איינע פון די באַוואוסטע אור-אַלטע קשיות אין דער היינטיקער סדרה איז אויף דער רש״י אויף די ווערטער אָנהויב פּרשה, וואו דער רבונו-של-עולם רעדט מיט משה רבינו און דערציילט אים אַז ״וארא אל אברהם, אל יצחק, ואל יעקב״ – ״איך האָב זיך באַוויזן צו אברהם, צו יצחק, און צו יעקב״. זאָגט רש״י: ״וארא אל האבות״, ״איך האָב זיך באַוויזן צו די אבות״.
לכאורה איז נישט פאַרשטאַנדיק, וואָס פעלט-אויס פאַר רש״י צו שרייבן ״אל האבות״, ווען דער פּסוק זאָגט דאָך בפירוש, אַז ג-ט האָט זיך אַנטפּלעקט צו אברהם, יצחק און יעקב׳ן?
האָט רבי מאיר׳ל פּרימישלאַנער, זצ״ל, אַמאָל געזאָגט אין אַ צחות׳דיקן טאָן, אַז רש״י וויל אונדז דערציילן אַז אברהם, יצחק און יעקב זיינען אַלע געווען ״אבות״, פאָטערס. נישט אַז אברהם איז געווען דער צדיק, און יצחק און יעקב האָבן געצויגן זייער חיונה און פּירסום פון דעם וואָס זיי האָבן געשטאַמט פון אים. יעדער איינער פון זיי זעלבסט איז געווען אַן ״אב״, אַן ערשטער, אַן אָריגינעלער עובד השם, און דעריבער האָבן זיי זוכה געווען אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו זיי.
מ׳דערציילט, אַז אַ איד איז אַמאָל אַריין צו דעם הייליקן בעל ״דברי חיים״, רבי חיים צאַנזער זצ״ל. פרעגט אים דער ״דברי חיים״: ״ווער ביסטו״? ענטפערט דער איד: ״איך בין אַן אייניקל פון דעם און דעם רבי׳ן״. זאָגט אים דער ״דברי חיים״: ״איך האָב דיר געפרעגט ווער דו ביסט, נישט ווער דיין זיידע איז״.
מ׳דאַרף וועלן
אַ צווייטע אויפקלערונג אויף דער רש״י (וועלכע שפּיגלט-אָפּ אין אַ געוויסער מאָס אויך דעם ערשטן ביאור) פלעגט מען איבערזאָגן ביי ליובאַוויטשער חסידים אין נאָמען פון דעם סלאָנימער רבי׳ן. דאָס איז צושטאַנד געקומען צוליב אַ מעשה שהיה:
דער פינפטער ליובאַוויטשער רבי, ר׳ שלום בער שניאורסאָהן זצ״ל, איז געווען נאָענט באַפריינדעט מיט דעם סלאָנימער רבי׳ן, ר׳ שמואל וויינבערג זצ״ל (וועלכער איז געווען אַן אייניקל און ממלא-מקום פון דעם ערשטן סלאָנימער רבי׳ן, רבי אברהם וויינבערג, בעל ״יסוד העבודה״). זיי האָבן געאַרבעט צוזאַמען אין דעם ״ארגון מחזיקי הדת״ אין רוסלאַנד. איינמאָל האָט דער סלאָנימער רבי געשיקט איינעם פון זיינע חסידים צום ליובאַוויטשער רבי׳ן, כדי דורכצורעדן זיך וועגן אַ געוויסער כלל-אָנגעלעגנהייט וואָס איז געשטאַנען אויפן סדר היום אין יענער צייט.
דער שליח איז אָנגעקומען צום ליובאַוויטשער רבי׳ן, און האָט זיך דורכגעשמועסט מיט אים. נאָכן געשפּרעך, האָט דער רבי אים געבעטן ער זאָל איבערזאָגן אַ וואָרט פון סלאָנימער רבי׳ן.
האָט דער סלאָנימער חסיד ציטירט די דאָזיקע רש״י, ״וארא אל האבות״, און געפרעגט די אויבנדערמאָנטע פראַגע, וואָס איז רש״י אויסן מיט די ווערטער, און האָט איבערגעזאָגט אַן ענטפער וואָס ער האָט געהערט פון זיין רבי׳ן.
דער סלאָנימער רבי האָט אָפּגעטייטשט די רש״י אַזוי: ״אבות״ אויף העברעאיש מיינט נישט בלויז ״פאָטערס״, עס פאַרמאָגט אויך דעם באַדייט ״וועלן״ (אַזוי ווי אין דעם פּסוק ״ולא אבה ה׳ אלקיך״, ״ג-ט האָט נישט געוואָלט״). זאָגט דער רבונו-של-עולם: ״וארא אל האבות״, ״איך באַווייז זיך צו די וואָס ווילן און גלוסטן אַז איך זאָל זיך צו זיי באַווייזן״.
