די היינטיקע סדרה פאַנגט זיך אָן מיט די ווערטער: ״ג-ט האָט גערעדט צו משה׳ן״. זאָגט רש״י, אַז ג-ט האָט גערעדט מיט משה רבינו האַרטע רייד, מיט כעס, ווייל ער האָט קעגן אים גערעדט האַרטע רייד, און ער האָט געזאָגט צו אים: ״פאַרוואָס האָסטו שלעכטס געטאָן צו דעם פאָלק?״.
זאָגט דער מדרש, אַ קעניג האָט געדאַרפט חתונה מאַכן זיין טאָכטער. האָט ער גערופן איינעם פון זיינע שטאָט-לייט אַז ער זאָל זיין דער שדכן צווישן אים און אַן אַנדערן קעניג. אַזוי ווי דער שדכן האָט זיך דורכגעשמועסט מיטן מלך, האָט ער זיך גענומען פילן זייער היימיש און האָט אָנגעהויבן צו רעדן מיט גאווה, אַזוי ווי ער וואָלט געווען דעם מלכ׳ס אַ גלייכער.
– זאָג מיר – האָט דער קעניג געפרעגט – ווער האָט דיר געמאַכט אַזוי גרויס ביי זיך, אויב נישט איך, וואָס כ׳האָב דיך פאַרוואַנדלט אין אַ שדכן?
ווען משה רבינו האָט גענומען פאָרוואַרפן דעם אויבערשטן כביכול פאַר די צרות וואָס ער האָט געבראַכט אויף די אידן, האָט דער אויבערשטער צו אים געזאָגט: ״ווער האָט דיר געגעבן מוט צו רעדן צו מיר, אויב נישט איך, וואָס איך האָב דיך אַזוי גרויס געמאַכט?״.
זאָגן די מפרשים, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה׳ן: דו וועסט ווערן אַ פירער ביי אידן, אַז דו קענסט צוליב דיין אהבת ישראל רעדן אַזוינע שאַרפע רייד צו מיר, ביסטו דער פּאַסיקסטער מענטש צו זיין אַ פירער ביי אידן...
און מיר געפינען טאַקע אין דער פריערדיקער סדרה, שמות, אַז משה איז גרויס געוואָרן און ער איז אַרויסגעגאַנגען צו זיינע ברידער. זאָגט דער מדרש, אַז משה איז גרויס געוואָרן נישט ווי עס איז דער שטייגער פון דער וועלט. דער שטייגער איז, ליידער, אַז ווען אַ איד ווערט גרויס, ער ווערט דערהויבן, ווערט אַ קרוב למלכות, פאַרגעסט ער, אָדער ער מאַכט זיך פאַרגעסן, אין זיינע ברידער אידן און אין זייערע ליידן. משה רבינו איז אָבער געווען אַנדערש: ״ויגדל משה״, משה האָט עולה לגדולה געווען, ער איז געוואָרן אַ גאַנצער בן-בית אין פּרעה׳ס הויף. אָבער ״ער איז גרויס געוואָרן נישט ווי דער שטייגער פון דער וועלט״. ער האָט זיך, נאָכן עולה זיין לגדולה, נישט געפירט לויטן ״דרך העולם״, ווייל ״ויצא אל אחיו״, ער האָט אינגאַנצן נישט פאַרגעסן אין די ליידן פון זיינע ברידער. אדרבה, ער האָט זיך גאָר שטאַרק גענומען פאַראינטערעסירן אין געפינען וועגן און מיטלען, ווי אַזוי צו לינדערן זייערע ליידן און פּיין.
משה רבינו האָט געזען ווי אַזוי די אידן אַרבעטן שווער און ביטער. זאָגט דער מדרש: וואָס מיינט, ער האָט געזען זייער שווערער אַרבעט? ווייל ער האָט געזען און געוויינט, זאָגנדיק: וויי מיר אויף אייך, איך וואָלט בעסער געשטאָרבן איידער אייך צו זען אַזוי, און ער האָט אונטערגעשטעלט זיינע פּלייצעס, און יעדן איינעם געהאָלפן וויפל ער האָט נאָר געקענט.
משה רבינו איז נישט אַראָפּגעקומען פון קעניגלעכן פּאַלאַץ ווי אַ רייכער תקיפ׳דיקער ברודער, נאָר ער האָט זיך געפילט ווי איינער פון זיי, געאַרבעט מיט זיי און געזוכט אָנטייל צו נעמען אין דעם פאָלק׳ס גורל. אַזוי האַנדלט דער אמתער פרייהייטס-קעמפער און פאָלקס-דערלייזער.
