מבצע תפלין אין די גאַסן פון ארץ ישראל חבר-כנסת ניצן האָראָוויץ פון דער עקסטרעם-לינקער ״מרצ״-פּאַרטיי האָט באַשלאָסן צו נעמען שריט קעגן אַ דערשיינונג וואָס שטעלט פאָר אַ ״געפאַר״ צו דער דערציאונג פון דער ישראל-יוגנט: לויט אַ נייעם געזעץ וואָס ער האָט פאָרגעשלאָגן, וועט זיין פאַרבאָטן אויפצושטעלן תפילין-טריבונעס נעבן שולעס און דערציאונגס-אַנשטאַלטן.
דער געזעץ-פאָרשלאַג איז רעלעוואַנט לגבי אַלע רעליגיעזע אַקטיוויטעטן, אויך פון אַנדערע רעליגיעס, ווי קריסטן און מוסולמענער, אָבער ס׳איז קלאָר וועמען עס צילט: די תפילין-טריבונעס פון די חב״ד-עסקנים.
אין אַ בריוו וואָס ער האָט געשיקט צו זיינע שטיצער אין רמת-אביב – וואו עס גייט שוין אָן אַ לאַנגער קאַמף צווישן די חב״ד-חסידים און אָרטיקע איינוואוינער, וועלכע זענען קעגן די תפילין-טריבונעס פון די חסידים - האָט האָראָוויץ געשריבן, אַז ״די חזרה-בתשובה טעטיקייטן זענען שוין אַן אַלטער באַקאַנטער פענאָמען, וואָס רופן אַרויס דערווידערונג.״
האָראָוויץ איז מודה אַז די אַקטיוויטעטן, ״כאָטש אויפרעגנד, זענען לעגיטים״, נאָר ״ביי פיל אין די אויגן פאַרלירט עס די לעגיטימיטעט ווען עס איז געצילט ספּעציעל צו קינדער און יוגנטלעכע, אָן דער דערלויבעניש פון זייערע עלטערן.״
דער לינקער חבר-כנסת זאָרגט פּשוט פאַרן גייסטיקן וואוילזיין פון דער יוגנט, אַז די ״רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע״ זאָל נישט פאַרדאַרבן זייער דערציאונג, חס וחלילה.
״איר איינוואוינער פון רמת-אביב,״ שרייבט ער אין דעם בריוו, ״לעבט איבער אַ גאַנצע יאָר כמעט יעדע וואָך די דערשיינונג אין געשטאַלט פון חב״ד-פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע שטעלן אויף טריבונעס ביים אַרויסגאַנג פון דער געגנטלעכער מיטלשולע, איבעררעדנדיק יוגנטלעכע צו לייגן תפילין און איינלאַדנדיק זיי אין איינוועגס צום כולל און אַנדערע חזרה-בתשובה אַקטיוויטעטן.״
האָראָוויץ לייגט דעריבער פאָר אַ געזעץ, וואָס זאָל מאַכן אומלעגאַל ״גייסטיקע מעקלעריי״ טעטיקייטן נעבן חינוך-מוסדות, אָדער אַנדערע פּלעצער וואָס זענען געאייגנט פאַר קינדער און יוגנטלעכע, אַז זיי זאָלן נישט אַריינפאַלן אין נעץ פון די נפשות-פאַנגער...
דער וואָרטזאָגער פון חב״ד, הרב מנחם בראָד, האָט רעאַגירט אַז ״אויסער דער עצם נאַרישקייט דערפון, איז מאָדנע וואָס חבר-כנסת האָראָוויץ, אַ געוועזענער זשורנאַליסט וועלכער האָט געקעמפט ווי אַ לייב פאַר פרייהייט פון אויסדרוק, האַלט מיטאַמאָל פון פאַרשטאָפּן מיילער און אָפּהאַלטן מיט געוואַלד טיילן פון דער באַפעלקערונג פון זיך צו באַקענען מיט דער ירושה פון זייערע עלטערן.״
|