אַ טייל פון דעם עולם, וואָס האָט זיך באַטייליקט אינעם סימפּאָזיום וועגן מעדיצין לויט דער הלכה, וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן דורכן ״ועד רבני חב״ד״ אין ישראל נאָך אַ מזל, אַז די ווערטער ״די-ען-עי״ ווערן געשריבן אין ענגלישע אותיות. ווען נישט, וואָלט מען געקענט מיינען אַז דאס איז עפּעס אַ ״ראשי תיבות״ פון אַן איבערגעדרוקטן ״שאלות ותשובות״ ספר פון אַ פאַרצייטיקן גאון, כדומה, למשל, הגראצדנ״א...
איצט הערן זיך אידן אָבער איין מיט רעספּעקט צו די אויפקלערונגען פון הרב דר. מרדכי האַלפּערין, וועלכער גיט צו פאַרשטיין ווי אַזוי די אַזוי-גערופענע ״די ען עי״ טעכניק, קען מתיר זיין ״ממזרים״ (אָדער פאַרקערט, זיי אסר׳ן); באַפרייען אַן עגונה פון צוגעבונדנקייט צו איר פאַרשוואונדענעם מאַן, און אידענטיפיצירן געפאַלענע סאָלדאַטן, לא עלינו. אַפילו כהנים קענען דורך דעם אויפווייזן זייער ריכטיקן יחוס.
הרב דר. מרדכי האַלפּערין, אַ גרויסער תלמיד-חכם און באַוואוסטער וויסנשאַפטלער (״ווי קען דאָס אַלץ גיין צוזאַמען״? – וואונדערט זיך נעבן מיר אַן עלטערער, תימנ׳ער רב), האַלט אַ פאָרטראַג אין ערשטן טאָג פון די צוויי ״ימי עיון״, וואָס עס האָט דורכגעפירט דער ״ועד רבני חב״ד״ אין ישראל, אין אַ נאָבעל-שיינעם גאַסט-הויז אין דער בית-וגן-געגנט פון ירושלים.
ווער איז דער אמת׳ער פאָטער?
די וויכטיקסטע און סענסאַציאָנעלסטע טעמע איז געווען די פעסטשטעלונג, אַז די הלכה אָנערקענט ״די-ען-עי״ צו דינען אַלס באַזיס צו באַשטימען ווער ס׳איז דער ריכטיקער פאָטער פון אַ קינד. דאָס קען באַפרייען דעם קינד פון אַ חשש ממזרות, חלילה; עס קען אַרויסהעלפן די אַרמיי צו אידענטיפיצירן אַ געפאַלענעם סאָלדאַט, און אַזוי אַרום אויסמיידן אַז זיין פרוי זאָל נישט ווערן קיין עגונה.
אויך קענען די ״די-ען-עי״-טעסטן באַפרייען אַן עגונה ווען מ׳געפינט אַ קערפּער וואָס די טעסטן ווייזן אַז דאָס איז איר פאַרשוואונדענער מאַן. אין זיין אינטערעסאַנטן פאָרטראַג, באַגלייט מיט דיאָגראַמען און וויסנשאַפטלעכע טאַבעלן (וואָס קיינער האָט, אגב, נישט פאַרשטאַנען, אָבער ״דאָס געהערט צו דער זאַך״), האָט הרב דר. האַלפּערין, הויפּט פונעם ״שלעזינגער אינסטיטוט״, וואָס פאָרשט מעדיצינישע היילונג לויט דער הלכה, באַטאָנט, אַז דערווייל אָנערקענט די הלכה בלויז דעם פּאָזיטיוון טייל פון די ״די-ען-עי״ פאָרשונגען. צום ביישפּיל, פעסטצושטעלן אויף עמיצן אויב ער איז ווירקלעך דער פאָטער פון אַ געוויסן קינד.
אין נעגאַטיוון זינען – פעסטצושטעלן אויף זיכער אַז ער איז נישט דער פאָטער – איז דערווייל אַ ספק, אויב מ׳קען אַראָפּנעמען דעם חשד ממזרות פון אַזאַ קינד, צוליב דעם וואָס דער ספק איז ״איינער פון אַ מיליאָן״, וואָס איז אויך גענוגנד צו פאַרבלייבן בגדר ״ספק״, לויט דער הלכה – האָט דר. אברהם האַלפּערין באַטאָנט.
