דער וואָרטזאָגער פונעם אַמעריקאַנער ״סטייט דעפּאַרטמענט״ האָט דינסטיק געזאָגט אַז איראַנס ענטפער צום פאָרשלאָג פון די מערב-מלוכות איז ״נישט פּאַסנד״.
איראַן האָט אָנהייב די וואָך אָפיציעל אָפּגעוואָרפן דעם פאָרשלאָג פון דער מערב-וועלט צו עקספּאָרטירן איר נידעריק-באַרייכערטן אוראַניום צו רוסלאַנד און פראַנקרייך, וואו עס זאָל באַרייכערט ווערן אויף אַ העכערן שטאַפּל פאַר פאָרשונג-צוועקן און דערנאָך אומגעקערט ווערן צו איראַן אין אַ פאָרם וואָס עס זאָל נישט קענען גענוצט ווערן אויף נוקלעאַרע וואָפנס.
גלייכצייטיק האָט דער אויסערן-מיניסטער פון איראַן, מאַנאָטשער מאָטאַקי, די וואָך געלויבט דעם ״רעאַליסטישן צוגאַנג״ פון די מערב-מלוכות, די פינף פּערמאַנענטע מיטגלידער פונעם יו-ען-זיכערקייטס-ראַט - אַמעריקע, פראַנקרייך, דייטשלאַנד, רוסלאַנד און כינע – וועלכע האָבן זיך פאַרזאַמלט פאַרגאַנגענעם שבת צו באַשליסן וועגן אַרויפלייגן פרישע סאַנקציעס אויף איראַן.
די לענדער האָבן זיך נישט געקענט אייניקן אין זייערע באַשלוסן, בעת רוסלאַנד און כינע האָבן זיך קעגנגעשטעלט די פרישע סאַנקציעס און כינע האָט גערופן פאָרצוזעצן ווייטער מיט די דיפּלאָמאַטישע באַמיאונגען.
פאַרגאַנגענעם דעצעמבער איז אָפּגעלאָפן דעם טערמין וואָס פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט געשטעלט צום טעהעראַן צו ענטפערן אויפן פאָרשלאָג פון דער מערב-וועלט צו פירן אַ דיאַלאָג בנוגע אירע נוקלעאַרע פּראָגראַמען.
|