדאַטן, אויב דורכן טאָן אַזוי, וועלן געוויסע אַפגאַנער מוסולמענער פאַרלירן זייערע לעבנס. ער אידענטיפיצירט זיך מיט יענע מענטשן, פּונקט אַזוי ווי ער אידענטיפיצירט זיך מיט אונדזערע יונגע אַמעריקאַנער. ער דערלויבט נישט נאָכצוקאָנטראָלירן יונגע, אומפאַרהייראַטע איסלאַמישע מענער, ווייל ער טראַכט פון די געפילן וואָס אַזאַ שריט וועט אַרויסרופן אין זיינע אייגענע פאַמיליע-מיטגלידער, גענוי ווי דער יונגער באַראַק אָבאַמאַ וואָלט געשפּירט אין זיין יוגנט. אַזעלכע געפילן זיינען פאַרשטענדלעך פאַר באַראַק אָבאַמאַ, אַלס אַ פּריוואַטער בירגער, אָבער נישט פאַר אַ פּרעזידענט פון די פאַראייניקטע שטאַטן.
פאַראַיאָר נאָוועמבער, האָבן מיר דערוויילט אונדזער ערשטן פּרעזידענט מיט איסלאַמישע וואָרצלען און פאַמיליע-פאַרבינדונגען. דאָס פּראָבלעם איז, אַז דער היינטיקער קאַמף איז מיטן איסלאַם. מיר נויטיקן זיך אין אַ פּרעזידענט, וועמענס ערשטע געטריישאַפט און קולטורעלע עמפּאַטיע זאָל זיין צו און מיט די אַמעריקאַנער. דאָס האָבן מיר נישט אין פּרעזידענט אָבאַמאַ. אָבאַמאַ מוז באַלד באַשטימען צווישן זיין עמאָציאָנאַלן ווילן צו באַשיצן דעם איסלאַם, און זיין פּרעזידענטלעכע פליכט צו באַשיצן און פאַרטיידיקן דאָס אַמעריקאַנער פאָלק. צו זיין שלימזל, זיינען די צוויי נישט פּאַסיק איינער צום אַנדערן.
|