מער ווי 150 רבנים האָבן זיך באַטייליקט אין דעם מעצידיניש-הלכה׳שן סימפּאָזיום. אַ דריטל פונעם פּובליקום זיינען געווען ליובאַוויטשער רבנים, און די איבריקע זיינען געווען ספרדישע, תימנ׳ער, רבנים מיט געשטריקטע יאַרמלקעס; מיט ווייסע בערד, און כמעט אָן בערד... רבנים פון אויסלאַנד און שטאָטישע רבנים (״רבני ערים״) פון ישראל. אַלע האָבן זיך צוגעהערט און געמאַכט פאַרצייכענונגען אין זייערע נאָטיץ-ביכלעך.
דער רעדנער דאַרף נישט אַרויסברענגען אַז ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די רבנים דאַרפן נישט פּסק׳ענען לויט דעם וואָס זיי הערן דאָ אויפן סימפּאָזיום. דערווייל איז גענוג צו וויסן אַז ס׳איז בכלל פאַראַן אַזאַ שאלה. ״הוא הדין״ מיט די פינגערפּרינטס און מיטן אויסטוישן – בטעות – אַ קינד אין שפּיטאָל. דאָס טרעפט זיך, ליידער, אויך אַמאָל, און עס קענען – טעאָרעטיש גערעדט – אַזוי אַרום פּאַסירן מורא׳דיקע זאַכן (עס קען דורך דעם קומען צו אַ הייראַט פון אַ ברודער מיט זיין שוועסטער, רחמנא ליצלן), אָבער די ״די-ען-עי״-פּראָבעס קענען פעסטשטעלן דעם אמת, און לייזן אַזאַ פּראָבלעם.
די וויכטיקייט פונעם קאָמפּיוטער
נישט ווייניקער, און אפשר נאָך מער אינטערעסאַנט, איז געווען דער ערשטער פאָרטראַג אין ערשטן טאָג פון דעם סימפּאָזיום, וואָס איז געהאַלטן געוואָרן דורך הרב דר. אברהם סופר, וועלכער האָט צענדליקער יאָרן געדינט אַלס אַ ״מנהל מחלקה״ (דירעקטאָר פון אַ מעדיצינישער אָפּטיילונג) אינעם ״שערי צדק״ שפּיטאָל אין ירושלים.
דער פּראָפעסאָר, מיט אַ לאַנגער ווייסער באָרד (וואָס אַ יונגערמאַן וואָס איז געזעסן נעבן מיר, וועלכער האָט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואָס ״לא פּסק פּומיה״ פון ... רעדן די גאַנצע צייט, האָט מיר געזאָגט, ״איך האָב געמיינט אַז ער איז אַ הויפּט-רב ערגעצוואו...״), שטעלט זיך פאָר אַלס תלמיד פון דעם ירושלימ׳ער גאון און פּוסק הדור, הרב ר׳ שלמה זלמן אויבערבאַך זצ״ל. ער רעדט וועגן עניינים פון ״חולה ורפואה בשבת״.
״דער פּאַציענט וואַרט אויף אַן ענטפער, און דו קענסט אים נישט זאָגן, אַז אין דער דאָזיקער פראַגע איז פאַראַן אַ מחלוקת. דאָס פאַראינטערעסירט אים נישט. ער וויל אַן ענטפער און לייזונג צו זיין פּראָבלעם...״, זאָגט הרב דר. אברהם סופר. מיינונגס-פאַרשידנהייטן זיינען שטענדיק פאַראַן, אָבער – באַטאָנט ער – ״ניתן רשות לרפּאות״. דעם דאָקטאָר איז דערלויבט צו היילן דעם פּאַציענט, און דער דאָזיקער ״רשות״ איז, פאַקטיש, אַ ״חובה״...
(אגב, הרב פּראָפעסאָר אברהם סופר האָט אָנגעשריבן אַ סעריע ביכער וועגן הלכה און רפואה, אונטערן נאָמען ״נשמת אברהם״, וואָס איז אויסגעשטעלט צום פאַרקויפן אינדרויסן פונעם האָטעל).
