זאָג מיר נאָר דו שטורם ווינט
קומסט פון ווײַטן לאַנד אַצינד
קלאָפסט אין פענצטער, אין מײַן טיר
אפשר האָסט א גרוס פאַר מיר
איך ווייס דו פליסט דאָך זייער הויך
טרײַבסט דעם וואָלקן, טרײַבסט דעם רויך
רירסט די כוואַליעס אויפן ים
קיינער שטעלט דיר ניט קיין צאַם
איך זע, דו קומסט פון יענער זײַט
איך האָב אַ מאַמען דאָרטן ווײַט
אין אַ שטאָט בײַם שוואַרצן ים
האָסט זי דאָרט געזען מסתם
אַלט איז זי און גרוי דער קאָפ
גייט געבויגן לײַכט אַראָפ
וווינען וווינט זי לעבן שיל
און דאָס האַרץ מיט גלויבן פיל
זאָג מיר, כ׳בעט דיך, שטורם ווינט
לעבט די מאַמע נאָך אַצינד
ווינט, איך בעט דיך, פלי צוריק
דער מאַמען זאָג, איר זון, איר גליק
בענקט און טראַכט דאָ טאָג און נאַכט
וויסן וויל וואָס מאַמע מאַכט
וויל איר אָפווישן די טרער
זי זאָל ניט דאַרפן לײַדן מער
גיכער פלי מיט מײַן געבעט
עס זאָל ניט זײַן חלילה שפעט
|