דעריבער, זאָגט דער מדרש, איז משה אויסגעקליבן געוואָרן צו זיין דער גואל פון די אידן. האָט ג-ט געזאָגט צו אים: משה, דו האָסט פאַרלאָזן דיינע אינטערעסן, און דו ביסט געגאַנגען באַקוקן די אידישע נויט, און דו האָסט זיך אויפגעפירט ווי אַ ברודער מיט זיי, וועל איך דעריבער אַוועקלאָזן מיינע אויבערשטע און אונטערשטע אינטערעסן און רעדן מיט דיר.
מיט דעם וויל איך פאַרענטפערן וואָס אַלע מפרשים פרעגן: ווען משה איז אַרויסגעגאַנגען זען זיינע ברידער, האָט ער געזען ווי ״איש מצרי מכה איש עברי מאחיו״, ווי אַ מצרי שלאָגט אַ איד פון זיינע ברידער. איז אויב ער איז געווען אַ עברי, אַ איד, איז ווייסן מיר דאָך שוין אַז ער איז געווען פון זיינע ברידער? איז דאָך דאָס וואָרט ״מאחיו״ איבעריק?
נאָר משה, טראָץ דעם וואָס ער איז דערצויגן געוואָרן אַלס פּרינץ ביי פּרעה׳ן אין פּאַלאַץ, האָט ער זיך געהאַלטן ווי ער איז איינער ״מאחיו״ – אַ טייל פון זיינע ברידער, די אידן, און ווען ער האָט געזען ווי דער מצרי שלאָגט אַ אידן, איינעם פון זיינע ברידער, אָן אַ פאַרוואָס און אָן אַ פאַרווען, האָט ער זיך אַרומגעקוקט אַהין און אַהער, און אַז ער האָט קיין מענטשן נישט געזען, האָט ער דער׳הרג׳עט דעם מצרי און אים באַגראָבן אין זאַמד.
האָב איך געזאָגט: ״וירא כי אין איש״, ער האָט נישט געזען קיין מענטשן. דאָס מיינט אַז ער געזען אַז עס איז נישטאָ קיין ״מענטשלעכקייט״. ער האָט געזען אַז מען האַלט דעם איד פאַר קיין מענטש נישט, אַז זיינע פּראָטעסטן און ווענדונגען ווערן דורך קיינעם נישט אין אַכט גענומען, און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל זיך אָננעמען פאַר דעם איד. האָט משה גענומען דעם משפּט פונעם מצרי אין זיינע אייגענע הענט...
עס ווערט געבראכט, אַז דער לובלינער רב, הגאון ר׳ מאיר שאפּיראָ זצ״ל, האָט געטייטשט דעם פּסוק ״ויפן כה וכה וירא כי אין איש, ויך את המצרי ויטמנהו בחול״, אַז נאָך דעם ווי משה רבינו האָט צוגעזען וואָס די מצריים טוען מיט די אידן, האָט ער תופס געווען דעם מהות פון דער עגיפּטישער קולטור, וואָס באַשטייט פון שלאָגן און פאַרשקלאַפן אידן. האָט ער זיך געוואָנדן רעכטס און לינקס, אויף אַלע זייטן, געזוכט הילף ביי אַלע פּאַרטייען, אָבער ״וירא כי אין איש״, אַז עס איז נישטאָ קיינער וואָס זאָל זיך אָננעמען די עוולה. ״ויך את המצרי״ – האָט ער געשלאָגן כפּרות מיט דער גאַנצער מצרישער קולטור, ״ויטמנהו בחול״, און ער האָט עס באַגראָבן אויף לעולם ועד... אויפגעהערט צו לעבן מיט דער גויאישער ציוויליזאַציע און זייער קולטור, און איז אַוועק צו זיינע ברידער.
פּראָפעסאָר אברהם שלום יהודה דערציילט אין זיין ספר ״עבר וערב״:
״איינמאָל ווען איך האָב שפּאַצירט אין מאַדריד, די הויפּטשטאָט פון שפּאַניע, מיט דר. מאַקס נאָרדוי, אין דער צייט פון דער גרויסער מלחמה, און מיר האָבן גערעדט וועגן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס, וואו דר. נאָרדוי איז דאַן געווען דער הויפּט-רעדנער, האָב איך געזאָגט צו דר. נאָרדוי, אַז אַלע רעדן וועגן זיין רעפעראַט, וואָס פאַראַ רושם ער האָט איבערגעלאָזן אויף אַלע צוהערער. ער האָט גערעדט פאַר טויזנטער מענטשן אויף דער טעמע ׳רחל מבכה על בניה׳, די מוטער רחל וויינט אויף אירע קינדער״.
״האָב איך ביי אים געפרעגט: ווי קומט צו אים אָט-די טעמע? צי האָט ער אויך אַלס אינגל געלערנט חומש מיט רש״י? האָט ער מיר געענטפערט, אַז ער איז איין טאָג געווען אין פּאַריז, און ווען ער האָט אין זיין אכסניא אויפגענומען קראַנקע, איז צו אים אַריינגעקומען אַן אָרימע פרוי פון דער אידישער געגנט, מיט אַ אינגל פון אַ יאר 8-9, ער זאָל אים אונטערזוכן, ווייל ער איז קראַנק. האָט ער געזען אַז דאָס אינגל איז זייער אַ קלוגער, אָבער ער האָט באַמערקט אַז ער קען נישט רעדן פראַנצויזיש״.