הרב דר. סופר דערציילט וועגן נייע טערמאָמעטערס, וואָס ווערן אַרויפגעלייגט אויפן שטערן פונעם פּאַציענט, און עס ״שרייבט״. אויב אַזוי, וואָס טוט מען אין שבת? (פאַראַן מענטשן וואָס מ׳קען נישט מעסטן ביי זיי די קערפּערלעכע היץ אויפן געוויינלעכן אופן), אָדער וועגן אַ ״חולה שיש בו סכנה״. און וואָס האָט ר׳ שלמה זלמן געזאָגט אין אַזאַ פאַל, אָדער אַ רב, אַ באַוואוסטער מחמיר, וועלכער האָט שטענדיק גע׳אסר׳ט, ״אָבער ער איז קיינמאָל נישט געקומען אין אַ שפּיטאָל אויף עטלעכע שטונדן, צו זען און הערן וואָס דאָרט קומט-פאָר, וואָס עס מיינט ׳טיפּול נמרץ׳ (׳אינטעסיוו קעיר יוניט׳), און ווי עס זעט-אויס אַ ׳חולה מונשם׳ (אַ פּאַציענט וואָס קען נישט אָטעמען אָן אַן אָקסיגען-מאַשין); ווי אַזוי מעסט מען שבת דעם שטאַפּל פון צוקער (נישט אינעם טיי-גלעזל ... נאָר ביי צוקער-קראַנקע), וואָס דאָס איז זייער וויכטיק צוליב דעם וואָס מ׳דאַרף וויסן גענוי אין וויפל אינסולין דער פּאַציענט נויטיקט זיך.
דער פּראָפעסאָר שטרייכט-אונטער די וויכטיקייט פונעם קאָמפּיוטער, וואָס מעסט די גענויע פּאָרציע פון אינסולין, און אַנדערע מעדיקאַמענטן. נעבן מיר, צו מיין לינקער זייט, זיצט אַ מתנגדישער ״גאון״, וועלכער מאַכט צווישנרופן יעדע מינוט (אויפן נוסח פון יענעם שמש אין דער שוהל, וועלכער רופט-אויס: ״לא יעלה ולא יבוא״...), אָבער דער פּראָפעסאָר ווערט נישט באַליידיקט, און ענטפערט מיט אַ דאָפּלטן געדולד פון הלל הזקן, פאַר דעם ״מתנגד״, וואָס האָט פאַרלוירן דעם געפעכט.
אָדער נעמט די געשיכטע פון אַ דיאַבעטישן פּאַציענט, וועלכער וויל נישט עסן אין יום-כיפּור, טראָץ דעם באַפעל פון זיין דאָקטאָר, און די מעשה מיטן בלוט-דרוק – איך וואָלט אים אויסגעהערט ביז פאַרנאַכט, אָבער די צייט לויפט, און עס איז שוין מיטאָג.
״ויצמח פּורקניה״, אַלס ״כבוד אכסניא״
פאַרן עסן, דאַוונען אידן מנחה. דער שליח-ציבור איז הרב דר. מרדכי האַלפּערין, וועגן וועמען מ׳קען אָנשרייבן אַ גאַנצן בוך. ער דאַוונט נוסח אשכנז, אָבער כ׳הער ווי אין קדיש זאָגט ער די ווערטער ״ויצמח פּורקניה״, און אין קדושה ״משבחים ואומרים״, ווי די חסידים. פרעג איך אים שפּעטער: וואָס איז דאָס? אַ נייער נוסח? ניין, ענטפער ער מיט אַ שמייכל, ״דאָס איז ׳כבוד האכסניא׳...״. שפּעטער גיט ער מיר אַן אינטערנעט-״לינק״, וואו כ׳קען געפינען מער מאַטעריאַל וועגן ״די-ען-עי״ אין דער הלכה, גענוג אַרבעט, מסתמא, אויף אַ האַלב יאָר...