דער ליובאַוויטשער רבי האָט זייער הנאה געהאַט פון דעם אָפּטייטש. ער האָט גלייך אַריינגערופן זיין זוהן, ר׳ יוסף יצחק, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, און האָט געבעטן דעם גאַסט איבערצו׳חזר׳ן דעם וואָרט נאָך אַמאָל. ״דו הערסט״, האָט דער רבי געזאָגט, ״דער אויבערשטער אַנטפּלעקט זיך בלויז צו איינעם וואָס וויל אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים אַנטפּלעקן״.
ווי גרינג עס איז צו זיין פרום
צו פירן אַ רעליגיעזן לעבן היינט-צו-טאָג איז שוין מער נישט קיין שווערע זאַך. כשר׳ע עסן איז דאָ אָן אַ שיעור. רעליגיעזע אינסטיטוציעס, ביכער, שוהלן, מקוואות, שולעס, שייטל-מאַכערס און תשמישי קדושה - עקזיסטירן אויף אַן אומבאַגרענעצטן אופן אין כמעט אַלע טיילן פון דער וועלט.
איר וועט מיר אפשר נישט גלויבן, אָבער דער פאַקט איז, אַז אין דער היינטיקער תקופה דרוקן זיך אָפּ יעדע וואָך אומגעפער פופציק נייע ספרים אויף תורה-ליטעראַטור. איך האָב מיט עטלעכע יאָר צוריק געפירט אַ שמועס מיט איינעם פון די גרויסע ספרים-סוחרים אין אַמעריקע, ר׳ משה וואַגשאַל פון ״מאזניים״. דערציילט ער מיר, אַז אין ארץ-ישראל אַליין דרוקן זיך אַמווייניקסטנס צוויי אָדער דריי נייע ספרים יעדן טאָג.
אָבער דאָס איז אַלץ, ווי מ׳זאָגט, דער ״אַרום״ פון אידישקייט. וואָס איז מיט דעם עצמיות׳דיקן מהות פון אידישקייט, צו אַנטוויקלען אַן אינטימע באַציאונג מיט דעם רבונו-של-עולם?
דאָס איז אַפילו היינט-צו-טאָג געבליבן, אַזוי ווי עס איז אַלעמאָל געווען, איינע פון די שווערסטע זאַכן אין לעבן. פאַרוואָס? ווייל ״וארא״, ג-ט באַווייזט זיך, בלויז צו מענטשן וועלכע זיינען גרייט צו צאָלן אַ טייערן פּרייז דערפאַר. בלויז איינער וועלכער לעכצט און גלוסט מיט אַן אמת צו דערפילן געטלעכקייט אין זיין לעבן, בלויז איינער וועלכער איז גרייט אָפּצולאָזן זיין מאַטעריאַליסטישע און עגאָאיסטישע אידענטיטעט כדי צו אַנטוויקלן עטוואָס אַ געשמאַק אין רוחניות - בלויז צו אים באַווייזט זיך דער רבונו-של-עולם.
מ׳דערציילט, אַז עס איז אַמאָל געווען אַ שאַרפער חסיד, וועלכער האָט קיינעם נישט נושא-פּנים געווען. אָבער איין מענטשן פלעגט ער מכבד זיין אויף אַן אויסערגעוויינלעכן אופן. האָט מען ביי אים אַמאָל געפרעגט: ״מאַי האַי?!״ – ״אַלעמען ביסטו דאָך אַזוי מבטל, וואָס האָסטו געזען אין דאָזיקן מענטשן אַז דו גיסט אים אָפּ אַזאַ טיפן רעספּעקט?״.
האָט דער חסיד געענטפערט: ״איך וועל אייך זאָגן. מיר זיינען אַלע געקומען צום רבי׳ן אין אַ געוויסער תקופה אין אונדזער לעבן, און מיר האָבן אָנגעהויבן ׳אויסאַקערן׳ דאָס ערדישקייט אין אונדזער אידענטיטעט, כדי צו דערגרונטעווען זיך צו דעם ׳אוצר של יראת שמים׳, וואָס געפינט זיך אין די טיפענישן פונעם נפש. אַ טייל פון אונדז האָבן געאַקערט אין משך פון אַ האַלב יאָר; אַנדערע האָבן פאָרגעזעצט צו אַקערן אַ יאָר, צוויי יאָר, און איינצלנע האָבן ממשיך געווען צו אַקערן דריי-פיר יאָר״.
״אָבער דער איד, פון דעם טאָג ווען ער האָט אַרויפגעלייגט זיין האַנט אויפן אַקער, האָט ער עס נישט אַראָפּגענומען פון דאָרט״.
|