אין אָנהויב פון דער פרשה לייענען מיר ״וארא אל אברהם יצחק ויעקב״. זאָגט רש״י ״אל האבות״. פרעגן אויף דעם אַלע מפרשים, וואָס איז די כוונה פון רש״י און וואָס ער איז מוסיף בלשונו הזהב?
קומט דער רבי ר׳ מאיר פרעמישלנער ז״ל און מיט עטלעכע קורצע ווערטער מאַכט ער אונז קלאָר דעם פשט אין רש״י. אַזוי זאָגט ער: ״אבות זענען זיי און נישט קיין ׳אייניקלעך׳״.
וואָס מיינט עס?
דער טערמין ׳אב-אבות׳ נעמט אַריין פאַרשידענע באַדייטונגען: אַ פאָטער אַ לייבליכער, אַ הויפּט, אַ מנהיג. ווי רש״י זאָגט אויף דעם פסוק ׳אב המון גוים׳: ״אב לכל העולם״. דאָס מיינט אב-אבהות איז אַ מושג אַ באַגריף פון אָנפירן, פון אַן אַנטדעקער, דערפינדער, און דאָס זעלבע אַ מייסד, אַ גרינדער פון אַ פאָלק, און אַזוי אין אַלע שטחי החיים.
משה רבינו ווערן אָנגערופן דער אבי הנביאים. דוד המלך החסיד, דער משורר פון עם ישראל לנצח נצחים. אין אונעזערע צייטן יאָסעלע ראָזנבלאַט דער אבי החזנים, וואָס ביז צום היינטיקן טאָג וויינט זיך אויס דער עולם ביי זיינע האַרציקע תפלות. זיי אַלע זיינען געווען איינמאָליקע דערשיינונגען.
אַנדערש זיינען אָבער די אבות הקדושים, זיי זיינען די עמודים פון דעם אידישן פאָלק פון בנין האומה, די מדריכים, די וועג-ווייזער אין אַלע מצבים פון לעבן – מעשה אבות סימן לבנים.
אברהם אבינו איז דער אבי האומה, אָבער זיין זון יצחק און זיין אייניקל יעקב זיינען געווען אין דער זעלבער מדריגה ווי דער טאַטע, ווייל אָן זיי וואָלט נישט געוואָרן דער כלל ישראל, זיי זענען די אַרכיטעקטן פון דעם בנין האומה מיט די דריי זיילן פון תורה עבודה און גמילות-חסדים.
הכלל, פון אַן אייניקל איז געוואָרן אַ טאַטע אין דעם פולען זין פון דעם וואָרט, און דאָס איז די כוונה פון רש״י ״אל האבות״. דער יחוס פון יצחק אבינו און יעקב אבינו איז נישט נאָר אַ שיינער טאַטע און אַ שיינער זיידע, דאָס איז נישט מספיק, נישט גענוג, זיי זענען געווען אבות אויטאָריעטן, וואָס אפילו די אומות העולם האָבן זיי געוויזן רעספּעקט וואָס דאָס איז די נקודה פון זיין אַ פאָטער, אַן אייניקל וואָס מען טרייסלט זיך פאַר אים מען גיט רעספּעקט, איז ער אַליין אַ פאָטער און אב. אין קורין אבות אלא לשלושה, נאָר זיי זענען דער מאָדעל, די דוגמה פאַר אַלע מנהיגים ומורי-דרך עד סוף כל הדורות.
אגב, מען דערציילט פון דעם מעזריטשער מגיד זצ״ל, אַז ער האָט געהאַט אַ איגרת היחוס ביז רב האי גאון. ויהי היום און דער איגרת איז פאַרלוירן געוואָרן. די מאַמע פון דעם רבי׳ן רבי בער איז געוואָרן זייער צעבראָכן, זאָגט דער זון: מאַמע, נישט געזאָרגט, פון היינט אָן הייבט זיך אָן דער יחוס פון מיר. דאָס מיינט, עס איז נישט בלויז אַן אייניקל פון רב האי גאון, נאָר ער איז אַליין אַן אב בזכות עצמו. וכך הוה, אַלע גדולי החסידות זיינען געווען זיינע תלמידים.
און אַזוי ווי דער באַגריף פון אבהות-פאָטערשאַפט האָט אַ פיל פאַכיקע משמעות, איז דאָס אייגענע שייך ביי דעם טיטל ״אייניקל״, דהיינו דער חילוף היוצרות אַז עס קען זיין אַ זיידע מיט אַ ווייסער באָרד אָבער זיין מהות און זיין אויפפירונג איז ווי אַן אייניקל, אַ צוציקל, דהיינו אַ מסתובב, אַ אַרומדרייער, וואָס יאָגט זיך ווען נאָר ער געפינט אַ מקום פאַר פאַרוויילונגען שפּילעריי, וואָס דאָס זענען די סימנים פון די קינדערישע באַנעמעניש פון אַן אייניקל וואָס ער שפּילט זיך מיט וואָס און מיט וועמען עס לאָזט זיך, וזה מעשים בכל יום.
און דעם ענין פון ׳לא כל הרוצה ליטול את השם׳, דהיינו אַז דער טיטל אב, רב, ראש-ישיבה אא״ו איז נישט קיין הפקר, זעהן מיר מפורש אין דער היינטיקער פרשה.
די תורה ציילט אויף די ראשי בתי אבות פון ראובן שמעון ולוי, אָבער מיט אַ גרויסן אונטערשייד, די ערשטע צוויי שבטים ווערט דערמאָנט בלויז ראובן און שמעון מיט זייערע קינדער, דאַקעגן מטה לוי ווערט אויסגערעכנט ביז זעקס דורות: לוי, קהת ועמרם, משה ואהרן, אלעזר ופנחס.
זאָגט אויף דעם דער רמב״ן און אַנדערע מפרשים, אַז דער פשט איז אַזוי: דער איינציגער פון די שבטים וואָס האָט אויפגעהאַלטן אידישקייט אין מצרים איז געווען לוי בן יעקב, און די אידישקייט איז איבערגעגאַנגען מדור לדור: קהת ועמרם, זענען געווען די גדולי הדור וואָס פון זיי איז אַרויסגעקומען די גואלי ישראל משה ואהרן, די בתי מלכות ובתי כהונה ביז צו פנחס וועלכער האָט דורך קנאה אָפּגעשטעלט די מגפה ר״ל, און אַזוי אין אַלע צייטן זענען דאָ די וועלכע האַלטן אויף אידישקייט, אַזוי ווי דער חתם סופר די אבי המשיבים ביז צום היינטיקן טאָג און דער הייליקער חפץ חיים וואָס איז געווען דער אבוהון ולבן של ישראל. זיי גייען אַריין אין דער קאַטיגאָריע פון די אבות העולם!
דעם שבת פאַלט אויס ר״ח שבט, דער חודש פון חנטת אילני פירות. דווקא אין די קאַלטע טעג שפּראָצן אַרויס די ציצים ופרחים, וואָס פון זיי קומט שיינע געשמאַקע פּירות ליהנות בני אדם – האדם עץ השדה, דער זמן איז מסוגל אַז פון די טויזנטער לערנער זאָל כאָטש איינער אַ יחיד אויסשטייגן אין דעם דור בבחינת אב, וואס ער גיט דעם דור אַ פרישן פרצוף, ווי עס שטייט אין מפטיר שבת ראש-חודש: שמים חדשים וארץ חדשה – נייע האָריזאָנטן, פרישע אופקים, בעגלא ובזמן קריב במהרה בימינו אמן.
|