דער מיטאָג איז אַ גוטער, און די אַטמאָספערע איז נאָך בעסער. הרב יוסף בא-גד, דער געוועזענער כנסת-מיטגליד פון ראש ישיבה פון ישיבת נחלים, איז געזעסן עטלעכע שטונדן, אָבער נאָכן עסן מיטאָג דאַרף ער אַוועקגיין. ער איז געקומען ווי אַן ״עולה רגל״ קיין ירושלים, ״לראות ולהיראות״. אַנדערע גייען אויף אַ שפּאַציר אינעם דערנעבנדיקן ״אינסטיטוט פון טעכנאָלאָגישער וויסנשאַפט לויט דער הלכה״, וואָס אויך דאָס איז אַ טייל פונעם פּראָגראַם אויפן סימפּאָזיום.
אין צווייטן טאָג האָט הרב לוי יצחק האַלפּערין, הויפּט פון דערמאָנטן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט, געהאַלטן אַ העכסט-אינטערעסאַנטן פאָרטראַג וועגן עלעקטראָנישער פאַרבינדונג לויט דער הלכה; פאַקס, אינטערנעט, ״ענסערינג מאַשינען״, און דאָס גלייכן, אין שבת.
אָבער מיר האַלטן נאָך נישט ביים צווייטן טאָג. דערווייל גרייט זיך הרב ישראל ראָזען, הויפּט פונעם ״צומת״ אינסטיטוט און הויפּט-רעדאַקטאָר פון ״תחומין״, צו האַלטן אַ רעדע. ער וועט אויפווייזן הלכה למעשה די דערפינדונגען פון זיין אינסטיטוט. דער טיטול פון זיין פאָרטראָג איז: ״בטיחות (זיכערקייט) און ׳בטחון׳ אין דער טעכנאָלאָגישער תקופה״.
(אינדרויסן קען מען דערווייל טרינקען אַ גלאָז קאַווע, און קויפן די אויסגעשטעלטע ביכער און דיסקעטן פון די פריערדיקע ״ימי עיון״, און אפשר אַפילו פאַררייכערן אַ ציגאַרעטל? ״אין איסור על זה?״, – זאָגט-פרעגט אַ יונגערמאַנטשיק. ניין – ענטפערט אים אַן עלטערער חסיד – ס׳איז נישט פאַרבאָטן, אָבער ״חמירא סכנתא מאיסורא״.
קייטן (פאַר אַרעסטאַנטן) און אַ ״דזשי-פּי-עס״ אין שבת
דער ״צומת״ אינסטיטוט פאַרנעמט זיך לכתחילה מיט פראַגן פון ״אָנפירן אַ אידישע מדינה לויט דער הלכה״. אָבער אַזוי ווי די מדינה לאָזט זיך דערווייל נישט פירן לויט דער הלכה, טראַכטן זיי אויס פאַרשידענע אינסטרומענטן וואָס זאָלן לייכטער מאַכן דאָס לעבן פאַר די יעניקע וואָס זוכן נישט די מעגלעכקייטן פון אַ גרינגער לעבן. דאָס איז אפשר אַ פּובליציסטישע טעמע, ווי אַזוי עס ווערט פאַרפאַלן אַ סך גוטער ווילן, ווייל די ״פרייע״ ווילן עס נישט האָבן, און די פרומע דאַרפן דאָס נישט, אָבער איך שרייב דאָ נישט קיין פּובליציסטיק.
הרב ישראל ראָזען איז אַן אינזשענער מיט אַן ״איצטלא דרבנן״. אין ענטפער אויף אַ פראַגע זאָגט ער, אַז זיי פאַרנעמען זיך בלויז מיט עניינים פון זיכערקייט און מעדיצין, – ביידע געביטן ווען עס האַנדלט זיך אין שמירת שבת. צום ביישפּיל, ווי אַזוי צו עפענען אַן עלעקטראָנישע טיר וואָס מוז זיין פאַרמאַכט, אָבער אַ סך מאָל דאַרף מען עס עפענען (ביים כותל המערבי
אין ירושלים איז אויך אַוועקגעשטעלט אַזאַ טיר, אָבער דער וואָס וויל נישט, קען אין שבת אַדורכגיין דורך אַן אַנדערע טיר, אָן דעם אַז די טיר זאָל זיך עפענען), אַפילו דורך אַ פּאַטענט פון ״גרמא״ (גורם זיין, אומדירעקט, אַ מלאכה אין שבת).