״... ׳האָב איך אים געפרעגט אין וועלכער שולע ער לערנט, האָט ער מיר געענטפערט מיט זייער אַ שוואַכער שטימעלע, אַז ער לערנט אין אַ חדר, און די מוטער פון איר זייט האָט צוגעגעבן, און באַשולדיקט דעם פאָטער פונעם אינגל, אַז ער איז פון אַלטן דור און ער וויל נישט אַז זיין אינגל זאָל גיין אין אַ גויאישער שולע איידער ער וועט פאַרענדיקן זיינע לימודים אין חדר. האָב איך דאַן ביי זיך געטראַכט וועגן די אידן פון אַלטן דור, וואָס זיי נעמען אַוועק פון זייערע קינדער די אייראָפּעאישע השכלה, און כמעט ווי מיט שפּאַס האָב איך געפרעגט דעם אינגל, וואָס אַזעלכעס ער לערנט אין חדר״.
״דאָס אינגל איז פול געוואָרן מיט התלהבות און מיט גרויס געפיל, און ער האָט אָנגעהויבן דערציילן אין דער אידישער שפּראַך די רש״י פון פּרשת ויחי אויפן פּסוק ׳ואני בבואי מפּדן׳ – ׳ווען איך בין געקומען פון פּדן ארם, איז רחל געשטאָרבן אין לאַנד כנען אויפן וועג. עס איז נאָך געווען אַ שטיקל לאַנד צו קומען קיין אפרת, האָב איך זי באַערדיקט אויפן וועג וואו מען גייט קיין אפרת, דאָס איז בית-לחם׳״.
״ווען נבוכדנאצר האָט פאַרטריבן די אידן פון ארץ-ישראל, זיינען די אידן פאַרבייגעגאַנגען נעבן דעם קבר פון רחל, און רחל האָט געוויינט און געבעטן ביי ג-ט ער זאָל רחמנות האבן אויף די אידן, ווי עס שטייט אין פּסוק: ׳עס איז געהערט געווארן אַ שטימע, רחל וויינט אויף אירע קינדער. האָט ג-ט איר געענטפערט, ׳דו וועסט האָבן שכר פאַר דיין בעטן פאַר די קינדער, זיי וועלן צוריקקומען צו זייער אָרט אין ארץ-ישראל׳...״.
דערציילט דר. מאַקס נאָרדוי, אַז די ווערטער פון דעם חדר-אינגל האָבן געמאַכט אויף אים אַזאַ גוואַלדיקן רושם, אַז אַלע זיינע גלידער האָבן אָנגעהויבן זינגען אַ געזאַנג צו ג-ט.
״איך האב זיך אַוועקגעשטעלט, און איך האָב גענומען קושן אַלע גלידער פון דעם אינגל, און ביי מיר אין האַרץ האָב איך געזאָגט: אַזאַ מין פאָלק וואָס היט-אָפּ די דאָזיקע זכרונות פון טויזנטער יאָרן, און זי פלאַנצט דאָס איין אין די הערצער פון די אידישע קינדער, אַזאַ פאָלק וועט קיינמאָל נישט אונטערגיין, און איז פאַרזיכערט מיט אַן אייביקן לעבן״.
און מאַקס נאָרדוי האָט אויסגעפירט, אַז ״דאָס זעלבע האָט פּאַסירט אין דער צייט פון דעם ׳עלילת דם׳ קעגן אַלפרעד דרייפוס, און ווען איך האָב גענומען טראַכטן וועגן צדק, יושר און גערעכטיקייט פון די אומות העולם קעגן דעם אידישן פאָלק, קען איך זאָגן, אַז דאָס אינגל איז געווען איינער וואָס האָט גורם געווען און געבראַכט דערצו, אַז איך זאָל זיך אומקערן צו אידישקייט, און זיך נעמען גלויבן אין דער אייביקייט פון אידישן פאָלק״.
אָט-דאָס דאַרפן מיר לערנען פון דער היינטיקער סדרה, צו זיין שטאָלץ מיט אונדזער אַלטן ״חדר״, זיין שטאָלץ מיט אונדזער אידישער שפּראַך; זיין שטאָלץ מיט אונדזער רייכער אידישער קולטור, און נישט זוכן קיין בלומען אין פרעמדע גערטנער. אונדזערע שענסטע בלומען און מידות טובות געפינען זיך אין אונדזער תורה און שולחן ערוך. דאָס דאַרף זיין אונדזער גרעסטער שטאָלץ, און דאָס דאַרפן מיר איינפלאַנצן אין אונדזערע קינדער.
|