ווען איז צדקה תציל ממות?
מסכת בבא בתרא דף קמ״ח עמוד ב׳, חילק כל נכסיו לעניים מאי? רבותי, אינעם ענין פון געבן צדקה צו אָרימעלייט און וועמען צו געבן פריער, זיינען ווייניק מענטשן באַקאַנט.
איך וואָלט מייעץ געווען פאַר די אַלע וואָס גיבן צדקה, זיי זאָלן צוערשט גוט אַדורכלערנען סימן רנ״א פון שולחן ערוך יורה דעה, וואו עס שטייט (אין סעיף ג׳) אַזוי: וכן הנותן מתנות לאביו והם צריכים להם, הרי זה בכלל צדקה, ולא עוד אלא שצריך להקדימו לאחרים, ואפילו אינו בנו ולא אביו אלא קרובו, ״צריך להקדימו לכל אדם״. ואחיו מאביו, קודם לאחיו מאמו, ועניי ביתו קודמין לעניי עירו, ועניי עירו קודמין לעניי עיר אחרת וכו׳. הג״ה, פּרנסת עצמו קודמת לכל אדם ואינו חייב לתת צדקה עד שיהיה לו פּרנסתו, ואחר כך יקדים פּרנסת אביו ואמו, והקרובים קודמים לשכיניו, ושכיניו לאנשי עירו, ואנשי עירו לעיר אחרת, והוא הדין אם היו שבוים וצריך לפדותן.
און אין סעיף ד׳ שטייט: ״כופין האב לזון בנו עני, ואפילו הוא גדול כופין אותו יותר משאר עשירים שבעיר, וכן שאר קרובים״. הערט, רבותי, אַפילו צווינגען קען מען די קרובים צו געבן פאר זייער משפּחה.
ווי ווייט כלל ישראל איז, ליידער, מקיל אין דער דאָזיקער הלכה. פאר די אייגענע ברידער אָדער שוועסטער וועט מען נישט געבן צדקה, אָבער פאַר מוסדות, מען זאָל אויפשטעלן דאָרט אַ גרויסן טאָוול מיט זיין נאָמען, וועט ער געבן הונדערט טויזנט דאָלאַר. פאַר זיין אייגענעם באַדאַרף וועט ער זיך לאָזן קאָסטן מיליאָנען, צי עס קומט עפּעס אַ רבי׳לע פון בראַזיל, אָדער פון אַ פאַרוואָרפענעם ווינקעלע וועט ער געבן צדקה, אָבער זיין שוועסטער אָדער זיין ברודער, די נאָענטע פאַמיליע-מיטגלידער וועט ער לאָזן אויסגיין פאַר הונגער, היתכן, ער איז דאָך א שומר תורה ומצוות, ער זאָגט יעדן טאָג ״אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת״, וואָס איז געשען מיט דעם סעיף אין שולחן ערוך, קרובים צריך להקדימו לכל אדם, ער וועט געבן טויזנטער דאָלאַרן פאַר דעם מכון צו דרוקן ספרים און פאַר יתומים ארגאַניזאַציעס, אָבער ווען זיינע אייגענע קינדער האָבן נישט קיין געלט צו צאָלן רענט פאר זייער דירה און האָבן חובות איבערן קאָפּ, גיט ער נישט.
אַזוי האָט זיך אַ איד אָפּגערעדט דאָס האַרץ פאַר מיר פאָריקע וואָך, זיין פאָטער גיט פאַר אַלע ארגאַניזאַציעס אין דער וועלט שווערע טויזנטער, און פאַר אים שיקט ער חנוכה-געלט דריי הונדערט דאָלאַר. מיין האַרץ איז נעבעך אויסגעגאַנגען פאַר דעם איד, וואָס איך ווייס אַז ער איז מקיים דעם פּסוק ״בזיעת אפּך תאכל לחם״. דאָס איז פּונקט אַזוי ווי איינער וועט איבערלאָזן זיין גאַנצע פעלד פאַר אָרעמעלייט, אָבער די עקן וועט ער נעמען פאַר זיך, איז ער עובר אויף די לאו דאורייתא פון לא תכלה פּאת שדך. דער וואָס גיט נישט פאַר זיינע קרובים, איז עובר אויפן לאו פון ״ומבשרך אַל תתעלם״.
איך מיין, אַז מ׳קען דאָ צושטעלן דאָס וואָס עס ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (אות ס״ז) וועגן יפתח, וועלכער האָט מקריב געווען זיין טאָכטער. שטייט דאָרט, ״ולפי שלא היה בן תורה אבד את בתו וכמאמר הכתוב פרי עץ חיים, אף על פּי שאדם צדיק, אם אינו עוסק בתורה אין בידו כלום, שמתוך התורה הוא לומד האיך ליקח נפשות״.
רבותי עס איז פּשוט אַ רחמנות אויף די וואָס טוען נישט אַזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך. זיי רעדן זיך נאָך איין אַז זיי האָבן געגעבן צדקה, ווען דערווייל זיינען זיי עובר אויף אַ סעיף אין שולחן ערוך. אויב איינער האָט אַ שכן אַן אָרימאַן, פאַרוואָס גיט ער אים נישט די פופציק אָדער הונדערט טויזנט דאָלאַר, וואָס ער גיט סיי ווי צו יענעם מוסד? די הלכה זאָגט דאָך ״ושכניו קודמין לאנשי עירו״. אַז איינער וויל זוכה זיין צו ״צדקה תציל ממות״, זאָל ער צוערשט גוט דורכלערנען הלכות צדקה, און זיכער מאַכן אַז אַלע זיינע קרובים, קינדער און אייניקלעך האָבן כדי פּרנסתם, און דאָס זעלבע זיינע שכנים. דערנאָך קען ער טיילן ״לעניי עירך״ וויפל ער וויל, ״חולק כל נכסיו לעניים״, און דעמאָלט ווערט מקויים ״צדקה תציל ממות״.
ווען דער רבונו-של-עולם וועט זען אַז אידן זיינען מקיים מצות צדקה כדבעי להווי, זיי גיבן פריער צו זייערע קרובים, וועט דער באַשעפער אויך מקיים זיין די הלכה, און משפּיע זיין פּרנסה און עשירות פאַר עם ״קרובו״ צוערשט, אמן.
|