בכלל איז ״גרמא״ דאָס הויפּט-וואָרט. איך טו עס נישט אַליין, כ׳בין נאָר אַ ״גורם״, און ממילא ...
וואָס ״ממילא״? דאָס איז דאָך דער גאַנצער פּראָבלעם, און די הויפּט-פראַגע, צי דער עניין פון ״גרמא״ מאַכט צונישט אַלע איסורים פון שבת, אָדער צי איז עס ״בלויז״ אַן איסור דרבנן. אַמאָל האָט אַ רב אין ירושלים געפרעגט הרב ישראל ראָזען, אויב לויט דעם היתר פון ״גרמא״ קען מען ״אויפהויבן״ אַן עראָפּלאַן צו פליען קיין ניו-יאָרק ... אויטאָמאַטיש, דורך אַ ״גרמא״. כ׳ווייס נישט וואָס הרב ראָזענ׳ס ענטפער איז געווען.
דערווייל פליט נישט ״צומת״, אַפילו אינדערוואָכן. וואָס יאָ, זיי שטעלן-צו פאָטאָ-אַפּאַראַטן אין אַ ״מעגל סגור״ (״קלאָוזד סוירקיוט״ אין דער ענגלישער שפּראַך), פאַר דער זיכערקייט פון שוהלן און אידישע אינסטיטוציעס, הויפּטזעכלעך אין אויסלאַנד (וואו די רבנים מאַכן, וואַרשיינלעך, ווייניקער פּראָבלעמען...). זיי זוכן לייזונגען צום פּראָבלעם אַז דער פאָטאָ-אַפּאַראַט זאָל אָפּהיטן אַלץ וואָס געפינט זיך אין דער אינסטיטוציע. פאַראַן אַ ספּעציעלע מאַשין, וואָס אַנטדעקט אייזן און מעטאַל אין שבת, און אַ האַנט-קאָנטראָלירער, וואָס אַרבעט די גאַנצע צייט, אַזוי אַז עס צינדט זיך נישט אָן, נאָר עס ״ציטערט״. דאָס איז לייכטער ווי אָנצוצינדן עלעקטרישע ליכט.
דער פּאַטענט טראָגט דעם נאָמען ״חש-שינוי״, דאָס הייסט, די מאַשין שפּירט די ענדערונגען ווען עס אַנטדעקט מעטאַל (ווי, צום ביישפּיל, אַ רעוואָלווער) און רעאַגירט דערויף מיט אַ ... ציטערניש.
נו, און פאַר די אידישע פאַרברעכער דאַרף מען דאָך אויך עפּעס אויפטאָן. לעצטנס איז אויפגעקומען די מעגלעכקייט פון הויז-אַרעסט. אַ קרימינאַלער פאַרברעכער זיצט דערווייל (ביזן אורטייל) ביי זיך אינדערהיים, טראָגנדיק אויף זיך אַן עלעקטראָניש קייטל, וואָס ווען ער גייט אַרויס פון זיין ״תחום שבת״, באַקומט די פּאָליציי אויטאָמאַטיש אַ סיגנאַל. און וואָס טוט מען שבת? ער איז דאָך גורם חילול שבת דורכן סיגנאַל ביי דער פּאָליציי-סטאַנציע. און וואָס זאָלן טאָן ״חרדישע״ פאַרברעכער?...
״צומת״ אַרבעט שוין אויף אַ לייזונג פאַר די דאָזיקע הלכה׳שע שאלות. איז מעגליך, אַז מיר וועלן זוכה זיין צו ״יתמו חטאים״? אָבער דערווייל, דאַרף מען זאָרגן אויך פאַר די ״חוטאים״...
און ס׳איז שוין פאַראַן אַ ״דזשי-פּי-עס״-מאַשינקע, נישט בלויז פאַר אויטאָמאָבילן, נאָר אויך פאַר יונגע קינדער און עלטערע לייט, אַז זיי זאָלן נישט בלאָנדזשען. און וואָס טוט מען שבת מיט אַזאַ מאַשינקע? זאָרגט נישט, – פאַראַן די אָרגאַניזאַציע ״צומת״.
און אָט גייט (אין אויסלאַנד) אַ ״שבת-גוי״...
אין צווייטן טאָג פונעם סימפּאָזיום האָט אויפגעטראָטן הרב דר. יגאל שאַפראַן, הויפּט פון דער ״רפואה והלכה״ אָפּטיילונג ביים הויפּט-ראַבינאַט אין ירושלים, וועגן מעדיצינישע אונטערזוכונגען פאַר אַ חתונה, אָדער אין צייט פון שוואַנגערשאַפט.
אויך האָט אויפגעטראָטן הרב הגאון ר׳ זלמן נחמיה גאָלדבערג, אַ דיין אין ״בית דין הגדול״, וועגן ״אידישע גניבות״, דורך קאָפּירן דיסקעטן און פּלאַטעס (״תקליטים״), מיט חסידישער מוזיק, אָן דערלויבעניש פונעם אַרויסגעבער. דאָס איז איינפאַכע גניבה לויט דער הלכה.
דאָס איז געווען זונטיק. אַ טאָג שפּעטער, מאָנטיק, האָט הרב ראָזען פאָרגעשטעלט די אַרבעט פונעם אינסטיטוט פאַר צענדליקער רבנים פון אויסלאַנד, אויף אַ קאָנפערענץ אין ראַמאַדאַ האָטעל אין ירושלים, וואָס איז אַראַנזשירט געוואָרן דורך דער פרומער אָפּטיילונג פון דער ״סוכנות״. לויט ווי עס באַריכטעט די צייטונג ״דזשערוזאַלעם פּאָוסט״, האָבן עטלעכע רבנים געגעבן פאַר די פריער-דערמאָנטע מעדיציניש-הלכה׳שע שאלות, פּאַטענטן (צווישן זיי אויך דעם ״חש-שינוי״), אַ קאַלטן ״ברוך הבא״, זאָגנדיק: ״ווער דאַרף עס? מיר נעמען אַ ׳שבת-גוי׳, און ער עפנט די טיר, אָדער טוט וואָס נאָר מען דאַרף...״.
ביידע האַלפּערינס (הרב לוי יצחק, און נאָך אַמאָל הרב דר. מרדכי האַלפּערין) האָבן גערעדט וועגן דעם קאָנטראָווערסאַלן ״אישו״ פון ״קביעת מוות בהלכה״ – באַשטימען דעם טויט פון אַ מענטש לויט דער הלכה, ווען עס שטאַרבט אָפּ דער מוח אָדער דאָס האַרץ, חלילה.
אפשר האָב איך פאַרגעסן איינעם פון די רעדנער, אָבער ״עיקר כתוב כאן, ואידך זיל גמור״...
דער סימפּאָזיום איז, ווי געזאָגט, אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן ״ועד רבני חב״ד״ אין ישראל, אין שפּיץ מיט דעם סגן יושב-ראש, הרב מנחם מענדל גלוכאָווסקי, פון רחובות; ר׳ מנחם עמאר, הויפּט פון דער ״השתלמות״-אָפּטיילונג, און ר׳ זלמן נוב, סעקרעטאַר.
צווישן די באַטייליקטע פּראָמינענטע רבנים אויף דעם סימפּאָזיום, זיינען געווען צוויי מיטגלידער פון הויפּט-ראַבינאַט, הרב שמעון גד אליטוב וועלכער האָט דערעפנט דעם ערשטן טאָג פונעם סימפּאָזיום, און הרב רצון ערוסי, וועלכער האָט דערעפנט דעם צווייטן טאָג. אויך האָבן זיך באַטייליקט די הויפּט-רבנים פון גדרה, עפולה, ראש העין, יקנעם, מודיעין, און ״רבני שכונות״ פון אַלע טיילן ישראל.
עס איז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פון אַזעלכע ״ימי עיון״, וואָס עס האָבן זיך באַטייליקט אויך רבנים פון אויסלאַנד, ווי הרב דוד משה ליבערמאַן, פון אַנטווערפּן; הרב פייגעלשטאָק, פון אַרגענטינע; הרב בנימין ניאַזאָוו, פון עסטרייך; הרב מרדכי גראַצענשטיין, פון בראַזיל, און הרב יעקב עמאר און זיין זוהן, ר׳ יוסף יצחק, פון פראַנקרייך.
אָבער לכל הדעות, איז עס געווען ״אַ סימפּאָזיום צום געדענקען״.
|